☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » שאלה בענין ממונת: child support

שאלה בענין ממונת: child support

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3496

קינות גירושין » מיטוואך אפריל 17, 2013 11:03 am

· #105809
שאלה בענין ממונת: child support
סאיז יעצט געקומען צו מיר א קאפעל וואס האבען זיך שוין ג׳גט, מיט א שאלה, זיי ווילען איך זאל פסקענען (זיי ווילען נישט גיין צו דין תורה) דאס איז די שאלה:
דער מאן האט זיך מחייב געווען קינדער געלט לאמער זאגען 500.00 פער חודש, די פראבלעם איז אז די פארפאלק האט געהאט סעק. 8, איז דער מאן האט זיך אויסגענומען אז ער וויל אז בערך האלב פון די געלט פון סעק. 8 זאל גיין אנטקעגן די געלט וואס ער דארף געבן, יעצט איז אזוי, די מאן האט דאס נאר געזאגט פאר די ״מיטל מענטש״ און ער האט דאס נישט איבערגעגבן פאר די פרוי (ער איז א אויסלענדישער און ער האט נישט פונקטלעך פארשטאנען די נחיצות דאס אויסצושמוסען)
איז די פרוי טענהט אז זי האט דאס קיינמאל נישט געוואלט מוחל זיין (זי האט עפעס געמיינט אז דאס קומט זיך איר סתם אזוי)
יעצט און די גט אגרימענט שטייט קלאר אז ביידע זענען זיך מוחל אויף עני דיני ממונות טענה וואס סזאל נאר זיין פון קודם הגט, איז דער מאן טענהט אז דאס האט ער קיינמאל נישט מוחל געווען ער האט דאס קלאר געזאגט פאר די מיטל מענטש, און די פרוי טענהט אז זי האט גענומען דעם גט אדעתה דהכי אז זי באקומט דאס גאנצע סעק.8 און דאס גאנצע געלט איז אירס אין ער דארף צאלען קינדער געלט אויסער דעם.
איך וויל צולייגען נאך א נקודה, די סעק 8 איז געווען אויף איר נאמען ווייל זיי האבען זיך שוין געהאט צוטיילט (נאר) לעגאל שוין א פאר יאר פארדעם (פאר א געוויסע סיבה) און ביידע האבען מסכם געווען אז זי זאל האבען די סעק 8 אויף איר נאמען... (דעמאלס האבען זיי נישט גחלמט אז זיי וועלן זיך אמאל גטן) און למען האמת איז יעצט דער מאן מסכם אז מזאל עם געבן די סעק 8 און וועט איר געבן האלב ( פארשטייט זיך אז דאס וויל זי נישט)
וואס האלט דער עולם וואס טוט מען דא???
 

קינות גירושין » מיטוואך אפריל 17, 2013 11:15 am

· #105814
דער מאן האט בפירש יא געוואלט דאס איבער גיין פאר די גט מיט זיין פרוי סהאט געהייסען א גאנצע צייט אז זיי גייען ביידע האבען א לעצטע שמועס, און די לעצטע מינוט האט די פרוי ארויסגבעקט, אז זי וויל מיט עם נישט רעדן, סא דער מאן האט נישט געוואלט זיין די שטטאס חי און אוועק וואקען פון די גט ווען יעדער איז שוין דארט געזעצען סופר בי״ד לויער ביידע צדדים.
למעשה געט דער מאן נישט קיין געלט ווייל ער האלט אז ער איז גערעכט, און זי שעלט ווי א טערק, און פארשטייט זיך אז וועגען דעם געט זי עם צוריק ווען זי קען נאר, וחוזר חלילה, און באלד דארף מען שוין איינשרייבען די קינדער און פתח תקוה
וקופערניקס, וואס הייסט אויב איינער געט זיך באקוועם א עצה? לאמער זאגען אז טאקע דער מאן מאכט יעצט מער געלט, ער גייט דאך מארגען חתונה האבען וועט ער האבען מער הוצאות,

פיקציע » מיטוואך אפריל 17, 2013 11:55 am

· #105837
אויף וועלכע דירה איז די סעקשאן 8?
ווער וואוינט למעשה דארט; די מאן, די פרוי, מיט קינדער אן די קינדער?

לעמיל » מיטוואך אפריל 17, 2013 12:01 pm

· #105842
קינות גירושין

און באלד דארף מען שוין איינשרייבען די קינדער און פתח תקוה

עס איז דא אמאל וואס מען דארף זיין קלוג און נישט זיין גערעכט למשל און דעים פאל נישט א חילוק ווער עס איז גערעכט אויב ווילען זיי נישט אז די קינדער זאלען אונקומען צו פתח תקוה זאלען זיי זיך דורך קומען ווי פריער

קינות גירושין » מיטוואך אפריל 17, 2013 12:12 pm

· #105848
פיקציע
אויף וועלכע דירה איז די סעקשאן 8?
ווער וואוינט למעשה דארט; די מאן, די פרוי, מיט קינדער אן די קינדער?

סאיז געווען אויף די דירה ווי זיי האבען אייביג געוואוינט, נאך די גט האט די פרוי געמאפט מיט די קינדער צו א נייע דירה און זי האט דאס גטערנפארט אויף איר נייע דירה, דער מאן האט געוויסט דערפון, ער האט נישט געוואלט דאס צושטערן (סאיז געווען בידו) ער איז בטבע א ווייכע מענטש, די ערשטע שטיק צייט ווען ער האט נישט גגעבן געלט איז זי געווען שטיל ווי א פליג, יעצט אז סליגט שוין אויף איר נאמען שרייט זי אז דארף גהעריג געלט פון עם

פיקציע » מיטוואך אפריל 17, 2013 12:14 pm

· #105849
פון דעם איז משמע אז זי האט גוט געוויסט אז זי באקומט אדער סעקשען 8 אדער געלט פון אים, נישט אזוי?

קינות גירושין » מיטוואך אפריל 17, 2013 12:14 pm

· #105850
לעמיל
קינות גירושין

און באלד דארף מען שוין איינשרייבען די קינדער און פתח תקוה

עס איז דא אמאל וואס מען דארף זיין קלוג און נישט זיין גערעכט למשל און דעים פאל נישט א חילוק ווער עס איז גערעכט אויב ווילען זיי נישט אז די קינדער זאלען אונקומען צו פתח תקוה זאלען זיי זיך דורך קומען ווי פריער

זיי זאלען זיך דורך קומען, וויאזוי? זיי רעדן דאך נישט, וועגן דא זענען זיי געקומען צו מיר, איך זאל פסקנען.

קינות גירושין » מיטוואך אפריל 17, 2013 12:17 pm

· #105851
פיקציע
פון דעם איז משמע אז זי האט גוט געוויסט אז זי באקומט אדער סעקשען 8 אדער געלט פון אים, נישט אזוי?

סקען זיין א שטיקעל משמעות, זי קען אבער זאגען אז זי איז געווען שטיל ווייל זי האט סתם אזוי זיך נישט געוואלט קריגען די ערשטע שטיק צייט איז אייביג וויכטיג אז ביידע זאלען אייננעמען א שווייגעניש

פיקציע » מיטוואך אפריל 17, 2013 12:30 pm

· #105858
וויפיל איז האלב פון די סעקשאן 8, מער פון זיינע פינעף מאות אדער ווייניגער?

קינות גירושין » מיטוואך אפריל 17, 2013 12:36 pm

· #105862
פיקציע
וויפיל איז האלב פון די סעקשאן 8, מער פון זיינע פינעף מאות אדער ווייניגער?

בערך 1600, דער מאן טענהט אז חצי שלי דאס הייסט 800 איז זיינס ער איז מסכם צו סעטלען אז נעמט גארנישט פון איר, נאר ער געט גארנישט פאר קינדער געלט, זי טענהט אז כולו שלי און זי דארף 500 א חודש פון עם

בדחן » מיטוואך אפריל 17, 2013 9:04 pm

· #106065
די שאלה גייט אסאך ווייטער, און מעגליך אז דאס איז גאר די תשובה אויפן שאלה,

געהער דען די סעקשן 8 געלט פאר דעם מאן? לו יהא אפילו אז מען האט זיך עס יא קלאר אויסגענימען און זי לייקענט עס נישט, ווי אזוי אבער איז עס זיינס? ווי אזוי האט ער עס קונה געווען? הייסט עס א דבר שבא לעולם און מען קען עס קונא זיין פאר מען באקימט עס? אפשר באלאנגט עס לכתחלה פאר דעם לענדלער נישט פאר די ווייב און נישט פאר די מאן און מען קריגט זיך אויף געלט וואס באלאנגט פאר א דריטען??

אזא שאלה באלאנגט ביי ר חיים..

געפילטע פיש » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 12:14 am

· #106122
קודם שטעל איך מיך פאר אז דער מאן האט אריינגעארבעט צו ארלעדיגן די סעק. 8 אין די פוירסט פלעיס, און מיט דעם דארף מען זיך אביסל רעכענען, צווייטענס, ער האט דאס קלאר געזאגט פאר א שליש, און אויב האט די שליש דאס נישט איבערגעגעבן קען זי האבן א תביעה פארן שליש, נישט אויפן מאן, יעצט וויל זי קומען מוציא זיין פון עם 500 דאלער אפילו נאכדעם וואס ער איז מסכים מוותר צו זיין אויף די 300 הונדערט טשעינדזש פון די סעק. 8, איך מיין אז דעתי נוטה צום מאן, אבער דאס גייט עם גאר ווייניג העלפן אויב וועט זי זיין ברוגז און שפילן געימס מיט עם, קאסטאדי וכו' וואס ביי דעם האט זי מן הסתם די לייצעס. פון סיפור הדברים זעהט אויס אז ער איז א מענטש און זי איז א שטיקל חיה, קען זיין ס'פונקט פארקערט, זי מוטשעט זיך מיט זיבן קינדער, קען נישט גיין ארבעטן און וועט שווער חתונה האבן, און קען נישט סורווייוון אויף די נישטיגע 1600 דאלער א חודש, ממילא מוז מען האבן מער פרטים דא.

אויב ווילסטו אז ס'זאל העלפן נישט קיין חילוק וואס דו פסקנ'סט מוזטו זיכער מאכן אז ביידע זענען מסכים אז די זאלסט זיין בכוח שליש אז וואס דו זאגסט אזוי זאל זיין, און אפשר זאלן זיי חתמנ'ן אויף דעם.

נולד מאוחר » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 12:24 am

· #106123
כפארשטיי נישט אין די ביזנעס וועלט אויב איז דא אן עגרימענט קען נישט קיינער טענהן אנדערש ווי סשטייט אין די עגרימענט. כפארשטיי אז דא איז אויך דא אן עגרימענט אז ער איז זיך מחייב 500.
די מאן קען טענהן ביז איבער מארגן וואס ער וויל.

געפילטע פיש » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 12:41 am

· #106126
דא איז אנדערש וויל ס'געווען א mediator וואס האט נישט געטוהן זיין דזשאב.

נולד מאוחר » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 12:48 am

· #106129
אזוי זאגט ער פארדעם סייענט מען אן עגריעמענט.

געפילטע פיש » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 1:00 am

· #106134
דער שליש לייקענט עס? ווי געזאגט, ס'פעלט פרטים, און איך ווייס נישט אויב דא איז די בעסטע פלאץ מרחיב צו זיין מיט אלע פרטים.

קינות גירושין » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 1:57 am

· #106153
בדחן
די שאלה גייט אסאך ווייטער, און מעגליך אז דאס איז גאר די תשובה אויפן שאלה,

געהער דען די סעקשן 8 געלט פאר דעם מאן? לו יהא אפילו אז מען האט זיך עס יא קלאר אויסגענימען און זי לייקענט עס נישט, ווי אזוי אבער איז עס זיינס? ווי אזוי האט ער עס קונה געווען? הייסט עס א דבר שבא לעולם און מען קען עס קונא זיין פאר מען באקימט עס? אפשר באלאנגט עס לכתחלה פאר דעם לענדלער נישט פאר די ווייב און נישט פאר די מאן און מען קריגט זיך אויף געלט וואס באלאנגט פאר א דריטען??

אזא שאלה באלאנגט ביי ר חיים..

זייער גוט ארויגעברענגט דאס איז דאך די שאלה פאר וועמענס לענדלארד?
וועלכע ר חיים?

קינות גירושין » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 2:00 am

· #106154
געפילטע פיש
דער שליש לייקענט עס? ווי געזאגט, ס'פעלט פרטים, און איך ווייס נישט אויב דא איז די בעסטע פלאץ מרחיב צו זיין מיט אלע פרטים.

די שלש זאגט קלאר אז ער האט פארגעסן צי רעדן מיט די פרוי וועגן דעם, און אויך זאגט ער קלאר אז די פרוי האט קיינמאל נישט גערעדט צו עם א ווארט דערוועגן (וואס דעס איז אויך א רעד לייט פארוואס האט זי דעס נישט ארויף געברענגט ?)

קינות גירושין » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 2:02 am

· #106155
נולד מאוחר
כפארשטיי נישט אין די ביזנעס וועלט אויב איז דא אן עגרימענט קען נישט קיינער טענהן אנדערש ווי סשטייט אין די עגרימענט. כפארשטיי אז דא איז אויך דא אן עגרימענט אז ער איז זיך מחייב 500.
די מאן קען טענהן ביז איבער מארגן וואס ער וויל.

ער דארף האלב פום די געלט פון די סעק 8, ער האט דאס קיינמאל נישט מוחל געווען

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 7:21 pm

· #106462
געפילטע פיש
איך ווייס נישט אויב דא איז די בעסטע פלאץ מרחיב צו זיין מיט אלע פרטים.

קינות גירושין » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 7:28 pm

· #106464
פארוואס נישט? פליז עקספלעין יורסעלף

diff » פרייטאג אפריל 19, 2013 10:42 am

· #106644
The difference his support does on the program, is his

פיקציע » פרייטאג אפריל 19, 2013 1:37 pm

· #106731
סעקשאן 8 גייט לכאורה פאר זיינע קינדער (און עקס) וויבאלד זיי האבן נישט צו צאלן 'זייער' רענט, און עס האט מער נישט מיט אים.
ווען ער זאל יעצט אפלייען פאר סעקשאן 8 וועט ער נישט באקומען קיין 1600, און איך ווייס נישט אויב 800 וועט ער יא באקומען, וואס איז געווען זיין חשבון פון די ערשטע מינוט מיטן פארלאנגען אז ער דארף האלב דערפון?

קינות גירושין » פרייטאג אפריל 19, 2013 1:48 pm

· #106733
ווען ער טרענספערט דאס אויף זיין נאמען קען ער יא באקומען בערך 800 און נאכדעם ווען ער וועט חתונה האבען מיט א פרוי און קינדער וועט ער באקומען 1600 פאר די נעקסטע 50 יאר

קינות גירושין » פרייטאג אפריל 19, 2013 1:52 pm

· #106734
געפילטע פיש האט געשריבען: קען זיין ס'פונקט פארקערט, זי מוטשעט זיך מיט זיבן קינדער, קען נישט גיין ארבעטן און וועט שווער חתונה האבן, און קען נישט סורווייוון אויף די נישטיגע 1600 דאלער א חודש, ממילא מוז מען האבן מער פרטים דא
ניין, זי האט 2 קינדער האט א גוטע זשאב און ער וועט לכאורה אויך נעמען א פרוי מיט 2 קינדער

געפילטע פיש » פרייטאג אפריל 19, 2013 1:58 pm

· #106736
און די קינדער זענען וואו?

קינות גירושין » פרייטאג אפריל 19, 2013 2:05 pm

· #106741
די קינדער זענען מיט די מאמע ( נישט אז דער טאטע וויל נישט, זי וויל האבען די קינדער) די שאלה איז באלאנגט עס פאר די קינדער? אדער איז עס א שותפות פון די עלטערן?
ועוד קוקט מען וואס די גוומנט זאגט אדער קוקט מען וואס זיי האבען זיך אויסגענומען אין בעיסד אויף דעם וואס הלכה זאגט?

איחוד פעלד » זונטאג אפריל 21, 2013 1:16 am

· #106982
לכאורה וואלט אני הקטן געזאגט אז הגם דער מאן איז גערעכט, איז עס זייל פארלוסט, סוף כל סוף האט מען געסיינט אן עגרימענט, און עס עיז נישט געשטאנען דארט.