☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » נישט נאר דער עלטסטער זון מעג ווערן רבי

נישט נאר דער עלטסטער זון מעג ווערן רבי

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3503

איך זאג דיר » מיטוואך אפריל 17, 2013 7:59 pm

· #106028
נישט נאר דער עלטסטער זון מעג ווערן רבי
כ'וויל אין דעם אשכול ארויסברענגן זייער א וויכטיגע נקודה, וועגן דעם ענין פון קרוינען אויך אנדערע זון פון רבי'ן לאחר פטירתו, עס פארשטייט יעדער אז גיין מיט'ן קאפ אין וואנט און זיך איינרעדן אז נאר דער עלטסטער זון מעג ווערן רבי איז א חורבן, גיט'ס א קוק וואס ס'טוט זיך אין סאטמאר מ'רייסט זיך ביי די קעפ, פארוואס ? ווייל מ'האט אלעמאל געוויסט אז נאר דער עלטסטער זון וועט זיין רבי, און ווען ס'איז נולד געווארן דער געדאנק אז דער אנדערער זון גייט אויך ווערן רבי איז געווארן א וועלט מלחמה, דאס איז אלעס ווייל מ'האט נישט אנגעגרייט דעם ציבור אויף א מעגליכקייט אז דער אנדערער זון וועט אויך ווערן א רבי, מה שאין כן, אויב וועט מען אנגרייטן דעם ציבור אזא מציאות וועט זיך די וועלט נישט איבערדרייען ס'וועט נישט קומען צו קיין מחלוקת און נישט צו קיין שפיכת דמים, והכל על מקומו יבא בשלום, גיט'ס א קוק, דער נדבורנא רבי זצ"ל פון בני ברק האט געלאזט צוואה אז אלע זון זאלן ווערן רבי, אזוי האט אויך געטון דער שומר אמונים זצ"ל, אלע זייערע זון זענען געווארן רבי'ס או ס'איז שלום על ישראל, דאס איז זייער א גוטע זאך, ס'ברענגט שלום אויף דער וועלט

זר זהב » מיטוואך אפריל 17, 2013 8:03 pm

· #106031
גוטע פוינט
א לייק 👍

בדחן » מיטוואך אפריל 17, 2013 8:26 pm

· #106043
גיטע טאפיק, עס איז 300 יאר שפעט, די מחלוקת האט פארנומען די אויבן אן ביי אלע מחלוקת די לעצטע פאר הינדערט יאר.

א עקספערט אין די נושא, קען שרייבען דערויף בלעטער איבער בלעטער פון די נושא, אלע שו״ת ספרים זענענן פול דערמיט.

דעתי הענייה » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 12:02 pm

· #106230
און געוויסע מקומות אז אלץ געווען אזוי, אבער האט נישט אלץ פארמיטן מחלוקות.
אזוי איז געווען אין טשערנאביל (והמסתעף, סקווירא ראחמיסטריווקא, טריסק, טאלנא) רוזין (והמסתעף, אטו כי רוכלא..) קוסוב-וויזניץ נאדבורנא-קרעטשניף (דארטן פלעגט עס זיין בחיי אביהם, ר' איתמר'ל האט געהאט א 'אור אייניקל' א רבי בחייו) זידיטשוב (והמסתעף, ספינקא, קאסאן, קאמארנא) ועוד.

גאלד » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 12:20 pm

· #106241
תיקון טעות אין סאטמאר איז נישט געווען קיין מחלוקה ווער ס'מעג זיין א רבי, די מחלוקה איז געווען ווער זאל ירשנ'ן די נכסים פון די קהלה, צו די חסידים פון רבי # 1 אדער די חסידים פון רבי # 2, אבער ווערן א רבי ווער קען דען דאס איינטיילן איינעם?

דעתי הענייה » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 12:30 pm

· #106247
די אנדערע צד האט אבער אלץ געשריגען אז נאר זייער רבי קען זיין רבי.
משא'''כ די אויבנדערמאנטע מקומות, אפילו וואו עס איז געווען מחלוקת איז עס נישט געווען אז דער צווייטער קען נישט זיין רבי.

פיקציע » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 12:36 pm

· #106255
גאלד
תיקון טעות אין סאטמאר איז נישט געווען קיין מחלוקה ווער ס'מעג זיין א רבי, די מחלוקה איז געווען ווער זאל ירשנ'ן די נכסים פון די קהלה, צו די חסידים פון רבי # 1 אדער די חסידים פון רבי # 2, אבער ווערן א רבי ווער קען דען דאס איינטיילן איינעם?

מעגליך אז איר זענט גערעכט, אבער לפי זה וואס איז געווען די מחלוקה לפני פטירת האדמו"ר?

איך זאג דיר » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 12:44 pm

· #106263
נאך א נקודה וויל איך ארויס ברענגען אז נישט נאר דער יונגערער זון מעג ווערן רבי נאר דער עלטערער זון מעג אויך ווערן רבי און זיינע קינדער מעגן אויך ווערן רבי'ס און ממשיך זיין שרשרת הזהב אפילו ער האט נישט קיין זון נאר טעכטער די איידימער מעגן אויך ווערן רבי'ס ממשיך צו זיין דעם שווער'ס הנהגה און דעם זיידען'ס הנהגה ולמעלה בקודש, כאטשיק מ'האט אלעמאל געהאקט אין קאפ אריין אז נאר דער יונגערער זון וועט איבער נעמען דאס אדמורות מיטן רבנות ביינאזאם, דא איז אויך געווען דער פראבלעם אז מ'האט געהאקט אין קאפ אריין אז נאר דער ינוגערער וועט איבער נעמן די הנהגה פונעם ברודער, און אז דער עלטערער ברודער וועט נישט דערלעבן איבער צין נעמען די הנהגה פונעם טאטן איז מה טוב ומה נעים, און דערפאר ווען ס'איז נאר אפילו געווען א צל של ספק אז דעם עלטערער ברודערס איידימער וועלן איבערנעמען איז מען געווארן להשמיד, ס'האט זיך אנגעהויבן א מלחמה כבידה, ממילא קום איך ווייטער צו צום פויססנט, אז מ'טאר נישט פיטערן דעם ציבור מיט קיין פראפאגאנדע וואס מ'וועט שפעטער ליידן דערפון קוקט'ס נאר וואס ס'טוט זיך אין באבוב ווי מ'רייסט זיך ארום, מ'איז אויף מעסער שטעך, ממילא איז שוין געקומען די צייט אז מ'זאל זיך אויפהערן נאריש מאכן, ווי קליינע קינדער, וועט מען נישט האבן קיין עגמת נפש

גאלד » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 12:44 pm

· #106264
דעתי הענייה
די אנדערע צד האט אבער אלץ געשריגען אז נאר זייער רבי קען זיין רבי.

גערעכט, קען זיין אז מאנכע האבן דאס אויך געשריגן, אבער נישט דאס איז געווען דער גרמא פון די אש המחלוקה, אי משום הא וואלט שוין לאנג פארגעסן געוארן דער מחלוקה,

גאלד » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 12:46 pm

· #106269
פיקציע
גאלד
תיקון טעות אין סאטמאר איז נישט געווען קיין מחלוקה ווער ס'מעג זיין א רבי, די מחלוקה איז געווען ווער זאל ירשנ'ן די נכסים פון די קהלה, צו די חסידים פון רבי # 1 אדער די חסידים פון רבי # 2, אבער ווערן א רבי ווער קען דען דאס איינטיילן איינעם?

מעגליך אז איר זענט גערעכט, אבער לפי זה וואס איז געווען די מחלוקה לפני פטירת האדמו"ר?


ווייל די חסידים פון די פאטענשל רבי # 2, האבן ארויסגעשליידערט און דעראבערט די נכסים פון די חסידים פון די פאטענשל רבי # 1,

זר זהב » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 12:50 pm

· #106272
ר' אהרנ'ס חסידים האבן געבויעט ראדני? זיי מסביר

גאלד » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 12:53 pm

· #106274
זר זהב
ר' אהרנ'ס חסידים האבן געבויעט ראדני? זיי מסביר


אה, יעצט גייסטו שוין אריין אינעם עצם דיון, צו די נכסים געהער טאקע צו רבי # 1, אדער רבי # 2, קען זיין יא קען זיין נישט, נישט איבער דעם זעמיר יעצט דא, דאס גאנצע וואס איך וויל דא ארויסברענגען אז אין סאטמאר איז ווייט נישט געווען די מחלוקה ווער ס'מעג זיין א רבי, נאר וועלעכע חסידים זענען בארעכטיגט אויך די נכסי הקהלה,

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 12:54 pm

· #106275
איז נאך דא איינער וואס נאך די אומצאליגע חוזק מאכערס איז נאך אינטרעסירט צו ווערן א רבי?

זר זהב » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 1:01 pm

· #106281
גאלד
זר זהב
ר' אהרנ'ס חסידים האבן געבויעט ראדני? זיי מסביר


אה, יעצט גייסטו שוין אריין אינעם עצם דיון, צו די נכסים געהער טאקע צו רבי # 1, אדער רבי # 2, קען זיין יא קען זיין נישט,

אקעי, פעיר אינאף. אבער אין דיין פריערדיגע תגובה האסטו עס געזאגט באופן וודאי:

ווייל די חסידים פון די פאטענשל רבי # 2, האבן ארויסגעשליידערט און דעראבערט די נכסים פון די חסידים פון די פאטענשל רבי # 1,

גאלד » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 1:11 pm

· #106290
וואס הייסט, איר זענט אינגאנצן כופר אז בשנת תשנ"ט האט פאסירט א היסטארישע דראסטישע "טשענדשינ"ג אוו די גארד"ס" אין סאטמאר וומ"ב, וואס ווען נישט דאס וואלטן חסידי רבי # 1 באזיצט די נכסי וומ"ב?

איר האלט אז ווען רבי נומער # 2 דערקלערט זיך סאטמאר רבי, אבער בלייבט אין בארא פארק צו ירושלים, וואלט מען אפי' היינט געוויסט פון א מחלוקה?

זר זהב » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 1:17 pm

· #106295
נישט אזא דראסטישע טשענדזשינג. רוב רובו זענען נישט געווען אויף ענקער באן. מיינסט אז אין קליימער שול למשל האט מען עפעס געווארט אויף ר' אהרנ'ס רבי'סטעווע?

גאלד » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 1:26 pm

· #106301
זר זהב
נישט אזא דראסטישע טשענדזשינג. רוב רובו זענען נישט געווען אויף ענקער באן. מיינסט אז אין קליימער שול למשל האט מען עפעס געווארט אויף ר' אהרנ'ס רבי'סטעווע?


כאניש קיין אהנונג, למאי נפק"מ צו אונזער נושא

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 1:30 pm

· #106303
גאלד
וואס הייסט, איר זענט אינגאנצן כופר אז בשנת תשנ"ט האט פאסירט א היסטארישע דראסטישע "טשענדשינ"ג אוו די גארד"ס" אין סאטמאר וומ"ב, וואס ווען נישט דאס וואלטן חסידי רבי # 1 באזיצט די נכסי וומ"ב?

איר האלט אז ווען רבי נומער # 2 דערקלערט זיך סאטמאר רבי, אבער בלייבט אין בארא פארק צו ירושלים, וואלט מען אפי' היינט געוויסט פון א מחלוקה?

ר' משה גבאי יוכיח. אפגעזעהן פון וואס ר'האט געזאגט אין אינטערוויו מיט משפחה.

געפילטע פיש » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 1:32 pm

· #106304
איך זאג דיר
ממילא איז שוין געקומען די צייט אז מ'זאל זיך אויפהערן נאריש מאכן, ווי קליינע קינדער, וועט מען נישט האבן קיין עגמת נפש

הייסטעס דו גייסט עקספעקטן פון די זעלבע מענטשן וואס האבן קיין נארמאל לעבן קיינמאל געלעבט, קיינמאל נישט געהאט קיין פרעשור פון קיין משגיח, מענעדזשער, באלעבוס, אלעמאל געפיטערט געווארן מיט א גאלדענעם לעפל, אויף א זילבערנעם טאץ, אז פונקט זיי זאלן פלוצלינג ווערן גראון אפס, און לעבן בשלום מיט יעדן, בשעת זייער עולם וואס וואלט יא געדארפט צו האבן מער שכל הארגעט זיך ארום?

ס'דערמאנט מיר פון מאמר החכם ר' דזשארדזש קארלינער:
"Everybody complains about politicians. Everybody says they suck. Well, where do people think these politicians come from? They don't fall out of the sky. They don't pass through a membrane from another reality. They come from American parents and American families, American homes, American schools, American churches, American businesses and American universities, and they are elected by American citizens. This is the best we can do folks. This is what we have to offer. It's what our system produces: Garbage in, garbage out. If you have selfish, ignorant citizens, you're going to get selfish, ignorant leaders. Term limits ain't going to do any good; you're just going to end up with a brand new bunch of selfish, ignorant Americans. So, maybe, maybe, maybe, it's not the politicians who suck. Maybe something else sucks around here... like, the public. Yeah, the public sucks. There's a nice campaign slogan for somebody: 'The Public Sucks. F*ck Hope.'"

גאלד » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 1:35 pm

· #106307
דשארדש קארלין איז א אויסגעשפראכענער אפיקורס און מנוול

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 1:47 pm

· #106311
כ'ווייס נישט ווער דאס איז, כ'האב נאך זיין נאמען נישט געהערט בעפאר, אבער זיינע ווערטער זענען נוקב ויורד, און זייער אמת! צום פינטל!

איחוד פעלד » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 1:51 pm

· #106313
און איך האלט אז נישט נאר א זוהן איידעם אייניקעל מעג ווערען א רבי, נאר יעדעס תלמיד מעג און קען, דוגמת סטיטשין און אלעזר הורוויץ וכדומה, און ווען אין יעדעס חסידות וואלט אזוי געוועהן, וואלט עס אויך היבש מרבה געוועהן שלום ורעות, און בעיקר א קאמפטישען די געמיינערע רביס זאלען אויף הערען האלטען דער עולם האסטעזש.

גאלד » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 1:58 pm

· #106315
איך מיין מ'זאל מיר צוריק גיין צו אזאלכע סארט רבי'ס ווי דער ר"ר מיילעך און ר"ר זושא, זיי האבן נישט געהאט קיין קהילות, קיין בנינים, קיין מוסדות הקדושים, קיין ברענטשעס, קיין סטעדשעס, קיין מלכות, איינמאל מ'עלימינירט די אלע זאכן וועט זיך אלעס סאלווען

בעל הבית » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 2:19 pm

· #106322
עס איז דא געניג אין נאך פון דעי מינע רביס

זמיגראד , רחמטרווקיא, רבי לייביש, סקלעון, רבי מאטיל זילבער,רבי יעקב יוסעלע מבית חיים יושע ועוד

לעמיל » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 2:25 pm

· #106324
רבי לייביש האט דען א ברודער?
סקלעון רבי זיכער נישט

בעל הבית » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 2:30 pm

· #106327
גאלד
איך מיין מ'זאל מיר צוריק גיין צו אזאלכע סארט רבי'ס ווי דער ר"ר מיילעך און ר"ר זושא, זיי האבן נישט געהאט קיין קהילות, קיין בנינים, קיין מוסדות הקדושים, קיין ברענטשעס, קיין סטעדשעס, קיין מלכות, איינמאל מ'עלימינירט די אלע זאכן וועט זיך אלעס סאלווען



סארי לעמיל , די ליינסט נישט אין א סדר .יש מקודם ומאוחר בקאווע שטיבעל, איך האב מגיב געווען אויף גאלד וואס ער זאגט

ברסלבער » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 2:35 pm

· #106330
שמעקעדיג
איז נאך דא איינער וואס נאך די אומצאליגע חוזק מאכערס איז נאך אינטרעסירט צו ווערן א רבי?

דאס דערמאנט מיר א מעשה שהיה ווי א איד האט געדארפט צוקומען צו געוויסן ראש הקהל פון א קליין דערפל צוליב ביזנעס צוועקן, ער איז אראפגעפארן צום דערפל און זיך נאכגעפרעגט ווי דער ראש הקהל וואוינט, ער פרעגט איינעם ווי וואוינט דער ראש הקהל, און יענער ענטפערט צוריק, "ווער? דער משוגענער וואס מאכט צודרייט יעדן איינעם?" ער האט אים אפילו נישט געוואלט ענטפערן, ער פרעגט א צווייטן, און יענער זאגט, "ווער? דער רשע מרושע וואס פייניגט יעדן אן אויפהער?", ער פרובירט ביי א דריטן, און יענער זאגט, "ווער? דער נאר פון שטאט, וואס יעדער האלט זיך אונטער פון זיין טפשות", בקיצור ער האט שוין געהערט אלע מעלות פונעם ראש הקהל, און וואס דער עולם האלט פון אים, אבער ער האט נאכנישט געקענט כאפן דעם ראש הקהל אליינ'ס.
ביז ער האט זיך ענדליך דערשלאגן צום ראש הקהל, און נאכן דורכשמועסן מיט אים זיין נושא, געבט ער אים א פרעג, "זאג נאר וואס האסטו פון די גאנצע ראש הקהל'שאפט? איז עס נישט צו א שווערע ארבעט?" ענטפערט דער ראש הקהל, "גאנץ שווער, אבער וואס טוט מען נישט פאר אביסל כבוד?"....

וכן הוא לענינינו.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 2:40 pm

· #106335
אבער מיר זענען דאך "קלוגער"... מיר לאכן דאך פון יענעם 'נארישן' אנאנים! (נישט אונזער פון שטיבל ח"ו)......

איך וועל ווארשיינליך נישט פארשטיין דעם ענין ביז איך וועל מגולגל ווערן ביי א רעבישע שטוב מיט בלויע בלוט (היל"ת)

יואב » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 3:28 pm

· #106350
דער פראבלעם פאנגט זיך אן מיט דעם וואנזיניגן בלוט געזיגלטן הנחה אז דער קינד ווערט רבי בכדי שלא ינתק החבילה, און פון דארטן און ווייטער פארלאנגט מען (די אויפגעקלערטע) טייל מאל זאגאר מיט רציחה, אז לאגיק זאל אורטיילן דעם צוקונפט. און אנדערע ווערטער ביזט באקאקט ? דאן נעם דעם שוואכערן מטורף און טאנץ מה יפית. פארוואס זאל בכלל דער זוהן פירן ווייטער ? (לו יהא דער פאטער זצ"ל האט יא געטויגט).

איחוד פעלד » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 3:44 pm

· #106356
בעל הבית
עס איז דא געניג אין נאך פון דעי מינע רביס

זמיגראד , רחמטרווקיא, רבי לייביש, סקלעון, רבי מאטיל זילבער,רבי יעקב יוסעלע מבית חיים יושע ועוד


לכל הפחות האלב פין די רעביס האבען מוסדות.

berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 19, 2013 4:11 pm

· #106806
ברסלבער
שמעקעדיג
איז נאך דא איינער וואס נאך די אומצאליגע חוזק מאכערס איז נאך אינטרעסירט צו ווערן א רבי?

דאס דערמאנט מיר א מעשה שהיה ווי א איד האט געדארפט צוקומען צו געוויסן ראש הקהל פון א קליין דערפל צוליב ביזנעס צוועקן, ער איז אראפגעפארן צום דערפל און זיך נאכגעפרעגט ווי דער ראש הקהל וואוינט, ער פרעגט איינעם ווי וואוינט דער ראש הקהל, און יענער ענטפערט צוריק, "ווער? דער משוגענער וואס מאכט צודרייט יעדן איינעם?" ער האט אים אפילו נישט געוואלט ענטפערן, ער פרעגט א צווייטן, און יענער זאגט, "ווער? דער רשע מרושע וואס פייניגט יעדן אן אויפהער?", ער פרובירט ביי א דריטן, און יענער זאגט, "ווער? דער נאר פון שטאט, וואס יעדער האלט זיך אונטער פון זיין טפשות", בקיצור ער האט שוין געהערט אלע מעלות פונעם ראש הקהל, און וואס דער עולם האלט פון אים, אבער ער האט נאכנישט געקענט כאפן דעם ראש הקהל אליינ'ס.
ביז ער האט זיך ענדליך דערשלאגן צום ראש הקהל, און נאכן דורכשמועסן מיט אים זיין נושא, געבט ער אים א פרעג, "זאג נאר וואס האסטו פון די גאנצע ראש הקהל'שאפט? איז עס נישט צו א שווערע ארבעט?" ענטפערט דער ראש הקהל, "גאנץ שווער, אבער וואס טוט מען נישט פאר אביסל כבוד?"....

וכן הוא לענינינו.

אט די מעשה דערמאנט מיך פון א חשוב'ן איד בתוך מחנינו וואס ר'איז חי וקיים. ער האט זיך קיינמאל נישט אויסגעדרייט צו זען ווי מ'לאכט פון איהם אונטער זיין רוקן.ער זעט נאר ווי מ'שמייכלט צו איהם און מ'חנפ'עט איהם. און ער האלט טאקע אז ער איז דער קלוגסטער מענטש אויפ'ן פלאנעט.--נאך שלמה המלך.

שיח ושיג » זונטאג אפריל 21, 2013 10:56 pm

· #107460
פארוואס זאל נישט יעדער ווערן א רבי? עס ווענט זיך ווי אזוי עס ארבעט ביי די mets and the yankees. יעדער קען פירן זיין פארטיי. נאך אלעם איז דאס, דע גאנצע וואס דאס איז. מיט אידישקייט האט עס קנאפ א שייכות.

איחוד פעלד » מאנטאג אפריל 22, 2013 12:38 am

· #107498
וואס רעדסטו?

קען דען יעדער זיין א רבי?

ווער וועט קומען צום טיש?

gehlungen » מאנטאג אפריל 22, 2013 8:17 am

· #107528
Just don't worry about that ! In this day & age there is plenty mesheeguim for that too ! Lol