☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » חסידים זענען זיך משפיל לכבוד א רבי

חסידים זענען זיך משפיל לכבוד א רבי

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3484

קרעקער » דינסטאג אפריל 16, 2013 1:50 pm

· #105393
חסידים זענען זיך משפיל לכבוד א רבי
בנוגע די שאלה פארוואס זיצט ער אויף דער ערד?
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/3428">viewtopic.php?f=33&t=3428</a><!-- l -->

כהאב שוין לאנג באמערקט אז חסידים מיינען אז ווען זיי זענען זיך מבזה און משפיל עד לעפר ווערט דורך דעם זייער רבי זייער גרויס, מיטען זיך קליינ מאכען זעהט זיך אן די קאנטראסט צו די ריזיגע גרויסקייט פונעם רבין
מקען אסאך מאהל זעהן ווי עלטערע יודען מיט ווייסע בערד גייען נעבעך גאגא און טוען קינדערישע נארישע זאכען אין פראנט פון די רבי, א שטייגער ווי זיצען אויף די פלאהר אדער רייטען אויף א אייזעל לכבוד פון די רבי,
זאלען זיי נאר וויסען אז דער רבי אליינטס קוקט זיי אן ווי פאלנע משוגעים און אז זיי מאכען זיך משוגע זענען זיי משוגע

בעל הבית » דינסטאג אפריל 16, 2013 1:54 pm

· #105396
פארוואס זאגסטו אז די רבי אליין לאכט ? רוב רובם רביס האבן די זעלבע מאס שכל ווי די חסידים שוטים

קרעקער » דינסטאג אפריל 16, 2013 1:57 pm

· #105397
נא נא
אסאך זענען געריבענע חברה וואס קאטשען זיך ביינאכט פאר געלעכטער פון די צוריקגעשטאנענע קעלבער
דו האסט א אהנונג וואס די סקווערע רבי טוט ווען א חסיד גייט ארויס נאך א קוויטעל?

בעל הבית » דינסטאג אפריל 16, 2013 2:03 pm

· #105404
סקווריא רבי לאכט נישט .ער גלייבט אין זיך זייער שטארק

newkave » דינסטאג אפריל 16, 2013 2:44 pm

· #105429
אפשר וויל ער נישט פארשטעלן אנדערע מענטשן?

אויס מענטש » דינסטאג אפריל 16, 2013 4:09 pm

· #105471
די אלע ניקים וואס פארטיידיגן דא זייער רבי און רעדן צוזאעמן הודו מיט כוש פארשטייט מען דען יא ?
עס איז א בחינה פון
הרבי הוא המוח והחסידות הלב, והמוח שליט על הלב וזה הכל.