☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » נייע כשרע כלי

נייע כשרע כלי

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3465

ידען » מאנטאג אפריל 15, 2013 11:09 am

· #104941
נייע כשרע כלי
אין די גוט מארגן היינט צופרי איז געווען א מודעה פון א נייע כשרע כלי וואס גייט ארויס קומען און עס זעהט מער אויס אז סע נאר א ביזנעס טריק און נישט א נייע זאך וואס איז נישט געווען ביז יעצט
📎 כשרע כלי.png

ידען » מאנטאג אפריל 15, 2013 11:10 am

· #104943
וואס איז משמרת הקודש והחינוך אין בני ברק?

פיקציע » מאנטאג אפריל 15, 2013 11:11 am

· #104944
זעט אויס ווי עפעס ענליך צום קינדעל, פון עמעזאן.

נולד מאוחר » מאנטאג אפריל 15, 2013 11:30 am

· #104952
טובל שרץ בידו.

געפילטע פיש » מאנטאג אפריל 15, 2013 11:44 am

· #104955
ס'קען זיין א פארשפארטע מאדיפיצירטע ווערסיע פון ענדרויד (אדער אפשר אפילו אייפעד) טעבלעט.

ודי למבין » מאנטאג אפריל 15, 2013 1:39 pm

· #104989
די פראגרעם אורייתא איז א פרי פראגרעם
<a class="postlink" href="http://code.google.com/p/orayta/downloads/list">http://code.google.com/p/orayta/downloads/list</a>

אבי גערעדט » מאנטאג אפריל 15, 2013 3:21 pm

· #105023
איך זיך טאקע שוין לאנג א תלמוד בבלי צורת הדף אויף ענדרויד, כ'קען נישט טרעפן, ווייסט איינער פון עפעס?

לעיקוואד » מאנטאג אפריל 15, 2013 4:32 pm

· #105058
אבי גערעדט
איך זיך טאקע שוין לאנג א תלמוד בבלי צורת הדף אויף ענדרויד, כ'קען נישט טרעפן, ווייסט איינער פון עפעס?

אורייתא איז בחנם, סהאט אבער נישט צורת הדף.
פאר 19.99$ קענסטו האבען power sefer וואס האט אסאך ספרים מיט צורת הדף.
זיי געבן דיר בחנם די מסכתות פון דף היומי.