☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » א טאג בוך: דער אויפטוה דערפון

א טאג בוך: דער אויפטוה דערפון

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #348

פראפעסאר שפירא » מאנטאג אפריל 9, 2012 9:45 pm

· #4222
א טאג בוך: דער אויפטוה דערפון
א טאג בוך!

ס'דא מענטשן ואס שרייבן א טאג בוך, וואס מיינט אז זיי שרייבן אראפ די טעגליכע איבערלעבענישן אין א בוך למען יעמדו ימים רבים,

כ'וויל אביסעל אויסשמועסן וואס כ'האב געטראכט איז די אויפטוה דערפון,

מען זעהט אז ביי א חלום וואס א מענטש האט, איז גלייך צופרי ווען ער וועקט זיך אויף קען געדענקען וואס ער האט גע'חלומ'ט, אבער אביסעלע שפעטער אין טאג איז שוין פארגעסן געווארן, נישטא...... חוץ אויב ער האט אינזין געהאט צו געדענקען דאס וואס ער האט געדענקט ביים אויפשטיין, דאס איז דער וועג וויזוי דער מוח באהאנדלט א חלום, אז ס'ווערט פארגעסן.

יעצט אין די טאג-טעגליכע איבערלעבענישן גייט יעדער אדורך זיינע גוטע - און נישט אזעלכע גוטע - צייטן, יעדער האט זיך זיינע גוטע מינוטן, און אזוי אויך די דורעכפעלער און די מיסטעיק'ס וואס מען מאכט. אבער דא עקא אז זייער א סאך מענטשן מאכן איבער די זעלבע מיסטעיק'ס נאכאמאל און נאכאמאל, נאך א שטיק צייט פארגעסט מען פון די צער פון דעם דורכפאל און מען טוט נאכאמאל די זעלבע מיסטעיק, וחוזר חלילה.

ווייל ווי עס קוקט אויס טאמער מען נעמט נישט די צייט געהעריג דורכצוטראכטן די איבערלעבענישן פארגעסט מען עס ווי א חלום, און נאכן מאכן די זעלבע מיסטעיק נאכאמאל כאפט מען זיך ביים קאפ "אוי וויי, כ'בין דאך שוין דא געווען, נאכאמאל די זעלבע מיסטעיק?! האסטע קוטשע פייעט נעקי"..

אבער קען זיין אז ווען מען נעמט די צייט צו אראפשרייבען די איבערלעבענישן, דאן לעבט מען עס ווי איבער נאכאמאל בשעת עס אראפשרייבן, און דעמאלס האט מען צייט צו ריפלעקטן אויף פאסירונגען און ארויסנעמען די ריכטיגע לעסאן'ס, אזוי אז מען וועט עס נישט אזוי שנעל פארגעסן,

און אויך קען מען עס שפעטער ליינען און ס'ליינט זיך נישט ווי א בוך וואס מען האט שוין געליינט נאר ס'איז ס'שפירט זיך ווי א נייע מעשה, דאס הייסט אז מען קען אויפכאפן נייע דיטעילס אין די פאסירונגען וואס מען האט בשעתו נישט אויפגעחאפט,

ממילא מיין איך אז א טאג-בוך קען זיין א גוטע טאל צו קענען בעסער וואקסן אין לעבן אין נישט גיין אין סירקלס נאכאמאל און נאכאמאל,

אויך קען עס דינען ווי א וועג צו רילעקסן פארן גיין שלאפן,

חג כשר ושמח

ידען » מאנטאג אפריל 9, 2012 10:05 pm

· #4228
גוטע פוינטס.

איך ווארט אויף דיין טאגבוך.

פראפעסאר שפירא » מאנטאג אפריל 9, 2012 10:06 pm

· #4229
קענסט ווארטן ........ ס'איז מיליטערישע סודות.

ידען » מאנטאג אפריל 9, 2012 10:18 pm

· #4231
ביסט א פראפעסאר אין מיליטערישער אקאדעמיע?...

פראפעסאר שפירא » מאנטאג אפריל 9, 2012 10:24 pm

· #4232
הא הא הא,

דולה ומשקה » דינסטאג יוני 26, 2012 1:58 pm

· #20103
כ'האב מיר געהאט א מנהג אין די זוממער פלעג איך צו שריייבען סוף טאג, ווי אזוי מיין טאג איז פארביי,
ליינעדיק דאס 10 15 20 יאר שפעטער, כ'ליין די נעמען די פאסירונגען איז מיר דאס העכסט איטרעסאנט.

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 26, 2012 2:19 pm

· #20117
כדולה ומשקה ועוד, איך האב אראפגעשריבן עטליכע יאר פון מיין לעבן, פשוט כדי ישעמוד למשמרת ימים רבים, ס'איז העכסט אינטערעסאנט איבערצוקוקן שפעטער און איבערלעבן די געפילן.

אבער צו זאגן ווי פראפעסאר שפירא, אז איך קוק עס איבער כדי זיך צו לערנען פון אלטע מיסטעיקס? לא מיניה ולא מקצתיה. נישט ביי מיר...

דולה ומשקה » דינסטאג יוני 26, 2012 2:35 pm

· #20124
שמעק,
גערעכט, איך בין מיט דיר, כ'האב עס קיינמאהל נישט איבער געליינט כדי זיך צו לערנען פון מיסטעיקס, ווייל דאס איז געוועהן געמאלס, אין היינט איז היינט. אמאהל לאכט מען אמאהל וויינט מען און טייל מאהל אפילו רעגט עס מיר אויף...

געפילטע פיש » דאנערשטאג יוני 28, 2012 11:08 pm

· #20722
נישט ממש א טאג בוך, אבער איך האב לעצטענס באקומען א אימייל פון מיר, צוויי יאר צוריק...
איך האב מיר דערמאנט אז פאר צוויי יאר צוריק האב איך מיר געשוקט א אימייל אז ס'זאל אנקומען צוויי יאר שפעטער, כ'האב עס געשריבן סתם פאר אינטרעסאנטקייט און מ'סתם בין איך געווען אביסל באוארד אויך, און כ'האב אינגאנצען פארגעסען דערפון, אבער ס'געווען העכסט אינטערעסאנט צו לייענען וואס כ'האב געטראכט צוויי יאר צוריק, ווי כ'וועל היינט האלטן אויפן וועלט, ווי מיין משפחה, דזאב, די וועלט וועט האלטן וכדו' ועוד.

www.futureme.org שטעלט צו דעם סערוויס אויב איינער איז נייגעריג.

משה געציל » דאנערשטאג יוני 28, 2012 11:10 pm

· #20723
האסט גוט פראדיקטעט?

געפילטע פיש » דאנערשטאג יוני 28, 2012 11:55 pm

· #20729
משה געציל
האסט גוט פראדיקטעט?

טייל זאכען יא, טייל נישט...

לעמיל » פרייטאג יוני 29, 2012 9:06 am

· #20753
איז אמאל געוועין מער מענטשען וואס פלעגען שרייבען א טאג בוך? איך מיין אז היינט איז עס זייער וויייניג