☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » א רוזשינער רבי - א סאטמאר'ער חסיד!

א רוזשינער רבי - א סאטמאר'ער חסיד!

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3447

זר זהב » זונטאג אפריל 14, 2013 2:04 pm

· #104545
א רוזשינער רבי - א סאטמאר'ער חסיד!
די וואך שבת האט געוויילט איינע פון די רוזשינער רביים כ"ק מרן האדמו"ר הרה"צ רבי יעקב מענדל פריעדמאן מבוהוש שליט"א, בתוככי עיר ואם בישראל וויליאמסבורג.

פרייטאג צונאכט (און די זעלבע ביי שלוש סעודות) איז געווען גאר אן א אינטערעסאנטער ספעקטאל, אריינקומענדיג אינעם איבערגעפילטן קאנטינענטאל זאל "צום טיש" האט אויסגעקוקט ווי עפעס א זעיר אנפין כאילו מרן מסאטמאר ז"ל איז אויפגעשטאנען אין פירט עפעס א טישל… דאס געמישעכטס פון דעם צוואקסענעם צושפרייטען "סאטמאר" וואס איז באוויסט מיט אירע טויזענטער קאלירן און פארבן פון אלע סארטן קולטורן און מיני עלעמענטן וואס גארנישט אויף דער וועלט קען זיי נישט צוזאמענברענגען, איז דא פלוצלינג געווען באנאזאם…!! צוזאמנגעברענגט!!
דער צאמשטעל פונעם ציבור איז געווען זייער אויפאלענד, אלע פונעם סאמען אויבערשטן חלק פונעם שטייסל אנגעהויבן ביי מענטשען וואס גייען שוין נישט בכלל צו קיין טישן פאר לאנגע יארן, און האבן שוין פארגעסן אז דער ווארט "טיש" ענטהאלט ביי געוויסע עפעס א העכערע באגריף אויסער דאס אז ס'איז א קלאץ געמאכט פון האלץ… און צווישן מענטשען וואס פרייטאג צונאכט איז נישט קיין פארברענג צייט פאר זיי מיט נגונים און רבישע מעשה'לעך, זייענדיג אויסגעמאטערט פון די ששת ימי המעשה פאלן זיי שוין און אונמאכט גלייך נאך דעם ווארימען יואעך אויפן בענקל, ביז דער שטריימל מיטן קאפל פאלט אנידער דאס איז זייער וועקר זייגער אז מע קען שוין צוקריכן צום געלעגער אריינווארפן די מידע ביינער, ביז מענטשען עובדים ותלמידי חכמים מובהקים דיינים מורה הוראה ערנסטע אנגעזעהענע אידן פון "אלע סאטמארע" צענטערן וואס פארברענגען נישט זייער צייט פרייטאג צונאכט נאר מיט לימוד התורה, און די וואך זענען זיי גרייט געווען אויפצוגעבן זייער "עולם הזה" און באשיינען דעם אויבן אן פון עפעס א רוסיש - רוזשינער רבי, און איבער אלעם אינטערעסאנט איז אז די מענטש'ן טרעפן זיך 'קיינמאל' נישט איינער מיטן אנדערן ווי לאנג דער אטלאנטיק איז, און 'איבערהויפט נישט ביי דעם זעלבן רבין'…..

און פלוצלינג זענען דא אלע געווען געשטראנדעט, פארכאפט תחת קורת גג אחד.. וואו?

ביי עפעס א רבי וואס איז (ביז היינט) ווילד פרעמד פאר די וויליאמסבורג'ר אונגארישע אידן, עפעס א רוסיש אפשטאמיגער רבי וואס זיינע עלטערן זענען געווען הייסע שטיצער פאר'ן אגודת ישראל, און אפי' געלויבט דעם טאג ה' אייר מיט א הלל…

אלזא וואס האט טאקע פאסירט מיט די טויזנטער וויליאמסבורגער אידן די וואך??

גאנץ איינפאך, דער בוהושער רבי שליט"א האט דערקלערט "איך בין א סאטמארער חסיד"

דער רבי שליט"א האט געמאלדן אפאר יאר צוריק פאר די ביוראען פון מדינת ישראל וואס זענען געשטעלט צו טיילן די טשעקלעך פאר די מוסדות התורה, הערט מיך צו, איר קענט ארויסנעמען מיין נאמען פון די ארכיוון - שטעלט אפ דעם פאסט צו מיין אדרעס איך ברויך שוין מער נישט קיין טשעקלעך, און אויך האט ער געמאלדן פאר זיינע קרובים און אנהענגער אז איך גיי מער נישט צו קיין בחירות.

נישט ווייל די ישיבה איז פארשפארט חלילה, ניין פארקערט די ישיבה בליהעט קנ"ה מיט אירע 200 בחורי חמ"ד - נאר פשוט איך קלאמער מיך צום אומפאפולערן תורת הויואל משה - ודברי יואל מ'סאטמאר זי"ע

באמת פאר איינעם וואס איז אויפגעוואקסן אין א סאטמארען חדר איז דאס נאך נישט עפעס וואס זאל אים ארויסשטויסן פרייטאג צונאכט פון שטוב אנשטאט זיין ווארימען געלעגער, אדער פאר א תלמיד חכם אוועק צולייגען זיין שיעור אין דברי יואל און א זייט פרייטאג צונאכטס.

פילייכט דארפט איר אבער באוואוסט זיין איבער דעם קאנטרעסט איבער איינער וואס וואקסט נישט אויף אין א סאטמאר'ן געזעלשאפט איז דער גאנצער באגריף "חינוך על טהרת הקודש - נישט נעמען געלט פון די מדינה" און דאס "נישט גיין צן די בחירות" זייער א אראפגעקוקטער שפאטישער געלעכטער, איר ברויכט וויסען אז מיט דעם זעלבען אייפער אין ברען וואס די סאטמארע רביים ומנהיגם רעדן און זענען משריש בתוך אנ"ש דאס גיין בדרכי אבותינו ורבותינו אן א שום שינוים אן א אפנויגונג קיין זוז כל דהו, מיט אט די זעלביגע אויסדריקען און קאכעניש אין תנועות מיט די האנט, וואס יעדעס קינד אין סאטמאר וועט אייך וויסען דאס נאכצומאכען, טוען די מנהיגם פון די אנדערע קרייזן איבערגעבן זייער תורה פאר זייערע מענטשען איבער דעם געוואלדיגען קידוש שם שמים און חוב קדוש ווי דער אויבערשטער האט הנאה ווען א איד איז זיך משתתף ביי די בחירות און נעמט געלט צו קענען אויפהאלטן תורה די מוסדות.

אלזא ווען עס קומט א רבי נישט מער אין נישט ווייניגער נאר מבית רוזשין, איינער וואס איז אויפגעצויגען געווארן אין דעם מדינת ישראל הויפט שטאט תל אביב, און ווי איך גלויב האט דער רבי נישט געלערענט אין א סאטמארן חדר, און זיך ניטאמאל געדרייט אין א סאטמאר געשטימטן געזעלשאפט, ווען דער שטוב והחצר הקודש איז געפארן אין גאר אן אנדערע קארעטע, און דערקלערט איך בין א "סאטמארער חסיד" צייגט דאס באמת אן אויפן מהות פונעם מענטש, אלס גאר אן ערליכער איד, אלס איינער וואס זוכט דעם ווייטען אמת, און נישט ווייל אזוי האט מען אים געלערנט פון קינדוואז אן… ניין נאר ווייל זיין רוח טהרה א העכערער גייסט שפילט אין אים. (נישט חלילה מיר מאכן אוועק אנדערע וואס האבן מקובל אנדערש, נאר דא צייגט דאס אויף איינעם וואס זוכט א שלימות אין השקפה ביז א מקסימום.)

דאס איז וואס האט צאמגעברענגט אלע פארבן קולטורן פונעם סאטמארן צושפרייטעניש, אז פון דעם געאגראפיש ווייטען רוזשין קלאמערט זיך עפעס אן ערליכער רבי לדרכו הקודש פונעם "מרא דאתרא הדין ומרא דארעא קדישא" (דער טיטול וואס דער בוהושער רבי האט זיך באניצט נאכזאגענדיג בחינות פונעם ספר דברי יואל) דאס איז א דוגמא וואס איז געווען איינע פון די שאיפת קודש פונעם מנהיג ישראל זצ"ל, אז יהי מי שהיה נישט קיין חילוק דער טיטול וואס דער מענטש טראגט מוז נישט זיין קיין אנגארישער צונאמען, זאל דאס זיין א רוזישנער רבי איינער וואס איז אויפגעצויגען געווארן גאר פארקערט, אויב קלאמערט ער זיך צום אמת'ן דרך המסלולה מאבותיו הקדושים די שרפים לבית רוזשין, אויפן וועג וואס מרן מסאטמאר האט איבערגעפלאנצן "באתרא הדין" איז ער אן אונזעריגער, און מען קען קלאפן אויף זיין טיר אן דעם וואס דער באגריף סאטמאר ווערט עפעס פארמינערט אדער ווייניגער ווערט, נאר אדרבה דאס געט נאר צו, און דאס האט ער געלערנט זיינע מענטשען, און אט דער רגש קודש וואס איז פארהאנען אייניג ביי "אלע קרייזען לבית סאטמאר" איז א שיינער איבערצייגונג פון א קידוש שם שמים, אז ווען עס קומט צו א רגש פון ערליכקייט, אויסגעהאלטנקייט (וואס מען האט זיי געלערנט) שפירן "אלע" אויפאמאל די זעלבע.

(קרעדיט: רבניש-אייוועלט)

דעת תורה » זונטאג אפריל 14, 2013 2:08 pm

· #104549
בעט בוענאסאיירעס זאל עס אליין ארויפלייגן דא.

זר זהב » זונטאג אפריל 14, 2013 2:09 pm

· #104550
קודם איז ער מסביר פ"וו אזויפיהל סאטמארע אידן זענען דארט געווען

גימפל » זונטאג אפריל 14, 2013 2:13 pm

· #104553
זר זהב


דער רבי שליט"א האט געמאלדן אפאר יאר צוריק פאר די ביוראען פון מדינת ישראל וואס זענען געשטעלט צו טיילן די טשעקלעך פאר די מוסדות התורה, הערט מיך צו, איר קענט ארויסנעמען מיין נאמען פון די ארכיוון - שטעלט אפ דעם פאסט צו מיין אדרעס איך ברויך שוין מער נישט קיין טשעקלעך, און אויך האט ער געמאלדן פאר זיינע קרובים און אנהענגער אז איך גיי מער נישט צו קיין בחירות.


(קרעדיט: רבניש-אייוועלט)


סאיז נישט אזוי גלאטיג קוק דא

קאווע טרינקער » זונטאג אפריל 14, 2013 2:23 pm

· #104554
[ציטאט אראפגענומען]

אוודאי איז ער קלוג, קוק נאר וואס ער האט דא אנגעדרייט.
עם סאטמאר תסאטמאר און דו ווערסט רייך, הייליג, וכו'..

היימישער ליטוואק » זונטאג אפריל 14, 2013 10:55 pm

· #104778
איז ער מסכים אז "נשתכחה"?

אגב: פון אייוועלט:
יעצט געוועווען ביים הייליגען רעבי'ן זכיתי ליכנס אל הקודש פנימה .. אין געפרעגט וואס איז דער טעם פארוואס עהר האט געהייסען נישט נעמען מעהר קיין געלט פין דער מדינה ....וזה לשון קדשו .... דאס וואס מען האט גענומען ביז יעצט איז דאך נישט וואס מען האט געפרעגט דעם רעבין [הוא קורא לזקינו דער רבי ] נאר דער משרד האט גענומען אזוי וויא אלע נעמען . וואלט דער רבי געהייסען נעמען וואלט איך נישט געווען געהייסען אויפהערען .איך האב צווייא מעשות פין רעבין איינס ס'איז אמאהל געקומען א עלטער פאהר פאלק צים זיידען אז זייא האבען צווייא קינדער אין אמעריקא וואס זענען נישט קיין שומרי שבת רח''ל אין שיקען זייא געלט צים לעבין ווילען זייא שרייבען פאר דיא קינדער זאלען אויפהערין ציא שיקען ווייל זייא זענין נישט קיין שומרי שבת . האט דער רבי זייא געזאגט איין מצוה זענין זייא מקיים כיבוד אב ואם ווילט איהר זייא דאס אוועק נעמען .ממילא זאלען זייא נישט שרייבען ....דיא צווייטע מעשה איז ס'איז געווען אפאהר פאלק גרויסע ארימלייט וואס האבען געהאט א זהין אין אמעריקא וואס האט געהאט געלט אין האט אבער נישט געוויסט פין דעם מצב פין דיא עלטערען ממילא האט עהר זייא נישט געשיקט קיין געלט האט א פרעמדער געוואלט איהם שרייבען .האט עהר געפרעגט דעם רעבין האט דער רבי געזאגט ניין בעטין זאהל עהר נישט . וענה מזה למדתי שאם נותנים מקבלים אבל לבקש לא צריך לבקש . ואמר עוה''פ וואלט דער רבי געווען געהייסען נעמין וואלט איך ח''ו נישט געווען געהייסען נישט נעמען ע''כ בנידון זה

היסטאריקער » מאנטאג אפריל 15, 2013 11:10 am

· #104942
זר זהב
און ווי איך גלויב האט דער רבי נישט געלערענט אין א סאטמארן חדר, און זיך ניטאמאל געדרייט אין א סאטמאר געשטימטן געזעלשאפט, /size]


שמעתי אז אלץ מבקש האט ער זיך אסאך מסתופף געווען בצילו פון הרה״ק הרמ״א פריינד זי״ע

והיינו טעמא פון כ״ק אדמו״ר מראכמיסטריווקא שליט״א

בד״ו, פאר איך זאג וואס איך האב געזען ביי קידוש, וויל איך הערן פון אנדערע וואס זיי האבן געזען

ידען » דינסטאג אפריל 16, 2013 6:23 am

· #105252
ווער זאגט אז מע האט עפעס געזעהן ביי קידוש?

מן הסתם האט ער געהאלטען א בעכער אין זיין הענט.

דעתי הענייה » דינסטאג אפריל 16, 2013 10:22 am

· #105286
א חכם מחוכם וואס ווייסט ווי אזוי צו שפילן אויפן סאטמארער עולם.
אדרבה כאפט א בליק אויפן וועבסייט פון משרד הדתות וויפל געלט זיי באקומען....

וואלפה » דינסטאג אפריל 16, 2013 11:20 am

· #105308
קוק נישט וואס די וואלסט זעהן, קוק וואס איז געשעהן,
בוהש'ע רבי איז א עהרליכער און א קליגער, ער האט גארנישט פלוצלינג אנערקענט אין סאטמארע רב'ס שיטה.
ער מאכט זיך א פשוטען חשבון: ער האט אין ישיבה 70 בחורים (פאר די זעלבע וואס גלייבען אז כא' כסליו איז דא 25,000 יודן, ביי זיי קען ער האבען 200 בחרים אין ישיבה)
פינ'ם מדינה מאכט ער 150 אלפים,
אויב וועט ער קומען קיין סאטמאר אלטס א איינער וואס האט אנערקענט אין קנאות, וועלן זיי איהם באוואשן מיט א האלבע מיליאן דאללער ( דאס איז באמת וואס זיי האלטן) פאר זיינע מוסדות וואס מען וועט פארקויפן אז עס לערנען צוויי הונדרעט בחורים, ער דארף נאר א ביסל מיט שפילן, און לערנען אפאר שטיקלעך ויואל משה אויפן פליגער און ער איז שוין א אנערקענטע סאטמארע.
ווען ער מאכט ווען דו שווערע געלטער וואס דו גרויסע קרייזען ווי גור, בעלזא, וויזניץ, און אפילו ווי דער אנדער רוזין- ביאן, וואלט ער דאס קיינמאל נישט געטוהן.

חוץ מזה איז ער א קלוגע שוכר, א רואה את הנולד (א חסיד רופט עס רוח הקודש, און א מתנגיד וואלט איהם אנגערופען א געמבליר), ער האט שוין געזעהן אפאר יאר צוריק, טאקע דעמילטס ווען ער איז "געווארן א קנאי" ווי אזוי דער מדינה בכלל און דער פרעסע בפרט זיכט אינטער צו ברענגן די פרומע און מאכען א סוף אויף דיע געלט טיילונגען פאר ישיבת, און ביז אפאר יאר ארום וועט זיך אויפהערן די געלט געטיילאכטס האט ער מחליט געווען אז וועט שפילן דער שפיל, און געטס א קוק ווי גוט עס איהם געלונגען....
דו אנדערע וואס וועלן זיך כאפן נאכן אויפהערן טיילן, וועט קיינער שוין נישט גלייבן אז זיי האבן "אנערקענט"

שעפטל » דינסטאג אפריל 16, 2013 12:17 pm

· #105334
היסטאריקער
בד״ו, פאר איך זאג וואס איך האב געזען ביי קידוש, וויל איך הערן פון אנדערע וואס זיי האבן געזען

מיינסט די וויין טאנצט?

היסטאריקער » דינסטאג אפריל 16, 2013 12:22 pm

· #105338
יא

שעפטל » דינסטאג אפריל 16, 2013 12:25 pm

· #105340
וואס קען איך טוהן אז כ'האלט ס'ליגט דארט סעלצער? כבודו במקומו מונח, כ'האב אפילו אריינגעווארפן אפאר טאלער פאר זיינע מוסדות אבער ס'מאכט נישט קיין סענס!!!

בעל הבית » דינסטאג אפריל 16, 2013 12:27 pm

· #105341
ביסטו חולה ל"ע ? אויף זיין זיידע פלעגט מען עס זאגען אין מען האט שון דאמלס פין דעם געלאכט

שעפטל » דינסטאג אפריל 16, 2013 12:30 pm

· #105344
בקיצור זאגסטו מיר אז ס'איז א פאמיליע סוד??? איך ווייס מ'האט עס געזאגט אויף זיין זיידע, איז דאס טאקע עפעס וואס נאר זיי ווייסן וויאזוי עס צו טאן? אדער ס'איז נאך וויין פון דעמאלטס וואס שפילט נאך...?

newkave » דינסטאג אפריל 16, 2013 12:35 pm

· #105347
איינער קען אפשר מסביר זיין וואס מען רעדט וועגן?

בעל הבית » דינסטאג אפריל 16, 2013 12:39 pm

· #105350

על המחיה » דינסטאג אפריל 16, 2013 12:48 pm

· #105360
בעיני ראיתי

ביי קידוש איז די וויין ממש ארויסגעשפרינגען פון כוס

עס איז דא א הסבר דערויף??

שעפטל » דינסטאג אפריל 16, 2013 12:51 pm

· #105361
על המחיה
בעיני ראיתי

ביי קידוש איז די וויין ממש ארויסגעשפרינגען פון כוס

עס איז דא א הסבר דערויף??

גאז!

היסטאריקער » דינסטאג אפריל 16, 2013 1:01 pm

· #105371
איך בין נישט א גרינגער מאמין, אבער עיני ראו ולא זר, און ניין סעלצער שפריצט נישט אזוי ארויף

קיינער איז נישט מחוייב עס צו גלייבן, אויף מיר האט עס אבער געמאכט א געוואלדיגע רושם, בעה״ב, איך בין נאכנישט חולה צוליב דעם

איזהו חכם » דינסטאג אפריל 16, 2013 6:09 pm

· #105532
בקיצור, ס׳איז געקומען א רבי, געשפריצט וויין ביים קידוש, און דער עולם איז נתפעל געווארן און מכתיר געווען אלץ א קדוש וטהור וכו׳

אין כל חדש תחת השמש

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 16, 2013 9:35 pm

· #105628
דעתי הענייה
א חכם מחוכם וואס ווייסט ווי אזוי צו שפילן אויפן סאטמארער עולם.
אדרבה כאפט א בליק אויפן וועבסייט פון משרד הדתות וויפל געלט זיי באקומען....

וואס זיי האבן באקומען. דער רבי שליט"א האטעך געזאגט אז מע האט אויפגעהערט.

על המחיה » מיטוואך אפריל 17, 2013 1:37 pm

· #105887
וואס עפעס? ווען די אחים לבית וויזניץ ר"י אדער רמ"מ גייען באזיכען די באבוב'ער סטמער'ער קלויזענבורג'ער וכדומה איז אויך א רוזינער אייניקל ביי א צאנזער אייניקל

נאך מעהר
אונ'ם קומענדיגען דור וועלען זיין א שיינע פאר גרויסע רבי'ס אייניקלעך פון ביידע צדיקים צאנז און רוזין

דהיינו, יו"ח פון אדמו"ר מבעלזא, יו"ח פון אדמו"ר מסקווירא, יו"ח פון אדמו"ר מהר"א מסאטמר,
היינט זענען דאס די צוויי ברידער ר' ישראל און ר' מענדל מוויזניץ וואס זענען אייניקלעך פון ביידע

היסטאריקער » מיטוואך אפריל 17, 2013 1:46 pm

· #105892
ער איז אויך געגאנגען עולה זיין אין די צאנזער ס״ת ביי ר׳ משה שמואל זופניק

קען זיין ער האלט אזוי ווי די וואס זאגן אז עס האט מיט׳ן ד״ח גארנישט, ער איז בלויז געגאנגען פאר די טשעק

שרייבער » מיטוואך אפריל 17, 2013 2:52 pm

· #105912
[ציטאט אראפגענומען]

ער איז דער ערשטער רוזשינער רבי וואס איז געווען אין צאנז

ער האט באזוכט האדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

היימישער » מאנטאג אפריל 29, 2013 4:27 pm

· #109914
איך פארשטיי נישט וואס עס באדערט דעם עולם דא, אויב סאטמאר גייט נישט זאגט מען אז זיי גלייבען נישט און קיין שום רבי

וואס איך האב פארשטאנען דא איז. אז עס איז געקומען א יוד פון א"י און די סאטמארע יודען האבען געהערט אז ער איז א ערליכע יוד זענען זיי געגאנגען אים מחזיק זיין איינער מיט געלט און איינער מיט זיין נפש
עס מיינט נישט אז גאנץ סאטמאר איז געווארען א בהוש'ער חסיד, און אויב איינער איז יא נתפאל געווארען עכ"כ אז ער וויל ווערן א בהוש'ער חסיד איז אשרי לו ואשרי חלקו

avil » זונטאג יוני 29, 2014 4:48 pm

· #208513
איזהו חכם
בקיצור, ס׳איז געקומען א רבי, געשפריצט וויין ביים קידוש, און דער עולם איז נתפעל געווארן און מכתיר געווען אלץ א קדוש וטהור וכו׳

אין כל חדש תחת השמש

און אפשר איז דאס האלץ ריכטיג ???

כספי » דינסטאג אוגוסט 29, 2023 8:55 am

· #534738
על המחיה
וואס עפעס? ווען די אחים לבית וויזניץ ר"י אדער רמ"מ גייען באזיכען די באבוב'ער סטמער'ער קלויזענבורג'ער וכדומה איז אויך א רוזינער אייניקל ביי א צאנזער אייניקל

נאך מעהר
אונ'ם קומענדיגען דור וועלען זיין א שיינע פאר גרויסע רבי'ס אייניקלעך פון ביידע צדיקים צאנז און רוזין

דהיינו, יו"ח פון אדמו"ר מבעלזא, יו"ח פון אדמו"ר מסקווירא, יו"ח פון אדמו"ר מהר"א מסאטמר,
היינט זענען דאס די צוויי ברידער ר' ישראל און ר' מענדל מוויזניץ וואס זענען אייניקלעך פון ביידע
אבער דאכט זיך קיינער איז נישט קיין אייניקל פון די זוהנען פונעם רוזשינער און פונעם צאנזער רב, יו"ח פון ר' משה'לע וויזשניצער זענען אייניקלעך פונעם רוזשינערס טאכטער און איידעם דער צמח צדיק, וואס די מחלוקת פונעם צאנזער רב איז בהדיא נישט געווען אויף עם, נאר אויף די זוהנען

הרב שיף » מיטוואך סעפטעמבער 6, 2023 9:01 pm

· #535470
דאס אז דער איד איז א ענו און א תלמיד חכם גייט קיינעם נישט אן?

ברוך שפינוזה » מיטוואך סעפטעמבער 6, 2023 9:45 pm

· #535475
ניין, פארוואס דען יא?