☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » נייע קאמפיוטער פראגרעם: ספירה קאנווערטער

נייע קאמפיוטער פראגרעם: ספירה קאנווערטער

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3443

ניו יארק » זונטאג אפריל 14, 2013 2:11 am

· #104424
נייע קאמפיוטער פראגרעם: ספירה קאנווערטער
אייוועלט תש"ע
בפרוס חג הפסח שנת תשצ"ד:

דער פירמע "ניגון פונצ'ליין" פון פתח תקוה, אנגעפירט דורך אבי בצרי האט געמאלדן אז זיי זענען ארויסגעקומען מיט א נייע קאמפיוטער פראגרעם וועלכע וועט קאנווערטן סיי וועלכע ניגון מיט מוזיק אויף אן מוזיק.

יעדעס מאל די מוזיק זינגט וועט עס אויטמאטיש ווערן קאנווערטעט צו א "פים פאם" "ראליליי" "טריי ליי". מען וועט קענען אנשטעלן וועלכע מען גלייכט בעסער, די עלטערע דור וועלן לכאורה סעלקטן דעם "דא די דיי" אפשען. אבער עס וועט אויך האבן א "רענדאם" אפשען, וואס די פראגרעם וועט אליינס אויסקלויבן.

אינעם פראגרעם זענען פראגרעמירט הונדערטער עקזיסטירינדע מוזיק סאונדס וועלכע ער ווערט באויפטראגט צו טוישן.

"די הויפט חכמה איז געווען די קינדערישע קולות, אז די פראגרעם זאל נישט מיינען אז עס איז מוזיקאלישע קולות".

דער שרייבער פון די שורות האט עס אויספראבירט אויף א אלטע "סידי" (פאר די אינגערע דורות: דאס איז די רעקארד באלי וואס מען פלעגט זיך באנוצן ביז די היינטיגע "דזשי 4") פון הרה"ח הישיש ר' ליפא שמעלצער שליט"א מיטן נאמען "מעומקא דליפא", און עס איז געווען צום באוואונדערן ווי דער פראגרעם האט געכאפט יעדן תנועה, און געטוישט די ניגונים צו מענערישע און קינדערישע קולות.

דער פראגרעם וועט קאסטן א נישטיגע 25 טויזנט דאלער פאר א קאמפיוטער, שטעלט אייך פאר, פאר די פרייז פון א באטל מילך קענט איר האבן דעם פראגרעם, ממש אומזינסט.

רופט שוין פאר באשטעלונגען.


===========


נו? קען מען עס נישט מקדים זיין מיט אפאר יאר?

מיר איז עס זייער געפאלן, האבעך געקלערט אז דער עולם דא זאל אויך הנאה האבן.

למדן » מיטוואך מאי 1, 2013 4:54 pm

· #110814
אין א געוויסן זין האב איך בעסער ליעב א ספירה טעיפ (יא קוקט מיך נישט אהן משוגע),
א מוזיקאלישע טעיפ דינט געווענליך די צוועק פון א געוויסע זינגער אדער קאמפאוזער און וואס עס געפעלט איהם אדער וואס ער'ט אפגעקויפט ליגט דארטן, א ספירה טעיפ איז געווענליך א שיינע קווייער מען לייגט אריין מער ארבייט ווייל ס' נישטא קיין מוזיק, און די ניגונים זענען בדרך כלל זיעיער שיינע קאלעקשאנס אמאליגע הערליכע ניגונים פלעג איך אויפפיקן פון ספירה טעיפס. לעצטנס קומען אויך ארויס ספירה טעיפס מיט מוזיק דורכן יאהר(לחיים און פארשידענע אנדערע קאלעקשאנס און פראדשעקטס), אדער די וואס גיבן ארויס א ספירה טעיפ לייגן צו א סידי מיט מוזיק...