☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » די "שווארצע ליסטע", (ענין מציצה בפה)

די "שווארצע ליסטע", (ענין מציצה בפה)

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3493

מיכאל » מיטוואך אפריל 17, 2013 4:00 am

· #105744
די "שווארצע ליסטע", (ענין מציצה בפה)
אזוי ווי די אחראים דא אין קאווע שטיבל האבען געטענה'ט אז כ'האב צי עקסטרעים געשריבען אין די "שאול תחתית" און אין די "וואנט פין שאנדע" אשכולות, עפען איך א צווייטע אשכול מיט א לייכטערע לשון וואס וועט ערזעצען די אנדערע צוויי,

כ'וועל פשוט מאכען א שווארצע ליסטע אין אריינשרייבען אין די ליסטע די נעמען אין בילדער פין פובליק פיגורען וואס כ'האלט אז זיי פארדינען דא צי געשריבען ווערען,

אזוי ווי די ליסטע איז אינטערנאציאנאל איינערקענט, וועל איך פארשטייט זיך נאר אריינלייגען ווער כ'האלט ס'קומט זיך טאקע, אין נישט חלילה סתם אין די וועלט אריין,

אין אזוי אויך ווער ס'וועט תשובה טאהן, איז ומודה ועוזב ירוחם אין מ'וועטעם קענען אראפנעמען פין די שווארצע ליסטע,

מיכאל » מיטוואך אפריל 17, 2013 4:03 am

· #105745
דער דיטאטארישער מעיאר פין ניו יארק מייקל בלומבערג ווערט ארויפגעלייגט אויף די שווארצע ליסטע, פאר'ן ערקלערען קריג אויף די ערליכע אידען אין מאכען פאלשטע בילבולים אויף די הייליגע מצוה פין מילה מיט מציצה בפה דוקא,

(בלומבערג טוה שנעל תשובה, ווייל נאך א שטיק צייט קעמען שוין נישט רעדאגירען די תגובה, אין וועסטעך דארפען ווענדען צי די מנהלים טאמער די ווילסט ארויס פין דא)
📎 bloomberg.jpg

מיכאל » מיטוואך אפריל 17, 2013 4:08 am

· #105746
רעביי משה דוד טענדלער פין מאנסי ווערט ארויפגעלייגט אויף די שווארצע ליסטע, פארען מלחמה האלטען מיט די הייליגע מצוה פין מילה מיט מציצה בפה דוקא,

מיסטער רעביי משה דוד, קוק ווי ביסט אנגעקומען מיט דיינע קרומע דרכים, וואס פאר א רעכט האסטו צי איינטיילען פאר אנדערע וואס צי טוהן, ווילסט נישט מאכען מציצה בפה פאר דיינע קינדער ? איז עס דיין עסק, אבער וואס גייסטע מאכען א ווינט קעגען מציצה בפה, ווער האט דיר געפרעגט, הייסטעס די זארגסטעך פשוט פאר אונזערע קינדער, אונז מאכען שוין מציצה בפה טויזענטער יארען, ס'גארנישט געשען, די גאנצע זאך איז א בייזע בילבול, שעם דיר, דאס איז די אלטע אזיאטישע מארמאראשע וועג,
📎 tendler2.jpg

מיכאל » מיטוואך אפריל 17, 2013 4:11 am

· #105747
רעביי פנחס גאלדשמידט,טשיף רעביי פין מאסקווע, ווערט ארויף געלייגט אויף די ליסטע,

ווייל ער האט אין א אינטערוויוא פאר א דייטשע צייטונג "בערלינער צייטונג" זיך ארויסגערעדט קעגען מציצה בפה, אז חאטשיג מען פלעגט אלע דורות מאכען מציצה בפה אבער אזוי ווי היינט איז דא א חשש וועגען הערפיס אין חאטשיג ערליכע אידען זענען אפגעהיטען פין סעקסועל טראנסמיטעד דיזיזעס, קען זיך אבער פין צייט צי צייט מאכען דארעכפעלער ממילא זאל מען מאכען בכלי אין ס'נישט קיין שום פראבלעם,

הערצי רעביי גאלדשמידט, מציצה מאכט מען בפה, דאס איז די מסורה אין אזוי ברויך מען ציטוהן, אין בכלל איז נישטא קיין שום ריכטיגע סטאטיסטיק וואס זאל ווייזען אויף א שייכות פין מציצה בפה, אין טאמער האסטע א חשש אויף א מוהל אז ער גייט מיט זונות, דאן נעם אים נישט, אדער זאל ער זיך טעסטען אז ער איז נישט אפעקטירט, (חאטשיג אפילו אזוי איז נישטא קיין באווייזען אז ס'גייט אריבער)

עכ"פ די רעדסט ווי כאילו די ווייסט אז ס'קען שאטען, אבער ס'נישטא קיין שום עווידענס אויף דעם סאו פארוואס מבטל זיין א זאך וואס אידען טוען שוין זייט מען מאכט ברית'ן, ווייל עפעס א גוי האט געמאכט א בילבול ?! הלמאי !? אין בכלל איז נישט גוט צי רעדען צי די גויאישע פרעסע פין א אינערליכע אידישע ענין,

אין בפרט ווען מען זעהן אז מציצה דוקא בפה האבען אלע אידען געטוהן ווי זיי זענען געווען פארשפרייט אין גלות, סיי אשכנזים אין סיי ספרדים אין תימנים אין אזוי ווייטער, זעהט מען אז ס'איז נישט סתם א מנהג נאר ס'איז אזוי מקובל מסיני, אין ח"ו צי משנה זיין,

ובשו"ת מהר"ם שיק (או"ח סי' קנ"ב) כתב בענין המציצה,
מי שאומר דמציצה בפה הוא מסוכנת או מזיק לילד הוא אומר שקר מוחלט, ומפורסם אין צריך לראיה, ואני מוהל זה יותר ממ' שנה ומעולם לא היה שום מקרה או חולי או חולשה עי"ז, 
📎 golds3.jpg

מיכאל » מיטוואך אפריל 17, 2013 12:36 pm

· #105861
שיטה, די רעדסט פין א סכנה ווי כאילו די "ווייסט" אז ס'דא א סכנה, די אמת איז אבער אז במציאות איז נישטא קיין שום באווייזען סאו וואס ווילסטע ?

שרייבסט אלעס ארום אין ארום אין ווארפסט אויך אריין שוידערליכע ניבול פה, אבער די עיקר פוינט וואס די עווידענץ איז אז ס'א סכנה דאס לאזטע אויס, ווייל אז מען האט נישט וואס צי זאגען בלייבט מען מיט די צינג אינדרויסען,

פארוואס לייגסטו דיר אריין אין די קאטאגאריע פין די שונאי הדת, פארוואס שטעכסטו אריין א מעסער אין א מצוה וואס אידען טוען שוין טויזענטער יארען מיט מסירת נפש, פארוואס גלייבסטע פאלטשע בילבולים אין די צייט ווען עס האט נישט קיין שום האפט, אלא מאי פאר סאם ריזען האסטע א ווייטאג אין הארץ אין די געבסט עס אויס אויף דעם וועג,

קודם וואש דיר אויס די מויל פארען שרייבען ניבול פה, אזוי אויך דארפסטע טובל'ען דיין קיבארד, נאכדעם זעץ זיך צי א תהילים'ל אין לאז א פאר טרערן אין בעט דעם באשעפער אז ס'זאל אריין א רוח טהרה אין דיין הארץ, ביזטעך דאך א אידיש קינד, שיטה טייערער, אל תלך בדרך אתם מנע רגלך מנתיבתם,

זאלסט וויסען אז די אלע וואס פארלייגען זיך אויף מציצה בפה מיינען נישט די טובה פין אידישע קינדער, ס'קומט נישט פין א ריינע פלאץ פין זייער הארץ, בלומבערג איז באקאנט מער ווי א דעספאט ווי איינער וואס זארגט זיך נעבעך מורא'דיג פאר אידישע קינדער, נאר דאס קומט פין שנאת הדת אין מען חאפט זיך אן אויף ליידיגע טענות כדי זיך צי טשעפענען צי די אידישע קינדער,

שיטה טייערער, די ביסט אבער נישט בלומבערג, די ביסט א ערליך אידיש קינד, לאז דיר נישט פארפיהרען פין פרעמדע ווינטען אין פין היימישע פראבלעמען, יעדע סאסייעטי האט זיך זיינע פראבלעמען, אבער א איד ביסטע אין גיי נישט אויף די זייט פין אונדזערע פיינט,

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 17, 2013 1:02 pm

· #105875
שיטה גייט ארויף אויף די שווארצע ליסטע.

הקטן » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 12:11 pm

· #106234
וואס גייט נאכדעם געשען מיט די ליסטע?
גייט מען דאס איבער געבען פארן מעאיר מיט גרויס טארא-ראם

גייט מען דאס פארליינען ביי אלע בריתן - הרב ...מכובוד מיט ליינען די ליסטע...ליד אבי הבן...

למדן » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 12:18 pm

· #106239
ווען די ליסטע וועט ווערן אנגעפולט וועט מען עס ארויפטראגן צום רבינס ציון און אנהייבן א נייע ליסטע

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 12:37 pm

· #106256
הערה צו שיטה מקובצת
חוץ די ניבול פה וואס דו שרייבסט דארט. (ווייל אויב מ'איז יא, אדער נישט מסכים מיט מציצה בפה, איז עס דאך א חלק פון א מצוה.) שרייבסטו אזיע און מארמאראש בנשימה אחת. אין מציאות זענען זיי אזוי ווייט ווי הודו, אינדיע, פון כוש, עטיאפיע. 😳 🙄

ודי למבין » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 12:43 pm

· #106262
נישט אזוי ווייט, מארמאראש איז אין ראמניא, ראמעניא גרנעץ זיך מיט אזיא דורכן שווארצן ים

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 12:48 pm

· #106270
ודי למבין
נישט אזוי ווייט, מארמאראש איז אין ראמניא, ראמעניא גרנעץ זיך מיט אזיא דורכן שווארצן ים

😮 ❓ 😮 ❓ ❗