☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » איז היטלער געווען א מאמין?

איז היטלער געווען א מאמין?

29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3432

בן תמליון » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:07 pm

· #103908
איז היטלער געווען א מאמין?
באזוכנדיק א שטאטישן לייברערי איז מיין אויג געפאלן אויף אן ענגלישן איבערזעצונג פונעם "מיין קאמף" נישט קענענדיק זיך איינהאלטן האב איך דורכגעבלעטערט און מיין אויג האט געלאנדעט אויף דיזן זאץ:

אלזא היינט גלייב איך אז איך פיר מיר לויטן ווילן פונעם מעכטיקן באשעפער, דורך זיך באשיצן אנטקעגן דעם יודע קעמף איך דעם קאמף פונעם בורא.

איז האט היטלער (ימ"ש) אויך געטוהן דעם רצון השם? עס איז מיר א גרויסער חידוש איך האב אלץ געוואוסט היטלער איז געווען א אטעאיסט?

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:13 pm

· #103911
עהעם.... דעם רצון ה' האט ער טאקע געטון, עס איז דאך זיכער געווען א גזירה מן השמים... און ער איז נאר געווען דער שליח.
די שאלה איז צי אנדערע ציוויים (שבע מצוות בני נח? כ'ווייס נישט וואס) האט ער אויך מקיים געווען צו טון דעם רצון ה', אדער נאר דארט ווי ס'איז אויסגעקומען גוט פאר זיין קראנקן בלוט-דורשטיגן קאפ?
כ'מיין, די אראבישע רוצחים טוען אויך נאר דעם רצון ה'. אללא אכהבאר!!

דאס איז א גוטע קאווער-אפ. יעדער רוצח קען זאגן ער טוט דעם רצון ה'. אדער אז ער הערט קולות וועלכע הייסן אים הרג'ענען...
אבי געשאסן.

בן תמליון » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:16 pm

· #103914
איך מיין נאר די פאקטישע שאלה צו היטלער האט פארקויפט גלויביקייטן. איך האב אלץ געוואוסט און געהערט אומצאליקע מאל אז היטלער סטאלין זענען געווען כופרים דא זע איך אנדערש.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:24 pm

· #103917
די סטייל פון זיין א כופר ב"בורא" איז היפש יונג.

בן תמליון » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:34 pm

· #103921
אגב היטלער איז שטארק קעגן פראסטיטוציע און זאגט מען דארף חתונה האבן פרי. אט איז א זאץ:

אונזער גאנצער פאבליק לעבן היינט איז ווי א באדעהויז פאר סעקסואלע איידיעס און סטימיולאציע. איר וועט שווער קענען לייקענען אז דאס איז נישט די ריכטיקע נערונג, ספעציעל פאר די יונגד. אין געשעפט פענסטער און בילבארדס די שמוציקסטע טאקטיקן זענען גענוצט צו אטראקטן די.. דאס טוט שעדיקן די יוגנד.

מיין לעקציע דא איז אז דער מוח פון א מענטש קען זיין ערנסט צושאקלט ספעציעל ווען עס ווירבלט זיך דארט קנאישע און אומקאנווענציאלע רודערייען.

לעיקוואד » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:34 pm

· #103922
יש בענין זה וויכוח גדול:
ראו <a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Religion_in_Nazi_Germany">http://en.wikipedia.org/wiki/Religion_in_Nazi_Germany</a>
<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Religious_aspects_of_Nazism">http://en.wikipedia.org/wiki/Religious_ ... _of_Nazism</a>
<a class="postlink" href="http://www.abc.net.au/religion/articles/2012/04/18/3480312.htm">http://www.abc.net.au/religion/articles ... 480312.htm</a>


און אז מרעדט שוין, קען מען צוצייכענען דאס: <a class="postlink" href="http://tomerpersico.com/2013/04/08/esoteric_anti-christian_nazis/">http://tomerpersico.com/2013/04/08/esot ... ian_nazis/</a>

יידל » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:38 pm

· #103926
קאווע טרינקער
די סטייל פון זיין א כופר ב"בורא" איז היפש יונג.

נישט ריכטיג.
די מיטאס אז היטלער איז געווען אן אטעאיסט איז אן אלטע. פאר א גוטע סך הכל פון היטלער'ס רעליעגעזע אנשויאונגען, זע וויקיפעדיע.

טאמבל סאס » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:04 pm

· #103936
בן תמליון'ס תגובה שטימט גאנץ פיין נעמענדיק אין באטראכט אז היטלער וויפיל מען ווייסט האט געהאט זעקס רילעישן שיפ'ס פון וועלכע צוויי זענען באגאנגען זעלבסטארד און צוויי האבן געוואלט באגיין. און די לעצטע איווא בראון האט ער זייער שיין באהאנדלט די לעצטע טעג פון זיין לעבן צוריקצוועגס.
ער האט געסאקט! עט ריליעשן שיפס.

איחוד פעלד » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 8:27 pm

· #104019
עפעס האב איך ערגעץ געזעהן אז ער האט געהאט א אידישע פרוי וואס ער האט זיך מיט איר פארליבט.

וואס היטלער איז זיכער געוועהן איז א שטארקע נאציאנליסט, פאר די וואס ווייסען נישט, איינער וואס די מדינה איז שטערקער פין אלעם.

ממילא האט ער געהאלטען אז אלס דארף דינען די אינטערעסען פין די מדינה, מען טאר נישט האבען קיין שייכות מיט פרויען נאר לשם הולדה, כדי צו צוגעבען קינדער פאר די מדינה, און בכלל זענען קינדער די נכס פין די מדינה.

דעתי הענייה » פרייטאג אפריל 12, 2013 11:25 am

· #104166
די פשוטסטע ענטפער דערויף איז, אז דאס אז היטלער איז געווען אן אטעיסט, איז א קריסטליכער, און אין טייל א אידישער חידוש, צו אויפווייזען אז אטעיסטן זענען שלעכט, עס האט נישט מיט אמת קיין שייכות.
און אין פאקט, איז אין היסטאריע פארגעקומען סאך מער פארברעכענס אין נאמען פון רעליגיע ווי עני אנדערע סיבות צוזאמען.

לעיקוואד » פרייטאג אפריל 12, 2013 11:43 am

· #104170
דאס איז זיכער אז היטלער איז געווען טויזענט פראצענט זיכער אז דאס וואס ער טוט דאס איז אינגאנצן ריכטיג און אז ער איז גערעכט. אמאל האט ער עס געזאגט אויף אזא נוסח אז דאס איז רצון ההשגחה און אמאל אויף אן אנדערער נוסח, און מקען זיך דינגען וועלכער נוסח ער האט גענומען מער ערנסט, עס איז אבער נישט קיין גרויסער נפקא מינה. רצון השם הייסט דאך דער מערסטער ריכטיגסטער און אמתדיגער זאך וואס א מענטש דארף טוהן, און היטלער האט געגלייבט באמונה שלימה אז דאס וואס ער טוט דאס דארף מען טוהן.

היוצא לנו מזה איז נאר אז מזאל דאס האלטען אין אכט יעדער מאל וואס מאיז אזוי פארזיכערט אין עפעס אז אזוי דארף מען טוהן און בשם זה איז ער גרייט אויך צו שעכטען מענטשען.

שרגא » פרייטאג אפריל 12, 2013 12:22 pm

· #104189
צי היטלער איז געווען פערזענליך א גלויביגער צי נישט קען מען זיך דינגען, אבער וואס איז קלאר איז אז צו זיין געדאנק פון אויסראטן די אלע וואס זענען נישט ראוי צו לעבן און "מאכן א ריינע ראסע" האט ער געטון אין דעם דארוויניסטישן גייסט. ער איז נישט געווען דער ערשטער, נאר אנדערע סייענטיסטן וועלכע זענען געווען פארנומען מיט דעם געדאנק און האבן געוואלט סטערילייזן די אלע וואס זיי האבן געהאלטן זענען נישט ראוי צו ציען ווייטער די דורות און זיי האבן געהאפט דערמיט צו אויסראטן די שלעכטע און לאזן די גוטע, און דערמיט מאכן א בעסערן עתיד. נאר היטלער האט עס די ערשטע גענומען צו אן עקסטרעם, און דעמאלט האט די וועלט געזען וואו דאס קען פירן. עכ"פ, אויב עפעס איז עס געקומען צוליב דער געדאנק פון וועלן נעמען די וועלט אין די אייגענע הענט אריין.

עוד מישהו » זונטאג אפריל 14, 2013 1:55 pm

· #104541
עס איז שווער צו זאגן צו היטלער איז געווען א גלייביגער, פון איין זייט וואו מ'האט דא דערמאנט, האט ער געהאלטן אז ער איז א שליח פון די השגחה העליונה, פון די אנדערע זייט שוין געלאזט אידן אין די זייט, האט ער זיך אסאך ארומגעשלאגן מיט די קירכע און רעליגיעזע אנפירער פון דייטשלאנד.

מאטי » מאנטאג אפריל 15, 2013 11:34 pm

· #105208
לעיקוואד
דאס איז זיכער אז היטלער איז געווען טויזענט פראצענט זיכער אז דאס וואס ער טוט דאס איז אינגאנצן ריכטיג און אז ער איז גערעכט. אמאל האט ער עס געזאגט אויף אזא נוסח אז דאס איז רצון ההשגחה און אמאל אויף אן אנדערער נוסח, און מקען זיך דינגען וועלכער נוסח ער האט גענומען מער ערנסט, עס איז אבער נישט קיין גרויסער נפקא מינה. רצון השם הייסט דאך דער מערסטער ריכטיגסטער און אמתדיגער זאך וואס א מענטש דארף טוהן, און היטלער האט געגלייבט באמונה שלימה אז דאס וואס ער טוט דאס דארף מען טוהן.

היוצא לנו מזה איז נאר אז מזאל דאס האלטען אין אכט יעדער מאל וואס מאיז אזוי פארזיכערט אין עפעס אז אזוי דארף מען טוהן און בשם זה איז ער גרייט אויך צו שעכטען מענטשען.

ס׳איז שוין געווען א שמועס דא אין שטיבל צו היטלער איז געווען א מאראלישער פערזאן צו נישט לויט זיין פרוספעקציע. לויט ווי דו זאגסט ביסטו מאמת די שיטות הסוברים אז יא. וויבאלד ער׳ט זיך געהאלטן צו זיינע פרינציפן וואס איז לויט אים געווען אויסגעהאלטן און וויכטיג.

לעיקוואד » מאנטאג אפריל 15, 2013 11:39 pm

· #105211
ער האט געהאלטען אז ער איז גערעכט, נישט מאראליש. ער איז בכלל געווען קעגן אזא מושג פון מאראל און האט באשלודיגט די יידען אז זיי האבען עס אויסגעטראכט. ער האט געהאלטן זיין אמת העכער און חשובער פון יעדער מאראל.

מאטי » מאנטאג אפריל 15, 2013 11:50 pm

· #105217
אזוי דעפינירט זיך מאראל נאך גיין די גוטע פרינציפן

בדחן » דינסטאג אפריל 16, 2013 7:33 am

· #105255
אן אריינגיין און די נושא האשכול וויל איך זיך באציען צום קעפיל פינעם אשכול,

א מענטש וואס איז בסך הכל נישט מער ווי א דור שלישי פון די זיידעס וועם היטלער ימ״ש האט געפייניגעט און אויסגעשחטן, שרייבט געווענליך ימ״ש נאך די נאמען, און זיכער אזוי ווען מען עפענט א אשכול וואס דעבאטירט זיין געוויסען שרייבט מען צו קללה און די זייט אז מען זאל אנזען אז מען רעדט פון א שד בצורת אדם און האט מן הסתם בכלל נישט געהאט קיין קלארע געוויסען.

איך אויך » פרייטאג אפריל 19, 2013 8:10 am

· #106610
בן תמליון
אגב היטלער איז שטארק קעגן פראסטיטוציע און זאגט מען דארף חתונה האבן פרי. אט איז א זאץ:

אונזער גאנצער פאבליק לעבן היינט איז ווי א באדעהויז פאר סעקסואלע איידיעס און סטימיולאציע. איר וועט שווער קענען לייקענען אז דאס איז נישט די ריכטיקע נערונג, ספעציעל פאר די יונגד. אין געשעפט פענסטער און בילבארדס די שמוציקסטע טאקטיקן זענען גענוצט צו אטראקטן די.. דאס טוט שעדיקן די יוגנד.

מיין לעקציע דא איז אז דער מוח פון א מענטש קען זיין ערנסט צושאקלט ספעציעל ווען עס ווירבלט זיך דארט קנאישע און אומקאנווענציאלע רודערייען.

רעד דיך איין, דער ימ"שניק האט גוט אוסגענוצט די יוגענטליכע תאוות פאר זיינע נידריגע צוועקען, ביי די גרויסע רעדעס פאר די היטלער-יוגענט זענען זיך צאמגעקומען צענדליגער און הונדערטער טויזענטער יונגען און מוידן, נאך זיין שונד דרשה האט יעדער גענומען דאס נענסטע מיידל און געטוהן דאס וואס מען קען נאר שרייבן מאחורי.

אגב, סתם א עצה טובה זוך דיך בעסערס וואס צו ליינען.

newkave » פרייטאג אפריל 19, 2013 9:29 am

· #106619
איך אויך, פון וואו נעמסטו דאס?

איך אויך » פרייטאג אפריל 19, 2013 10:16 am

· #106630
פון ביכער וואס צושויער וואס האבן באזוכט יענע יארען מינכן וכו. האבען געשריבן. זעה למשל דא בלאט נומ. 66-67.

לעמאן דזשוס » פרייטאג אפריל 19, 2013 10:45 am

· #106647
שרגא
צי היטלער איז געווען פערזענליך א גלויביגער צי נישט קען מען זיך דינגען, אבער וואס איז קלאר איז אז צו זיין געדאנק פון אויסראטן די אלע וואס זענען נישט ראוי צו לעבן און "מאכן א ריינע ראסע" האט ער געטון אין דעם דארוויניסטישן גייסט. ער איז נישט געווען דער ערשטער, נאר אנדערע סייענטיסטן וועלכע זענען געווען פארנומען מיט דעם געדאנק און האבן געוואלט סטערילייזן די אלע וואס זיי האבן געהאלטן זענען נישט ראוי צו ציען ווייטער די דורות און זיי האבן געהאפט דערמיט צו אויסראטן די שלעכטע און לאזן די גוטע, און דערמיט מאכן א בעסערן עתיד. נאר היטלער האט עס די ערשטע גענומען צו אן עקסטרעם, און דעמאלט האט די וועלט געזען וואו דאס קען פירן. עכ"פ, אויב עפעס איז עס געקומען צוליב דער געדאנק פון וועלן נעמען די וועלט אין די אייגענע הענט אריין.


איך וואלט אויבן אויף (אן נאכקוקן אין וויקי) זיך געדינגען מיט דיין באהויפטונג.

אויס׳הרג׳ענען א געוויסע ראסע פון וועלט און דאדורך פארזיכערן א בעסערע וועלט פאר די פארבליבענע האט דאך עפעס שרשים אין רעליגיע ווי ׳לא תחי׳ כל נשמה׳ פארלאנגט אז קינדער און ווייבער פון זיבן געוויסע פעלקער וואס זייער זאלץ מעסטל (נתמלאה סאתם-גירסא דינקותא) איז איבערגעפילט געווארן פון עלטער זיידעס חטאים...דארפן גע'הרג'עט ווערן.

פארשטייט זיך אז יש לחלק הרבה מאד. אבער די געדאנק כאטש.

בן תמליון » פרייטאג אפריל 19, 2013 10:54 am

· #106651
איך אויך
פון ביכער וואס צושויער וואס האבן באזוכט יענע יארען מינכן וכו. האבען געשריבן. זעה למשל דא בלאט נומ. 66-67.


איך ווייס נישט פונקטליך וואס איר זעט דארט ער קוואטירט פון עפעס א נאוועלע. היטלער'ס מאסן ראליס קענט איר טרעפן אויף יוטוב איר זעט נישט קיין ארגיס נאכן רעדע.

לעמאן דזשוס » פרייטאג אפריל 19, 2013 10:58 am

· #106655
ווייטער אן קוקן אין וויקי עט לארדזש.

איז דאך גאר באקאנט אז די מענטשן וואס פארמאגן א איבערפלוס פון 'טעסטאסטערוין' האבן געווענליך נישט קיינע 'ממשל' פראבלעמען, פארקערט גאר. ווי באקאנט פלעג 'ווינסטאן טשורטשיל' טענה'ן אז איינער וואס איז נישט פאראינטערעסירט אין פאליטיק, ליגט אין זנות!

איך אויך » פרייטאג אפריל 19, 2013 11:05 am

· #106662
חכם איינער דו מיינסט דאס האבן זיי רעקארדירט אויף די פראפאגאנדע ווידיאוס? עס איז דא זאכן וואס מען טוהט ווען די קעמרעס לעשן זיך אויס... איך האב עס געליינט אין ביכער פון צייטונג שרייבערס וואס האבן זיך דארט ארומגעדרייט יענע יארען, דער טערמין 'נאצי אורגי' נעמט זיך פון דארט, ואגב עס איז אויך געווען מין במינו אורגיס.

לעמאן דזשוס » פרייטאג אפריל 19, 2013 11:06 am

· #106663
איך אויך, איך ווייס נישט צו דו ווייסט, אבער היטלער ימ"ש האט זייער פיינט געהאט די 'זעלביגע הייראט' געדאנק, און גע'רודפ'ט די חברה עד חרמה, האלטענדיג אז זיי זענען נישט נארמאלע האבן זיי געטיילט די זעלבע גורל ווי 'אידן' 'אינוואלידן' און 'משוגעים'...

איך אויך » פרייטאג אפריל 19, 2013 11:16 am

· #106667
יא כ'האב פארשטאנען אז איינער וועט זיכער ארויפברענגען די נקודה וואס יעדער ווייסט, אבער למעשה האט ער געהאט ארום זיך אסאך הומוס און אין יענע יארען תרצ"ג-תרצ"ט האבען זיי זיך גוט צולאזט, שפעטער האט מען זיי איינגעצוימט. מען האט דאס אויך ארויפגעברענט ביי די אידישע זונות אשכול, אז כאטש די שטרענגע איסור אויף יודישע מיידלעך מיינט נישט עס איז נישט פארגעקומן אומצאליגע רעיפס דורך די סאלדאטן און אויך איז געווען אופיצילע בית בושות וואס זענען געווען אנגעפילט מיט געצווינגענע אידישע מיידלעך, גראדע האט הימלער ימ"ש פאראורדענט אז אלע הומו סאלדאטען מוזן גיין איינמאל א וואך צו אזא בית בושת כדי זיי זאלן זיך "אויסהיילן" פון זייער "קראנקהייט".

לעמאן דזשוס » פרייטאג אפריל 19, 2013 11:29 am

· #106678
בקיצור הדברים. איז שייך צו קאנקלודירן אז היטלער׳ס ציל אין לעבן און די ציל פון זיין נאצישע פארטיי איז ׳נישט׳ געוועהן להתיר קיין שום ערוה מן העריות...איז פארגעקומען לוסטיגע געשעפטן אין די נאצי רייען, זיכער אזוי..אבער נישט ארום דאס האבן זיך געדרייט זיינע ראליס און רעדעס. גענוג קלאר?

איך אויך » פרייטאג אפריל 19, 2013 11:34 am

· #106682
קלאר אבער נישט אינגאנצען, ביי די נאציס ימש"ו איז גארנישט געווען פארצאפאל אלעס איז געווען אויסגערעכנט מיט א פארשאלטענע פונקטליכקייט, דא האסטו א קוואט איבער די אורגיס them to participate in rituals ending in orgies, by promising the girls rich husbands, the men other women ...
קענסטו זעהן אז עס איז געווען מלכתחילה אויסגערעכנט כדי אריינצוכאפען ווי מער יוגנטליכע וואס זענען עפ"י רוב שפעטער געווארן ס"ס'ניקעס.

newkave » פרייטאג אפריל 19, 2013 3:42 pm

· #106791
איך אויך
פון ביכער וואס צושויער וואס האבן באזוכט יענע יארען מינכן וכו. האבען געשריבן. זעה למשל דא בלאט נומ. 66-67.


עס ארבייט נישט ביי מיר. דו קענסט אפשר לייגן נאכאמאל? שכח