☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » פארוואס פרויען טארן נישט לערנען

פארוואס פרויען טארן נישט לערנען

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #352

שמואל הלוי » דינסטאג אפריל 10, 2012 1:18 am

· #4254
פארוואס פרויען טארן נישט לערנען
אין א שפעטע נאכט שעה, אין איינע פון די ערב פסח טעג, בין איך מודיע פאר די בעל הבית'טע אז אין בעפארברייטונג צום כשר'ן די קיך, וועט זי נישט טארן נוצן די הייסע וואסער פונעם קראן במשך 24 שעה בעפארן כשר'ן.

זי קוקט מיר אן מיט צוויי צושרויפטע אויגן, וואס הייסט?

האב איך מקיים געווען דעם כה תאמר לבית יעקב, און מיט שיינע רייד איר עקלערט די איינצעלהייטן פון הלכות הגעלה, אבער היא בשלה, זי פארשטייט נאך אלס נישט...

וואס פונקטליך פארשטייסטו נישט? פרוביר איך צו קומען צום שורש פונעם פראבלעם.

ביז ענדליך האט זי געטראפן די ריכטיגע ווערטער מסביר צו זיין איר פראבלעם. ס'איז ממש נישט צום פארשטיין, מען גייט דאך אנגיסן די קאנטער'ס און די סינקס נישט מיט פלעינע הייסע וואסער, נאר מיט בריעדיגע קאכעדיגע וואסער, נו אויב אזוי איז דאך הייסע וואסער נאר א מעלה דא, ס'וועט דאך העלפן כשר'ן, פארוואס טאר מען פאר א גוט יאר נישט נוצן קיין הייסע וואסער 24 שעה פארן כשר'ן???

נישט לייכט איז מיר אנגעקומען איר צו ערקלערן קלאר און דייטליך, אבער סוף כל סוף איז עס מיר געלונגען, און איך האב בארייכערט איר חכמת נשים מיט נאך א הבנה'לע און ידיעה'לע וואס איך האף אז זי וועט דאס געדענקן ביז איבער א יאר, און איך וועל נישט ברויכן נאכאמאל פארנוצן אזויפיל שפייעכטס פאר אירעט-וועגן.


דאס איז בלויז איינס פון צענדליגע ביישפילן פארוואס פרויען טארן נישט לערנען.

שמואל הלוי » דינסטאג אפריל 10, 2012 1:27 am

· #4259
Re: פארוואס פרויען טארן נישט לערנען
[ציטאט אראפגענומען]

פרעג נאר מיין ווייב, זי וועט דיר עס מסביר זיין מיט פולע באק-ציינער.

געפילטע פיש » דינסטאג אפריל 10, 2012 2:19 am

· #4267
Re: פארוואס פרויען טארן נישט לערנען
[ציטאט אראפגענומען]

יאנקל איז גערעכט, ס'לאו דוקא אז שמואל הלוי איז צופיל קלוגער פונם ווייב זיינעם, דאס וואס זי האט נישט פארשטאנען דעם קאנסעפט פון בן יומו איז ווייל די מיידליך באנונז האבן קיינמאל נישט געלערנט די יסודות פון בשר וחלב, תערובת, וכדו' און אפילו אויב זיי לערנען יא עפעס הלכות בשר וחלב און שבת איז עס זייער אויבערפלעכליך פסקי הלכות וואס זיי פארגעסן נאך פארן גראדועישאן, ס'אום מעגליך צו געדענקען אזוי פיל פסקי הלכות נאמער האט מען נישט ארויס די בעקגראונד .
וויפיל מאל האט איר שוין מסביר געווען ס'ווייב אז ערב שבת נאכן קוגל מעג מען נאך אלץ טרונקען א קאווע אפילו מ'געמאכט די קוגל מיט א פליישיגע מעסער אין א פליישיגען אויבן און געשניטן די צוויבל מיט א פליישיג מעסער?

יידל » דינסטאג אפריל 10, 2012 2:38 pm

· #4288
Re: פארוואס פרויען טארן נישט לערנען
געפילטע פיש

וויפיל מאל האט איר שוין מסביר געווען ס'ווייב אז ערב שבת נאכן קוגל מעג מען נאך אלץ טרונקען א קאווע אפילו מ'געמאכט די קוגל מיט א פליישיגע מעסער אין א פליישיגען אויבן און געשניטן די צוויבל מיט א פליישיג מעסער?

דג ממולא, חבל שלא יכולים לתת יותר מלייק אחד להודעה. אז הנה: 👍 👍 👍 👍

קול גדול » דינסטאג אפריל 10, 2012 2:55 pm

· #4296
Re: פארוואס פרויען טארן נישט לערנען
נשים זענען דאך דעתן קלות, דעריבער האבן די חכמים מורא געהאט אז זיי וועלן אויסנוצן זייער בינה יתרה צו טרעפן קולות און היתירים אזויווי ביי דעם פאל צו מעגן נוצן הייס וואסער.

אךשמח » מיטוואך אפריל 11, 2012 1:25 am

· #4346
Re: פארוואס פרויען טארן נישט לערנען
פרויען פלעגט מען אמאל יא לערנען די הלכות וואס זיי דארפן צו וויסן און זיכער וואס איז נוגע אין קיך. זיי האבן געקענט די הלכות פיל בעסער ווי די מענער.

עס איז נאר איינע פון די פילע דברים שצריכין תיקון.

געפילטע פיש » מיטוואך אפריל 11, 2012 1:50 am

· #4349
Re: פארוואס פרויען טארן נישט לערנען
אךשמח
פרויען פלעגט מען אמאל יא לערנען די הלכות וואס זיי דארפן צו וויסן און זיכער וואס איז נוגע אין קיך. זיי האבן געקענט די הלכות פיל בעסער ווי די מענער.

עס איז נאר איינע פון די פילע דברים שצריכין תיקון.

ווי האט מען זיי דאס געלערנט? אין פאבליק סקול אדער אין צאנה וראנה?

משה געציל » מיטוואך אפריל 11, 2012 9:59 pm

· #4426
Re: פארוואס פרויען טארן נישט לערנען
וויפיל מאל האט איהר שוין מסביר געווען אינדערהיים אז חוץ די צווייטע טעג פסח זאגט מען אייביג שהחיינו ביי לעכט צינדען? ווען עס קומט למעשה געדענקען זיי? א פייג! , טא איז דען נישט פיהל בעסער אז אין די צייט זאהלען זיי זיין פארנומען מיטען מאכען א גוטען קוגעל?

געפילטע פיש » מיטוואך אפריל 11, 2012 11:14 pm

· #4436
Re: פארוואס פרויען טארן נישט לערנען
משה געציל
וויפיל מאל האט איהר שוין מסביר געווען אינדערהיים אז חוץ די צווייטע טעג פסח זאגט מען אייביג שהחיינו ביי לעכט צינדען? ווען עס קומט למעשה געדענקען זיי? א פייג! , טא איז דען נישט פיהל בעסער אז אין די צייט זאהלען זיי זיין פארנומען מיטען מאכען א גוטען קוגעל?

פראביר'זע מסביר'ן מיטן טעם, פארוואס'זע איז פסח פארענדערט געווארן פון אלע אנדערע יונטעוו'ס פון אגאנץ יאר, אז די צווייטע טעג פסח איז די איינציגסטע יום טוב וואס איז נישט קיין נייע יום טוב, משא"כ שמיני עצרת זאגט מען שמיני עצרת החג הזה, אפשר אזוי וועט עס אריינגיין.

לאדיך אפ » מיטוואך אפריל 11, 2012 11:18 pm

· #4438
Re: פארוואס פרויען טארן נישט לערנען
משה געציל
וויפיל מאל האט איהר שוין מסביר געווען אינדערהיים אז חוץ די צווייטע טעג פסח זאגט מען אייביג שהחיינו ביי לעכט צינדען? ווען עס קומט למעשה געדענקען זיי? א פייג! , טא איז דען נישט פיהל בעסער אז אין די צייט זאהלען זיי זיין פארנומען מיטען מאכען א גוטען קוגעל?

האהא, יעדעס מאל זי פרעגט, דארף ער לויפן קוקן אין מחזור.... ער געדענקט אויך נישט... 😂 😳

גלות יוד » מיטוואך מאי 2, 2012 11:58 am

· #9356
Re: פארוואס פרויען טארן נישט לערנען
בכלל דארף מען נזהר זיין די פרויען זאלן נישט מיטזאגן שהחינו ביים סדר ווען מ'מאכט צוזאמען קידוש

שמואל הלוי » מיטוואך מאי 2, 2012 12:04 pm

· #9357
Re: פארוואס פרויען טארן נישט לערנען
און ווען ס'איז דא יקנה"ז (ווי געווען היי יאר) אויך נישט הבדלה

גלות יוד » מיטוואך מאי 2, 2012 12:48 pm

· #9366
Re: פארוואס פרויען טארן נישט לערנען
גערעכט

א איד » דאנערשטאג מאי 3, 2012 11:55 pm

· #9799
Re: פארוואס פרויען טארן נישט לערנען
שטעלטס ענק פאר אז פרויען מעגן ווען יא לערנען

ווער וואלט געוען די גרעסער ת"ח אינדערהיים?

ביי מיר אינדערהיים, מיין כגופי קוקט ארויף אויף מיר, אזוי ווי משה רבינו.

פארוואס ווייל איך קען בעסער ווי איר (וואס דאס מיינט באמת גארנישט)

דולה ומשקה » מאנטאג מאי 27, 2013 12:39 pm

· #118437
זיי דארפען קענען קאכען נייען און באקען, קעיר נעמען פון א שטוב,
דאס אז מ'לערנט מיט זיין דקדוק לשון הקודש, נ"ך וכדומה העלפט זיי גארנישט צו צום עתיד,
ענגליש, מאטימאטיקס איז דייקא יא געאייניקט פאר זיי, ווי נישט גייען זיי דאך ארבעטן, צו קענען אויס האלטן זייער מענער וואס זיצן אין לערנען.
אבער די רוחניות'דיגע לימודים איז פשוט פאר זיי בלויז צייט שטופענישט.

מ'וואלט אויך ביי די בחורים געדארפ אויס לערנען וכו' אבער דאס איז נישט דער קעפל פון דער אשכול.

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 27, 2013 2:20 pm

· #118505
גלות יוד
בכלל דארף מען נזהר זיין די פרויען זאלן נישט מיטזאגן שהחינו ביים סדר ווען מ'מאכט צוזאמען קידוש

שוין. מ'פארט שוין צו קידוש פון פסח. מ'האלט מיר ב"ה שוין ביי'ם סיידער. דער אשכול פארט גוט אויף רעידער.
נ.ב.: נאך א מזל טוב. ס'איז שוין דא ב"ה א ניק וועלכער (שטרענגט זיך אן) טרייט נאכצומאכן "פרישער'ס" סטייל פון שרייבן. 😂

שמעקעדיג » מאנטאג מאי 27, 2013 2:28 pm

· #118509
בערל, דו כאפסט אז דו רעדסט צום דופן? גלות איד האט שוין געהאט זיין גאולה, אפגעפוצט פון דא, און ער הערט נישט וואס דו רעדסט צו אים...
שמואל הלוי איז שוין אויך נישטא, אין א אנדערע אשכול רעדסטו צו אים כאילו ער שטייט נאך דא און שמייכעלט מיט מיט דיינע 😂 😳 🙄 😃

קאווע טרינקער » מאנטאג מאי 27, 2013 4:21 pm

· #118577
בערל איז ריזיג... ער-נעמט-זיין-צייט, טרעפט אן אלטן אשכול, און לעבט דאס אויף..

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 27, 2013 9:06 pm

· #118663
שמעקעדיג
בערל, דו כאפסט אז דו רעדסט צום דופן? גלות איד האט שוין געהאט זיין גאולה, אפגעפוצט פון דא, און ער הערט נישט וואס דו רעדסט צו אים...
שמואל הלוי איז שוין אויך נישטא, אין א אנדערע אשכול רעדסטו צו אים כאילו ער שטייט נאך דא און שמייכעלט מיט מיט דיינע 😂 😳 🙄 😃

אוי מה הי' לנו יתומים היינו ואין אב. כסדום דמינו , כעמורה היינו. אוי וויי. (א שאד ס'איז נישט דא א סמיילי וואס וויינט 😕 ). וואו איז גלות יוד וואו איז שמואל הלוי?...באאאא הם הלכו למנוחות, ואותנו עזבו לאנחות.(איך 'על נאך באלד אראפברענגען די גאנצע סליחות.(.לאמיר תשובה טון. אפשר וועלן זיי צוריקקומען. אבער, ב"ה אונז זענען נאך דא. דו ביסט מיין איינציגע טרייסט.(און נאך א פאר ניקס.(. 😐 🤓

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 27, 2013 9:10 pm

· #118665
קאווע טרינקער
בערל איז ריזיג... ער-נעמט-זיין-צייט, טרעפט אן אלטן אשכול, און לעבט דאס אויף..

פארוואס אן אלטער אשכול? קוק אויפ'ן דעיט פון דולה ומשקה'ס תגובה. והשנית. ביי תורה שטייט "כל יום יהיו בעניך כחדשים"

געפילטע פיש » מאנטאג מאי 27, 2013 10:13 pm

· #118686
אויף אונזער בערל'ן קען מען זאגו, כי אלף שנים בעיניך, כיום אתמול כי יעבור.

קינות גירושין » מאנטאג מאי 27, 2013 11:05 pm

· #118703
קול גדול
נשים זענען דאך דעתן קלות, דעריבער האבן די חכמים מורא געהאט אז זיי וועלן אויסנוצן זייער בינה יתרה צו טרעפן קולות און היתירים אזויווי ביי דעם פאל צו מעגן נוצן הייס וואסער.

די אלע קילות במשך הדורות ווי למשל היתר ריבות, מכירות חמץ, מכירות השביעית איז נישט געווען דורך פרויען
פארוואס ווארפסטו ארויף א נאסע שמאטע אויף די הייליגע מאמעס?