☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » המספיק ברודער און שוועסטער היימען, והמ'סטעף (מל' סטעףף)

המספיק ברודער און שוועסטער היימען, והמ'סטעף (מל' סטעףף)

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3455

זר זהב » זונטאג אפריל 14, 2013 10:29 pm

· #104766
המספיק ברודער און שוועסטער היימען, והמ'סטעף (מל' סטעףף)
העלא, ס'ווילט זיך מיר באקענען מער מיט די היים פאר די נישט געזונטע קינדער וואס ווערט גערופן "המספיק". ווער עס ווייסט איבער די מעגע ארגאניזאציע איז מכובד מיטצוטיילן ידיעות. ס'קומט אויס צו ליינען יעדע חודש דעם המספיק צייטונג וואס קומט אן צו יעדן אומזיסט. יעדעס מאל ווערט מען געוואר עפעס חדשות, א נייע נאמען, א נייע בנין, מ'וויל פארשטיין בעסער וואס די חילוק איז פון איין פלאץ צום אנדערן, אויך פון וויפיל עמפלויאיס רעדט מען דא אלע ברענטשעס/שטעט צוזאמען, און צי איז אלעס אלעס געפאנדעט ביי די גאווערמענט?

וואנאמעיקער ברודערהיים,
פאסי שוועסטער היים
גרענדוויו ברודערהיים
קאנקארד ברודערהיים
סעווען ספרינגס שוועסטערהיים
ארקעדיען ברודערהיים
סאוט 9 אונזערהיים
עיקערס ברודערהיים
דינוב אונזערהיים

זיכער אויסגעלאזט היבש אפאר, וואס איז פשט פון די אלע נעמען?

ליינענדיג אינעם לעצטן המספיק איבער א קביעות המזוזה אין די ברוקלין אפטיילונג, איז עס מיר אויסגעקומען ווירד און אדד צו ליינען וואס הרב ווערטהיימער האט געזאגט: "ר מאיר האט דערמאנט אז ווען מרן אדמו"ר (מהר"א- ז"ז) שליט"א האט מפאר געווען די מסיבה פון דעי העב עפענונג אין וויליאמסבורג היבשע יארן צוריק, האט דער רבי פארגעזאגט אז המספיק וועט נאך אויסוואקסן דאס פלאץ, עפענען אין ב"פ, און העלפן אידישע קינדער וואו אימער, דעם רבינ'ס ברכה איז מקויים געווארן האט דער חשוב'ער מנהל אויסגעפירט מיט פאטאס!".

דאס איז עפעס צו סעלעברעטירן?!? איז נישט א בעסערע ברכה צו ווינטשן אז אזא מוסד זאל ווערן קלענער און קלענער??... עפעס זעהט דאס אויס עפעס גאר נישט צום זאך!?!

וואס פירט מיר צו מיין לעצטע פראגע, וואס יעדער איד האט אויף יעדע ארגענעזאציע, נעמליך... שארט דא איינער גאלד??

דעת תורה » זונטאג אפריל 14, 2013 11:23 pm

· #104797
אוודאי! וואס איז די שאלה אפילו? עפרות זהב. הלואי אויף אלע אידן געווינטשן אזא הכנסה ווי האבן אזא מוסד ברענגט אריין.

זר זהב » זונטאג אפריל 14, 2013 11:57 pm

· #104814
ברענגט אריין פאר וועם?

די עלטערן דארפן עפעס באצאלן?

ווער האלט אויס המספיק?

דעת תורה » מאנטאג אפריל 15, 2013 12:14 am

· #104827
פאר די קאמפאני.

ניין, די עלטערן צאלן נישט קיין רויטן פעני, אין גאר אסאך פעלער באקומען זיי אסאך געלט דורך המספיק.

די גאווערמענט האלט זיי אויס, ביד רחבה וברוח נדיבה.

זר זהב » מאנטאג אפריל 15, 2013 12:17 am

· #104829
אה א דאנק, איז נאך מער צו וואונדערן וואס זיי שרייבן דארט ווייטער: "אין אלע גרופ-היימען פון המספיק קויפט מען די חשוב'סטע און מהודר'דיגסטע מצות, פלייש, און אלע מאכלים, נישט קוקענדיג אויף די הויעכע קאסטן" (...) ממש? זיי גייט אן צו שיקן א גרעסערן בילל קיין אלבעני? וואס איז די רוקן געקלאפאכט'ס דא?

עוד מישהו » מאנטאג אפריל 15, 2013 2:15 am

· #104880
זר זהב
"אין אלע גרופ-היימען פון המספיק קויפט מען די חשוב'סטע און מהודר'דיגסטע מצות, פלייש, און אלע מאכלים, נישט קוקענדיג אויף די הויעכע קאסטן"

זיי קענען זיך גאנץ רויג באשטיין אז אפאר נאראנים זאלן געבן געלט פאר די "צדקה צוועק", ס'איז דאך א מורא'דיגע זאך צו העלפן קינדער צעבראכענע נשמות. שרייבט מען אז מ'געט פון די שענסטע און פון בעסטע אזוי צו באקומען "שטיצע פון ווארעמע אידן".

שרייבער » מאנטאג אפריל 15, 2013 8:05 am

· #104899
זר זהב
אה א דאנק, איז נאך מער צו וואונדערן וואס זיי שרייבן דארט ווייטער: "אין אלע גרופ-היימען פון המספיק קויפט מען די חשוב'סטע און מהודר'דיגסטע מצות, פלייש, און אלע מאכלים, נישט קוקענדיג אויף די הויעכע קאסטן" (...) ממש? זיי גייט אן צו שיקן א גרעסערן בילל קיין אלבעני? וואס איז די רוקן געקלאפאכט'ס דא?

אלבאני טיילט שוין נישט היינט אזויפיל געלט ווי אמאל, די רוקל געקלאפעכטס איז, אז למשל זיי באקומען א מיליאן דאלער א יאר, און מען צוטיילט דעם בודזשעט, און די שיריים גייט.... יעצט אויב העכער מען אליין די הוצאות איז דא ווייניגער שיריים וד"ל

ממרום שלח אש » מאנטאג אפריל 15, 2013 12:17 pm

· #104964
מיר נעמט ארויס די גאל יעדעס מאל וואס איך קריג זיין פעיפער, כפארשטיי נישט, די גאווערמענט ספענדט מיליאנען כדי צו שיקן אומזינסט פאר טויזענטער מענטשן פיקטשערס ווי זיינע קליענטן האבן א גוד טיים, און שניצלער זאל קענען שפילן רעדאקטער, ער לייגט יא בריוון, ער לייגט נישט בריוון, ער זאגט מיינונגען, וואונטשט "זיינע ליינער" כסיבע וחתימע טובות.
איך פריי מיך זייער ער נעמט קעיר פון צובראכענע נשמות, אבער די מאני וועיסט איז דאך אין לשער.
אז די גאווערמענט האט איבעריג געלט זאלן זיי מיר פינאנצירן א קאפי פון "מענס העלטה מאגאזין" ווועל איך מיר שפארן עטליכע דאללער אין געוואויר ווערן עפעס נוצליך איבער געזונט. יעצט גייט עס גלייך פון מעיל באקסל אין גארביזש, סאיז ממש א חוכא וטלולא

פיינע קאווע » מאנטאג אפריל 15, 2013 12:32 pm

· #104968
איך מיין אין די קומענדיגע אויסגאבע זאל המספיק שרייבען א באזינדערע אפטיילונג מיט הילף פאר די צוויי דריי אידן דא וואס עסן זיך די אזוי די גאל. בעת טויזענטער לייענער לייענען מיט הנאה אז די צובראכענע נשמות באקומען ב"ה די ריכטיגע הילף דורך המספיק. א מוסד וואס איז נישט דא אירס גלייכן אין כדור הארץ.

בדחן » מאנטאג אפריל 15, 2013 12:57 pm

· #104978
עס איז דא נאך אזעלכע מוסדות, ידי חסד, העסק, רעים, עת לעשות, חוש, אבער המספיק איז מן הסתם די גרעסטע.

דעת תורה » דינסטאג אפריל 16, 2013 9:37 am

· #105269
עוד מישהו
זר זהב
"אין אלע גרופ-היימען פון המספיק קויפט מען די חשוב'סטע און מהודר'דיגסטע מצות, פלייש, און אלע מאכלים, נישט קוקענדיג אויף די הויעכע קאסטן"

זיי קענען זיך גאנץ רויג באשטיין אז אפאר נאראנים זאלן געבן געלט פאר די "צדקה צוועק", ס'איז דאך א מורא'דיגע זאך צו העלפן קינדער צעבראכענע נשמות. שרייבט מען אז מ'געט פון די שענסטע און פון בעסטע אזוי צו באקומען "שטיצע פון ווארעמע אידן".


עס פאר עס איי קנאו האבן זיי נאכנישט געבעטן - און נישט גענומען - ביי א איד קיין דאלער.

בדחן » דינסטאג אפריל 16, 2013 9:43 am

· #105271
דעת תורה
עוד מישהו
זר זהב
"אין אלע גרופ-היימען פון המספיק קויפט מען די חשוב'סטע און מהודר'דיגסטע מצות, פלייש, און אלע מאכלים, נישט קוקענדיג אויף די הויעכע קאסטן"
זיי קענען זיך גאנץ רויג באשטיין אז אפאר נאראנים זאלן געבן געלט פאר די "צדקה צוועק", ס'איז דאך א מורא'דיגע זאך צו העלפן קינדער צעבראכענע נשמות. שרייבט מען אז מ'געט פון די שענסטע און פון בעסטע אזוי צו באקומען "שטיצע פון ווארעמע אידן".
עס פאר עס איי קנאו האבן זיי נאכנישט געבעטן - און נישט גענומען - ביי א איד קיין דאלער.


Whats your point? ווייל זיי בעטען נישט קיין געלט מעג מען נישט קריטיקירען אז זיי בעטן געלט? וואס האט איינס מיטען צווייטען?

the “less” people know, the “more” they shout.

אביגדור » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 11:40 am

· #147324
.

איש צדיק תמים » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 3:30 pm

· #147419
פארוואס זענען דא אזעלעכע ״שלעכטע״ מענטשען?
זענען מיר ברודער?
זענט איר אידן?
זענען דא עלטערן וואס האבן זיך יארן לאנג געמיטשעט מיט די טייערע נשמות, די אייציגסטע פלאץ ווי מען האט זיי געקענט שיקן איז און פאבליק סקול צוזאמען מיט די ערגסטע שחורים, ענדליך איז ב״ה אנגעקומען א יוד מיט א מעכטיגע (לאמיר עס רופן ביזנעס איידיע) און אויפגעלאכטן די צובראכענע נשמות, עלטערן, שוועסטער און ברודער, מען נעמט דארט אן יעדען יודוש קינד וואס איז נעבעך אליטשעבל אםגעזעהן פון חסידות, לעבנס שטייגער, עלטער, וואס זיינט איר אזוי ביטער שלעכט און עטץ פארגינץ נישט אז א יוד זאל מאכן געלט און איינוועגס, נישט המספיק העכערט אייער טעקס ביל עס איז צו קליין way to smal אויסצומאכן אויפן סטעיטס בוזשעט.

איך קען ממש נישט פארשטיין ווי שלעכט מענטשען קענען זיין, שעמטס ענק. און ניין איך בין נישט קיין ארויני און איך האב נאך קיינמאל נישט אויסגעטוישט קיין ווארט מיט מאיר ווערטהיימער.

גנדי » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 1:46 am

· #147649
איז דאס דער זעלבער ווערטהיימער וואס האט גערעדט פאר 60 Minutes ?

זר זהב » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 1:46 am

· #147650
יא

קרעקער » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 9:32 am

· #147672
און אויכ פערזענדליך געפייניגט און געפראסקעט מיט זיינע הענט אסאך יודען
היינט מוחל געוועהן די עבירות און א שיינע יוד אזוי ווי הנגיד ר' מילך דייטש ועוד

שעפטל » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 4:25 pm

· #147795
דעריבער????

זלמן זאפיר » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 4:28 pm

· #147797
קרעקער
און אויכ פערזענדליך געפייניגט און געפראסקעט מיט זיינע הענט אסאך יודען
היינט מוחל געוועהן די עבירות און א שיינע יוד אזוי ווי הנגיד ר' מילך דייטש ועוד



ווייל יאנקל ברוך האט גע'פראסקט צענדליגער יודען פארדעם דארף ברוך טעם ארג. אונטערגיין ?

בעריש » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 4:32 pm

· #147799
ער איז לכאורה דער גרעסטער עמפלויער ביים היימישען ציבור נאך B&H

זלמן זאפיר » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 4:38 pm

· #147802
ער דארף אבער אונטער גיין ווייל ער האלט נישט אז אלטע פייגא מיט ר' זלמן לייב זענען צדיקים

שעפטל » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 4:44 pm

· #147805
כ'גיי נישט אריינגיין אין די אומפארגינערישקייט וואס געוויסע האבן, אפגערעדט ליינענדיג דא ווי איינעם באדערט אז די המספיק קינדער קריגן גאר אריזאנע מצות...

אבער אין פאקט, יארן לאנג איז נישט געווען א חסידישע היים פאר די ספעציעלע קינדער, יארן לאנג זענען קינדער וואס האבן געדארפט אביסל טערעפי געגאנגן אין גויאישע סקולס, יארן לאנג זענען עלטערע קינדער וואס זענען געגאנגן אין ספעציעלע סקולס געגאנגן אין גויאישע. ביז המספיק איז אנגעקומען און אנגעהויבן בויען קודם אין קרית יואל און געגאנגן ווייטער אין מאנסי און נאך ווייטער אין וויליאמסבורג און בארא פארק.

מיטן עפענען היימען און סקולס האט ער אויפגעראכטן הונדערטע משפחות! איי פארוואס פרעגט יענער 'וואס איז די שמחה?' די שמחה איז פעיס פעקט! כלל ישראל איז נעבעך געשלאגן מיט מער ווי געניג מיט צובראכענע ספעציעלע קינדער, ב"ה אז המספיק האט מצליח געווען זיי צו קענען סערווירן.

יא המספיק האלט זיך אויף פון די גאווערמענט, און זיי האבן ב"ה שכל צו שלעפן ווי מער פון זיי און די פאקט איז אז דער ציבור האט פון זיי שטארק הנאה פון סיי וועלעכע פראגראם זיי האבן. וואס בנוסף פון זייערע היימען און סקולס האבן זיי נאך אסאך פראגראמען ווי פאר עלטערע מענטשן און ספעציעלע קינדער אינדערהיים.

אגב, ס'דא נאך אפאר אזעלכע ארגענעזאציע'ס ווי רעים, אהובים וואס אסאך האבן שטארק הנאה דערפון, און אזוי אויך פתח תקוה אין וויליאמסבורג, העסק וואס געבן אויך געוויסע פראגראמען פארן ציבור. אבער א מוסד/ארגענעזעישאן/ביזנעס וואס שטעלט צו אלעס, איז נאר המספיק

Paid for by....

היימישער » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 4:45 pm

· #147806
ח"ו, אפילו איך האלט אז ער איז נישט גערעכט געווען מיט די פעטש און מיט די 60 מיניטס, אבער וויבאלד ער איז יוד און אסאך יודען האבען פרנסה פון אים זאל ער מצליח זיין

קרעקער » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 5:05 pm

· #147816
איך האלט אויך אזוי און כקוק עם ארויף פאר זיין סוקסעס און ווינטש עם הצלחה צו וואקסען 10 מאל גרעסער און געבען פרנסה פאר נאך יודען
זיין צוווילדעוועטקייט אין די יוגענט יאהרען האט גארנישט צוטוהן מיט דעם סאיז נאר א בחינה פון זכר צדיק לברכה אז מדערמאנט עם דארף מען ארויסברענגען זיינע מעלות

שעפטל » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 5:17 pm

· #147825
דערמאן און באבל פאר קנאה

קרעקער » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 5:25 pm

· #147831
דיך באדערט מסתמא בעריש מיט די בארכעס

זלמן זאפיר » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 5:43 pm

· #147839
וואס די זאלי'ס מיט די בני יואל בלוטיגען איז אז מאיר ווערטהיימער זאגט רצחת וגם ירשת

נישט מער ווי גערעכט בלוט'יגט אויס

שעפטל » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 5:50 pm

· #147845
קרעקער
דיך באדערט מסתמא בעריש מיט די בארכעס

ניין ב"ה איבער יענץ העמער רעדן אין יענע אשכול, דא ב"ה באדערט מיר נישט גארנישט, אויב עפעס באדערט דיר דא עפעס גאר שטארק און קענסט נעבעך גארנישט טוהן... אפילו זיינע טערערעזירטע "שטיצן" אים (ל"ע)...