☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אורחינו הדגול הגיע לביקור קצר

אורחינו הדגול הגיע לביקור קצר

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3494

ידען » מיטוואך אפריל 17, 2013 9:06 am

· #105753
אורחינו הדגול הגיע לביקור קצר
יעדע פאר וואכען איז דא אין די דבר יום ביומו און די גוט מארגן אז סע קומט א צדיק פאר א קורצע צייט און דער עולם וואס ווארט אזוי שטארק וועט קענען אריין צו א ברכה.

סע דא וואס קומען כמעט יעדע פאר וואכען אהער אז סע זעהט אויס אז זיי זענען דא מער ווי זיי זענען אין זייער לאנד (ארץ ישראל געווענטלעך).

מן הסתם זענען דא אויכעט וואס ווילן וויסן וועגען ווען די ערלעכע אידען קומען, וועלעך שרייבען יעדע מאל מע האט די זכי' אז א ערלעכע איד קומט, און ווער סע קען יענעם און ווייסט מער וועגען איהם זאל שרייבען.

די ערשטע וואס האט מיך געמאכט שרייבען יעצט איז הרה"ג ר' שמעון גלאי שליט"א וואס איז יעצט געקומען פאר א זמן קצר.

איך זעה זיין נאמען יעדע פאר וואכין, און איך מיין אז מע קען איהם שוין מאכען א שול פאר איהם.

ווער איז ער? כאב געזעהן אז ער איז א דיין אין בני ברק.

ידען » מיטוואך אפריל 17, 2013 9:08 am

· #105754
כאב פארגעסען נאך א זאך.

ביי rccs האט ר' שמעון גלאי שליט"א געזאגט תהילים ביי די
מעמד נורא בוקע רקיעים


אז מע שרייבט שוין וועגען עס, וואס איז דארט געווען ביי די מעמד נורא?

אבי גערעדט » מיטוואך אפריל 17, 2013 9:25 am

· #105757
ר' יונה לייב לעבל (בקי נפלה בחכמת היד והפרצוף. קרעדיט: קול מבשר) אין ר' שמואל ארי' עקשטיין, גייען זיין דא שטענדיגע אנגעלייגטע געסט אין דעם אשכול

געפילטע פיש » מיטוואך אפריל 17, 2013 10:24 am

· #105780
ציון מנחם עניוואן? נעתר לבקשתנו לבקר בעירנו, איך וויל וויסן ווער איז דער שטענדיגער מבקש וואס לאדענט איין די אלע געלט גייציגע מקובלים. זייער מידת הוויתור איז עפעס אויזערגעווענליך, זיי זענען נעתר לבקשת עירנו יעדע פאר וואכן, איך בין זיכער ס'קאסט זיי אפ ממון ודמים אהערצוקומען יעדע פאר וואכן.

ידען » מיטוואך אפריל 17, 2013 10:36 am

· #105788
איך בין יעצט שאקט אז ר' יונה לייב לעבל שליט"א איז נישט געזונט געווארען און האט אונז איבער געלאזט.

אבער מע דארף נישט זיך דערשרעקען ווייל ער זאגט צו אז ער וועט צוריק קומען צו די בקשה פון די חסידים ווען ער וועט זיין אויסגעהיילט..

ר' יונה לייב בן?
📎 אפגעפיצט.png

דולה ומשקה » מיטוואך אפריל 17, 2013 10:47 am

· #105796
לעצטנס האט דער רבי יונה לייבל באקומען א קאמפעטישען דער "אוהב ישראל אמיתי" שנעעבאלג, דער ווערעצקי רבי פון בני ברק, איז זיינע אדווערטייזמענט שרייבט ער אז זיינע ברכות און הבטחות ווערן מקיום בדוק ומנוסה, ער איז דישט פאטיקעלער ער טוט שלום בית, רפואות וישועות, זיוויגים, פרנסה, וואס איהר ווילט קענט איהר באקומען ביי אים, ס'גוט צו וויסן אז אז סארט ילוד אשה וואס האט זיך ארויף געארבעט אזוי הויך דרייט זיך ציווישען אונז.

ודי למבין » מיטוואך אפריל 17, 2013 11:35 am

· #105824
רבינו שליט"א נעתר לבקשתינו ולא יבא על שבת קודש...

היסטאריקער » מיטוואך אפריל 17, 2013 11:53 am

· #105834
דולה ומשקה
לעצטנס האט דער רבי יונה לייבל באקומען א קאמפעטישען דער "אוהב ישראל אמיתי" שנעעבאלג, דער ווערעצקי רבי פון בני ברק, איז זיינע אדווערטייזמענט שרייבט ער אז זיינע ברכות און הבטחות ווערן מקיום בדוק ומנוסה, ער איז דישט פאטיקעלער ער טוט שלום בית, רפואות וישועות, זיוויגים, פרנסה, וואס איהר ווילט קענט איהר באקומען ביי אים, ס'גוט צו וויסן אז אז סארט ילוד אשה וואס האט זיך ארויף געארבעט אזוי הויך דרייט זיך ציווישען אונז.



ער שרייבט נאך אז ער איז זייער טרוד אין ארה״ק, דאך טוט ער א טובה און קומט, אבער ער נעמט אויף נאר ביי אפוינטמענט, האב איך אפילו נישט פראבירט

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 12:54 pm

· #106276
געפילטע פיש
ציון מנחם עניוואן? נעתר לבקשתנו לבקר בעירנו, איך וויל וויסן ווער איז דער שטענדיגער מבקש וואס לאדענט איין די אלע געלט גייציגע מקובלים. זייער מידת הוויתור איז עפעס אויזערגעווענליך, זיי זענען נעתר לבקשת עירנו יעדע פאר וואכן, איך בין זיכער ס'קאסט זיי אפ ממון ודמים אהערצוקומען יעדע פאר וואכן.

און אין זייער רוח הקודש און קונצן וועלכע זיי באווייזן דורך קבלה מעשית, זענען אויך דא גרויסע מפקפקים.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 12:56 pm

· #106278
דולה ומשקה
לעצטנס האט דער רבי יונה לייבל באקומען א קאמפעטישען דער "אוהב ישראל אמיתי" שנעעבאלג, דער ווערעצקי רבי פון בני ברק, איז זיינע אדווערטייזמענט שרייבט ער אז זיינע ברכות און הבטחות ווערן מקיום בדוק ומנוסה, ער איז דישט פאטיקעלער ער טוט שלום בית, רפואות וישועות, זיוויגים, פרנסה, וואס איהר ווילט קענט איהר באקומען ביי אים, ס'גוט צו וויסן אז אז סארט ילוד אשה וואס האט זיך ארויף געארבעט אזוי הויך דרייט זיך ציווישען אונז.

ער איז א "דזשענעראל קאנטראקטאר".