☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » איר זעט בכלל נישט אויס אזוי שלעכט.

איר זעט בכלל נישט אויס אזוי שלעכט.

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3511

פיקציע » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 1:04 pm

· #106286
איר זעט בכלל נישט אויס אזוי שלעכט.
גיל זעמאורא (מסתמא פון זמורה) א עף בי איי טרענירטע סקעטש ארטיסט וועלכער האב שוין אפמאלען טויזענטער סקעטש פנימ'ער פאר די עף בי איי, האט אינטערוויאד און אפגעמאלן זיבן אנדערע פרויען - צוויי בילדער פון יעדע אן דעם וואס ער זאל זיי זען, בלויז מיטן אויספרעגן דעטאלן. די ערשטע סקעטש איז געווען באזירט אויף די שילדערונג פון די פרוי זעלבסט, און די צווייטע איז געווען באזירט אויף א שילדערונג פון א פרעמדן וועלכע האט זיך נארוואס געטראפן מיט די פרוי.

פארשטייט זיך אז די חילוק אויז געווען הימעל און ערד צווישן די צוויי בילדער.
זע בילד פון די פרוי פלארענס:

די לינקע איז וויאזוי פלארענס האט זיך זעלבסט געשילדערט, די רעכטע איז וויאזוי זי איז באצייכענט געווארן דורך א פרעמדן.

עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז רוב האבן זיך זעלבסט אנגעקוקט מיט סאך טונקעלערע פארבן וויאזוי זיי זענען באמת און וויאזוי זיי ווערן געזען אין די אויגן פון זייערע ארומיגע.
דער עקספערימענט איז געמאכט געווארן דורך די זייף פירמע 'דאווו' און וועט יעצט גענוצט ווערן פאר אן אדווערטייזינג קאמפיין.

זע מער: עדוויק

פיקציע » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 1:07 pm

· #106288
דאקומענטערי איבער די מעלעריי.

זר זהב » פרייטאג אפריל 19, 2013 3:27 pm

· #106782
דעי אשכול באלאנגט ענדערש אין 'קונסט'

געפילטע פיש » פרייטאג אפריל 19, 2013 3:48 pm

· #106794
אדער וויסענשאפט.

פיקציע » זונטאג אפריל 21, 2013 2:15 am

· #107008
סוף פון די טיימס ארטיקעל וואס יאנקל האט געברענגט שרייבן זיי איבער די וועלכע זענען נישט אזוי העפי מיט די געדאנק פון די עד.
זיי ברענגען פון א פרוי וועלכע טענה׳ט אז שיינקייט איז נישט די עיקר (אפילו) ביי פרויען.

דאס זענען די ווערטער:
While Ms. Brice praised the quality of the ad and said she did not want to “demonize” Dove or the ad, her mixed feeling lingered.

“What if I did look like that woman on the left?” she said, referring to the less flattering sketches of the women. “There are people that look like that.”