☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ה' אייר אנאליז

ה' אייר אנאליז

40 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3486

מאטי » דינסטאג אפריל 16, 2013 2:28 pm

· #105422
ה' אייר אנאליז
אין ליכט פון ה' אייר, דער יום ה..... וה....... (יעדער קען אריינלערנען אין די פינטעלעך איש כמחנהו וכדגלו) וויל איך אנאליזירן אפאר נקודות איבער מדינת ישראל. אבער קודם אן הקדמה:

איך בין נישט קיין גרויסער היסטאריקער. אויך פאליטיק איז נישט פון מיינע שטארקע פונקטן, עכ"פ נישט גענוג צו דעבאטירן די לייבן דא אין שטיבל. מיט דער שיטת הקנאים קען איך מיך אויך נישט אויס גענוג קלאר (קאך לעפל אפשר יא), דעריבער וויל איך דא נישט אנאליזירן די מדינה פון א היסטארישער אדער פאליטישער שטאנדפונקט (הגם איך גלייב אז דער וויסענשאפט אויף די אויבן דערמאנטע קען אין א געוויסער זין שוקל דעת זיין מיין מיינונג לכאן או לכאן). ווי אויך וויל איך נישט אריינגיין אין די קנאי'שער (לייען אידישער?) ארגומענט לגבי די בענעפיטן אדער פארקערט פון דער אידישער לאנד.

איך וועל מיך בלויז באציען צום פראקטישן חלק. דהיינו אויב היינט צוטאגס, נאכן דורך לעבן די גאנצע היסטאריע, האט זיך פאקטיש די מדינה געלוינט פארן אידישער פאלק אדער נישט.

איך בעט פון אונזערע חברים דא - די היציגע ווי די מעסיגע - ארויסצוברענגען אייער מיינונג מיט כבוד און רעספעקט. לאזט איבער אייערע עדזאקטיוון אין הארץ אפילו ס'ברענט אין אייך א ווילן צו מוחה זיין אדער מבזה זיין א ניק. וואס איר האלט האט נאר וואס געשריבן לפי דעתכם קעגן רצון ה' אדער נאריש געדענקט! כשם שמצוה לומר וכו'.... קיינער איז נאך נישט געווארן א קנאי קארעספאנדירנדיג ווירטואל.. 

איך וועל אנהייבן מיט דעתי הגדול (הקטן זה לשון גדולים ולאו צורבא דרבנן אני):

אויב גייען מיר צוריק אין צייט 65 יאהר ווען דאס יודיש פאלק איז געווען צוקלאפט און צודריקט, אן קיין האפענונג צו עפעס א נארמאלן גלות'דיגער מעורב בין הגוים'דיגער לעבן, האט שכל און געפיל זיכער דיקטירט אז א נייער לאנד איז א ישועה פאר כלל ישראל.
און פארוואס דען נישט? בשעת מ'האלט זיך נאך אינמיטן באנדאזשירן פון די מאויים'דיגע די וועלט'דיגע גיהנום, האט געהערשט א פיזיקאלער און גייסטישע דראנג פשוט צו עקזיסטירן אן אטעמען פרייע לופט. 
דאס אידישע פאלק האט געליטן אלע יארן פון אירע גוי'אישע שכנים. ס'הערט זיך שוין אפילו boring צו רעדן און איבער דערציילן די אלע תקופות.
אבער דער צווייטער וועלט מלחמה האט אלעס איבערגעשטיגן! מ'האט זיך געשפירט אין א מצב פון 'גענוג איז גענוג'! ס'איז געווען אזוי אומרעאליסטיש צו זיין א קעגנער פון א אייגן לאנד, אז נאר אזא כח ווי סאטמר רב זצ"ל, וואס האט לכל הדעות פארמאגט אבנארמאלע פירערשאפט און א ריזן כח המושך צו קאנווינסן זיין עולם אז דאס איז נישט קיין טובה פאר כלל ישראל.

למעשה וויאזוי האט זיך דאס היינט קוקענדיג אויף צוריק ארויסגעשטעלט? 

קודם וועל איך ארויסברענגען אפאר גוטע חלקים:

+ מדינת ישראל איז מער-ווייניגער א דעמאקראטיש לאנד, דער איינציגער אין א קאנטינענט פול מיט חיות בצורת אדם.
+ פארמאגט א געזונטע שטארקע עקאנאמי אן א טראפן אויל.
+ א סאפיסטיקירטע דיפענסיע וואס פארשעמט אסאך אסאך אנדערע גאר עלטערע לענדער אינעם כדור הארץ.
+ דער גרעסטער תורה צענטער אין דער וועלט. ישיבות, כוללים, חסידות, ש"ס אידן, דרייען זיך דארט צווישן די פינגערס.
+ די מדינה האט אן קיין ספק געהעכערט דער אידישער שטאלץ אין דער וועלט. 
+ אידן שפירן זיך באשיצט האבנדיג א רעגירונג/פאליציי/מיליטער אליינס אידן וואס זייערע עלטערן זענען דורך געגאנגען צרות צוליב זייער נאציאליטעט.

די נישט גוטע חלקים:

- מלחמות שונות וואס האבן פארשניטן טויזענטער אידישע לעבנס.
- טעראר איז א מציאות און א שרעק אין טאג-טעגליכן לעבן.
- ארומגענומען מיט מיליאנען דם שונאים, וואס א גרויס חלק טוען פאר א ליווינג אויספלאנירן ווי מ'קען טעראריזירן ישראלים, און די איבריגע ליידיגגייער סימפאטיזירן מיט זיי, מילד גערעדט.
- אויב פארט א ישראלי ארויס פון שטאט און בלייבט ח"ו שטעקן נאנט צו אן אראביש דערפל, וויל איך אפילו נישט טראכטן וואס פאסירט מיט אים. נישטא אין די גאנצע וועלט אזא מציאות. און וואו ס'איז יא אזוי, וואוינט מען טאקע נישט דארט.
- די מדינה האט נישט קיין אייגענע דעה ווען ס'קומט צו אויסערן פאליסי, נאר איז אונטערגעווארפן צו אמעריקע און אירע אליאירטע וואס טיילן זיי איין אזש וואו צו בויען פרישע הייזער, ווען אנצוהייבן און ווען צו ענדיגן קלאפן אויף פאלנע טעראריסטן. די וועלט וויל נאך היינט נישט פארשטיין וויפיל מ'זאל נאר נישט מסביר זיין אז דער איד האט פונקט אזא רעכט ווי דער גוי זיך צו דיפענדן פון טעראריסטן.
- ס׳הענגט אויף די רעליגיעזע אידן אין לאנד א וואלקן פון אומ-סימפאטיע, מילד גערעדט, וואס איז בכלל נישט שטייגערליך פאר א מערב וועלט דעמאקראטיע. הגם איבעראל איז בכלל נישט ריין דערפון למחצה ולרביע.
- די ברענענדיגע נושא פון גיוס בנים, אפגעזען וויאזוי מ'זאל דאס נאר אנקוקן, גערעכט צו אום-גערעכט, איז דאס אן ערנסטע פלאנטער פאר יהדות החרדית וואס איז נישט דא אין קיין לאנד וואו אידן לעבן היינט. און זאל מיר נישט קומען די חכמים דא א שטייגער ווי... שוין נא .. (כ'האב דאך געמאכט אן הקדמה) וועגן מאראלישע פליכטן צו קאנטריביטען אייניג, פאר דו ביסט מסכים צו שיקן דיין בחור'ל אין היזיגען מיליטער.

יעצט צום סיכום:

אונזער וועלט איז אין די לעצטע 50 יאר דורך געגאנגען א ריזן טראנספארמאציע. זי האט זיך מאדערניזירט אין א גאלאפישן שנעלקייט ווי קיינמאהל בעפאר. "טאלארענץ", א וויכטיגער קאמפאנענט וואס האט געפעלט אינעם מיטל אלטער, און דורך דעם ביישטייערט צו א געוואלד מיט אידישע צרות און רציחות, איז היינט א נארמע אין די מערב וועלט. אידן לעבן אין פרידן אין א געוואלד מיט לענדער איבער די וועלט, און פראקטיצירן מיט פרייהייט וואס זייער הארץ באגערט אויף א פארנעם וואס מ'האט זיך נישט געוואגט צו חלומ'ען אינעם מיטל אלטער.

ס'הערט זיך אפשר קאנטראווערסיעל, אבער ס'לאזט זיך זאגן אז אויב די אידן אין ישראל וואלטן נישט געהאט די אפציע פון ארויפגיין אין ישראל, נאר געווען צושפרייט אין לענדער ווי אמעריקע, קאנאדע, מעקסיקא, ענגלאנד, פראנקרייך, ארגענטינע, בראזיל, אוסטראליע, שווייץ, בעלגיע, ועוד, וואלטן זיי לאו דוקא געלעבט ערגער ווי איצט.

יעצט פרעגט זיך די פראגע: האט זיך למעשה היינט צוטאגס געלוינט - פראקטיש גערעדט - צו פארמאגן א אידישע מדינה??

לעמיל » דינסטאג אפריל 16, 2013 2:33 pm

· #105424
מאטי זייער שיין אראפ געלייגט

קינות גירושין » דינסטאג אפריל 16, 2013 2:44 pm

· #105430
די מאכסט שטומען?
לענ״ד לוינט זיך עס וועגן, אידן שפירן זיך באשיצט האבנדיג א רעגירונג/פאליציי/מיליטער אליינס אידן וואס זייערע עלטערן זענען דורך געגאנגען צרות צוליב זייער נאציאליטעט, נישט נאר זיי שפירען אזי סאיז באמת אזוי!
דאס וועגט אלעס איבער.

בדחן » דינסטאג אפריל 16, 2013 3:26 pm

· #105456

moti107

איך בעט פון אונזערע חברים דא - די היציגע ווי די מעסיגע - ארויסצוברענגען אייער מיינונג מיט כבוד און רעספעקט. לאזט איבער אייערע עדזאקטיוון אין הארץ אפילו ס'ברענט אין אייך א ווילן צו מוחה זיין אדער מבזה זיין א ניק. וואס איר האלט האט נאר וואס געשריבן לפי דעתכם קעגן רצון ה' אדער נאריש געדענקט! כשם שמצוה לומר וכו'.... קיינער איז נאך נישט געווארן א קנאי קארעספאנדירנדיג ווירטואל.. 

קודם וועל איך ארויסברענגען אפאר גוטע חלקים:

+ מדינת ישראל איז מער-ווייניגער א דעמאקראטיש לאנד, דער איינציגער אין א קאנטינענט פול מיט חיות בצורת אדם.
+ פארמאגט א געזונטע שטארקע עקאנאמי אן א טראפן אויל.
+ א סאפיסטיקירטע דיפענסיע וואס פארשעמט אסאך אסאך אנדערע גאר עלטערע לענדער אינעם כדור הארץ.
+ דער גרעסטער תורה צענטער אין דער וועלט. ישיבות, כוללים, חסידות, ש"ס אידן, דרייען זיך דארט צווישן די פינגערס.
+ די מדינה האט אן קיין ספק געהעכערט דער אידישער שטאלץ אין דער וועלט. 
+ אידן שפירן זיך באשיצט האבנדיג א רעגירונג/פאליציי/מיליטער אליינס אידן וואס זייערע עלטערן זענען דורך געגאנגען צרות צוליב זייער נאציאליטעט.

די נישט גוטע חלקים:

- מלחמות שונות [size=75]וואס האבן פארשניטן טויזענטער אידישע לעבנס.
- טעראר איז א מציאות און א שרעק אין טאג-טעגליכן לעבן.
- ארומגענומען מיט מיליאנען דם שונאים, וואס א גרויס חלק טוען פאר א ליווינג אויספלאנירן ווי מ'קען טעראריזירן ישראלים, און די איבריגע ליידיגגייער סימפאטיזירן מיט זיי, מילד גערעדט.
- אויב פארט א ישראלי ארויס פון שטאט און בלייבט ח"ו שטעקן נאנט צו אן אראביש דערפל, וויל איך אפילו נישט טראכטן וואס פאסירט מיט אים. נישטא אין די גאנצע וועלט אזא מציאות. און וואו ס'איז יא אזוי, וואוינט מען טאקע נישט דארט.
- די מדינה האט נישט קיין אייגענע דעה ווען ס'קומט צו אויסערן פאליסי, נאר איז אונטערגעווארפן צו אמעריקע און אירע אליאירטע וואס טיילן זיי איין אזש וואו צו בויען פרישע הייזער, ווען אנצוהייבן און ווען צו ענדיגן קלאפן אויף פאלנע טעראריסטן. די וועלט וויל נאך היינט נישט פארשטיין וויפיל מ'זאל נאר נישט מסביר זיין אז דער איד האט פונקט אזא רעכט ווי דער גוי זיך צו דיפענדן פון טעראריסטן.
- ס׳הענגט אויף די רעליגיעזע אידן אין לאנד א וואלקן פון אומ-סימפאטיע, מילד גערעדט, וואס איז בכלל נישט שטייגערליך פאר א מערב וועלט דעמאקראטיע. הגם איבעראל איז בכלל נישט ריין דערפון למחצה ולרביע.
- די ברענענדיגע נושא פון גיוס בנים, אפגעזען וויאזוי מ'זאל דאס נאר אנקוקן, גערעכט צו אום-גערעכט, איז דאס אן ערנסטע פלאנטער פאר יהדות החרדית וואס איז נישט דא אין קיין לאנד וואו אידן לעבן היינט. און זאל מיר נישט קומען די חכמים דא א שטייגער ווי... שוין נא .. (כ'האב דאך געמאכט אן הקדמה) וועגן מאראלישע פליכטן צו קאנטריביטען אייניג, פאר דו ביסט מסכים צו שיקן דיין בחור'ל אין היזיגען מיליטער.
יעצט פרעגט זיך די פראגע: האט זיך למעשה היינט צוטאגס געלוינט - פראקטיש גערעדט - צו פארמאגן א אידישע מדינה??

די ארטיקעל דערמאנט מיר די מעשה פון יענעם וואס האט געקאלט מיט איין שמחה די עלטערן פינעם בן יחיד מיט די גאר גיטע נייעס אז זייער זון האט איבערגעלעבט די ערפלאן קראך, אבער די עלטערן האבן פארט דערשמעקט אינעם טאן פינעם בעל מספר אז עפעס טויג נישט, ביז יענער האט זיי דערציילט אז אמת טאקע אז ער האט איבערגעלעבט די ערפלאן קראך אבער ער איז געשטארבן פינעם קלאפ וואס ער האט געכאפט פאלענדיג צו דער ערד,

אזא פנים האט די ארטיקעל, עס הייבט אן מיט גיטע נייעס אז ווי שטאלץ מען שפירט זיך בלא בלא בלא, און וויפל אידן עס לערנען תורה דארט, דערנאך ענדיגט מען מיט די שלעכטע זייט אז דאס לאנד איז די ווייניגסטע זיכער לאנד פאר א איד, אנגעהויבן מיט די אראבישע זעלבסט מערדער טעראריסטען, און גענדיגט מיט די אלע לענדער ארום און ארום וואס האסן איר צום טויט, עס איז נישט דא נאך אזא לאנד אזוי פארפיינט און די גאנצע וועלט ווי מדנ״י, יעדער האט איר פיינט און מען זעט שוין די פירות דערפון אויך און אמעריקע, פאר א חרדישע מוסד און אמעריקע אדער ענגלאנד איז פול גרינגער ווי פאר א מוסד און אר״י, נישט אומזינסט מאכט די אגודה נעקסטע וואך א ריזיגע כמו פארטעסט אין מאנהעטן, א איד פון בארא פארק/לעקוואד/ענגלאנד/פראנקרייך שטייט בעסער סיי מיט זיכערקייט און סיי מיט אידשקייט ווי אין מדנ״י,

אבער לויט דעם שרייבער פינעם ארטיקעל דארף מען זיין העפי אז מען האט איבערגעלעבט דעם ערפלאן קראך....

איך וועל גיין בנוגע דעם ארטיקעל אויפן זעלבן גאנג ווי דער שרייבער פינעם ארטיקעל:
די גיטע נייעס פינעם ארטיקעל איז אז, ענדליך איז שוין דא א נושא מיט וואס צו פירען א וויכח,
די שלעכטע נייעס פינעם ארטיקעל איז אז אז עס איז נישט דא וואס אפצוענטפערן, עס זאגט נישט גארנישט,

איך וועל ענדיגע מיט א וויכטיגע פוינט, א איד קען זיך נישט אפטיילען פון די תורה, מען קען נישט האבן קיין מיינוג היפוך התורה, און מען קען נישט טראכטען הייפעטריקעל אלמלא מען האט נישט קיין הלכה פראבלעם. איינמאל און נאכאמאל זעט ווי מענטשן פראבירען ארויס צו ברענגן זייער מיינוג בניגוד התורה, דער שרייבער פינעם ארטיקעל האט געשריבען:

moti107
- ס׳הענגט אויף די רעליגיעזע אידן אין לאנד א וואלקן פון אומ-סימפאטיע, מילד גערעדט, וואס איז בכלל נישט שטייגערליך פאר א מערב וועלט דעמאקראטיע. הגם איבעראל איז בכלל נישט ריין דערפון למחצה ולרביע.
- די ברענענדיגע נושא פון גיוס בנים, אפגעזען וויאזוי מ'זאל דאס נאר אנקוקן, גערעכט צו אום-גערעכט, איז דאס אן ערנסטע פלאנטער פאר יהדות החרדית וואס איז נישט דא אין קיין לאנד וואו אידן לעבן היינט. און זאל מיר נישט קומען די חכמים דא א שטייגער ווי... שוין נא .. (כ'האב דאך געמאכט אן הקדמה) וועגן מאראלישע פליכטן צו קאנטריביטען אייניג, פאר דו ביסט מסכים צו שיקן דיין בחור'ל אין היזיגען מיליטער.

דאס איז נאן-סענס און עס נישט דא אזא זאך, מיר זענענן נישט קיין פאטריקאנער און אויב עפעס שטימט נישט ע״פ תורה איז עס נישט גוט, אפגעזען די פערזענליכע מיינוג, עס איז שוין צייט אנצוריפען דאס קינד ביים נאמען אז מיר זענענן אידן און אונזערע מחשבות דארף זיין תורה׳דיגע מחשבות.

מאטי » דינסטאג אפריל 16, 2013 4:12 pm

· #105472
די ארטיקעל דערמאנט מיר די מעשה פון יענעם וואס האט געקאלט מיט איין שמחה די עלטערן פינעם בן יחיד מיט די גאר גיטע נייעס אז זייער זון האט איבערגעלעבט די ערפלאן קראך, אבער די עלטערן האבן דערשמעקט אינעם טאן פינעם בעל מספר אז עפעס טויג פארט נישט, ביז יענער האט זיי דערציילט אז אמת טאקע אז ער האט איבערגעלעבט די ערפלאן קראך אבער ער איז געשטארבן פינעם קלאפ וואס ער האט געכאפט פאלענדיג צו דער ערד,

מיסטער בדחן די וואלסט געפיקט אוישוויץ ענדערש ווי א מדינה? אויב נישט איז דיין משל סתם אבסורד.
אזא פנים האט די ארטיקעל, עס הייבט אן מיט גיטע נייעס אז ווי שטאלץ מען שפירט זיך בלא בלא בלא, און וויפל אידן עס לערנען תורה דארט, דערנאך ענדיגט מען מיט די שלעכטע זייט אז דאס לאנד איז די ווייניגסטע זיכער לאנד פאר א איד, אנגעהויבן מיט די אראבישע זעלבסט מערדער טעראריסטען, און גענדיגט מיט די אלע לענדער ארום און ארום וואס האסן איר צום טויט, עס איז נישט דא נאך אזא לאנד אזוי פארפיינט און די גאנצע וועלט ווי מדנ״י, יעדער האט איר פיינט און מען זעט שוין די פירות דערפון אויך און אמעריקע, פאר א חרדישע מוסד און אמעריקע אדער ענגלאנד איז פול גרינגער ווי פאר א מוסד און אר״י, נישט אומזינסט מאכט די אגודה נעקסטע וואך א ריזיגע כמו פארטעסט אין מאנהעטן, א איד און בארא פארק אדער ענגלאנד אדער פראנקרייך שטייט בעסער היין מיט זיכערקייט און הן מיט אידשקייט ווי אין מדנ״י
,

דשזארדש וואשינגטאן איז א דורכפאל פארן אויפשטעלן א מדינה אויב סהאט געקענט געשען א 9-11 ?

אבער לויט דעם שרייבער פינעם ארטיקעל דארף מען זיין העפי אז מען האט איבערגעלעבט דעם ערפלאן קראך....

ווי אין מיינע ווערטער איז מרומז אז מען דארף זיין העפי (גמטרי׳? ר״ת ?הרב וויסמאנדעל חשבונות ? )אדרבה איך לאז דעם עולם קומען צום אויספיר נאכן פארציילן דעם עראפלאן קראך אין דעם קלאפ. אפשר האלט איך פונקט ווי דיר
די גיטע נייעס פינעם ארטיקעל איז אז, ענדליך איז שוין דא א נושא מיט וואס צו פירען א וויכח,
די שלעכטע נייעס פינעם ארטיקעל איז אז אז עס איז נישט דא וואס אפצוענטפערן, עס זאגט נישט גארנישט,

אויב איז דא מקום פאר א וויכח דאן פארוואס איז נישט דא וואס אפצוענפערן דאס איז אקסימאראניש.
בכלל פארשטיי איך נישט דיין פוינט אויב דו יא זיי ביטע מסביר
איך וועל ענדיגע מיט א וויכטיגע פוינט, א איד קען זיך נישט אפטיילען פון די תורה, מען קען נישט האבן קיין מיינוג היפוך התורה, און מען קען נישט טראכטען הייפעטריקעל אלמלא מען האט נישט קיין הלכה פראבלעם. איינמאל און נאכאמאל זעט ווי מענטשן פראבירען ארויס צו ברענגן זייער מיינוג בניגוד התורה, דער שרייבער פינעם ארטיקעל האט געשריבען:

פארוואס פארשטייסטו אז דער שרייבער פון ״פון דא און דארט״ מעג ארויסברענגען אז די מדינה איז א דורכפאל און סהאט זיך נישט געלוינט וואס פון דעם איז משמע איז טאמער סוואלט יא גוט געגאנגען וואלט אפשר נישט געווען אזוי געפערליך ווען אויב על פי תורה טאר מען עניוועיס נישט האלטן די מדינה ! רשע וטוב לו איז בכלל נישט קיין ארגומענט לויט דיר? וויאזוי האט משה רבינו געוואגט צו פרעגן הקב״ה?

בדחן » דינסטאג אפריל 16, 2013 4:45 pm

· #105479
moti107
מיסטער בדחן די וואלסט געפיקטן אוישוויץ ענדערש ווי א מדינה? אויב נישט איז דיין משל סתם אבסורד.
דשזארדש וואשינגטאן איז א דורכפאל פארן אויפשטעלן א מדינה אויב סהאט געקענט געשען א 9-11??

ביסט גערעכט, אינטערסאנט איך האב עס נישט פארשטאנען בעפאר,

היימישער ליטוואק » דינסטאג אפריל 16, 2013 4:56 pm

· #105483
👍 פאר א זאכליכע און באלאנסירטע הודעה.
איך וויל צולייגן צו די "גוטע חלקים" ליסטע:
- מיר קענען מקיים זיין מצוות ישוב ארץ ישראל. א מצוה פונקט ווי הנחת תפילין און אכילת מצה.
- גרעסטע בעל תשובה באוועגונג מימות עולם. אולי בימי מלכי יאשיהו או יחזקיהו, או בימי עזרא ונחמיה.
- האט אפגעהאלטן אסימילאציע פון מיליאנען מאחינו בני ישראל. דאדורך דעם צוריקגעהאלטן א האלאקאוסט פון מליאנען אידן פארלוירן גיין.
- גורם געווען צו דעם גרעסטן קיבוץ גליות מימות עולם. ושב ה' אלקיך את שבותך ורחמך ושב וקבצך מכל העמים אשר הפיצך ה"א שמה. א היסטארישער ערשיינונג וואס האט נישט קיין פארגלייך אין היסטאריע ביי קיין שום אומה ולשון!!
- צוקלאפט די קריסטליכע טעאלאגיע אז אידן האבן פארלוירן זייער סטאטוס אלס עם הנבחר (און ממילא אדרבה כו'). דורך דעם האבן זיי על כרחם געמוזט מודה זיין אז יהדות איז זייער עלטערע ברודער.
- א איד איז נישט א הונט אן א היים. ער דארף זיך נישט וואנדערן פון איין געטא צו א די.פי. קעמפ. ער האלט זיך נישט אויף אין פליטים-לאגערן ווי אונזערע שוועסטער-קינדער - ער האט א לאנד, איין לאנד ווי ער איז וועלקאמן!

איך וויל בקצרה מגיב זיין אויף דיין שווארצע ליסטע.

moti107
די נישט גוטע חלקים:

- מלחמות שונות וואס האבן פארשניטן טויזענטער אידישע לעבנס. ביטע פארגלייך צו ספר יהושע/שופטים/שמואל/מלכים. צו ספר המכבים און יוסיפון און מלחמת היהודים. דאס איז מצד אידישע היסטאריע. אויך פארגלייך דאס צו רוב רובם לענדער אין די וועלט האבן פארלוירן פיל מער מענטשן אין מלחמות. דעטס לייף אין דער נאכנישט מתוקן'דיגער וועלט.
- טעראר איז א מציאות און א שרעק אין טאג-טעגליכן לעבן. ע"ע 9/11 ובאסטאן מרטון
- ארומגענומען מיט מיליאנען דם שונאים, וואס א גרויס חלק טוען פאר א ליווינג אויספלאנירן ווי מ'קען טעראריזירן ישראלים, און די איבריגע ליידיגגייער סימפאטיזירן מיט זיי, מילד גערעדט. שבכל דור ודור וכו' והקב"ה מצילנו מידם. שה א' בין שבעים זאבים. דאס איז עס; על כרחך אתה נולד, על כרחך אתה חי ועל כרחך אתה יהודי...
- אויב פארט א ישראלי ארויס פון שטאט און בלייבט ח"ו שטעקן נאנט צו אן אראביש דערפל, וויל איך אפילו נישט טראכטן וואס פאסירט מיט אים. נישטא אין די גאנצע וועלט אזא מציאות. און וואו ס'איז יא אזוי, וואוינט מען טאקע נישט דארט.
- די מדינה האט נישט קיין אייגענע דעה ווען ס'קומט צו אויסערן פאליסי, נאר איז אונטערגעווארפן צו אמעריקע און אירע אליאירטע וואס טיילן זיי איין אזש וואו צו בויען פרישע הייזער, ווען אנצוהייבן און ווען צו ענדיגן קלאפן אויף פאלנע טעראריסטן. די וועלט וויל נאך היינט נישט פארשטיין וויפיל מ'זאל נאר נישט מסביר זיין אז דער איד האט פונקט אזא רעכט ווי דער גוי זיך צו דיפענדן פון טעראריסטן.
- ס׳הענגט אויף די רעליגיעזע אידן אין לאנד א וואלקן פון אומ-סימפאטיע, מילד גערעדט, וואס איז בכלל נישט שטייגערליך פאר א מערב וועלט דעמאקראטיע. הגם איבעראל איז בכלל נישט ריין דערפון למחצה ולרביע.דער פאקט איז נישט אמת. אין כאן המקום להאריך, אבער אונזערע ברודער אין א"י האבן אביוסד דעם סיסטעם און יעצט איז פייבעק טאים.
- די ברענענדיגע נושא פון גיוס בנים, אפגעזען וויאזוי מ'זאל דאס נאר אנקוקן, גערעכט צו אום-גערעכט, איז דאס אן ערנסטע פלאנטער פאר יהדות החרדית וואס איז נישט דא אין קיין לאנד וואו אידן לעבן היינט. און זאל מיר נישט קומען די חכמים דא א שטייגער ווי... שוין נא .. (כ'האב דאך געמאכט אן הקדמה) וועגן מאראלישע פליכטן צו קאנטריביטען אייניג, פאר דו ביסט מסכים צו שיקן דיין בחור'ל אין היזיגען מיליטער.דא איז נישטא קיין דרעפט - דארט יא. איך מיין אז בימי דוד המלך וואלטסו אויך נישט געוואלט שיקן דיין בחור'ל אין יואב'ס ישיבה אקאדעמי...

בדחן » דינסטאג אפריל 16, 2013 5:00 pm

· #105487
@ היימישע ליטוואק, אויב מעגליך איך ווארט נאך אלץ אויף א ענטפער ביי יענע אשכול ; וועלכע רבנים (חוץ קוק) האבן געשטיצט די רעיון הציוני?

היימישער ליטוואק
בדחן
מען האט די וואך אנגעהויבן לערנענן פרק, פרק הייבט זיך אן מיט די ערשטע זאך ״משה קיבל תורה מסני ומסרה ליהושע ויהושע לזקנים וזקנים לנביאים ונביאים לאנשי כנסת הגדולה.״ און דער פשוט פשט דערפון איז ללמדינו אז תורה גייט אינאיינעם מיט מסורה, עס איז נישט שייך צו מאכען קיין אייגענע בויך סברות און פשטליך אן דעם וואס מען בויעט עס אויף פריערדיגע,

חוץ דעם - ולא תתרו אחרי עיניכם זו רב קוק - איז נישט געווען קיין איין גדול רבי אדער ארקענטער תורה אוטעריטעט וואס האט זיך נישט אפגעשייט און אפגעזינדערט מיט א גאנצע התבדלות פון רעיון הציוני, יעדער האט עס אפגעפרעגט און פארמיעסט, דערפאר איז פשוט אז אויב מען גייט מיט די משנה און מען איז נישט קיין אנהעגער פון הנ״ל איז די גאנצע אשכול איבריג און אירעליווענט.

בדחן, דאס איז פשוט נישט אמת. איך האב נישט קיין צייט מאריך צו זיין.

קאך_לעפל » דינסטאג אפריל 16, 2013 5:09 pm

· #105494
דער היימישער ליטוואק, ווערט דאך זיסער פון מינוט צו מינוט, זייינע זאכליכע תגיבות, מלא דעת ותבונה, כמים לים מכסים, זיין שכל הישר, מיט זיינע ידיעות און היסטאריע, אונטערגעשלאגען מיט די קאטשעניע פון געפילטע פיש, גיבט דאך צו אזוי פול טאטישקייט, מיטערוואקסענקייט, אין ישרות, בינה און דעת, עד אין חקר, צו די גאנצע ציוניסטישע אידאלאגיע,

בלייבט אונז נאר איבער צו ווינטשען, כה לחי' אז ער פארטרעט דאס ציוניסטישער אידאלאגיע, דאס ווייזט עס נאר אויף די הויעכקייט פון ציוניזעם, וואס איז מעלע די שכינה, כשיטת רבו הק' של היימישער ליטוואק, מר קוק זאל זיין א גיטער בעטער,

זאל שוין דער אייבישטער העלפן, אז.......................... וד''ל ............................

בדחן » דינסטאג אפריל 16, 2013 5:11 pm

· #105495
קאך לעפעל, אראפ מיט די הענט, איך פראביר יעצט מיט שיינעם אז מען וועט דארף שפעטער גיין מיט שטרענגן קען איך עס אליינס.

קאך_לעפל » דינסטאג אפריל 16, 2013 5:13 pm

· #105497
בדחן
קאך לעפעל, אראפ מיט די הענט, איך פראביר יעצט מיט שיינעם אז מען וועט דארף שפעטער גיין מיט שטרענגן קען איך עס אליינס.

סליחה!

לא הבנתי,

איך זאג אז היימישער ליטוואק איז א חכם, און זיינע תגיבות זענען מלא מדע, נו וואס אראפ מיט די הענט, איך בין אלל דע וועי פאר היימישער ליטוואק מיט געפילטע,

לעבן זאל די רעוואלעציע!

היימישער ליטוואק » דינסטאג אפריל 16, 2013 5:22 pm

· #105503
קאך - איך נעם אן דיינע ווארימע פריינטליכע ווערטער נאר בצירוף מיט א לייק...

קאך_לעפל » דינסטאג אפריל 16, 2013 5:23 pm

· #105504
נשמה'לע אן א לייק נעמסט עס נישט אן?

בדחן » דינסטאג אפריל 16, 2013 5:33 pm

· #105514
קאך_לעפל
בדחן
קאך לעפעל, אראפ מיט די הענט, איך פראביר יעצט מיט שיינעם אז מען וועט דארף שפעטער גיין מיט שטרענגן קען איך עס אליינס.

סליחה!

לא הבנתי,
איך זאג אז היימישער ליטוואק איז א חכם, און זיינע תגיבות זענען מלא מדע, נו וואס אראפ מיט די הענט, איך בין אלל דע וועי פאר היימישער ליטוואק מיט געפילטע, לעבן זאל די רעוואלעציע!

יעצט איז שוין די תגובה פיינעל? ווייל קודם האסטע געהאט א פארקערטע ווערסיע..

איזהו חכם » דינסטאג אפריל 16, 2013 5:35 pm

· #105517
זעט זיך אויס אז דער עולם האט זיך פארמישט מיט א צווייטער אשכול מיטן נאמען ״היימישער ליטוואק והמסתעף״....

diff » דינסטאג אפריל 16, 2013 5:37 pm

· #105518
He must change the way he calls and speaks of rabbonim

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 16, 2013 5:38 pm

· #105519
@היימישער, איך גיי נישט מחולק זיין, נאר פרובירן צו באלאנצירן דיין הודעה... כלשונך. (די בלויע/פורפל קאליר זענען מיינע ווערטער)

[quote="היימישער ליטוואק"]:like פאר א זאכליכע און באלאנסירטע הודעה.
איך וויל צולייגן צו די "גוטע חלקים" ליסטע:

- מיר קענען מקיים זיין מצוות ישוב ארץ ישראל. א מצוה פונקט ווי הנחת תפילין און אכילת מצה.
נישט פונקט אזא מצוה, עס איז אפשענעל, נישט קיין פליכט ווי תפלין און מצה וועלכע איז א דאורייתא און האט א חיוב.

- גרעסטע בעל תשובה באוועגונג מימות עולם. אולי בימי מלכי יאשיהו או יחזקיהו, או בימי עזרא ונחמיה.
וואספארא שייכות האט דאס מיט די מדינה? עס וואלט מסתמא געשעהן פונקט אזוי אן זיי. זיי שטיצן עס דען? און צו באלאנצירן, לייג שוין צו די "חזרה לשאלה" באוועגונג אפצופירן אידישע קינדער רח"ל. און שרייב אויך וויפיל כוחות די מדינה האט אריינגעלייגט אפצו'שמד'ן גאנצעטע שבטים פון תמימות'דיגע אידן, אפגעשניטן בארד און פיאות און געצווינגען צו עסן טריפות און זיי אויסגעמישט מיט נשים בפריצות נורא א.א.וו., אויך די גרעסטע מימות עולם רח"ל.

- האט אפגעהאלטן אסימילאציע פון מיליאנען מאחינו בני ישראל. דאדורך דעם צוריקגעהאלטן א האלאקאוסט פון מליאנען אידן פארלוירן גיין.
פארלוירן גיין פון וואו? די אלע אידן (כמעט) וועכע זענען דארטן זענען דאך נישט קיין שומרי תורה ומצוות כנ"ל, מומרים להכעיס ושונאי ערליכע אידן.

- גורם געווען צו דעם גרעסטן קיבוץ גליות מימות עולם. ושב ה' אלקיך את שבותך ורחמך ושב וקבצך מכל העמים אשר הפיצך ה"א שמה. א היסטארישער ערשיינונג וואס האט נישט קיין פארגלייך אין היסטאריע ביי קיין שום אומה ולשון!! וואס איז די גרויסקייט דערפון? דער פסוק גייט ארויף אויף ביאת המשיח, בעפאר דעם זעה איך נישט די אויפטו דערפון.

- צוקלאפט די קריסטליכע טעאלאגיע אז אידן האבן פארלוירן זייער סטאטוס אלס עם הנבחר (און ממילא אדרבה כו'). דורך דעם האבן זיי על כרחם געמוזט מודה זיין אז יהדות איז זייער עלטערע ברודער.
איני יודע מהו אומר. ווער האט מודה געווען וואס וואו

- א איד איז נישט א הונט אן א היים. ער דארף זיך נישט וואנדערן פון איין געטא צו א די.פי. קעמפ. ער האלט זיך נישט אויף אין פליטים-לאגערן ווי אונזערע שוועסטער-קינדער - ער האט א לאנד, איין לאנד ווי ער איז וועלקאמן!
פאקט איז אז אין אמעריקע אדער אין קאנאדא איז א פרומער איד מער ווילקאמען ווי אין מדינת ישראל.

איך וויל בקצרה מגיב זיין אויף דיין שווארצע ליסטע.

די נישט גוטע חלקים:

- מלחמות שונות וואס האבן פארשניטן טויזענטער אידישע לעבנס. ביטע פארגלייך צו ספר יהושע/שופטים/שמואל/מלכים. צו ספר המכבים און יוסיפון און מלחמת היהודים. דאס איז מצד אידישע היסטאריע. אויך פארגלייך דאס צו רוב רובם לענדער אין די וועלט האבן פארלוירן פיל מער מענטשן אין מלחמות. דעטס לייף אין דער נאכנישט מתוקן'דיגער וועלט.
- טעראר איז א מציאות און א שרעק אין טאג-טעגליכן לעבן. ע"ע 9/11 ובאסטאן מרטון

- ארומגענומען מיט מיליאנען דם שונאים, וואס א גרויס חלק טוען פאר א ליווינג אויספלאנירן ווי מ'קען טעראריזירן ישראלים, און די איבריגע ליידיגגייער סימפאטיזירן מיט זיי, מילד גערעדט. שבכל דור ודור וכו' והקב"ה מצילנו מידם. שה א' בין שבעים זאבים. דאס איז עס; על כרחך אתה נולד, על כרחך אתה חי ועל כרחך אתה יהודי...
נישט אמת. אויב איז אמת אז דאס איז דער רצון ה' וואלט נישט געווען אזויפיל מלחמות מיום הוולדה עד עתה. בעל כרחך אתה נולד האט נישט קיין שייכות אהער, אודאי מאכט זיך אמאל עפיזאדן, ווי 9/11 אין אמעריקע, אבער אזא וויסטע שנאה און סכנה ווי עס לעבן אונזערע ברודער אין ארץ הקודש איז פיל ערגער ווי דעם. פונקט ביי די 2 מלחמות האט פאסירט "נסים", און מער נישט?

- אויב פארט א ישראלי ארויס פון שטאט און בלייבט ח"ו שטעקן נאנט צו אן אראביש דערפל, וויל איך אפילו נישט טראכטן וואס פאסירט מיט אים. נישטא אין די גאנצע וועלט אזא מציאות. און וואו ס'איז יא אזוי, וואוינט מען טאקע נישט דארט.
- די מדינה האט נישט קיין אייגענע דעה ווען ס'קומט צו אויסערן פאליסי, נאר איז אונטערגעווארפן צו אמעריקע און אירע אליאירטע וואס טיילן זיי איין אזש וואו צו בויען פרישע הייזער, ווען אנצוהייבן און ווען צו ענדיגן קלאפן אויף פאלנע טעראריסטן. די וועלט וויל נאך היינט נישט פארשטיין וויפיל מ'זאל נאר נישט מסביר זיין אז דער איד האט פונקט אזא רעכט ווי דער גוי זיך צו דיפענדן פון טעראריסטן.

- ס׳הענגט אויף די רעליגיעזע אידן אין לאנד א וואלקן פון אומ-סימפאטיע, מילד גערעדט, וואס איז בכלל נישט שטייגערליך פאר א מערב וועלט דעמאקראטיע. הגם איבעראל איז בכלל נישט ריין דערפון למחצה ולרביע.דער פאקט איז נישט אמת. אין כאן המקום להאריך, אבער אונזערע ברודער אין א"י האבן אביוזד דעם סיסטעם און יעצט איז פייבעק טאים.
נישט אינגאנצן אזוי, אמת אז די וואס נעמען געלט און באשטייערן נישט גארנישט (כ'מיין, חוץ טעירע) האבן אביוזט דעם סיסטעם, אבער פילע פון זיי אדער נעמען זיי בכלל נישט, אדער ארבעטן זיי יא געהעריג לעגאל, איך קען פילע אידן וואס טוען דאס, און אסאך וואלטן געגאנגען ארבעטן אבער זיי זענען נישט ווילקאמען אין די ארבעטס פלעצער פון די מדינה אין וועלכע זיי זענען מ'כלומר'שט ווילקאמען. אדרבה, יעדע שטיק צייט הערט מען נאכאמאל איבערפאלן אויף חרד'ישע אידן פון די פרייע כוליגאנעס וועלכע קענען נאר שרייען "דתיים".
- די ברענענדיגע נושא פון גיוס בנים, אפגעזען וויאזוי מ'זאל דאס נאר אנקוקן, גערעכט צו אום-גערעכט, איז דאס אן ערנסטע פלאנטער פאר יהדות החרדית וואס איז נישט דא אין קיין לאנד וואו אידן לעבן היינט. און זאל מיר נישט קומען די חכמים דא א שטייגער ווי... שוין נא .. (כ'האב דאך געמאכט אן הקדמה) וועגן מאראלישע פליכטן צו קאנטריביטען אייניג, פאר דו ביסט מסכים צו שיקן דיין בחור'ל אין היזיגען מיליטער.דא איז נישטא קיין דרעפט - דארט יא. איך מיין אז בימי דוד המלך וואלטסו אויך נישט געוואלט שיקן דיין בחור'ל אין יואב'ס ישיבה אקאדעמי...
בימי דוד המלך האט מען נישט אויסגעריסן אידישקייט אין מיליטער, אדרבה, מען האט געמוזט זיין א פולקאמער ירא שמים, און מען האט אהיימגעשיקט פאר גאר קליינע עבירה'לעך אפילו שח בין ישתבח לברכו, און איבער אלעם, מען האט זיך פארלאזט אויפן באשעפער, די השתדלות איז געווען בדרך הטבע, משא"כ היינט ווען ס'איז א זמן פון ישראל בטח בצה"ל, און מען קומט אהיים פון דארטן א אויסגעקילטער איד.

diff » מיטוואך אפריל 17, 2013 7:26 am

· #105749
אבער פילע פון זיי אדער נעמען זיי בכלל נישט, אדער ארבעטן זיי יא געהעריג לעגאל
These People are too happy with the new situation
, איך קען פילע אידן וואס טוען דאס, און אסאך וואלטן געגאנגען ארבעטן אבער זיי זענען נישט ווילקאמען אין די ארבעטס פלעצער פון די מדינה
At first they need to be welcome in shul / chabura. Then they will build own business like BH

היימישער ליטוואק » מיטוואך אפריל 17, 2013 9:16 am

· #105756
שמעק,
איך וועל דיר ענטפערן בקיצור על ראשון ראשון, ווייל איך בין אין א ראש.

מצוות ישוב א"י איז יא א מצוה חיובית, נישט אפשינעל ווי דו שרייבסט. עפן א פרישע אשכול דערוועגן וועלן מיר דאס דארכטוהן באריכות.

די בעל תשובה מווומענט איז געקומטען אדאנק מלחמת ששת הימים, און צוליב דעם קשר וואס זיי פילן צום לאנד און איר היסטוריע

אבער זיי זענען נישט פארלוירן דהיינו נטמע בין האומות. אי"ה זיי וועלן ווערן פרומער און ערליכער. ובנו של ביבי נתניהו יוכיח.

אין פסוק שטייט נישט דארט וועגן משיח. קיבוץ גלוית איז א באזונדער זאך. און אויך א סעפעראטע ברכה אין שמו"ע. דו זעסט נישט קיין אפטוה אויף א זאך וואס דו ביסט מתפלל 3 מאל א טאג, און אלע בקשות סליחות ימים טובים רעדן פון דאס, וקרב פזורנו מבין הגוים וכו'? אלע נביאים האבן מתנבא געווען און גלעכצט נאך דעם?

אשריך אז דו ווייסט נישט.

אין אמעריקא איז א איד ווילקאמן, מיינסטו אפשר אין ברוקלין. פרוביר ארויסצטרעטן פון די ד' אמות דאהי.

לגבי רצון ה', האב איך שוין מציין געווען עיין ספר יהושע וכו'.

גאלד » מיטוואך אפריל 17, 2013 11:44 am

· #105829
מיינע רעאקציעס זענען אין בלוי

היימישער ליטוואק
:like פאר א זאכליכע און באלאנסירטע הודעה.
איך וויל צולייגן צו די "גוטע חלקים" ליסטע:
- מיר קענען מקיים זיין מצוות ישוב ארץ ישראל. א מצוה פונקט ווי הנחת תפילין און אכילת מצה.
אויסדרוקליך נישט ווי הנחת תפילין ואכילת מצה ווייל עס איז ליידער דא א שטארקע מעגליכקייט - נישט קיין כלל אבער דער מעגליכקייט איז דא - אז דער סארט ישוב ארץ ישראל איז ליידער מחזק א תנועה פון א ענין וואס איז נגד התורה, אפי' אויב די מדינה וואלט געפירט געווארן אויף תורה'דיגע געזעצן, על אחת כו"כ, ווען עס איז א תנועה פון אפיקורסים ומומרים להכעיס, וואס בכגון דא זעהמיר פון אלע דורות ווי רוב רובו צדיקים קדושים וטהורים האבן קיינמאל געזוכט צו זיך באזעצן אין ארץ ישראל, אפי' ווען ס'נישט געווען קיין שום מניעות, ווייל עס איז יצא שכרו בהפסדו, אבערהויפט בנידון דידן ווען עס איז שטארק מעגליך אז דער פעולה איז געפירט פון הרגשים פון פאטריאטישקייט צו דעם תנועה פון העברת הדת,
- גרעסטע בעל תשובה באוועגונג מימות עולם. אולי בימי מלכי יאשיהו או יחזקיהו, או בימי עזרא ונחמיה.
דאס איז נישט מטעם המדינה וחוקתיה, אדרבא מטעם המדינה איז דער מדינה דער גרעסטע אפאראט וואס א אידישע ממשלה איז מעביר על הדת מיליאנען בני אברהם יצחק ויעקב, זינט אפשר די חטא העגל
- האט אפגעהאלטן אסימילאציע פון מיליאנען מאחינו בני ישראל. דאדורך דעם צוריקגעהאלטן א האלאקאוסט פון מליאנען אידן פארלוירן גיין.
א איד אן קיין אמונה ושמירת המצות איז קיין איד
- גורם געווען צו דעם גרעסטן קיבוץ גליות מימות עולם. ושב ה' אלקיך את שבותך ורחמך ושב וקבצך מכל העמים אשר הפיצך ה"א שמה. א היסטארישער ערשיינונג וואס האט נישט קיין פארגלייך אין היסטאריע ביי קיין שום אומה ולשון!!
קיבוץ גליות איז קיין איינע פון די תרי"ג מצות עס איז א הבטחה וואס דער רבוש"ע האט מבטיח געווען ווען מיר וועלן תשובה טאהן און דער תנועה פון בן גריון וחבריו האט קיין שום רעזעמבלענס אדער שטריכן פון דער סארט קיבוץ גליות וואס די נביאים האבן פארגעשריבן לימות המשיח וואס מיר זענען מתפלל ביי תקע בשופר, אדרבא דאס איז א מניעה צו דער לאנג ערווארטעטע קיבוץ גליות
- צוקלאפט די קריסטליכע טעאלאגיע אז אידן האבן פארלוירן זייער סטאטוס אלס עם הנבחר (און ממילא אדרבה כו'). דורך דעם האבן זיי על כרחם געמוזט מודה זיין אז יהדות איז זייער עלטערע ברודער.
וואס מאכט דאס אונז גליקליך להלכה למעשה
- א איד איז נישט א הונט אן א היים. ער דארף זיך נישט וואנדערן פון איין געטא צו א די.פי. קעמפ. ער האלט זיך נישט אויף אין פליטים-לאגערן ווי אונזערע שוועסטער-קינדער - ער האט א לאנד, איין לאנד ווי ער איז וועלקאמן!
אידן אין חוץ לארץ זענען דען היינט יא און געטאס אדער די.פי לאגערן? ס'איז א דעמאקראטישע וועלט ווי די אידן ענזשויען פרייהייט איבעראל, אדרבא ארץ ישראל האט ליידער די העכסטע שאנס אז זאל חלילה יא זיין עפעס א גזירה ה"י, זייענדיג ארומגענומען מיט די חיות מטורפים וואס די גרעסטע וועלט מאכטן מיטשען זיך מיט זיי, און קיין "אידיש לאנד" איז עס נישט ווייל עס ווערט געפירט מיט סעקולערע געזעצן, נו וואס פונקטליך איז די ישועה דא?

איך וויל בקצרה מגיב זיין אויף דיין שווארצע ליסטע.

moti107
די נישט גוטע חלקים:

- מלחמות שונות וואס האבן פארשניטן טויזענטער אידישע לעבנס. ביטע פארגלייך צו ספר יהושע/שופטים/שמואל/מלכים. צו ספר המכבים און יוסיפון און מלחמת היהודים. דאס איז מצד אידישע היסטאריע. אויך פארגלייך דאס צו רוב רובם לענדער אין די וועלט האבן פארלוירן פיל מער מענטשן אין מלחמות. דעטס לייף אין דער נאכנישט מתוקן'דיגער וועלט.
מיר קענען עס נישט פארגלייכן צו ימי דוד ושלמה וואס זיי האבן זיך געפירט ע"פ תורה,
און מיר קענען עס אויך נישט פארגלייכן צו די אוה"ע וואס ביי זיי דארף מען זיך מוסר נפש זיין פאר נאציאנליזים בעת וואס אין די אידישע רעליגיע עקזיסטירט נישט אזא מין רעיון

- טעראר איז א מציאות און א שרעק אין טאג-טעגליכן לעבן. ע"ע 9/11 ובאסטאן מרטון
- ארומגענומען מיט מיליאנען דם שונאים, וואס א גרויס חלק טוען פאר א ליווינג אויספלאנירן ווי מ'קען טעראריזירן ישראלים, און די איבריגע ליידיגגייער סימפאטיזירן מיט זיי, מילד גערעדט. שבכל דור ודור וכו' והקב"ה מצילנו מידם. שה א' בין שבעים זאבים. דאס איז עס; על כרחך אתה נולד, על כרחך אתה חי ועל כרחך אתה יהודי...
אבער די טענה איז דאך אז דער מדינה האט מ'קלאמפערשט פארלייכטער דער "עומדים עלינו לכלתינו" דערווייל אין מציאות איז א איד אין ניו יארק אין פראקטיש מער זיכער ווי א איד און די מדינה
- אויב פארט א ישראלי ארויס פון שטאט און בלייבט ח"ו שטעקן נאנט צו אן אראביש דערפל, וויל איך אפילו נישט טראכטן וואס פאסירט מיט אים. נישטא אין די גאנצע וועלט אזא מציאות. און וואו ס'איז יא אזוי, וואוינט מען טאקע נישט דארט.
- די מדינה האט נישט קיין אייגענע דעה ווען ס'קומט צו אויסערן פאליסי, נאר איז אונטערגעווארפן צו אמעריקע און אירע אליאירטע וואס טיילן זיי איין אזש וואו צו בויען פרישע הייזער, ווען אנצוהייבן און ווען צו ענדיגן קלאפן אויף פאלנע טעראריסטן. די וועלט וויל נאך היינט נישט פארשטיין וויפיל מ'זאל נאר נישט מסביר זיין אז דער איד האט פונקט אזא רעכט ווי דער גוי זיך צו דיפענדן פון טעראריסטן.
- ס׳הענגט אויף די רעליגיעזע אידן אין לאנד א וואלקן פון אומ-סימפאטיע, מילד גערעדט, וואס איז בכלל נישט שטייגערליך פאר א מערב וועלט דעמאקראטיע. הגם איבעראל איז בכלל נישט ריין דערפון למחצה ולרביע.
דער פאקט איז נישט אמת. אין כאן המקום להאריך, אבער אונזערע ברודער אין א"י האבן אביוסד דעם סיסטעם און יעצט איז פייבעק טאים.
פאלט אייך אפשר נישט ביי אז דאס איז אפשר דער יד השם? דארף דאס נישט זיין דער מהלך המחשבה פון דעם פרומען איד?
- די ברענענדיגע נושא פון גיוס בנים, אפגעזען וויאזוי מ'זאל דאס נאר אנקוקן, גערעכט צו אום-גערעכט, איז דאס אן ערנסטע פלאנטער פאר יהדות החרדית וואס איז נישט דא אין קיין לאנד וואו אידן לעבן היינט. און זאל מיר נישט קומען די חכמים דא א שטייגער ווי... שוין נא .. (כ'האב דאך געמאכט אן הקדמה) וועגן מאראלישע פליכטן צו קאנטריביטען אייניג, פאר דו ביסט מסכים צו שיקן דיין בחור'ל אין היזיגען מיליטער.דא איז נישטא קיין דרעפט - דארט יא. איך מיין אז בימי דוד המלך וואלטסו אויך נישט געוואלט שיקן דיין בחור'ל אין יואב'ס ישיבה אקאדעמי...
דאס איז נישט קיין דוד המלך דאס איז בן גריון ומשה דיין, וואס זיי זענען מער דומה צו צאר ניקאליי און דשארדש דער צווייטער

אוהב דעת » מיטוואך אפריל 17, 2013 12:19 pm

· #105853
Israeli police chiefs head to Boston to meet with FBI

Israel Police chief Yohanan Danino and other senior police officers left Israel late Tuesday night, heading for Boston to meet with FBI officials and other US law enforcement officials.

Discussions will center on the Boston Marathon bombings and deepening professional cooperation between the law enforcement agencies of both countries, Maariv reported.

diff » מיטוואך אפריל 17, 2013 2:44 pm

· #105907
פאלט אייך אפשר נישט ביי אז דאס איז אפשר דער יד השם
Yes. hashem hates abuse.

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 17, 2013 2:53 pm

· #105915
DIFF
דו שרייבסט צו קורץ און נישט שארף. מען פארשטייט נישט דינע טיפזיניגע כוונות.

קאך_לעפל » מיטוואך אפריל 17, 2013 3:22 pm

· #105924
moti107 האט געשריבען:

איך בין נישט קיין גרויסער היסטאריקער. אויך פאליטיק איז נישט פון מיינע שטארקע פונקטן, עכ"פ נישט גענוג צו דעבאטירן די לייבן דא אין שטיבל. מיט דער שיטת הקנאים קען איך מיך אויך נישט אויס גענוג קלאר (קאך לעפל אפשר יא), דעריבער וויל איך דא נישט אנאליזירן די מדינה פון א היסטארישער אדער פאליטישער שטאנדפונקט (הגם איך גלייב אז דער וויסענשאפט אויף די אויבן דערמאנטע קען אין א געוויסער זין שוקל דעת זיין מיין מיינונג לכאן או לכאן). ווי אויך וויל איך נישט אריינגיין אין די קנאי'שער (לייען אידישער?) ארגומענט לגבי די בענעפיטן אדער פארקערט פון דער אידישער לאנד.

איך וועל מיך בלויז באציען צום פראקטישן חלק. דהיינו אויב היינט צוטאגס, נאכן דורך לעבן די גאנצע היסטאריע, האט זיך פאקטיש די מדינה געלוינט פארן אידישער פאלק אדער נישט.

איך בעט פון אונזערע חברים דא - די היציגע ווי די מעסיגע - ארויסצוברענגען אייער מיינונג מיט כבוד און רעספעקט. לאזט איבער אייערע עדזאקטיוון אין הארץ אפילו ס'ברענט אין אייך א ווילן צו מוחה זיין אדער מבזה זיין א ניק. וואס איר האלט האט נאר וואס געשריבן לפי דעתכם קעגן רצון ה' אדער נאריש געדענקט! כשם שמצוה לומר וכו'.... קיינער איז נאך נישט געווארן א קנאי קארעספאנדירנדיג ווירטואל..

ביז דא האט moti107 געשריבן:

די דאזיגער געדאנק, איז א אויזער געווענליכע גוטע געדאנק אבער ליידער ליידער איז עס כמעט אומעגליך, פארוואס?

לאמיר מקדים זיין א נאך א קשיה, א סאך מאל זעט מען וואו עס קימט צו גיין א גוטער ניק, און ער שרייבט פיין, און פליצלינג אן קיין שום ווארענונג, ווערט ער פארשווינדען פון האריזאנט, פארוואס איז דאס אזוי?

לאמיר מיך א מינוט פארשטעלן, וואו דער גרעסטער וויסענשאפטלער, אונעם לעצטען יאר 100 אלבערט איינשטיין, דער ערפינדער פונעם אטאם, קימט אן קיין וויליאמסבורג, און ער גייט אריין אונעם גרויסען סאטמארען בית מדרש, און ער זעצט זיך א וועק און א ווינקל מיט א גלאז קאווע, און טרינקט זיך זיין קאווע אזוי געמיטליך.

קימט צו אים צו א יוד, און גיבט אים א ברייטען שלום עליכם, און וואו די שטייגער פון יודן, גייט ער גראד צו צום פינטעל, און פרענגט אים וואס טיט איר פאר פרנסה? זאגט אים רבי אלבערט, איך בין א פיזיקער, און סייענטיסט,

זאגט אים דער יוד מיט פריינליכקייט, איך הייס גרונים, און איך ארבייט ביי מיעל מארט,

פרעגט גרוינם פון ר' אלבערט, וואס איז דאס פיזיקס? איך האב קיימאל נישט געהערט פון אזא מין זאך? כ'האב עס נישט געהערט אויף קול מבשר, און איך האב עס נישט געליינט און יוד!

הייבט אים ר' אלבערט אן פינקליך מסביר צו זיין, וואס פיזיקס הייסט, די גאנצע טעאריע פון רעלאטיוויטעט, קאזמאלאגיע, קאפילאריע טואונג, אד''ג,

און אונזער גרונם דער וואס איז א מימחה עצום, ארויף צו לייגען די הינדליך אויפן בראטען נאגעל, הייבט תיכף אן א שטורימשען וויכיח מיט ר' אלבערט'ן, און ווארפט צוזאם די אלע יסודי הפיזיקס, וואס ר' אלבערט האט זיך געפלאגט יארן, אויף צו בויען, און סוקסעסיצרט, און ער איז עס מבטל כקליפת השום.

וואס האט ר' אלבערט געטאן?

ער האט געזען מיט וועם ער איז אריין געפאלן, האט ער זיך אויף געהויבן מיט א שמייכל, און געזאגט פאר ר' גרונים, איר זענט 100% גערעכט, און ער איז זיך געגאנגען זיין וועג.

לענינינו:

עס קימט צו גיין א ניק, וואס ער איז אויסגעקאכט און א געוויסע נושא, און ער הייבט אן צו שרייבן זאכליך, און עס קימען אן אנדערע ניקים, וואס זענען באמת קליגע לייטע, נאר און דעם נושא, וואס דער ניק הפותח רעד, איז ער נישט אויסגעקאכט, און ער האט גאנץ קנאפע ידיעות און דעם, און ווער רעד נאך ווען דער פותח הניק, האנקערט אן מיט א בר נש וואס איז פון פאך אויס לאו חכים טובא, ולאו טיפוש זוטא, אנשטאט זיך צו טענה'ן, און פירן ווייטער די נושא אויף די גלייכע רעלסן, זאגט ער איידל א גוטען טאגע, און ער גייט זיך זיין וועג.

ווען מען רעד און די ענין פון ציונות,

און עס קימט צו גיין איינער וואס קען נישט די היסטאריע, און האט קיין מאל נישט אריין געקיקט און ויואל משה, און האט נישט קיין אנונג און די מציאות הדברים, און ער נעמט זיך אריין רעדען דער און, נאר פאר די 1 סיבה, ווייל ער האט פיינט סאטמאר, משום איזה סיבה שהוא,
אדער עס קימט גאר צו גיין א קנאפע בר שכל און הייבט אן צו משפיע זיין זיין דברי חכמה, טרייבט דאס אוועק די ניקים, וואס זענען יא, אויסגעקאכט און די דאזיגע ענינים, עס עס פארגייט דער אפעטיט, פון יעדן נארמאלן בר דעת, ווייטער צו שרייבן,

דעריבער האלט איך נישט אז אזא אשכול איז שייך במציאות, אבער די געדאנק, וואלט געווען גאר א גוטער.

ברסלבער » מיטוואך אפריל 17, 2013 3:30 pm

· #105926
איך קלער אז עס איז שוין צייט אוועקצונעמען דעם ציטיר קנעפל, מיר קענען זיך שוין גוט אויס מיט די קאלאר'ס, און מיר קענען זיך שוין באגיין אנעם ציטיר.
וואס איז די משוגעת פון די קאלאר'ס? עס גייט שוין אביסל אויף די נערווען.

בדחן » מיטוואך אפריל 17, 2013 4:02 pm

· #105931
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים, אז דו האסט צייט, און אויב עס איז מעגליך, ביטע קלאר אויס דיין לעצטע שורה פון די תגובה,
איך פארשטיי אז עס איז דא מענטשן וואס מחמת איזה סיבה שיהא האבן זיי פיינט שיטת סאטמער, צו ווייל זיי ווילען אוועק גיין פון זייער עבר, אדער ווייל זיי זענענן אזוי נתחנך געווארען, אבער עס דארף גיין מיט לאגיק נישט סתם קאפ אין וואנט,

כמעט יעדער - אפילו דער וואס גייט צו די בחירות, נעמט געלט, און אפילו טייל וואס זאגען הלל ה׳ אייר - וועט מודה זיין אז די מדינה האט א טינקעלע עבר זיי האבן היסטערי פון אויס׳שמד׳ן אידן, אנגעהויבן מיט די קיבוצים און גענדיגט מיט די עולים פון די אראבישע לענדער און אזוי אויך דאס עצם קיום האט געמאכט מיליאנענן תינוק שנשבה׳ס וואס אדערווייז וואלטן זיי געווען בעסער, און די אלע זאכען גייט אן בהוה אויך,

ביסט נישט באקאנט מיט די מציאות? אדער עס איז געווען מער אזא לארי פלארי תגובה?

היימישער ליטוואק » מיטוואך אפריל 17, 2013 8:29 pm

· #106045
קאך_לעפל
[color=#FF0000][b]ווען מען רעד און די ענין פון ציונות,

און עס קימט צו גיין איינער וואס קען נישט די היסטאריע, און האט קיין מאל נישט אריין געקיקט און ויואל משה, און האט נישט קיין אנונג און די מציאות הדברים, און ער נעמט זיך אריין רעדען דער און, נאר פאר די 1 סיבה, ווייל ער האט פיינט סאטמאר, משום איזה סיבה שהוא,
אדער עס קימט גאר צו גיין א קנאפע בר שכל און הייבט אן צו משפיע זיין זיין דברי חכמה, טרייבט דאס אוועק די ניקים, וואס זענען יא, אויסגעקאכט און די דאזיגע ענינים, עס עס פארגייט דער אפעטיט, פון יעדן נארמאלן בר דעת, ווייטער צו שרייבן,

דעריבער האלט איך נישט אז אזא אשכול איז שייך במציאות, אבער די געדאנק, וואלט געווען גאר א גוטער.

איינע פון די אפט-גענוצטע קנאי'שע/סאטמרע טריקס און שוץ-מיטלען איז צו זאגן אז פלוני ופלוני איז געווען טאקע פיין און וואויל, אדער אפילו הגאון הגדול און הצדיק הקדוש פלוני ופלוני טאקי א גאון און צדיק אבער צו ציונות האט ער נישט פארשטאנען.
ווער יא?
נאר דער סאטמאר רבי ז"ל און דאמב ע"ה. הם ואין בלתם.
יא עפעס דער און יענער האט דער רבי געזאגט פארשטייט אביסל... וכדומה די אלע פלוידערייען.
וואס איז דא צו פארשטיין?
וואס פאר א טיפע לערע איז דאס?
כמה אבנים צריכים לזרוק? כמה ביצים צריכים לנפץ? כמה פעמים ביום צריכים לקלל?

למעשה, לערנט מען יא דעם ויואל משה, זאגט מען דיר, עה דאס איז נישט די שיטה, דאס האט נאר דער רבי ז"ל געשריבן צו ווייזן אז עס איז מבוסס אויף הלכה נישט סתם אגדה (??!! וד"ל). לערנט מען נישט דעם ויוא"מ, נו אז דו האסט עס נישט געלערנט קענסטו האבן קושיות; זעץ זיך לערנען וועלן אאאאאלע קושיות נתיישב ווערן. (עס איז דא א אשכול איבער דעם ויואל משה, קאך לעפל ביטע נעם אנטייל און פארענטפער דארט די טענות אויף דעם ספר הקדוש.)

עט די ענט אוו די דיי, זע איך אז קלוגע סאטמרע זענען נישט אזוי הייס אויף "די שיטה". און איט אלל בוילס דאון צו השתייכות צו דער פארטי און חסידות. נו, ברסלב האט איר שיטה, סקווער איר דרך, און סאטמר איר'ס.

בדחן » מיטוואך אפריל 17, 2013 8:50 pm

· #106055
היימישער ליטוואק
1) איינע פון די אפט-גענוצטע קנאי'שע/סאטמרע טריקס און שוץ-מיטלען איז צו זאגן אז פלוני ופלוני איז געווען טאקע פיין און וואויל, אדער אפילו הגאון הגדול און הצדיק הקדוש פלוני ופלוני טאקי א גאון און צדיק אבער צו ציונות האט ער נישט פארשטאנען, ווער יא? נאר דער סאטמאר רבי ז"ל און דאמב ע"ה. הם ואין בלתם.

2) כמה אבנים צריכים לזרוק? כמה ביצים צריכים לנפץ? כמה פעמים ביום צריכים לקלל?

3) למעשה, לערנט מען יא דעם ויואל משה, זאגט מען דיר, עה דאס איז נישט די שיטה, דאס האט נאר דער רבי ז"ל געשריבן צו ווייזן אז עס איז מבוסס אויף הלכה נישט סתם אגדה (??!! וד"ל).

4) עט די ענט אוו די דיי, זע איך אז קלוגע סאטמרע זענען נישט אזוי הייס אויף "די שיטה"..

1) אויב מעגליך רעדט אביסל מער ברייטער אויף וועם מען האט עס געניצט, איך קען נישט כאפען אויף די מינוט אויף וועלכע גדול מען זאל עס האבן געזאגט.

2) סאטמער מיט זייער מחלוקות האט זיך נישט וואס צו שעמען נישט פון קלוזב״ג וואס האט זיך געשלאגען מיטען ברידער, נישט פון גור, און נישט פון בעלז, זיכער נישט פון די ליטאים, פון וועם יא? פון קיינעם, זעט אויס אז מחלוקות ביי אידן איז א חלק פינעם גלות.

3) כמדומה לו אז די מאכסט א טעות, ווייל עס איז נישט דא אזא מימרא און סאטמער, עס עקזעסטירט נישט.

4) א סימן אז דו מיזט ווי פריער מאכען א אפויטמענט ביין אויגן דאקטער.. 😂 איך קען גדולי תלמידי סאטמער, איך ווייס אבער נישט ווען די קענסט דערפאר איז מיר שווער צו שרייבען נעמען, אדרבה ברענג אפאר נעמן פון קליגע אידן וואס זענענן נישט הייס אויף די שיטה.

עפל סיידער » זונטאג מאי 4, 2014 11:22 pm

· #198926
ה' אייר, יום העצמות.

אפטעמיסט » מאנטאג מאי 5, 2014 12:18 pm

· #198991
באריכטן געבן אן אז אין ישראל קומט איצט פאר א מאסן-קראצעריי. וואו מ'גייט נאר — פון הר הרצל ביז ככר רבין — זעהט מען פרייע און רעליגיעזע ציונים זיך קראצן די לייב פון פיין. דער ראה"מ קראצט, זיינע לייב-וועכטער קראצן, סאלדאטן קראצן און אפילו אינגע קינדער קראצן. היסטאריקער זאגן אז אזאנע מאסן-קראצערייען זענען נאכנישט פארגעקומען אין דער היסטאריע פון מענטשהייט. פארשער וואס פראבירן דערגיין דער אורזאך פון דעם קראצעריי קענען נישט פארשטיין וואס דא קומט פאר. זיי אליין זיצן אין די לאבאטאריס, צוקראצטערהייט, זיי טון וואס מעגליך צו דערגיין דעם סוד פון די קראצעריי, אבער אן ערפאלג.

וואס די ציונים הארורים פארשטייען נישט איז אז בשעת וואס זיי פייערן דעם פארשאלטענעם טאג אין ישראל, קומט פאר מנינים 'תחנון' אין ראדני און אין הופפער, און דאס שיקט סיגנאלן פון "קראץ" גראד אריין אין די קערפער פון די ציונים הארורים. פארשטייסט?!

איצט, א ווארט צי מיין קאלאגע סאטמארער: וויסן זאלט איר אז ווען נישט איך שפאציר היינט אריין אין ראדני וואלט איך קיינמאל בכלל נישט געוויסט אז היינט איז ה' אייר. צי ווייסטו אז חוץ ענק איז נישט דא קיין חסידישער איד וואס ווייסט אז היינט איז יום העצמאות? צי ווייסטו אז איך געב נישט קיין דעעם אז היינט איז ה' אייר, און נתניהו גיבט נישט קיין ריק אז דו זאגסט תחנון? זאג, ביסט אינגאנצן צו'חוש'ט?

איך וועל מסיים זיין מיין שאלשידעס תורה מיט א ווערטעל, מ'זאגט אז דער רבי זי"ע האט געהאט א ווייטע בליק אז די מדינה וועט אינטערגיין; אלס לענגער די מדינה שטייט, אלס ווייטער ווערט זיין בליק...

יין שרף » מאנטאג מאי 5, 2014 12:48 pm

· #198995

גנדי » מאנטאג מאי 5, 2014 1:39 pm

· #199001
ווישינג יו א העפי יום המר והנמהר

עפל סיידער » מאנטאג מאי 5, 2014 1:46 pm

· #199006
קינה פאר היינט
@אפטעמיסט איך האב היינט געזעהן די ש.ב. זיך דרייען אין די היימישע געגנטער צו שיקען א רעפארט.

עפל סיידער » מאנטאג מאי 5, 2014 1:55 pm

· #199010
חיים שאולזון פראוועט היינט זיין יום הולדת, און מאכט א חשבון הנפש איבער זיין געבורט אינאיינעם מיט די מדינה ביום ה' אייר.

היימישער ליטוואק » מאנטאג מאי 5, 2014 2:13 pm

· #199014
עפל סיידער
קינה פאר היינט
@אפטעמיסט איך האב היינט געזעהן די ש.ב. זיך דרייען אין די היימישע געגנטער צו שיקען א רעפארט.

אויב איך זאל וועלן שרייבן א נישט-אזא-סאטמרע הודעה אויף IV וואלטן זיי דאס גמעקט?

עפל סיידער » מאנטאג מאי 5, 2014 2:26 pm

· #199019
היימישער ליטוואק
עפל סיידער
קינה פאר היינט
@אפטעמיסט איך האב היינט געזעהן די ש.ב. זיך דרייען אין די היימישע געגנטער צו שיקען א רעפארט.

אויב איך זאל וועלן שרייבן א נישט-אזא-סאטמרע הודעה אויף IV וואלטן זיי דאס גמעקט?

פרוביר.

גאלד » מאנטאג מאי 5, 2014 3:07 pm

· #199023
נתניהו וואונטשט אגוט יו"ט,
פארנט פון א ש"ס מיט שו"ע אויף די פוליצעס,
האט ער עס געבארגט פון איינעם, אדער האלט ער עס פאר א סוועניר, אדער דערקלערט נצחון אויפן תלמוד ושו"ע?

עפל סיידער » מאנטאג מאי 5, 2014 3:18 pm

· #199024
נתני' איז נאך פון די אלטע גווארדיע.

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 5, 2014 8:06 pm

· #199085
אפטעמיסט: ייש"כ. דער לייק איז א טיילווייזער לייק. ווייל איך בין מסכים מיט א חלק פון דיין מאמר. און די איבעריגע, איז לפענ"ד איין שטיק ליצנות. נאר ס'איז עמקות'דיגע ליצנות. בכל אופן. א חוץ ק"ק סאטמאר און די סאטעליטן (כלשון ר' ניסן גארדאן, ע"ה.) מאכט קיינער נישט קיין צימעס פון ה' אייר.יא זאגן תחנון אדער נישט זאגן תחנון. ממש קיין איין איינציגע קהילה אויפ'ן כדור העולם איז נישט פארנומען מיט די פייערונגען און די מדינה. אפילו נישט ק"ק מונקאטש. וואס דער מנחת אלעזר זי"ע איז געוועין איינער פון די פייער'דיגסטע קנאים אין די תקופה פאר די צווייטע וועלט מלחמה. ר'האט אפילו אין די גמ', אין יעדן שלוש סעודות תורה און אין א יעדן פסוק געטראפן רמזים איבער די ציונים וגירוריהם. אפילו זיי האבן שוין פארגעסן פון שטענדיג דערמאנען די ציונים. און אין סאטמאר גופא. א חוץ פון די פאר יודן וועלכע האבן נישט וואס צו טון מיט'ן טאג (נאכדעים וואס דער וועלפעיר טשעק איז שוין אריינגעקומען אויף ביידע נעמען.) אדער הרב ישראל מ. סופר, וואס מאכט ב"ה א פיין לעיבן פון קנאות און טעראריזם... 😕 😎 😂 🙄 🙄 🙄 😈 😈 😳 😛 😉 😮

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אפריל 20, 2018 4:09 am

· #400325
berlbalaguleh

א וויזניץ-מאנסיער האט מיר אמאל געזאגט אז אלץ יונגל האט ער קיינמאל נישט געוואוסט פון אזא זאך ווי ה' אייר, זאג מיר דיר, ווער איז מער קעגן ציונות, סאטמאר אדער וויזניץ?