☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » וועט מען שוין איינמאל פאר אלעמאל אדורכברעכן ס'דירות קריזיס?

וועט מען שוין איינמאל פאר אלעמאל אדורכברעכן ס'דירות קריזיס?

60 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3430
בלאט: 1 2

שעפטל » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 3:38 pm

· #103882
וועט מען שוין איינמאל פאר אלעמאל אדורכברעכן ס'דירות קריזיס?
די פראבלעם:
ווי באקאנט איז דער ווארט "דירות קריזיס" אין וויליאמסבורג שוין א טעמע וואס פארנעמט שוין די שמועסן ביים עולם יארן לאנג, אבער ס'איז קיינמאל נישט געקומען קיין געהעריגע לייזונג דערצו.

יארן איז בכלל געווען א ערענסטע דירות קריזיס אז ס'איז פשוט נישט געווען גענוג דירות פאר די איבערפלוס פון פאהייריטע פארפעלקער, וויליאמסבורג קריגט מסתמה יערליך צו אריבער 200 משפחות, (קאן אפילו זיין מער). למעשה אפאר יאר צוריק האט דער עולם געפענט זייערע קעלערן און בודעם'ס און דארטן אריינגעשווערצט שנה ראשונה קאפעל'ס און מ'האט פון אנפאנג געבעטן גאנץ פרייזליכע חודש'ליכע רענטן.

מיט די צייט האט זיך וויליאמסבורג געגעבן א חוני המעגל סטרעטש און מ'האט זיך צושפרייט און צוזייט אין אלע עקן פון שטאט, פון די ווייטע סאוטס ביז קרוינהייטס (נע, אבער ביז טיף אריין אין קלינטאן הילל יא). די מצב האט זיך אביסל פארבעסערט, אבער די פרייזן זענען נאר געווען נידריג פאר די ערשטע 100 וואס האבן געהאט די קוראזש זיך אוועקצוציען א מהלך פון 20 מינוט שפאצירן ביז זייערע עלטערן, דערנאך איז ניי וויליאמסבורג -ווי קלינטאן הילל ווערט גערופען- געווארן "די שטאדט" און אלט וויליאמסבורג איז געווארן די "אלדעדזש היים"... היינט זעהט מען ווי אין די גאסן פון וואלאבאוט ביז דיקאלב נאר מוסדות באסעס, אבער פון לינטש ביז דעוויזשאן זעהט מען מער די קליינע באסעלעך וואס פירן די עלטערע מענטשן צו זייערע איבונגען צענטערן... און אזוי האט זיך אויסגעשטעלט אז צוליב די נייערע דירות און מער קינדער מיט וועם דיין קינד קען זיך שפילן אויפן גאס זענען ארויפגעשרויפט געווארן די פרייזן פאר א לעכל אין וויליאמסבורג שוין באלד אזוי טייער ווי א מאנהעטן קאנדאו...

שוין יארן וואס עטליכע אינוועסטערס (וואס על פי רוב האבן זיי אנגעזעצט מיט זייערע פלענער) האבן אדווערטייזט אז די דורכברוך איז אנגעקומען און דער ציבור איז איינגעלאדענט געווארן זיך אוועקצוציען פון אונטער די מאמעס פארטעך און ויסעו, מ'זאל מופן קיין דותן, אנגעהויבן האט זיך עס א שיינע פאר יאר צוריק מיט בעיסוואטער, די גאטסי מענטשן זענען אריינגעשפרינגן און זיך אהינגעצויגן, אבער מיט די צייט האבן אפאר אינוועסטערס אפגעקויפט די שטחים ארום און ארום און פאר די פרייז וואס זיי האבן געוואלט האט זיך שוין נישט געלוינט אהינצומופן. יארן שפעטער איז געווען א סוואן-לעיק מאוומענט, דערנאך מיין איך איז געווען פארשפרייט די הערליכע קאלירפולע בראשורן פון די 'מידעלטאון' איין פאמיליע דירות פאר ניסלעך פרייזן, וואס ס'האט שוין יא אויסגעזעהן ווי ס'וועט עפעס ווערן אבער א מכה! ס'האט געקראכט ווי אלע, דארטן איז נאר געווען א גאנץ גוטע תירוץ... דער עולם קען נישט נעמען קיין מארגעדזשעס.... שוין לאמיר זיי צוליב טוהן און עס אפקויפן... דערנאך וואס האט זיך יא א משהו אויסגעארבייט (אויב דעס הייסט אויסגעארבייט) אפאר משפחות האבן זיך ארויסגעצויגן קיין לאק-שאלדרעיק.

די דורכברוך:
למעשה, העריך פון אונטער די קוליסן (יאפ! כאמעך דארטן אריינבאקומען) אז סאטמאר-מהרז"ל מיט די הילף פון אפאר עשירים ווי ר' אליעזר קעסטענבוים און נאך, און שפיץ פון ר' הערשל שרייבער, דער בעה"ב פון די באקאנטע בי ענד עידזש פאוטא, פלאנען צו בויען א נייע שטעטל. (ברעט מענינג ברענגט דא אראפ אויך עפעס א שמועה געהערט זאגן אז לעבן מאנסי (סאפערן) עפענט זיך א נייעם סאטמערען שטעטל (זאלי'ס))
זיי פאנגן אן מיט בערך 350-400 דירות, זיי האפן מ'וועט אריינמופן אהין נאך די ימים נוראים/סוכות.

די שטעטל הער איך איז ערגעץ אין ניו דזשערסי, און די מוסדות סאטמאר-82 נעמען פולע רעספאנסעבילעטי איבער בויען מוסדות און קהל'ישע צענטערן.
אזוי אויך איז דא א שמועה אז בי-ענד-עידזש ציט אפילו אהין א ווערהאויז צו וואס צו קענען פלאצירן די מענטשן וואס ווילן אהינמופן און ווילן בכלל נישט פארן יעדן טאג צום ארבייט, אין פאקט איז די געגענט אין ניו דזשערסי (כ'ווייס נישט פונקטליך ווי ס'איז) זייער נאנט צו מאנהעטן, איז אפילו פאר די וואס ווילן ווייטער בלייבן מיט זייערע ארבייטס פלעצער אויך גאנץ נאנט און באקוועם.

די שאלה איז דא, פארוואס זאל זיך עס דא יא איינמאל פאר אלעמען אויסארבייטן?

ס'זעכער דא וואס קלערן, נעה! ס'וועט זיך קיינמאל נישט אויסארבייטן! מ'קען נישט בויען קיין שטעטל!
די זענען נישט אזוי נישט-גערעכט, די מציאות האט געוויזן מיט זיי. למעשה חוץ קיין קרית יואל (וואס בעצם איז באקוועמער פאר א סאטמאר-מהר"א חסיד אהין צו מופן) ווי ס'איז טאקע דא צענדליגע (כ'ווייס נישט פונקליך וויפיל) משפחות וואס מופן אהין א יאר, אבער דאס איז נישט קיין לייזונג פאר אלע אנדערע קהלות מעמבערס איינוואוינער פון וויליאמסבורג.

אבער פון די אנדערע זייט קען זיין אז נאר א חסידות און טאקע נאר מיט א זעלבסטשטענדיגע מוסדות און קהלה קען זיך א שטעטל בויען, און אלס דעם אויס קען זיין אז חסידי סאטמאר-מהרז"ל וועלן זיין באקוועם זיך אהינצוציען ובפרט ווי איך הער גייט זיין די ערשטע יאר צוויי שכר לימוד'לאזע מוסדות און אזוי אויך וועלן זיין באסעס -אין אנפאנג פאר בחינם צו גאר גאר ביליג- פון דארט צוריק צו די שטאט וואס שלאפט קיינמאל נישט... און צו אנדערע היימישע געגענטער.
און די ווייזן אן, אז למעשה האט זיך נאר אויסגעארבייט קרית יואל (נאר סאטמאר [אלע פראקציעס...]) שיכון סקווירא (נאר סקווירא [ס'דא פראקציעס..?]) נייטרא (געווען א ספעציעלע טיפ פון מענטשן) קאשוי (חסידים ומעריצים) אא"וו. אזוי דא וועלן זיין על פי רוב חסידי ומעריצי פון סאטמאר-מהרז"ל

ונזכה ונראה מה יהי' עם ......

לעמיל » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 3:44 pm

· #103888
וועט עס זיין נאך א סאטמערע שטאט? אדער א אינגערמאן וואס האט נישט באקומען די סאטמערע חינוך זיך אויך טרעפען דאס פלאץ דארט?

שעפטל » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 3:48 pm

· #103893
כ'קען דיר דעס נישט ענטפערן, אבער ווי איך פארשטיי אויב סאטמאר בויעט עס און זיי וועלן דאס אויסהאלטן וועט עס זיין סאטמאר געשטימט און מיט די קרית יואל'ע ארגינעלע תקנות

בעל הבית » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 3:53 pm

· #103896
ווי נאר א איד פארט ארום די וועלט למשל בארא פארק ווי דאווענט מען ? סאטמער 53

אין ווילאמסבורג? ראדני,מורטיל ,לאנדאן סאטמאר 86 ,ירושלים עזרת תורה, וועלן זיי זיכער עפנען די טירן פאר כלל ישראל

זר זהב » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 3:57 pm

· #103901
וואס איז דען די פארגלייך פון קר"י צו א שטעטל נישט ווייט פון מאנהעטען? קר"י האט די חסרון פון זיין צו ווייט פונעם סיטי.

ברסלבער » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:12 pm

· #103910
לויט ווי שעפטל לייגט עס אראפ האט עס זיכער מער אויסזוכטן ווי די ביז יעצטיגע דמיונות, עס וועט האבן נארמאלע מוסדות, נענטער צו די שטאט, B&H, עס האט בעק-אפ, און נאכדערצו אויב מען וועט געבן די צוקערלעך פון אומזינסט שכר לימוד און טראנספארטעשאן.
און אפילו אויב נאר סאטמאר וועט זיך שפירן באקוועם דארט און נאר זיי וועלן אהין מופן, וועט דאך אבער די שטאט אוטאמאטיש ווערן ליידיגער, און עס וועט זיין מער ליידיגע דירות עוועליבעל.

שעפטל » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:17 pm

· #103915
ברסלבר זאגט עפעס, אבער די עוועלעבילעטי וועט אנהאלטן גאר קורץ, ס'מער זיך די חתונות מער און מער

גנדי » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:00 pm

· #103934
מיין מיינונג איז אז א נייע אידישע שטעטל וועט זיך לכאורה קיינמאל נישט אויסארבעטן, איך גיי נישט אריינגיין אין אן אריכות, אבער א קליינע דוגמא, קוקטס ווי שווער עס איז געווען צו צוזאם נעמן כלל ישראל אין סיטי פיעלד נאר פאר איין נאכט.

די פשוט'סטע עצה איז זיך צוזאם נעמן אסאך יונגעלייט און קויפן צוזאמען הייזער און א באוואקסענע מעטרא סיטי אדער אין די סובערבס פון א גרויסע באוואקסענע שטאט. בויען אליין מוסדות אזוי ווי בית יעקב וואס וועט געפירט ווערן דורך וואלן לויט רוב ווילן פון די עלטערן.
בויען איין שול וואס וועט אויפנעמן א רב מיט וואלן און א געהאלט אזוי ווי אינדערהיים (פאר א געהאלט וועלן אסאך מסכים זיין צו מופן, ער וועט קענען שרייבן והגלילות אויף זיין לעטער העד)

איין זאך דארפן די יונגעלייט אויסרייסן פון זיך, די ברעינוואשינג פון אלע יארן, אז אויב דאווען איך מיט אן אנדערע סארט ארטאדאקסישע איד, אדער מיינע קינדער וועלן לערנען אדער שפילן מיט קינדער וואס די מאמע קויפט נישט זייער קליידער ביי וויזנער דריי גודס - וועלן מיינע קינער אפלאזן אידישקייט.

איינמאל א סאטמערע פארשטייט אז זיין זוהן מעג לערנען מיט א וויזניצע, און א קלויזענבורגע פארשטייט אז זיין זוהן מעג לערנען מיט א סאטמערע - דאן וועט מען צוביסלעך אנהייבן וואוינען איבער גאנץ אמעריקא, אזוי ווי אינדערהיים איבער גאנץ יוראפ.

אינדערהיים האט א תלמיד פון סאטמאר נישט אפגעזאגט א שידוך פון ערלוי ווייל עס האט נישט קיין סאטמארע מוסדות אדער שול. דאס איז א נייע מהלך TO KEEP EVERY ONE LOCKED IN - אזוי ווי די סעלפון קאמפאניס פלעגן נישט לאזן טרענספערן דיין נומבער (ווער געדענק נאך?)

גנדי » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:07 pm

· #103938
לאמיר זיך לערנען פון די עירמונט חברה ווי אזוי צו אויפבויען א נייעם יישוב

OUR OWN SHTETL

שעפטל » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:14 pm

· #103941
איך וויל נישט פארקריכן פונעם ארגענעלע נושא, אבער מיט דעם
גנדי
בויען איין שול וואס וועט אויפנעמן א רב מיט וואלן און א געהאלט אזוי ווי אינדערהיים (פאר א געהאלט וועלן אסאך מסכים זיין צו מופן, ער וועט קענען שרייבן והגלילות אויף זיין לעטער העד)

מאכט מיר אביסל שטערקער צו טראכטן אז
שעפטל
אבער פון די אנדערע זייט קען זיין אז נאר א חסידות און טאקע נאר מיט א זעלבסטשטענדיגע מוסדות און קהלה קען זיך א שטעטל בויען,

טאקע דעס איז די גרעסטע פראבלעם פארוואס מענטשן מופן נישט. איינס טראכט נאר אז 51 פון 100 מענטשן שטימען פאר א רב איז יענער רב אבער ביי 49 מענטשן איז ער בכלל נישט דער פאסיגער קאנדידאט. ווער רעדט נאך לאחר מאה ועשרים ווען דער בן הבכור (צו אנדערע זין זעצט זיך ארויף אויפן כסא מלוכה קעגן די ווילן פון רוב איינוואוינער.
ס'איז ממש נישט קיין מציאות אז יעדער זאל זיין אייביג צופרידן - זעה וואס ס'טוהט זיך אפ ביי די אינערליכע חסידות שטעל דיך שוין פאר א שטאטס רב.
אין פאקט א שטאטס רב בזמנינו האט נישט קיין כח מרא דאתרא. חוץ א טיטל איז עס על פי רוב גארנישט.

טאקע פארדעם טראכט איך ווידער אז
שעפטל
אבער פון די אנדערע זייט קען זיין אז נאר א חסידות און טאקע נאר מיט א זעלבסטשטענדיגע מוסדות און קהלה קען זיך א שטעטל בויען,

וועם ס'געפעלט נישט זאל נישט אהינמופען (איי וואס וועט זיין אין 20 יאר ארום דארטן ווען די ווינטן טוישן זיך? זאל שוין משיח אוודאי קומען בעפאר אדער וועט זיך עפענען א פרישע שטעטל...)

גנדי » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:25 pm

· #103946
כדי א מענטש זאל קענען מופן צו אן אנדערע נייע געגנט דארף מען קענען זיין שטארק אינדיפענדענט INDEPENDENT

כדי צו קענען זיין אינדיפענדענט, דארף מען 3 זאכן, וואס די אלע 3 האט מען ביי אונז גע'אסרט אדער דערשטיקט - טאקע כדי מיר זאלן נישט זיין אינדיפענדענט...

1. שפראך און א פאך - וועגן דעם קען מען זיין נאר אן היימישען עלעקטרישאן פאר היימישע אדער ארבעטן ביי B&H (ודברי שעפטיל יוכיח: א שמועה אז בי-ענד-עידזש ציט אפילו אהין א ווערהאויז, מען זעהט דאס אלס די מעין בעק אופ)

2. קאמויניקעשאן COMMUNICATION - נוצען אינטערנעט SKYPE - אימעל אד"ג צו האלטן קשר ווייט אוועק פון משפחה און פריינט.

3. MOBILTY - דרייווען - פרויען טארן נישט. דארף מען א גראסערי ביי יעדע קארנער און ביליגע באסעס. לאז זיי דרייווען און שוין.

town1 » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:38 pm

· #103950
איך הער אז אין לאק שעלדריק וואוינען היינט צוטאגס א שיינע מנין אינגעלייט פון פארשידענע חסידותין, אין זיי האבן א אייגענע (אומפארטייאישע) תלמוד תורה אין א אייגענע סקול פאר זייערע מיידלעך, וואס זיי האבן נישט געטראכט וואס עס גייט זיין מיט א ארבעט, זיי וואוינען א 2 שעה אוועק פין די שטאט, אין ווי נאר זיי האבן געהערט אז עס גייט זיך עפענן א נייע ישוב האבן זיי געפאקט פעק אין אהינגעמופט, זיי זענען ברוך השם זייער צופרידן, עס איז דא דארט אינגעלייט ווואס ארבעטן אין די דערנעביגע וויזשניצע שטעטל, אין זיי האבן א יעדע וואך געסט וואס קומען אהין,אין איך הער אז די פארגאנגענע שבת הגדול איז געווען דארט א געפאקטע עולם,

לעמיל » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:41 pm

· #103951
די אלע וואס האבען אהין געמופט איז עס וועגען סעקשאן 8

ברוין » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 6:13 pm

· #103967
דירות קריזיס איז עלטער פון אלט. עס דרייט זיך אזא מיטאס אז די דיוועלעפרס האבן אן אפמאך צווישן זיך נישט צו בויען צו סך אויפאמאל אזוי אז די דימענד זאל זיך נישט הייבן. מאנכע האבן אפילו געזאגט אז דאס האט שוין גורם געווען די שטעכעריי פאר ווער עס איז באקאנט.

די נייע שטעטל זע איך יא אז עס זאל זיך אויסארבעטן אויב פאנגט זיך עס אן מיט א חסידות וואס דעמאלטס לייגן זיי די גרונד און פון דארט קען שוין זיין ופרצת אבער דאס איז נאר אויב די ערשטע פאר מענטשען זענען גרייט פאר די סטראגל. אבער עס איז נישט אויסגעשלאסן

געפילטע פיש » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 6:45 pm

· #103979
איך וויל פארשטיין פארוואס ס'רוקן זיך נישט אריבער מער מענטשן קיין סטעטן איילאנד, ס'איז זייער נאנט קיין בארא פארק, הייזער קאסטן א דריטל ווי אין ב.פ., כשרות, מקוה, שולן איז דא דארט, און טאמער ווילסטו דוקא שיקן די קינדער צו חסידישע מוסדות קענסטו זיי אריינברענגן קיין ב.פ. אויב ארבעט מען אין מאנהעטן איז עס אפשר גאר שנעלער ווי פון ב.פ., און ס'שוין דא א אידישע קהילה דארט.

MickyMouse » מיטוואך מאי 8, 2013 4:03 pm

· #113101
איך ווייס נישט אויב עס איז שוין ערגעץ ערוועינט אבער איך האב דזשאסט געזען א ביישרייבונג וועגן א ׳קרית הרחבת הדעת׳ איך קען עס נישט ארויף לייגן דא ווייל איך בין אויף מיין פאון.
האט איינער געהערט מער?

town1 » מיטוואך מאי 8, 2013 4:09 pm

· #113103
דא האט איר
📎 אברכים פלייער_Page_03.jpg 📎 אברכים פלייער_Page_02.jpg 📎 אברכים פלייער_Page_01.jpg

town1 » מיטוואך מאי 8, 2013 4:11 pm

· #113104
נאך
📎 אברכים פלייער_Page_06.jpg 📎 אברכים פלייער_Page_05.jpg 📎 אברכים פלייער_Page_04.jpg

town1 » מיטוואך מאי 8, 2013 4:12 pm

· #113105
נאך
📎 אברכים פלייער_Page_10.jpg 📎 אברכים פלייער_Page_09.jpg 📎 אברכים פלייער_Page_08.jpg 📎 אברכים פלייער_Page_07.jpg

town1 » מיטוואך מאי 8, 2013 4:15 pm

· #113107
נאך
📎 אברכים פלייער_Page_14.jpg 📎 אברכים פלייער_Page_13 (1).jpg 📎 אברכים פלייער_Page_12.jpg 📎 אברכים פלייער_Page_11.jpg

משולם שטיינפעלד » מיטוואך מאי 8, 2013 4:43 pm

· #113116
איך ווייס נישט צו עס איז ריכטיגע בילד פון די פאקטישע פלאץ. אבער די הויז אויפן בילד האט פרישע ווינדאו-שעידס, די סארט וואס מען לייגט נאך קאנסטראקשען....

קען זיין אז דא רעדט מען פון פרישע קאנסטראקשען? אדער די ארט איז קענטליך פאר א קאווע טרינקער?

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 8, 2013 4:55 pm

· #113120
א דאנק ראביי טאון, אבער די בלדער זענען צו קליין פאר מיר לייענען. איז שייך עס צו האבן גרעסער?
און פון וועלכע געגענט רעדט מען דא?

לעמיל » מיטוואך מאי 8, 2013 4:57 pm

· #113124
קוקט נישט אויס צו זיין אמת, צו א ביליגע פרייז אן קיין נעמען אן א נאמען פון א פלאץ סאונד פישי

MickyMouse » מיטוואך מאי 8, 2013 5:10 pm

· #113129
יישר כח פאר די דאקומענטן. עס זעט טאקע אויס צי זיין too good to be true.
איך קען פארשטיין דאס נישט ארויסגעבן קיין אינפארמאציע אבער עס איז זייער ביליג, ממש אימגלויבליך.
איך וואלט מיך אהין געצויגן, איך גיי אריין שיקן מיין אפליקאציע.

שעפטל » מיטוואך מאי 8, 2013 5:10 pm

· #113130
מערקט אז ס'איז דייקא נאר פאר סאטמארע אינגעלייט (עלטערע וועט מען אויך מסתמה אננעמען)

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 8, 2013 5:27 pm

· #113140
איך וויל נישט פארדרייען די שמועס, אבער מסתמא איז די גאנצע שטעטל געפילטערט דורך "משומר", און סמארטפאונס וועט זיין בבל יראה ובל ימצא.
יעדער וועט מוזן אונטערשרייבן אפליקאציעס, און ווידעאו קעמרעס קומען BUILT IN אין די מעסטער בעדרומ'ס.

ברסלבער » מיטוואך מאי 8, 2013 5:29 pm

· #113142
איך קען אויך נישט ליינען די בילדער, ווייסט איינער מער פרטים, ווער און ווי דאס איז?

אוי טאטי » מיטוואך מאי 8, 2013 5:32 pm

· #113147
<a class="postlink" href="https://www.yousendit.com/download/UVJoK2VsaTFFc0xMYnNUQw">https://www.yousendit.com/download/UVJo ... c0xMYnNUQw</a>
נאדיר א לינק צו דאנלאודען די דאקומענטן.

גענומען פון איי-וועלט.

MickyMouse » מיטוואך מאי 8, 2013 5:34 pm

· #113148
איך גלייב אז און אנהייב פין אזא פראיעקט וועט מען נישט קענען טעראריזירן, אדער קיינער וועט נישט וועלן אהין גיין.

נולד מאוחר » מיטוואך מאי 8, 2013 10:14 pm

· #113243
סאיש א גוטע געלענגהייט פאר די עסקנים צי אינסטאלירען זייער אייגנע געפילטערטע אינטערנעט אין די הייזער.
די גאנצע שטעטל זאל האבן נאר כשרע וועב.

שלשלת » מיטוואך מאי 8, 2013 10:19 pm

· #113246
שמעקעדיג
איך וויל נישט פארדרייען די שמועס, אבער מסתמא איז די גאנצע שטעטל געפילטערט דורך "משומר", און סמארטפאונס וועט זיין בבל יראה ובל ימצא.
יעדער וועט מוזן אונטערשרייבן אפליקאציעס, און ווידעאו קעמרעס קומען BUILT IN אין די מעסטער בעדרומ'ס.

וועגן דעם רופן זיי עס א סאטמארער שטעטל, ווייל זיי ווילן יעדעם קענעןם צווינגן צום זעלבן פילטער קאמפאני?

אגב, א ווידעאו קעמערע אריינגעבויעט אינעם מעסטער בעדרום. אזא שלעכטע פיטשער?

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 8, 2013 10:42 pm

· #113254
דער נקודה איז אז (בלויז) די מנהיגים פונעם שטעטל וועלן האבן עקסעס צו די פוטעדזש.

אוי טאטי » מיטוואך מאי 8, 2013 11:19 pm

· #113274
פוטעדזש האט עפעס מיט פעטיש?..

אריין אין מאחורי..

פרענטש וואנילע » דאנערשטאג מאי 9, 2013 11:18 am

· #113355
איך מיין אז היינט צוטאגס איז דער דירות מצב אזוי געפערליך אז ווי נאר מ'ווועט עפענען א שטעטעלע וועט זיך עס אויסארבעטען, אפילו אויב ס'איז אין דותן.. (קרעדיט שעפטל), דער מצב ווערט נאר שארפער פון יאר צו יאר.

לאליפאפ » דינסטאג מאי 14, 2013 1:35 am

· #114870
פאר די אלע וואס האבן יא געגלייבט אין דעם שטעטל איז דא פאזיטיווע נייעס:

מהרז״ל האט נעכטן באשטעטיגט פאר משה שמילאוויטש אז ער איז מסכים צו אלעס און מ׳קען ווייטער גיין מיט די פלענער, ממילא גייט לכאורה געמאלדן ווערן דערוועגן אין ״דער איד״ די וואך.

היימישער ליטוואק » דינסטאג מאי 14, 2013 1:47 am

· #114877
[א זייטיגע נאטיץ: דאס ווארט "ס'דירות" אין דעם קעפל, קראצט מיר אין די אויערן. בין איך דער איינציגסטער?? ביטע פאררעכטן]

אוי טאטי » דינסטאג מאי 14, 2013 8:55 am

· #114937
לאליפאפ
פאר די אלע וואס האבן יא געגלייבט אין דעם שטעטל איז דא פאזיטיווע נייעס:

מהרז״ל האט נעכטן באשטעטיגט פאר משה שמילאוויטש אז ער איז מסכים צו אלעס און מ׳קען ווייטער גיין מיט די פלענער, ממילא גייט לכאורה געמאלדן ווערן דערוועגן אין ״דער איד״ די וואך.

מקור?
בד׳וו, מהר׳זל האט שוין מסכים געווען דערצו פונעם ערשטן מינוט.

בעל הבית » זונטאג יולי 21, 2013 12:16 am

· #134916
זייער א סאך מאל געטראכט פארוואס צוט מען זיך נישט אונז פרומע ארוס צו דערנעבנדיגע שיין ראוג רעזדענטשיל געגנט וואס הייסט סטענדן אליענד? איז דא א סיבה? נישט צו פארשטיין? הייזער זענען א סאך ביליגער א וועג קיין ב.פ. נעמט קערגע 20 מנויט לאמיר זיך ארוס לאזן שון

קינות גירושין » זונטאג יולי 21, 2013 1:59 am

· #134936
סאיז טאקע געווען א א שיין שטיקען די וואך אין דער שטערן וועגן דעם ענין, קופערניקעס כגיי רעדן מיט הרב לעווין אז ער זאל שטופען דען עולם צו גיין קיין סיגעיט.

בעל הבית » זונטאג יולי 21, 2013 11:48 am

· #134987
בעל הערבער איז נישט ברוקלין, פארוואס כאפט זיך די עולם נישט צו מיין סטעדען עעלנד פלען ? זענען די עולם דא די איינוואנער אויף 17 ביי די פופציגער?

בעל הבית » זונטאג יולי 21, 2013 1:30 pm

· #135010
געוואלד נישט דא קיין דירות!!!!!

קומטס קיין סטעדען איילענד
יונה לאנדוי נעמט זיך אונטער צו געבען דירעקשאנס ביי די יארצייט פון רב הכולל פון סטעדן עיילענד ביז סייפרס היל

נולד מאוחר » זונטאג יולי 21, 2013 2:45 pm

· #135025
וואס קאסט א דירה אין סטעטען איילענד?

בעל הבית » זונטאג יולי 21, 2013 2:50 pm

· #135026
גרעדט מיט עטליכע ריעל עסטיט מאנטשן , עס ווענד זיך וועלכע געגנענט אבער איבעראל זענען דאס שיינע הייזער נישט קיין לעכער דירות ארום 300-400 א הויז


<a class="postlink" href="http://www.realtor.com/realestateandhomes-detail/7260-Amboy-Rd_Staten-Island_NY_10307_M39079-69348?source=web#modal_PhotoGallery">http://www.realtor.com/realestateandhom ... otoGallery</a>

יואב » זונטאג יולי 21, 2013 3:08 pm

· #135030
געגאנגען! כל מה שיאמר לך בעל הבית עשה, חוץ מ'צא. (יעצט איז אבער אפילו נישט דא פון וואו ארויסצוגיין, אפשר פון מושי'ס רעסטוראנט). ווארפטס ארויף דעם טייגל אויפן פלייצע, היינט נאכט איז שוין ט"ו. וועט שוין זיין א פרישע ט"ו ט"ו. א רגע אבער! וואו איז די שא נא עניך סטאנציע אויפן וועג? קאווע'לע ביזטא?

נולד מאוחר » זונטאג יולי 21, 2013 3:39 pm

· #135034
בעל הבית
גרעדט מיט עטליכע ריעל עסטיט מאנטשן , עס ווענד זיך וועלכע געגנענט אבער איבעראל זענען דאס שיינע הייזער נישט קיין לעכער דירות ארום 300-400 א הויז


<a class="postlink" href="http://www.realtor.com/realestateandhomes-detail/7260-Amboy-Rd_Staten-Island_NY_10307_M39079-69348?source=web#modal_PhotoGallery">http://www.realtor.com/realestateandhom ... otoGallery</a>

די גאנצע 3 פעימילי איז פאר 499000?
וואס איז 2000 סק. פיעס יעדעע עקסטרע אדער אלע דריי ציזאמען?

בעל הבית » זונטאג יולי 21, 2013 4:26 pm

· #135041
איך בין נישט קיין ריעל עסטעיט בראקער

איך בין נאר דא פאר די גיטע עצה

boxcover » מיטוואך יולי 24, 2013 3:38 pm

· #135939
נולד מאוחר
בעל הבית
http://www.realtor.com/realestateandhomes-detail/7260-Amboy-Rd_Staten-Island_NY_10307_M39079-69348?source=web#modal_PhotoGallery

די גאנצע 3 פעימילי איז פאר 499000?
וואס איז 2000 סק. פיעס יעדעע עקסטרע אדער אלע דריי ציזאמען?

יא! די גאנצע 3-פאמיליע הויז פאר אונטער א האלב-מילליאן דאללער! יעדעס יוניט האט מסתמא בערך 700 סק. פיס, ווייל 2,061 איז די סך הכל.

איך ווייס נישט פאר וואס מען האט זיך דא אנגעכאפט פונקט אויף דער פראפערטי. איך ווייס פון צענדליגער פראפערטיס וואס זענען א סאך ביליגער.

בעל הבית » מיטוואך יולי 24, 2013 3:45 pm

· #135941
סתם געכאפט די ערשטע גוגל ריזאלט , איך בעיקר געמיינט צוזאגן די אופן ווי אזוי מען וואוינט, נישט אויפן 4טע שטאק אI א עליוועטער כמנהג לייביש לאנדוי אדער שמעון דישונסקיׁׂׂ

בדחן » מיטוואך יולי 24, 2013 10:24 pm

· #136029
עס וועבט זיך יעצט א גרופע פון בערך 15 יונגעלייט וואס פלאנענן אינאיינעם צו מופען קיין פענסעלוועניע, עס האלט ביי די ערשטע פאזע, עטליכע קאפעל'ס זענענן אראפגעפארען רעד מיט א ריעל עסטיט בראקעור,

נולד מאוחר » מיטוואך יולי 24, 2013 11:20 pm

· #136050
סדא אידשע מוסדת?
בלאט: 1 2