פרעזידענט בוש 43'ס איידעם, א בנש''ק????
עס איז געווען אין די נייעס די וואך, אז Jenna Bush טאכטער פון פרעזידענט בוש 43, מיט איר מאן Henry Hagar האבן געהאט א קינד, מזל טוב.
אויפן ערשטען בליק האט מיר די נאמען 'האגער' אנגעצונדען א לעמפעל, און נאך א גוגל סוירטש זעה איך אז ער איז טאקע א איד.
אבער נאך מער פון דעם, זעה איך היינט אויף טוויטער, אז ער איז נישט מער און נישט ווייניגער טאקע פון די באקאנטע האגער משפחה, א וויזניצער אייניקל!!
בין איך נייגעריג צו איינער ווייסט עפעס מער דערוועגן, און אויב יא, פון וועם ער ציהט זיין יחוס...
קרעמער בזמנו האט עס הערליך באשריבן אין
אייוועלט לייענט און האט הנאה!
איך האב נישט געשטעלט דעם אשכול אין צימעס פאר א סיבה.
ער רעדט נישט אויב דאס איז יא אדער נישט אמת, איך וויל וויסן צו איינער ווייסט צו ער איז טאקע פון די וויזניצע משפחה.
ער איז שוין דורות ארויף אין אמעריקא, עיין ויקפידיא וכו', שווער צוגלייבן אז זיי זענען פון די משפחה, און לכאורה איז דאס אפילו נישט אמת אז ער איז א יוד
ודי למביןער איז שוין דורות ארויף אין אמעריקא, עיין ויקפידיא וכו', שווער צוגלייבן אז זיי זענען פון די משפחה, און לכאורה איז דאס אפילו נישט אמת אז ער איז א יוד
איך האב גראדע געזוכט אויף ויקי אבער נישט געטראפן. אפשר וואלט אייך מעגליך געווען צו לינקן.
מען דארף זיכן ווי א חוקר יחוס זיכט, מען זיכט ווער זיין טאטע איז (א לוטענעט גאווענער אין ווירג'ניה) זיין טאטע (א אנפירער פון א טאבאק קאמפעני) און אזוי למעלה בקודש, מעגוגל'ט יעדע נאמען וכו' וכו'
ודי למביןמען דארף זיכן ווי א חוקר יחוס זיכט, מען זיכט ווער זיין טאטע איז (א לוטענעט גאווענער אין ווירג'ניה) זיין טאטע (א אנפירער פון א טאבאק קאמפעני) און אזוי למעלה בקודש, מעגוגל'ט יעדע נאמען וכו' וכו'
איך האב דאס טאקע געטאן, אבער פון דיינע ווערטער
ודי למבין עיין ויקפידיא וכו',
האב איך פארשטאנען אז עס איז יא דא א בלאט אויף אים, זעט אויס אז איך האב נישט אויפגעפאסט די "וכו'".
בשעתו האט מען געשמיעס אז זיין מאמע איז נישט קיין איד.
דעתי הענייה
לדעתי הענייה איז טשא טשא (אן קיין מקור) א שוואכער מראי מקום.
מאך א גוגל סוירטש, דאס איז פשוט געווען בהישג יד.
ודי למביןמען דארף זיכן ווי א חוקר יחוס זיכט, מען זיכט ווער זיין טאטע איז (א לוטענעט גאווענער אין ווירג'ניה) זיין טאטע (א אנפירער פון א טאבאק קאמפעני) און אזוי למעלה בקודש, מעגוגל'ט יעדע נאמען וכו' וכו'
אפשר האט ער געהאט אן עלטער זעידע וואס האט עולה געווען קיין אמעריקע פון די מארמאראש?