☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » אשכול אן א טיטל #3481

אשכול אן א טיטל #3481

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3481

— » דינסטאג אפריל 16, 2013 11:08 am

· #105303

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

מיין מיינונג » דינסטאג אפריל 16, 2013 12:51 pm

· #105362
ריזיק! דער שייגעץ האט נישט אויסגעלאזט קיין איין נקודה...

איזהו חכם » דינסטאג אפריל 16, 2013 10:24 pm

· #105652
נישט שייך צו טוישן אלעס אויף אמעריקאניש, וייל אסאך זאכן פון א״י איז נישט נוגע דא,
מ׳קען אפשר ריפלעיסן אפאר זאכן , אדער מאכן אן אמעריקאנער ליסט

ר' שמחה » מיטוואך אפריל 17, 2013 2:09 am

· #105739
בעט עקיבא צו טוישן און/אדער איבערזעצן, ער איז דאכצעך א אמעריקאנער.

טעפל » מיטוואך אפריל 17, 2013 4:13 am

· #105748
מיין מיינונג
ריזיק! דער שייגעץ האט נישט אויסגעלאזט קיין איין נקודה...

שייגעץ? אזוי שארף??

עוד מישהו » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 9:04 pm

· #106502
היות איך בין באורד וועל איך עס איבערטייטשן.

65 סימנים אז דו ביסט א פרומע איד, (65 סימבאליזירט 65 יאר מדינת ישראל, וועגן דעם האט ער עס געשריבן)

1 איר האט צוויי סעלפאונס איין כשר'ע און איין נישט כשר'ע פאר טעקסט אד"ג.
2 אויף די צעטלעך פון די מוסדות דערקלערט איר, אז איר האט נישט קיין קאמפיוטער אין שטוב.
3 און אויב יא, געט איר זיך אן אלס א מגיה ספרים פאר עוז והדר (וכדו').
4 איר שעלט צאם די עסקנים וואס דרייען א קאפ פאר די רבנים.
5 איר שעלט אויך צאם די פרומע מענטשן וואס זענען ערוויילט געווארן ביי די וואלן.
6 (א"י) איר פירט זיך נישט צו שטיין ביי די פייף מעמאריעל דעי, אבער יום העצמאות מאכט איר א בארביקיו.
7 (א"י) איר האט אמווייניגסטנס איין חבר וואס איז געווען אין ארמיי.
8 אין שטוב האט איר א ספרים שאפע פיל מיט ספרים, וואס ווערן געווענליך געעפנט איין מאל א יאר, ערב פסח ביים רייניגן.
9 (א"י) יעדע יאר וואונדערט איר זיך פריש, וועלכע טאג פייפט מען איינמאל און וועלכע טאג צוויי מאל (יום השואה און יום הזיכרון).
10 איר וואינט אין א דירה וואס אייערע עלטערן האבן געקויפט פאר אייך, איר האט אבער נישט קיין מושג וואו אזוי איר וועט קויפן פאר אייערע קינדער.
11 (א"י) יעדע יאר פארט איר אויף מירון מיט אגד, דאס איז שוין נאך אלע קללות.
12 ווען איר פארט אויף וואקאציע זיכט איר זיך אויס א פלאץ מיט וואו ווייניגער פרומע.
13 איר האט קיינמאל נישט געלערנט נ"ך אין אייער לעבן.
14 העכערן פריזשידער איז אנגעהויפנט מיט עסצייג וואס מען דארף כשר'ן.
15 "ווער איז דיין רב" איז די ערשטע קשיא פאר א וויכוח.
16 איר זאגט אז צווישן די פרומע זענען נישטא קיין פאברעכער, און די היימישע חינוך איז די בעסטע.
17 אין ישיבה קטנה איז געווען איינער וואס האט זיך געטשעפעט צו דיר אומאיידל, אדער קענסטו אזא איינעם וואס מ'האט געטשעפעט.
18 איר האט א פאמיליע מיטגליד וואס איז גע'גט, אבער איר טענה'ט שטענדיג אז צווישן די פרומע זענען כעט נישטא גע'גט'ע.
19 איר שטעלט זיך אייביג ארויס צו דעפענדן פרומע, אבער אין ביהמ"ד הערט איר נישט אויף צו בארעדן.
20 איר גייט נישט צו א בר מצוה, ווייל איר האט פארגעסן צו קויפן א מתנה פארן בחור.
21 אלס פרינציפ אויס, וועט איר נישט אויסגעבן פאר א בר מצוה מתנה מער פון 25 שקל, (7 דאלער).
22 איר האט א חבר וואס איז פאפולער, און יעדער דארף וואוסן דערפון.
23 אייביג רעדט איר זיך אפ פארוואס איר האט נישט געקויפט א דירה אין די נייע פרומע געגנטער.
24 שטענדיג פארשט איר אויס נייע פלענער פון סעלפאון קאמפאניס און ספעשלס, אפילו וואס איר זענט אין די זעלבע אלטע שוין 7 יאר.
25 איר פאברעגנט אייביג מער צייט מיט אייערע פריינד וואו מיט אייערע ווייבער.
26 יעדעס מאל איר זעט א גרויסע רב, שטופט איר זיך צוזאמען מיט אייערע קינדער צו נעמען א ברכה.
27 מינימום האלב פון אלע רבנים וואס איר קענט, זענען נישט גוט פאר אייך, פסול.
28 איר זוכט אייביג א קנאקער וואס זאל אייך העלפן, דאס איז נאך פארן פרובירן אויפן נארמאלן וועג.
29 איר האט א חבר וואס איז "אנגעהוקט" צו די הויעכע פענסטער, (אין ארץ ישראל כנסת מעמבערס).
30 איר ווייסט זייער גוט וועגן די שייגעץ שטיק וואס קומט פאר אין בית דין, נאך אלץ שרייט עטס אויף אזעלכע וואס גייען אין געריכט.
31 איר האט א שוועסטער א פלעי גרופ טיטשער אדער א געהעריגע טיטשער, און אויך א שוועגערין.
32 איין ברודער איז דא אין משפחה וואס ער איז "אנדערש".
33 פאר יו"ט קויפט איר א מתנה דעם ווייב א טיכל, דאס איז אפילו זי האט שוין א גאנצע זאק מיט טיכלעך.
34 איר האט גענומען א הלוואה פון א גמ"ח, איר האט אבער נישט קיין מושג וואו אזוי צו באצאלן.
35 פארן לייענען אין ביהמ"ד, מאכט איר זיכער צו האבן א שמות בלעטל, (עלים לתרופה לדוגמא).
36 דערנאך טרעפט איר דאס בלעטל אין בוזעם קומענדיגע שבת.
37 ספירה הערט איר מוזיק אין קאר, ווייל אויב נישט ווערט איר זייער טרויעריג, איר מאכט זיכער אבער אז די קינדער זאלן נישט הערן.
38 ווען אן אומגליק פאסירט וועט איר שטענדיג וויסן פאר וועלכע עבירה דאס איז געקומען.
39 אויף יעדע מחלוקה און היימישע פאליטיק האט איר א מיינונג.
40 איר זענט שוין אמאל געפארן אויף אויסלאנד, און ביז היינט שעלט איר פארוואס מ'האט נישט געלערנט נארמאל ענגליש.
41 אפילו איר רעגט זיך פארוואס איר האט נישט געלערנט ענגליש, לערנען אייערע קינדער אין די זעלבע מוסדות וואו איר האט געלערנט.
42 אין אייער לעבן האט איר נישט געלערנט רמב"ם, נאר אויב איר זענט א ליובאוויטשער וואס דעמאלסט האט איר "נאר" געלערנט רמב"ם.
43 ווען עס איז דא א משפחה שמחה מאכט איר אייביג זיכער צו האבן א ווארט, אויב וועט מען אייך בעטן צו רעדן אפאר ווערטער.
44 די בילד פון אייך מיט אייער ווייב צוזאמען איז פון אייער חתונה, אויסער דעמאלסט האט איר נישט געכאפט א בילד צוזאמען.
45 ביים דף היומי הייבט איר צוזאמען ביי ברכות, אבער איר געט אויף אינמיטן מס' שבת.
46 איר וועט קיינמאל נישט פארעכטן א זאך, פארן פרעגן א חבר אויב אויפן אינטערנעט קען מען טרעפן ביליגער.
47 איר האט ספעציעלע קליידער וואס קומען ארויס פון קלאזעט נאר ווען איר פארט אויף א טריפ.
48 איר האט פרובירט אמאל זיין א סופר.
49 (א"י) איר שעלט יאיר לפיד, אפי' איר האט נישט קיין מושג וואס ער וויל.
50 איר האט משפחה אין א צווייטע פלאץ, איר פייגערט דארט צו וואינען, אבער ענק זאגן נאכאלץ דא איז די בעסטע צו וואינען.
51 ווען איר גייט ארויף אויפן אויטאבוס, פרעגט איר דעם דרייווער וויפיל מ'צאלט פאר א קינד, מיט די האפענונג אז ער וועט זיך צומישן און בעטן ביליג.
52 ביים חתונה האט איר באקומען 8 חלה ברעטער, 16 טישטעכער, און נאר איין חלה דעקל.
53 איר האט א קאלעקשען פון בעכערס וואס רוב האט קיינמאל נישט גענוצט.
54 איר האט טעקס וואס איר דארפט צאלן פארן שטאט, איר לייגט עס אבער אפ, ווייל איר ווילט באקומען א הנחה.
55 אין לעבן האט איר וואלונטירט פאר אן ארגאניזאציע.
56 (א"י) פאר ל"ג בעומר ווילט איר באקומען אן ערלויבעניש צו קענען אריינגיין אין מירון, און יעדע יאר פרעגט איר זיך נאך נאכאמאל.
57 צום ווייניגסנטס איינמאל זענט איר שוין געווען ביי א מיטינג וועגן געשעפטן וואס זענען "לופט געשעפטן" (גמל פורח באויר).
58 איר האט א קאסטן פיל מיט שפילצייג אינדערהיים, פיל מיט חלקים וואס האבן נישט קיין שייכות איינס מיטן אנדערן.
59 אייביג איז אין פריזשידער דא עפעס פון שבת, אדער פון קומענדיגע וואך אדער פון די פאריגע.
60 ביז איר זענט 45 יאר האט איר פעמפערס אינדערהיים.
61 אלע אייערע קינדער גייען ארום מיטן נאמען צדיק אדער צדיקת.
62 איין חבר וואס איז פארבליבן פון די ישיבה יארן, וואס פון אים קענט איר נישט פטור ווערן.
63 (א"י) איר פארט מער אויף מירון און צום כותל, וואו צו קבר רחל אדער מערת המכפלה.
64 די מאמעס עסן איז די בעסטע, עס וועט גארנישט העלפן פארן שוויגער.
65 איר זענט נאך איבערצייגט, גארנישט קומט נישט צו צי די פרומע

טעפל » פרייטאג אפריל 19, 2013 4:02 am

· #106604
ביי 14 קומט אויך א (א"י) נישט זיך טועה זיין מיט די א"י פון משנה ברורה..

עוד מישהו » פרייטאג אפריל 19, 2013 2:49 pm

· #106763
טעפל
ביי 14 קומט אויך א (א"י) נישט זיך טועה זיין מיט די א"י פון משנה ברורה..

פארוואס? אז נישט ביים פריזשידער האט איר א צווייטע באשטימטע פלאץ פאר כשר'ן כלים.
איך לערן עס נישט וואו א בלאט גמרא, אויב איז די זאך נישט וואו עס איז געשריבן קען עס זיין עפעס ענליך.

מאטי » זונטאג אפריל 21, 2013 8:58 pm

· #107415
איך מעג מוסף זיין?

האט פאנגעס אויף די פוס נעגל

7:30 ביי א שמחה מיינט 9:45

פארמאגט א טיש בעקיטשע וואס אויב סאיז ווען א העלער קאליר וואלט מען קלאר געזען א געמויזאכטס פון טאמעטא דיפ זשעלאפינאו צוקוועטשטע ארבעס מיט רויטע כריין און וויין (אה! דאס איז דער שמעק)

האט זיך שוין מינימום דריי מאהל צוקריגט מיטן שכר לימוד מענעזשער

יואב » זונטאג אפריל 21, 2013 9:26 pm

· #107432
-שטענדיג באוואפענט מיט טישאוס אין טאש, על כל צרה שלא תבוא.

-טרייבט אן אדעסי אדער סיענע.

-טראגט צוריק זאכן צו גוישע געשעפטן פאר 30 טעג נאכן קויפן.

דעת תורה » זונטאג אפריל 21, 2013 10:43 pm

· #107458
גוים לאזן רינען די נאז? אדער אפשר האבן זיי גאר א טאשטיכל, ווער ווייסט..

מאטי » דינסטאג אפריל 30, 2013 10:20 am

· #110183
-האט פראטעקציע אדער האט א חבר מיט פראטעקציע ביי א קאר רענטל מענעזשער ארויסצונעמען אן עסקעלעיט פאר די פרייז פון א קליינע טל ומטר קארעלע.

-האט מורא פון א דאגי (וואלט געדארפט זיין די ערשטע זאך)

-האט ווייניגסטענס איין אלטע רעקל און שאפע וואס האט נישט דער הויזן צו דעם.

-ווי ער ארבייט נאר נישט, איז ער א מענעזשער.

-עסט מילעכיגס מיטוואך

טעפל » דינסטאג אפריל 30, 2013 10:36 am

· #110195
מאטי די זאכען זענען גוט, אבער ס'איז פאר אמריקא נישט פאר ישראל..