☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » פסח מעין כל המועדים

פסח מעין כל המועדים

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #351

שמואל הלוי » דינסטאג אפריל 10, 2012 1:05 am

· #4247
פסח מעין כל המועדים
אריינקלערענדיג האב איך באמערקט אז אינעם יו"ט פסח איז דא א מעין פון אלע ימים טובים.


מען מאכט א פייער ער"פ ביי שריפת חמץ ווי די הדלקה פון ל"ג בעומר

מען איז אויף [כמעט] א גאנצע נאכט ביים סדר אזוי ווי שבועות

די אפיקומן זעקל נוצט מען פארן שופר ראש השנה (ווי אויך איז דא צו באקומען "שברים מצות" וואס דערמאנט פונעם שברים פונעם שופר)

מען טוט אן א קיטל ווי יום כיפור

סוכות איז דאך פשוט - גז"ש חמשה עשר חמשה עשר

מען עסט לאטקעס און כרעמזלעך ווי חנוכה

מען טרינקט ד' כוסות וויין ווי פורים (חוץ מזה מאכט מען יום ב' דיו"ט א אסתר קוגל און מען זינגט שושנת יעקב)

זר זהב » זונטאג מערץ 17, 2013 1:26 am

· #97520
מ'עסט מער פירות אום פסח וואס דערמאנט פון ט"ו בשבט. אדער קען מען דא אויך נוצן די גז"ש חמשה עשר חמשה עשר.

קאווע טרינקער » זונטאג מערץ 17, 2013 9:40 am

· #97594
סעודת אסתר ביום שני, איז א רמז אויף כ"א כסלו.

משה געציל » זונטאג מערץ 17, 2013 9:44 am

· #97595
דער גאנצער יציאת מצרים ווייזט דאך אויפן רבינ'ס הצלה! ווען נישט דעם זענען מיר נאך אלע פארכאפט איצט אין טומאת מצרים מיט קורצע פילפארביגע גאטשעס, און קאפלעך פון פיר שניטן ל"ע.

נולד מאוחר » זונטאג מערץ 17, 2013 11:37 am

· #97631
האסט ארויסגעלאזט יום כיפור. מטאר גארנישט עסן.

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 17, 2013 1:12 pm

· #97679
פראגע צו שמואל הלוי
דו האסט עפעס א פשט'על אויף שמחת תורה? (סמיכת הפרשיות עפ"י פרדס, אושפיזין וכו') ילמדינו רבינו.

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 17, 2013 1:16 pm

· #97680
משה געציל
דער גאנצער יציאת מצרים ווייזט דאך אויפן רבינ'ס הצלה! ווען נישט דעם זענען מיר נאך אלע פארכאפט איצט אין טומאת מצרים מיט קורצע פילפארביגע גאטשעס, און קאפלעך פון פיר שניטן ל"ע.

און אפשר וואלטן מיר געווען ציוניסטן, ח"ו. ווייל מצרים האט דאך אונטערגעשריבן א שלום אפמאך מיט מדינת ישראל.