סטיוון פירסאן קעגן סטיוון לעווין פאר סיטי קאונסיל
26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3520
סטיוון פירסאן קעגן סטיוון לעווין פאר סיטי קאונסיל
ענדליך האט זיך עמטליך ארויסגעשטעלט א קאנדידאט קעגן סטיוון לעווין פאר די קומענדיגע סעפט. פריימעריס פאר סיטי קאונסיל אין וומ"ב, ה"ה "סטיוון פיערסאן" חתן דנן
מה טובו פון דעם סטיוון פיערסאן?
זייער ענדליך צו לינקאלן רעסטלער,
ער איז א אינגער ווייסער מענטש וואוינט און די ארטיסטישע געגנט אין ברוקלין הייטס,
ער האט א לאקאלער מאגאזין וואס רופט זיך "קענטין" CANTEEN, איבער אלעם וואס אינטערסירט פאר א היפי ארטיסט, (נישט ראטזאם פאר א פרומער איד זאל עס קוקן אדער אנרירן)
ער איז אויך א אקטיוויסט און די קאמיוניטי, ער איז א קאמיוניטי באורד מעמבער פון CB2, (וויליאמסבורג איז אין CB1),
אויך איז ער א דיסטריקט לידער פון די שכינות'דיגע אסעמבלי דיסטריקט (דער סארט פאזיציע וואס לינקולן רעסטלער איז געווען),
און פארשטייט זיך ער איז א שטארקער אנטי לאפעז פערזאן וואס דאס איז לכאורה איינע פון די הויפט סיבות וואס טרייבט איהם צו לויפן קעגן לאפעז'ס תלמיד וחסיד נאמן סטיוו לעווין
הכונו!
מער אנאליזן און פרעדיקשנס וועט נאכפאלגן
כא פארגעסן איין וויכטיגע פונקט,
אז איין גרויסער חילוק צווישן איהם אין רעסטלער,
פירסרן איז חתונה געהאט מיט א פרוי און טאכטער,
רעסטלער איז א (אלטער) בחור
לשמחה מה זו עושה, וואס א נפק״מ פאר די ארונים ווער עס פארלירט קעגן סטיוו?
און אפשר איז שוין צייט אראפלייגען דאס געווער און פראבירען זיך אדורוך קימען מיט לעווין ענד לאפיז קאמפאני?
בדחןלשמחה מה זו עושה, וואס א נפק״מ פאר די ארונים ווער עס פארלירט קעגן סטיוו?
ווי זעהסטו אז לעווין איז א "זיכערע" געווינער?
און אפשר איז שוין צייט אראפלייגען דאס געווער און פראבירען זיך אדורוך קימען מיט לעווין ענד לאפיז קאמפאני?
חסידי ר' אהרן האבן קיינמאל געהויבן געווער קעגן קיינעם, זיי האבן פון די ערשטע רגע אויסגעשטרעקט א האנט סיי צו לאפעז און סיי צו לעווין, אבער לאפעז און זיינע פאפעטס זענען נועל דלת בפניו, נו מה עליהם לעשות?
<a class="postlink" href="http://m.youtube.com/#/watch?v=BbihuPWCUu4&feature=youtube_gdata_player&desktop_uri=%2Fwatch%3Fv%3DBbihuPWCUu4%26feature%3Dyoutube_gdata_player">http://m.youtube.com/#/watch?v=BbihuPWC ... ata_player</a>
אזוי ווי דער פאמעסט איז ממשמש ובא וועל איך אביסל אפדעיטן דעם ציבור די פרישע אנטוויקלונגען,
ווי עס קוקט אויס גייט לעווין ווידערערוויילט ווערן, צוליב 2 הויפט סיבות,
1, זיין קעגנער פירסאן איז שוואכע מעשיות, ער איז גאר ווייט פון וואס לעווין אדער רעסלער איז, ער האט נישט די זאפט די ערפארונג וואס פארלאנגט זיך פאר א סיטי קאנסיל, ער איז שוואך באהאווענט אין די לאקאלע אישוס, ער האט לכתחלה געזאגט אז ער לויפט נאר ווייל ער האלט אז ס'א אומרעכט צו דערלאזן לעווין לויפן אן קיין קעגנער, צוליב זיינע באציאונגען מיט לאפעז'ן,
שנית והוא העיקר, לינקאלן רעסלער מיט זיין ארגעניזאציע "ניו-קינגס-דעמס" האבן געמאכט אזא קאלטע שלום מיט לעווין, לעווין איז אראפגעקומען צו די ארגעניזאציע צו פארלאנגען זייער ענדארסמענט ער האט פארדאמט ברבים לאפעז'ן און ער שרייט חי וקיים אז ער האט מיט לאפעז מער גארנישט, עם כל זה האט יעדער זיך פארגעשטעלט אז ניו-קינגס-דעמס גייט נאטירליך אינדארסירן פירסאן אבער למעשה האבן זיי אפציעל קיינעם אינדארסט, דאס איז געווען א גרויסע סורפרייז, אדערווייז איז לעווין גאנץ פאפולער און אויב ער שאקלט זיך אפ פון די "לאפעז" באגאזש סוקסעספול איז ער א געווינער,
די אהרונים גייען לכאורה יא גיין מיט פירסאן, דאס מיינט זיי גייען מיט א פארלירער, דאס איז קיין באטעמ'טע זאך, אבער נישט עק וועלט, דאס קען מען נישט אלעמאל קאנטראלירן, די זאליס האבן שוין אויך מערער מאל געשטימט מיט א פארלירער, ווי למשל דילאן און קאנאר וכדומה
יא אבער UJO גייט מיט א פארלירער ווען זיי האלטן אז מ'דארף גיין מיט אים צוליב הכרת הטוב, זיי קוקן נישט אויף פאולס און דאס מאכט זיי טאקע א רעספעקט אין סיטי האלל. מילא פארגלייך נישט די ארויניםס גיין מיט פארלירערס צו נידערמאנס/UJO גיין מיט פארלירערס. והבן
גאלד
די אהרונים גייען לכאורה יא גיין מיט פירסאן, דאס מיינט זיי גייען מיט א פארלירער, דאס איז קיין באטעמ'טע זאך, אבער נישט עק וועלט, דאס קען מען נישט אלעמאל קאנטראלירן, די זאליס האבן שוין אויך מערער מאל געשטימט מיט א פארלירער, ווי למשל דילאן און קאנאר וכדומה
נישט אזוי זיכער.
ווי עס קוקט יעצט אויס וועלן זיי נישט גיין מיט איהם, דערווייל איז ר' גרשון שלעזינגער די איינציגסטער פון די ארוינים וואס בעקט אים.
אינדיג האט שוין אויך געמאכט א קאלטע שלום מיט לעווין.
די ארונים האבן אמאל איינעם נישט מכיר טובה געווען?
יא. זיי זענען געגאנגען קעגען קאננער וואס ער איז געווען גוט פאר די קאמיוניטי. און נאך קאנדידאטן וואס זיי האבן געוואלט אונטערברענגען בלויז ווייל UJO האט זיי אויך געגליכן
וואס מיינט גוט פאר די "קאמינוטי"? די "קאמיוניטי" און וומ"ב האט פארשידענע פראקציעס ליידער, אז איינער איז גוט פאר UJO חסידים מיינט נאך נישט ער איז גוט פאר UJCARE חסידים וכדומה, קאננאר האט געשטיפט דעם לאפעז וואגן וואס האט געארבעט בפומבי קעגן געוויסע און די קמיוניטי ממילא האבן זיי נישט געהאט קיין שום שעובד פון "הכרות הטוב"
און וואס איז געווען סטיוו קאהן'ס חטא לאנגיעיגער דיסטריקט ליעדער. די ליסט גאוס אן ענד אן. אויף יעדן וועסטע זאגט אז זיי האבן געשטיפט איין וואגאן. און אינטערעסאנט אז אלע יארן זענען זיי דיר גוט געווען
כעל דיר מסביר זיין, די קאנצעפט פון "הכרת הטוב" איז נאר נוגע ווען "all things are equal" ד"מ ביידע קאנדידאטן פארשפרעכן צו זיין די זעלבע גוט און די איינציגע חילוק איז נאר אז איינער איז א געווינער און דער אנדערער פארלירער, דעמאלטס איז שייך צו זאגן אז טראץ וואס פאליטיש איז בעסער צו גיין מיט א געווינער אבער אלס הכרת הטוב העליך מיך האלטן מיטן פארלירער, אבער אויב אויב איין קאנדידאט פארשפרעכט צו ארבעטן פאר מיין אינטערערסע אפי' א טראפ מער ווי דער אנדערער, איז לגמרי נישט שייך "הכרת הטוב"
אקעי. אבער א יעדער נארמאלער פאליטישאן ווייסט אז די זאליס זענען מער ווי א טראפ גרעסער ווי די ארוינים אין וויליאמסבורג. איז אפילו זיי זענען א טראפעלע בעסער פאר די זאליס וואלט דאס יעדע נארמאלע מענטש געמעגט פארשטיין.
ארבעטן פאר איינעם'ס אינטערעסע האט זערא שייכות צו ער איז גרעסער אדער קלענער פון א אנדערע קאמיוניטי,
עפעס טוט זיך
<a class="postlink" href="http://whereslevin.com/">http://whereslevin.com/</a>
א שטיפ פארויס האט די קאנידאט סטיוו פירסאן באקומען.נאכדעם וואס קאנגרעס פרוי וואלעסקאווז האט אים אינדורסט .סוי ווי סקוקט אויס גיין די ארונים מיט אים. אבער דער רעסאלער קאמפני האלט אים נישט ביים אינדורסען דערווייל
לכאורה איז עס נישט קיין גרויסן שטיפ, ווייל יעדער ווייסט אז די אינדארסמענט איז סתם פאר א פאליטישע נקמה.
ווי אויך איז דאס נישט מעלה און מוריד ווען וויליאמסבורג קען אנטשיידן דעם פארמעסט.
מען קען אויך זעהן אז קיין איין יוניאן האט נישט אינדארסט פיערסאן אין די צייט וואס לעווין האט באקומען די אינדארסמענטס פון די גרעסטע יוניאן'ס.
<a class="postlink" href="http://politicker.com/2013/08/nydia-velazquez-backs-challenger-to-councilman-steve-levin/">http://politicker.com/2013/08/nydia-vel ... eve-levin/</a>
די קאמפפיין הייבט זיך אפיציעל אן
ברעקינג
די ארונים גיין וואיטען פאר קווין ביי די מעיאר וואלן
פארוואס? דאס איז אלץ קפידא אלץ צו גיין מיטען פארלירער אפילו זי איז א מנוולת?
זאליס און ארונים גייען ביידע מיט טאמפסאן - דערווייל
דער יודישער גאס בעט'זך צו ביידע פראקציעס סיי זהב'ן און סיי זר'ן ביטע מאכט'ס א רואיגע וואל קאמפיןן און צורידערט ניש די מוחות אין די קורצער פארבליבענער זמן צווישען די קאנטרי און די סליחות טעג
ביטע לאזט געמאכט דעם ציבור וואס איז שוין זוי אויך באשאנקען מיט פילע יודישע 'צימעס' ליידער און מאכט א שטילער רואיגער פארמעסט וואס וועט לכ' סייווי ברענגען די זעלבע דיפערענצען נאר יעדער מיט עטליכע שטימעס ווייניגער פראסענטיש
דינייט ביי די אנדערע חלק אידישע גאס
ראשי ומוסדות סאטמאר מהרז"ל מיט די ארגענעזאציע אחים לדעה וועלן היינט 4 אזייגער אפהאלטן א Press Conference צי אינדארסן Bill Thompson פאר Mayor