☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » החסידות בדורינו עפ"י הרמב"ם

החסידות בדורינו עפ"י הרמב"ם

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3509

שיח ושיג » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 11:19 am

· #106209
החסידות בדורינו עפ"י הרמב"ם
עס איז כדאי צו כאפן א בליק אין רמב"ם אנפאנג הל' עבודת כוכבים צו זען ממש ווי אזוי עס ארבעט חסידות בדורינו. וזה החלי, איך וועל מעתיק זיין די לשון פונעם הייליגן רמב"ם אין מבאר זיין לפי דורינו.
בימי אנוש טעו בני האדם טעות גדול וכו' וזו היתה טעותם, אמרו הואיל והאלהים ברא כוכבים אלו וגלגלים להנהיג את העולם ונתנם במרום וחלק להם כבוד והם שמשים המשמשים לפניו ראוין הם לשבחם ולפארם ולחלוק להם כבוד. וזהו רצון האל ברוך הוא לגדל ולכבד מי שגדלו וכבדו, כמו שהמלך רוצה לכבד העומדים לפניו וזהו כבודו של מלך.
וויבאלד די אדמורי"ם זענען געבוירן אין די משפחות קדושות אין זיי פירן אן עדה יודן, זיי זענען מנהיגים, אין דער באשעפער האט זיי צוגעטיילט כבוד אויף דער וועלט, אין אויף זיי זאגט מען אז זיי זענען צדיקים, איז ראוי אז מען זאל זיי משבח זיין אין זיי זייער מכבד זיין, אין דאס איז דער רצון השי"ת אז מען זאל מכבד זיין אין גרויס מאכן וועמען ער האט גרויס געמאכט, אזוי ווי א מלך בשר ודם וויל אז מען זאל מכבד זיין זיינע שרים וועמען ער האט גרויס געמאכט. אין מען ברענגט נאך ראיות פון ספרי תלמידי בעש"ט אז מ'איז מחיוב צו האבן אמונת צדיקים אין התקשרות אין התבטלות לצדיקים, אין אויף זיי איז עס געזאגט געווארן, דאס איז רצון השי"ת.
כיון שעלה דבר זה על לבם התחילו לבנות לכוכבים היכלות ולהקריב להן קרבנות ולשבחם ולפארם בדברים ולהשתחוות למולם כדי להשיג רצון הבורא בדעתם הרעה.
כיון שעלה דבר זה על לבם, האט מען אנגעהויבן אויפצובויען די חסידות, בויען גרויסע בתי מדרשים, בויען אייגענע בתי חינוך מגדל צו זיין קינדער מיט די אמונה, מענטשן זענען גרייט זיך צו עפענען די טאשן פאר די רבי'ס, זיי צו רומען אין לויבען, ווי ער קומט נאר איז ער די חשוב'סטע אין יעדער איז מסביר וואס א גרויסע זכי' עס איז אים צו האבן, דאס גאנצע אידישקייט דרייט זיך איבער אים, יעדער ביקט זיך פאר זיי, מ'שטייט אויף די פארענטשעס ווי תרנגולים אין מ'קוקט ווי אזוי ער עסט, מ'שטופט זי צו קענען כאפן א בליק אויף אים, בטל רצונך מפני רצונו איז געזאגט געווארן אויף זיי אויך, נישט נאר אויפן באשעפער.
וזה היה עיקר עבודת כוכבים. וכך היו אומרים עובדיה היודעים עיקרה. לא שהן אומרים שאין שם אלוה אלא כוכב זה.
נישט אז מ'זאגט אז די רבי איז א גאט אין ס'איז ח"ו נישט דא א באשעפער אויסער ער.
הוא שירמיהו אומר מי לא ייראך מלך הגוים כי לך יאתה כי בכל חכמי הגוים ובכל מלכותם מאין כמוך ובאחת יבערו ויכסלו מוסר הבלים עץ הוא.
כלומר הכל יודעים שאתה הוא לבדך אבל טעותם וכסילותם שמדמים שזה ההבל רצונך הוא:

כלומר, יעדער ווייסט אז דער באשעפער איז דער איינציגער, נאר די רצון השי"ת איז אז מ'זאל דאס טון. אזוי ווי מ'הערט היינט אסאך מענטשן זאגן אז דאס איז נישט עבודה זרה ווייל מ'האלט נישט אז ער איז די גאט, די אמאליגע עובדי עבודה זרה האבן אויך נישט אזוי געהאלטן.
אחר שארכו הימים עמדו בבני האדם נביאי שקר ואמרו שהאל צוה ואמר להם עבדו כוכב פלוני או כל הכוכבים והקריבו לו ונסכו לו כך וכך ובנו לו היכל ועשו צורתו כדי להשתחוות לו כל העם הנשים והקטנים ושאר עמי הארץ וכו'
אזוי איז עס געגאנגען ווייטער אין ווייטער די משוגעתן זענען געשטיגן, יעדער חסידות האט זיך אויסגעפארמט אייגענע געזעצן אין מנהגים, נביאי שקר וואס זאגן פונקטליך ווי אזוי די חסידות דארף זיך פירן, להגדיל הטראסק, ולהגדיל כבוד בית החסידות וואס דאס איז די גרעסטע זאך אין די כבוד פון די חסידות דארף מען אויפבויען, לעשות לנו שם, אין ריזיגע היכלות ווי די גאנצע עולם קען זיך צאמקומען לכבודו פונעם רבי'ן ובניו.
וכהניהם אומרים להם שבעבודה זו תרבו ותצליחו ועשו כך וכך ואל תעשו כך וכך. והתחילו כוזבים אחרים לעמוד ולומר שהכוכב עצמו או הגלגל או המלאך דבר עמהם ואמר להם עבדוני בכך וכך והודיע להם דרך עבודתו ועשו כך ואל תעשו כך. ופשט דבר זה בכל העולם לעבוד את הצורות בעבודות משונות זו מזו ולהקריב להם ולהשתחוות.
אין די פרעדיגער האבן מסביר געווען אז מ'מיז אזוי טון אין אזוי ווערט מען נאנט צו רבי'ן אין צום אייבערשטען, פון אלע קלייניקייטען מאכט מען גרויסע זאכן, אין מ'זאגט אז דוקא אזוי, ביי אונז פירט מען זיך אזוי, אין דאס איז די רצון פונעם רבי'ן, די געלט זויגערס זאגן אז זיי האבן אליינס גערעדט מיטן רבי'ן אין ער האט געזאגט ווער ס'וועט געבן געלט פאר דעם וועט ער מכיר טובה זיין אין דעס איז זיין גרעסטע נחת רוח, די איינגעשטעלטע פרעדיגן ווי אזוי עס איז די בעסטע וועג צו דינען דעם רבין, טייל זענען אין נאנטע פארבינדינג מיט אים אין זיי געבן איבער זיין הייליגען רצון.
וכיון שארכו הימים נשתכח השם הנכבד והנורא מפי כל היקום ומדעתם ולא הכירוהו ונמצאו כל עם הארץ הנשים והקטנים אינם יודעים אלא הצורה של עץ ושל אבן וההיכל של אבנים שנתחנכו מקטנותם להשתחוות לה ולעבדה ולהשבע בשמה. והחכמים שהיו בהם כגון כהניהם וכיוצא בהן מדמין שאין שם אלוה אלא הכוכבים והגלגלים שנעשו הצורות האלו בגללם ולדמותן.
ס'איז דורך א לאנגע צייט ביז מ'האט פארגעסן וואס דאס מיינט ארגינעלע אידישקייט, פון טון א מצוה, דאווענען אין לערנען, בלתי לה' לבדו, מיט די כח הקדושה פון אלע גדולי ישראל וואס זיי האבן אונז געלערנט ווי אזוי צו זיין יודן, מ'וויסט נאר פון א אידישקייט וואס איז געבויעט בעיקר אויף דינען א געוויסע משפחה, א געוויסע אידילאגיע, אין אנע דעם האבן זיי נישט השגה וואס דאס איז אידישקייט, אז איינער פון זיי איז מכיר אז די אלע זאכן וואס ער איז נתגדל געווארן זענען שקר, האט ער נישט קיין אנונג וואס יא, אלעס דרייט זיך בייא ים ארום די רבי ומשפחתו והחסידות.
אבל צור העולמים לא היה שום אדם שהיה מכירו ולא יודעו אלא יחידים בעולם כגון חנוך ומתושלח נח שם ועבר.
אין בדורינו אלה איז דא אסאך מער פון יחידים וואס קענען יא דעם באשעפער כצורתו, נאר מ'הערט נישט פון זיי ווייל זיי זענען נישט קיין צאמגענומענער כח, זיי זענען פשוט ארגינעלע יודען, זויבערע יודן, געטריי צום באשעפער אין זיי תורה, אין צו אלע גאוני וקדושי ישראל די בכל דור ודור, וואס די באשעפער איז עמד ושתלן בכל דור ודור, אז אונז זאל מ'יר זיך קענען דערהאלטן, אבער ח"ו נישט מאכן פון זיי א דבר נפרד, אן עבודה זרה, מכבד זיין תלמידי חכמים ווייל די אייבערשטער האט געהייסען מזאל זיי מכבד זיין, את הק אלקיך תירא לרבות תלמידי חכמים, אבער נישט מאכן אן עבודה זרה פון גרויסע מענטשן.
ועל דרך זה היה העולם הולך ומתגלגל עד שנולד עמודו של עולם והוא אברהם אבינו:
ועל דרך זה איז דער וועלט מתגלגל ביז משיח וועט קומען וואס דעמאלטס וועט זיין ומלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים, וואס די גאנצע בריאה וועט מכיר זיין אז ה' אחד ושמו אחד, יה"ר שיהי' במהרה בימינו ונזכה לראות בישועת כל ישראל ושמחתן ס'זאל קיינער נישט נדחה ווערן, אמן.

שיח ושיג » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 7:58 pm

· #106468
דא איז די פייל פאר ווער עס וויל עס דאונלאודען
📎 רמבם הל' עכום.docx

שיח ושיג » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 9:02 pm

· #106500
[ציטאט אראפגענומען]

איך האק נישט אויף רבנים, איך רעד פון אדמורי"ם, אפי' ערליכע, אבער די פאלשקייט וואס קומט פאר, אפי' די רבי זאל זיין א צדיק, דאס איז געווען די טעות פון עבודה זרה בימי אנוש.

שיח ושיג » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 9:15 pm

· #106507
[ציטאט אראפגענומען]

דער טעות וואס די דור אנוש האט געמאכט מאכן די חסידות'ער היינט. קוק גוט דורך די אנפאנג ווערטער פונעם רמב"ם וועסטו עס זען קלאר.

פשטידא » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 11:30 pm

· #106543
שיח, אין פרינציפ ביזטו גערעכט, אבער ממי איז אויך גערעכט, די הכללה איז דא וואס ס'מאכט עס פסול.

דער עצם געדאנק אז ס'זענען דא חסידים/חסידות'ער וועלכע דינען עבודה זרה כבר קדמוך גדולים וטובים, ובמיוחד זענען באקאנט די ווערטער פון הרה"ק מהרצ"א איבער דעם ענין, וזה היה אחד מיסודות המחלוקת בין צאנז לבני הרה"ק מריזשין זצ"ל, ואין צורך להאריך בזה.

(אין סאטמאר פלעגט דער רבי זי"ע שטארק מקפיד זיין דערויף, און רוב סאטמארע חסידים פלעגן זיך איינרעדן אז זיי זענען טאקע נישט די סארט חסידים... ואכ"מ).

אבער דער נוסח וויאזוי דו לייגסט עס אראפ איז עטוואס צו ווילד, און מאכט אויסזען ווי דו רעדסט פון חסידות בכלל, בדרך שכבר קדמו לך גדולי המשכילים והמתנגדים. כמעט אלע דיינע ווערטער קען מען אביסל ארומפוצן און עס ארויפלייגן אויף יעדן גדול אין יעדן דור.

ביזט נישט דער ערשטער וואס שרייט "ומדוע תתנשאו". כאטש ס'קוקט מיר אויס אז דיין כוונה איז געווען א גוטע.

הוגה » פרייטאג אפריל 19, 2013 12:44 am

· #106570
[ציטאט אראפגענומען]


הרב שיח, איך האב זייער הנאה געהאט פון די צוזאמשטעל, זייער פיין אריינגעטייטשט. בעצם איז די נושא א זאך וואס זייער אסאך טראכטן דערפון אבער ווייניג וואגן זיך עס ארויסצוזאגן מיטן מויל. אבער אויב מעג מען עס טראכטן מעג מען עס זאגן.

הרב ממי, עס איז אזויפיל עבודה זרה ממש ווי די אייפאון איז גילו עריות, ווי זיצן מיט א קאמפיוטער אליינס אין א שטוב איז בגדר ייחוד עם הערווה וכו' וכו' עי' בדרשות ר' משה גרין' קאשוי רב' ועוד.

חוץ מזה, דו אין איך ווייסן אז נישט דאס האט ער געמיינט. יעדער ווייסט אז גיין צו א רבי איז נישט ביהרג ואל יעבור (עס איז העכסטענס נישט מער ווי א לאו..... ) איך גלייב נישט אז רבי שיח וועט זיך קריגן מיט דיר אויף דעם. די פוינט זיינער איז ווייטער ריכטיג און איך בין נישט זיכער אז דו קרוגסטעך דערויף. לגבי דיין טענה פארוואס ער טייטשט די "ריכטיגע" פונקט אריין אין א רמבם, נו, ער זאגט דאך עס נאר בדרך דרוש. כעין וואס מ'טרעפט אין כמעט אלע ספרי דרוש וחסידות וואו זיי טייטשן אריין א געוויסע נקודה אין א פסוק כאטש מען ווייסט אז אין המקרא יוצא מידי פשוטו.

אלא מאי, מענטשן האבן א שוואכקייט אז ס'באדערט זיי ווען מען מאכט חוזק פון רביס. ביי א שבע ברכות האט די בדחן געטריבן ליצנות פון יעדעם איינעם און אלע האבן הנאה געהאט. צום סוף האט ער געמאכט אפאר דזשאוקס אויף רביס (נישט אויף קיין רבי ספעציפיש נאר אין גענעראל) דא האבן זיך עטליכע אירע גערעגט. איך פארשטיי עס נישט. פארוואס מעג מען פון א רבי ווייניגער חוזק מאכן ווי פון פלאמבערס? שטייט דען ערגעץ אין די צורה אן עקסטרע איסור,פון אונאת רביס? איז עס א פעזענליכע ווייטאג? איך האב עס אלעמאל געוואלט פארשטיין

שיח ושיג » פרייטאג אפריל 19, 2013 1:19 pm

· #106719
הוגה האט עס זייער גוט ארויסגעברענגט, אודאי איז עס נישט די עבודה זרה וואס ס'שטייט אין רמב"ם אבער די געדאנק וואס זיי האבן זיך טועה געווען איז די זעלבע, עס איז בדרך דרוש. יעדעס מאל איינער פון די ספרים איז מרמז עפעס אין פסוק מיינט דאך נישט דאס דער אמת'ער פשט אין עס איז ווייטער אין מקרא יוצא מידי פשוטו. אין מיר רעדן נישט פון בזיון תלמידי חכמים, אפי' זיי זאלן זיין גרויסע ת"ח, אבער דעס ענין איז נישט אויסגעהאלטן, ווייל אפי' א מענטש זאל זיין, כגובה ארזים גבהו, טאר מען נישט פון אים מאכן אן עבודה זרה. מענטשן מישן אויס די 2 זאכן. די עובדי עבו"ז בימי אנוש האבן נישט געמיינט קיין שלעכטס, זיי האבן געהאלטן אז דאס איז די רצון ה', די זעלבע איז היינט, טאקע ווייל ס'איז דא פון זיי וואס זיי זענען ערליכע אין ת"ח (עכ"פ לשיטת כמה יודן, איך וועל מיך נישט קריגן יעצט אויף דעם) פארלירט מען זיך אין מ'קומט אן צום טעות פון דור אנוש.
כל השומר שבת כהלכתו אפי' עובד עבודה זרה כדור אנוש מוחלין לו (שבת קיח)

הוגה » פרייטאג אפריל 19, 2013 2:35 pm

· #106757
כבוד הרב ממי,

מורא רבך כמורא שמים? האט ער גערעדט קעגן "זיין" רבי? בזיון תלמיד חכם, האסטעך שוין אליינס געענטפערט. בכלל איז זיין ארטיקל געצילט אקעגן דאס התנהגות און נישט אקעגן מנהיגים וואס פירן זיך נישט אזוי.

איין שטארקע פוינט האסטו יא, עס איז נישט ריכטיג צו גענעראליזירן און אריין לייגן אלע אין איין קאטאגאריע. דער טענה איז גערעכט ביי אלע סארט מענטשן. מען האט ליב צו זאגן אלע רבנים, די עירמאנטער חברה, סאטמאר, סעילסלייט, דעמאקראטן, חרדישע וכדומה און נאכדעם צולייגן א נעגאטיווע פאקט. דאס איז נישט ריכטיג ווייל כשם שאין פרצופיהם שוות גייט אן ביי יעדעם.

צוריק צום ענין, אויב איך פארשטיי גוט הרב שיח האט ער נישט געמיינט עבודה זרה ליטערילי, און אויב מען איז געצווינגן צו ווערן באגלייבט אין א רבי אזוי ווי ער מאלט אראפ איז עס נישט ביהרג ואל יעבור. די פוינט איז אבער למעשה ריכטיג (און דו ביסט אויך כנראה מסכים דערצו) אז עס זעהט אויס ווי עבודה זרה, שכלדיג איז עס זיכער ראנג, עכ"פ מיטן דעת בעל הבית, און תורה'דיג שמעקט עס אויך נישט גוט. ווי שוין פריער ערווענט, דאס מיינט נישט אז אלע רביס און אלע חסידים פירן זיך אזוי, דאס מיינט אז דער וואס יא זאל אדורך לערנען דעם רמב"ם.

לגבי דיין לעצטע שאלה, אויב מיין פערצן יעריגע גייט גיין צו ר' משה בער בעק וועל איך פאר קיין סעקונדע נישט האלטן אז ער איז אן עובד עבודה זרה, און אויב ער וועט זיצן אליינס מיט אן אפענע אינטערנעט ווערט ער נאכנישט קיין מגלה עריות. מיר האבן אסאך מאל א קרענק אז מען מוז פארגרעסערן פירצות, עוולות אדער קרענק צו דערשרעקן די עולם. איך האלט אז די עולם איז קלוג גענוג צו נעמען יעדע איינציגע פראבלעם פאר איטס פעיס וועליו, און די סיבה פארוואס פראבלעמען ווערן נישט קער גענומען איז ווייל ווען די עולם גולם כאפט זיך אז מען האט זיי איין גענארט אז אינטערנעט איז ביהרג ואל יעבר פארלירן זיי רעספעקט פאר אלעם ואכהמ"ל. איי רב וואזנער זאגט אנדערש? אדער האט ער עס נישט געמיינט אדער בכלל נישט געזאגט, און אויב יא האט ער געמאכט א טעות לדעתי.

הוגה » פרייטאג אפריל 19, 2013 3:16 pm

· #106777
זעהסטו? מיט אביסל אינטעליגענטער דיסקוסיע קענען צוויי צדדים קומען צו א צד השוה. יעצט איז די איינציגסטע פראבלעם, אויב מיר האבן זיך נישט אויף וואס צו קריגן דאן וועט דער אשכל אפשטארבן, אשר על כן וועל איך זוכן צו ציען די שמועס ווייטער.

אנטון א מלבוש פון א צדיק איז אנדערש ווי אנטון א מלבוש פון א רבי. אויך איז עס נישט די זעלבע ווי קויפן פארן רבי א עסקעלעיד, פעלץ, 25 טויזענט דאלערדיגע מנורה, קערן די גאסן פאר אים, מפקיר זיין די לעבן פאר אים, זיך אינגאנצן מבטל זיין עד כדי ווערן א שמאטע ספעציעל ווען ער דעזערווט עס נישט. וכן הדין ביי ראשי ישיבות ולאו דוקא רביס. יא אזא התנהגות זעהט אויס ווי עבודה זרה, ווי מען בעט ביים רבין פאר ישועות ווי איידער צום באשעפער, און מען האט מער בטחון אינעם רבי ווי אין גאט.

די נושא פון דערשרעקן צו עס העלפט אדער מאכט קאליע פארדינט אן עקסטרע אשכל. איין זאך איז זיכער אז ווען מען רופט עס אן מיט נעמען ווי ערגסטע עבירה, כליון, ייחוד, יסודות הדת, די עתיד פון כלל ישראל וכדומה, מען ניצט נאר די לשונות צו דערשרעקן און נישט ליטערילי, אזוי ווי איך האב געשריבן אין מיין ערשטע תגובה און דו אין דיין לעצטע.

את והב בסופה...

הוגה » פרייטאג אפריל 19, 2013 3:31 pm

· #106784
די גרעסטע תלמיד חכם אין די וועלט קען נישט מחדש זיין קיין שום הלכה, צושטעלן איז זייער שיין אבער קיין הלכה ווערט עס נאך נישט, אפשר ווערט עס א גדר, חומרא, מנהג, לכל היותר א לא תסור. איסור ייחוד קען עס ווערן אזוי שנעל ווי א כפרה קען ווערן א קרבן פסח.

הוגה » פרייטאג אפריל 19, 2013 3:42 pm

· #106790
[ציטאט אראפגענומען]


מאכן סענס האט גארנישט מיט הלכה. אין די תורה שבכתב און שבע"פ שטייט קלאר וואס איסור ייחוד איז, עס שטייט נישט קיין שום ווארט איבער ייחוד עם אדער דרך האינטערנעט. און די פאקט אז עס איז מער להלכה ווי א פלארעסענט באלב, ע"ז כבר נאמר, טו ראנגס דאנט מעיק עי רייט.,

אבער מיר פארקריכן פינעם נושא פון די אשכל, ע"ז און חסידים.

געפילטע פיש » פרייטאג אפריל 19, 2013 3:45 pm

· #106793
קודם איז אינטערנעט נישט אוטאמאטיש "א טשעט מיט א פרוי", פונקט ווי טעלעפאון איז נישט "רעדן מיט א פרוי" יא, דאס איז איינער פון די זאכן וואס מ'קען טוהן דערמיט, אבער נישט עקסקלוסיוו.
און אפילו א טשעט מיט א פרוי ווערט נישט ייחוד להלכה פונקט ווי שרייבן א בריוו און רעדן אויפן טעלעפאון איז נישט ייחוד.

berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 19, 2013 4:31 pm

· #106809
געפילטע פיש
קודם איז אינטערנעט נישט אוטאמאטיש "א טשעט מיט א פרוי", פונקט ווי טעלעפאון איז נישט "רעדן מיט א פרוי" יא, דאס איז איינער פון די זאכן וואס מ'קען טוהן דערמיט, אבער נישט עקסקלוסיוו.
און אפילו א טשעט מיט א פרוי ווערט נישט ייחוד להלכה פונקט ווי שרייבן א בריוו און רעדן אויפן טעלעפאון איז נישט ייחוד.

אין די תורה הק' שטייט "אלה המצוות, לא תוסיפו ולא תגרעו". טייטשט דער חת"ם סופר לא תוסיפו, פארמערטץ נישט. ממילא לא תגרעו. וועט עטץ נישט פארמינערן. זוכטס נישט קיין נייע מצוות.

איציק » דינסטאג מאי 21, 2013 10:00 am

· #116319
[ציטאט אראפגענומען]

😂

איחוד פעלד » מיטוואך מאי 22, 2013 11:57 pm

· #117019
שיח ושיג
עס איז כדאי צו כאפן א בליק אין רמב"ם אנפאנג הל' עבודת כוכבים צו זען ממש ווי אזוי עס ארבעט חסידות בדורינו. וזה החלי, איך וועל מעתיק זיין די לשון פונעם הייליגן רמב"ם אין מבאר זיין לפי דורינו.
בימי אנוש טעו בני האדם טעות גדול וכו' וזו היתה טעותם, אמרו הואיל והאלהים ברא כוכבים אלו וגלגלים להנהיג את העולם ונתנם במרום וחלק להם כבוד והם שמשים המשמשים לפניו ראוין הם לשבחם ולפארם ולחלוק להם כבוד. וזהו רצון האל ברוך הוא לגדל ולכבד מי שגדלו וכבדו, כמו שהמלך רוצה לכבד העומדים לפניו וזהו כבודו של מלך.
וויבאלד די אדמורי"ם זענען געבוירן אין די משפחות קדושות אין זיי פירן אן עדה יודן, זיי זענען מנהיגים, אין דער באשעפער האט זיי צוגעטיילט כבוד אויף דער וועלט, אין אויף זיי זאגט מען אז זיי זענען צדיקים, איז ראוי אז מען זאל זיי משבח זיין אין זיי זייער מכבד זיין, אין דאס איז דער רצון השי"ת אז מען זאל מכבד זיין אין גרויס מאכן וועמען ער האט גרויס געמאכט, אזוי ווי א מלך בשר ודם וויל אז מען זאל מכבד זיין זיינע שרים וועמען ער האט גרויס געמאכט. אין מען ברענגט נאך ראיות פון ספרי תלמידי בעש"ט אז מ'איז מחיוב צו האבן אמונת צדיקים אין התקשרות אין התבטלות לצדיקים, אין אויף זיי איז עס געזאגט געווארן, דאס איז רצון השי"ת.



איך מיין אז לויט דער רמב"ם איז דער דור אנוש געוועהן א טעות, אבער נישט עבודה זרה ממש, און דאס מיינט אז הוחל לקרוא, כלומר עס איז געווארען חולין'דיג, ווייל דורך מכבד זיין אנדערע איז דער אויבערשטער געווארען חולין'דיג.

און בכלל איז אנדרעש די אמונה אין רעביס ווי אין דור אנוש, ווייל זיי האבען געמיינט אז די כוכבים וגלגלים האבען אליין א כח, משא"כ די וואס גלייבען אין רעביס גלייבען אז די רבי אליין איז גארנישט, נאר ער האט א דעה ביים אויבערשטען.

און דער ענין פין כבוד איז דאך פשוט אז מען דארף מכבד זיין א תלמיד חכם. און דער רבי איז דאך א גרויסע תלמיד חכם כידוע. (דאס אז באמת איז ער אן עם הארץ איז נישט נוגע, ווייל עכ"פ גייט דער כבוד אויף אן אופן וואס מען פראבירט איינצרעדען אז ער איז יא א תלמיד חכם, ממילא לענין דער כבוד איז עס גענוג ודו"ק).


ובעיקר דבריך קשה לי, וואס איז אנדרעש למשל ר' מתתיהו פין לעיקוואד וואס באקומט פונקט אזויפיל כבוד ווי די רביס?