גדעוןאן אריינגיין אין דיטאלן, איך בין גאר אסאך שוואכער ווי איך וואלט געוואלט זיין ציליב דער שטערן, אלס בחור בין איך געווען א חודש'ליכע ליינער אנגעהויבן פון די ערשטע אויסגאבע מיטן גרויסן בילד פונעם עיר פארס וואן, און אזוי ווייטער.
פון אייגענעם ערפארונג, דער שטערן איז סם פאר אזא איינעם וואס האט ענליכע שאיפות ווי מיר פאר זיינע קינדער, ביזן היינטיגן טאג שפיר איך די אפעקט און נאכווייען וואס דער שטערן האט איבערגעלאזט אויף מיר, איך האף און בעט אז מיינע קינדער זאלן אויסוואקסען בעסער ווי מיר.
איינער וואס א שטערן האט אפעקטירט, אויב וואלט דער שטערן נישט עקזיסטירט וואלט ער געווארן אפעקטירט פון אן אנדערע ארטיקל אנשטאט דעם. עס איז געווענליך פשוט אין זיין מהות, דעריבער וועט אים דאס ציען.
למשל, איך קען פרומע כולל יונגעלייט וואס האבן נאך קיין ענגליש ווארט אין זייער לעבן געליינט, אבער פון דעם גאזעט און די עטליכע מעדיצינישע (נאכגעבעבלטע, דריי-פערטל-אומפארשטענדליכע) קאלומס אין די היימישע צייטונגען, האט ער שוין ארויסגענומען גענוג אז ער פארשטייט מעדיצינישע זאכן בעסער ווי אלע זיינע ארומיגע. דאס איז ווייל פון נאטור ציעט אים ביאלאגיע, דעריבער אפי' ער איז נישט אויסגעשטעלט דערצו און האט נישט די מעגליכקייט דאס צו לערנען געהעריג, שמעקט ער אויס זיין חלק וואו ער קען יא ביז ער קומט ערגעץ אן.
גדעון, למשל, אויב וואלסטו נישט געהאט דעם עיר-פארס-וואן ארטיקל צו פארגאפט ווערן, וואלסטו געטראפן אנדערע ארטיקלעך פון וועלכע צו פארגאפט ווערן אין דעם איד, בלאט, קול מבשר צי ערגעץ אנדערש.
ווידער קען איך א יונגערמאן, למשל, וואס די סארט ארטיקלעך און שפאנענדע נאוועל-געשיכטעס האבן אים בכלל נישט געצויגן העכער די פופצן יאר, נאר יענער האט געטראפן זיין חלק אין דעם יפה בעתו אדער אין אנדערע וויסנשאפטליך-געשטימטע ארטיקלעך וואס זענען צומאל [ווי בטעות] אריינגעפאלן אין די היימישע ליין מאטעריאל, און ליידער איז יענער היינט נישט אינגאנצן אויפ'ן אידישן דרך.
וויסנדיג אז דער יפה בעתו האט יענעם צום ערשטן מאל אינטרעדוסט צו וועלטליכע און וויסנשאפטליכע טעמעס, קען איך לכאורה בלעימען דעם יפה בעתו פאר'ן עפענען יענעם די אויגן? אבער ניין, יענער וואלט לכ' סייווי אנגעקומען דערצו, עס איז געליגן אין אים דער פאטענציעל, און עווענטועל וואלט ער לכ' סייווי אנגעקומען צו עפעס וואס וואלט אים אנגעצינדן. אויב נישט היינט, מארגן.
די זעלבע קען איך איינעם וואס איז געזיצן צוגענאגלט אין ספרים געשעפטן און געלייענט אידישע היסטאריע פון ערליכע מחברים, און עס האט אים נישט אינטערעסירט עפעס אנדערש. יענער האט אויך צוטריט צום שטערן געשעפט, נאר עס האט אים נישט געצויגן, נאר אנשטאט האט אים געצויגן דער ספרים געשעפט.
ווידער דיך וואס דער שטערן האט דיך געצויגן, וואלסטו סייווי נישט צופיל געליינט דעם "אוצרות" למשל, אפי' אויב דיין טאטע וואלט עס געקויפט.
און עס גייט ווייטער. עס זענען למשל דא לאמיר זאגן צען טויזנט מענטשן וואס קויפן דעם בלאט, אבער יעדער נעמט ארויס דערפון גאר עפעס אנדערש. דער נייעס ליבהאבער לייענט דורך יעדן נארישן נייעסל, אבער סיי וועלכע זייטיגע קאלומס האט ער קיין געדולד און באמערקט זיי ניטאמאל. ווידער אנדערע אינטערעסירט נאטירליך גאר ווייניג וואס עס קומט פאר אויף דער וועלט, ער ליינט קוים די קעפלעך און פארטיג. נאר בעיקר ליינט ער די היסטאריע פון בית שני און אנדערע זאכן פון וועלכע ער קען ארויסשעפן עפעס ממשותדיגע אינפא איבער נושאים. א דריטער, אפשר מער געפילישער מענטש, לייענט וואס האט ביי מיר פאסירט און ענליכע אינספירירנדע קאלומס און פארזעצונגען. מיין פוינט איז, אפילו אין דעם איינעם צייטונג טרעפט יעדער וואס עס ליגט סייווי אין אים.
אויב זאלסטו טרעפן איינעם וואס וועט דיר זאגן אז ער איז געווארן עדיקטעד צו נייעס זייט ער האט אנגעהויבן קויפן די "צייטונג" (נייעס באריכט), זאלסטו נישט בלעימען דעם בלאט און זיך איינרעדן אז דאס האט אים אפגעשאכטן, נאר זאלסט פארשטיין אז דער מענטש האט פשוט דעמאלט געטראפן די זאך וואס ער איז געווענליך סייווי געווען אויסגעשטעלט דאס ליב צו האבן.
די צייטונגען און מאגאזינען צווינגען זיך נישט אריין אין קיינעמ'ס מוח; זיי שטעלן זיך נאר שיין אויס אויפ'ן פאליצע געשעפט און ווארטן אז די מענטשן וואס האבן ליב די דאזיגע סארט טעמעס, זאלן זיי אויפהייבן, טראגן אין שטוב, און ליינען. אבער דו, לייענער, ביסט דער וואס האט געמאכט דעם אויסוואל דאס צו ליינען. דאס איז אבוויעסלי די סיבה פארוואס דיין חבר וואס זעט אויך דעם שטערן יעדע חודש, קויפט עס נישט. ווידער דו זעסט למשל די מעלות, אבער דאך קויפסט עס נישט. כהאף פארשטייסט מיין פונקט. און אויב נישט, איז אויך גוט.