בלויז 3 ער"פ פייערן ערלויבט אין קרית יואל!
אין א אומפאראויסגעמאלדענע מעלדונג האבן קרית יואל'ע איינוואוינער היינט צופרי באקומען א רעקארדינג אויפן טעלעפאן אז ס'איז נישט ערלויבט צו מאכן ער"פ פייערן, און מען קען פארברענען די חמץ בלויז אויף דריי ערטער. 1) פארק ענד רייד (בעקערטאון), 2) נעבן בית החיים, 3) עצי התמרים געגנט.
Re: בלויז 3 ער"פ פייערן ערלויבט אין קרית יואל!
זייער א קלוגע זאך!
ממנו ילמדו!
איינס איז איבער גענוג!
Re: בלויז 3 ער"פ פייערן ערלויבט אין קרית יואל!
מען פארסירט עס דען?
Re: בלויז 3 ער"פ פייערן ערלויבט אין קרית יואל!
למעשה האט מען זיי אנגעפיפן אין באבענס באבען אריין, ס'איז געווען פייערן אין כמעט יעדע ווינקל פון שטאט.
שמואל הלוילמעשה האט מען זיי אנגעפיפן אין באבענס באבען אריין, ס'איז געווען פייערן אין כמעט יעדע ווינקל פון שטאט.
היי יאר איז עס אין קאנטראל? אדער גייט מען ווייטער פייפען אויף
די שטאטישע טאטעס?איינס פאר די ארונים. איינס פאר די זאלונים. און איינס פאר די (לא) אנשי בני יואל... 😕 😎 🙄 😂 😃 🙂 😉 😛 😳 😞 😢 😮
איז אמעריקע מער נישט קיין דאמאקראטישע לאנד? מען טאר נישט מאכן א באן פייער ביי זיך אין פראנט? ווער קען מסביר זיין
זייט ווען איז קרית יואל אין אמעריקע
מאיר_וואלףזייט ווען איז קרית יואל אין אמעריקע
פאר דער וואס ווייסען נישט
מאנרא איז די 33סטע סטעיט פון די יונייטעד סטעיטס אוו אמעריקא
"I Live In Jew Land Not In America"
עס דערמאנט מיר פון דעם ראס, אויף די פראגע: ווער איז דיין מאמע? ראסלאנד, ווער איז דיין טאטע? סטאלין, און וואס ווילסטו זיין? א יתום
ווער איז דיין מאמע? קרית יואל, ווער איז דיין טאטע? .... ..., און וואס ווילסטו זיין?
מאיר_וואלףזייט ווען איז קרית יואל אין אמעריקע
בארא פארק איז יא אין אמעריקע?
פארוואס טאר מען דוירט נישט מאכן מער פייערס ווי וואס די יודן ראט האבן געשריבן אויף זייער צעטיל???