☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » 10 צד השוה'ס

10 צד השוה'ס

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3461

אביגדור » מאנטאג אפריל 15, 2013 10:22 am

· #104917
10 צד השוה'ס
רעדארגירט געווארן על פי בקשת החברים.

גאלד » מאנטאג אפריל 15, 2013 10:33 am

· #104923
געהערט אמאל קאמפיוטער און ווייב זענען די זעלבע מ'קליקט "I AGREE" אפי' מ'ווייסט נישט אויף וואס מ'קליקט

שמעקעדיג » מאנטאג אפריל 15, 2013 10:42 am

· #104929
איך בין מעתיק א תגובה וועלכע איך האב געשריבן אין מאחורי ביי שלום בית, און עס קומט אריין גוט דא אינעם אשכול:

שמעקעדיג
א אינטרעסאנטע געדאנק, א אבזערוועישאן, איז מיר לעצטנס איינגעפאלן. און כ'האב עס געטראכט צו שעירן מיטן עולם דא. ס'איז אזא דרך צחות.

אין אסאך בוכער, און ביי פראפעסיאנאלן, ווערט שטארק ארויסגעברענגט די געדאנק, אז היות יעדע פארפאלק קומט אויס זיך צו טענה'ן און פירן ויכוחים, דארף מען זיך אויסלערנען דעם ריכטיגן וועג וויאזוי צו פירן א ויכוח, עס זאל זיין לטובה און ס'זאל ארויסקומען די ריכטיגע רעזולטאטן.

2 וויכטיגע נקודות וועלכע ווערט שטארק ארויסגעברענגט, איז ווי פאלגענד:

א. לאז יענעם אויסרעדן ביז צום סוף. האק נישט אריין. נאר הער אויס די צווייטע צד מיט א אפענעם אויער, און זיי "מיט אן אמת" גרייט צו הערן וואס יענער האט צו זאגן.
ב. בעפאר דו הייבסט אן דיינע טענות, גיי שנעל איבער אין קורצן יענעמ'ס ווערטער, סיי אז יענער זאל זעהן אז דו האסט אויסגעהערט (נישט אז דו האסט געטראכט בשעת מעשה ווי אזוי אפצופרעגן), און אויך זיכער צו מאכן אז דו האסט קלאר ארויס יענעמ'ס צד.

האב איך מיך אזוי ארומגעקוקט, זעה איך אז מען קען זיך לערנען א מוסר השכל פון אונזער קאווע שטיבל:
ווען איינער שרייבט עפעס, האסטו נישט קיין 2 ברירות, נאר דו ליינסט אפ יענעמ'ס ווערטער ביז צום סוף. קענסט נישט אריינהאקן! אויב פארשטייסטו נישט, קוקסטו עס איבער א צווייטע מאל, עס זאל דיר ווערן קלארער.
נאכדעם וואס דו פארשטייסט שוין קלאר, נאך בעפאר דו שרייבסט דיין ענטפער, טוט מען קודם "ציטירן" יענעמ'ס ווערטער, אויף וואס דו באציהסט זיך, און ערשט דערנאך לאזט מען זיך הערן חוות דעת קדשו.

ווען אלע אונזערע ארגומענטן און וויכוחים זאלן זיך אזוי פירן, וואלט געווען מער אהבה ואחוה ושלום ורעות אויף דער וועלט.

אביגדור » מאנטאג אפריל 15, 2013 1:33 pm

· #104987
👍

בדחן » מאנטאג אפריל 15, 2013 2:28 pm

· #105003
איך שרייב נישט אונטער אויף קיין קול קורא׳ס.

היימישער ליטוואק » מאנטאג אפריל 15, 2013 4:47 pm

· #105061
נאך א צד השוה: איינע איז א צרה פאר די צווייטע...