☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » "קאווע בלעטעל" נומער 1, פ' אחרי-קדושים,

"קאווע בלעטעל" נומער 1, פ' אחרי-קדושים,

38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3423

חזקיהו המלך » מיטוואך אפריל 10, 2013 11:12 pm

· #103608
"קאווע בלעטעל" נומער 1, פ' אחרי-קדושים,
מיט גא-ט'ס הילף האף מיר נעקסטע וואך צי ארויס קומען מיט די ערשטע נומער פין "קאווע בלעטל",

א דאנק די מנהלים איז שוין דא די זייטיגע רעדאקציע פארום פאר די שרייבער,

ווער עס וויל שרייבען א גאסט ארטיקעל, אדער א בריוו צים רעדאקציע, זאל עס ביטע שיקען צי מיר אין אישי ביז די דעדליין דאנערשטאג מיטאג אחרי-קדושים,

ס'וועט בעזר ה' ארויס קומען דאנערשטאג נאכט אדער פרייטאג אינדערפרי,

ווער נאך ס'וויל אנטייל נעמען אין שרייבען וועכענטליך זאל זיך ביטע מעלדען צי מיר אין אישי, א דאנק

נולד מאוחר » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:03 am

· #103634
וואס איז די פלאן? צישפרייטן און בתי מדרשים?

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:07 am

· #103635
אביסל מסביר זיין, מ'גייט עס פארקויפן אין די געשעפטן?

חזקיהו המלך » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:10 am

· #103638
ניין, פלעין מען וועט עס קענען דאונלאודען אויף פי די עף פין דא אין קאווע שטיבל,

נולד מאוחר » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:14 am

· #103640
וואס איז די גרויסע אויפטי אויב סבלייב דא אין שטיבעל? דער עולם שרייבט דא ממילא.
ממיז אריין גיין און די ווארימע לכשיפיצו מעינתך חוצה mood.
אויב איז עס אפאר בלעטער דארף איך דאס סטעפלען פאר אוך בין דאס מיפיץ?

קינות גירושין » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 7:52 am

· #103731
לענ״ד איז אויך זייער וויכטיג צו מאכען א בלעטעל פאר די ״קינדער״, ווי די רבי פלעגט זאגען גדיים נעשה עיזים
מדארף פאקאסען אויף די יוגענד

ידען » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 8:18 am

· #103735
מיך זעהט עס אויס זייער א גוטע איידיע. מע וועט עס ארויס פרינטען און ווער סע וועט מזכה זיין אנדערע אידען וואס קומען נישט דא און מאכן עקסטערע קאפיס פאר זיין שיל אדער עס לאזען אין בית כסא און פארשפרייטען די קאווע שטיבל מיינונגען.

אביסעל אזוי ווי די שבת בלעטל. ווער געדענקט עס נאך?

גימפל » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:48 am

· #103756
נולד מאוחר
וואס איז די גרויסע אויפטי אויב סבלייב דא אין שטיבעל? דער עולם שרייבט דא ממילא.
ממיז אריין גיין און די ווארימע לכשיפיצו מעינתך חוצה mood.
אויב איז עס אפאר בלעטער דארף איך דאס סטעפלען פאר אוך בין דאס מיפיץ?


די אופטי איז מקען שפירען א תענוג און ק"ש און סאמע שבת, אן דארפען מחלל זיין די שבת.

נייגעריגער » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:53 am

· #103759
שטייצעך אז מ'קען עס אויכעט ארויפלייגן אויף "לדעת" וכדעימי'ה!

נייגעריגער » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:56 am

· #103762
חזקיהו המלך

א דאנק די מנהלים איז שוין דא די זייטיגע רעדאקציע פארום פאר די שרייבער,

וואו?

לעמיל » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:00 am

· #103763
עס איז נאר פאר די רעדאקציע שטאב

נייגעריגער » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:02 am

· #103767
אקעי! געב איך אויף!!!
כ'האב געמיינט אז דארט וועט מען קענען דיסקאסטירן און קאמענטירן אויף די ארטיקל!

לעמיל » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:03 am

· #103769
איך גלייב אז נאך עס קומט ארויס וועט מען קענען דיסקאסטירן און קאמענטירן אויף די ארטיקלעך

newkave » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:38 am

· #103784
די ארטיקלען וועלן זיין ארטיקלען וואס זענען נאכנישט ארויפגעלייגט געווארן אויפן שטיבל?

לעמיל » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:42 am

· #103786
זיכער אזוי

טרופ תלמיד » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:57 pm

· #104070
איך ווארט מיט שפאנונג....

zurich » פרייטאג אפריל 12, 2013 5:35 pm

· #104346
איך האלט ס'זייער א גיטע איידוע.
וואס זאגט דער עולם אויף א פי די עףי עדע סוף וואך אויף אלע געשמאקע ארטיקלן וואס האבן זיך צאמגעזאמעלט במשך השבוע?

טאמבל סאס » זונטאג אפריל 14, 2013 11:35 am

· #104494
אלעס פיין. געוואלדיגע איידיע. אבער איך פיהל אז אויב שרייב איך אן ארטיקל, וויל איך עס ארויפלייגן געהעריג אויף קאווע, אזוי ווי שטענדיג, און אז איר ווילט עס אריינלייגן אינעם בלעטל הכול רוח. נאו פראבלעם. אבער פארוואס זאל א קאווע שטיבל פעלאו מיטגליד, דארפן ווארטן צו לייענען אן ארטיקל וואס איז שוין געשריבן געווארן מאנטיג - ביז פרייטאג, ווייל נאר דאן וועט עס דער איד אין גאס קענען דאונלאודן, פון די אינטערנעט.?! מיר שרייבער און לייענער דארפן ווייטער קענען געהעריג הנאה האבן פון אונזער שטיבל לכה"פ פונקט ווי בעפאר..
די בלעטל איז נאר א בענעפיט ווען עס ווערט נישט פארמינער פון אונז, און צו דער זעלבע צייט ווערט צוגעגעבן פארן איד אין שוהל. אבער ווען מיר וועלן האבן ווייניגער, איז עס א חסרון.
מיר אלע האבן ביז היינט אויך געקענט, ווארטן צו לייענען אן ארטיקל און עס ארויספרינטן אויף שבת כדי צו האבן דעמאלטס וואס צו לייענען.
עס איז נישט מוכרח, אז מ'גייט יעצט שרייבן מער, ווייל עס איז דא א בלעטל. וואס מאנכע וועלן טוהן, וועט זיין, דאס אנשטאט שרייבן און ארויפלייגן אויף קאווע מאנטיג, וועלן זיי שרייבן (איבערן וואך) פאר'ן בלעטל - אויף פרייטאג. דאכצעך מיר כ'רעד צום זאך.

גנדי » זונטאג אפריל 14, 2013 1:30 pm

· #104531
I agree with tumble sauce, but one thing I would add, an official publications gives a commitment and push to write

I see myself as an example, I never put up any cartoon, now because of the publishing I will make the time to make a cartoon. maybe I am different because a cartoon needs to be made off the computer

But I agree, and think the publication should be a very open process, and be submitted publicly and the publication should be an added benefit for off line and shabbos, a collection of the articles and submission from online, plus if some one is accountable for a column he will have push to do it

Another added benefit, if the articles are published online first, you have more editors and suggestions, before you come out with the finished product the end of the week

היימישער ליטוואק » זונטאג אפריל 14, 2013 1:53 pm

· #104540
איך בין חוזר פון מיין קאלום. איך האב געזען אז טייל חברים ווילן דאס מפרסם זיין דארך איבערלאזן אין מקומות וואו מ'טאר נישט אריינברענגען קיין דברי תורה.
עני אנדערע קאלום וואס איך קען שרייבן?

נולד מאוחר » זונטאג אפריל 14, 2013 2:10 pm

· #104551
אז ס'וועט האבן דברי תורה וועלן זיי דאס מסתמא נישט טון.

חזקיהו המלך » זונטאג אפריל 14, 2013 4:12 pm

· #104613
קאווע בלעטל: "גאסט עדיטאריעל פארמעסט" , נומער 1
אזוי ווי מ'האף מיר בעזר ה' אז דעי סוף וואך זאל ערשיינען די ערשטע נומער פין "קאווע בלעטעל" , דארפען מיר דאך האבען א עדיטאריעל, איז ווער עס וועט אריינשיקען א גאסט עדיטאריעל וועלען מיר עס אי"ה אריינלייגען, אפילו מער פין איינס אין מער, נאך שבת וועט עס ווערען ארויף געלייגט דא אויפען שטיבל פארען עולם צי דעבאטירען,

שיקט עס ביטע אריין צי מיר אין אישי,

פאר סיי וועלכע אנדערע גאסט ארטיקעל ביטע שיקען אין אישי,

חזקיהו המלך » זונטאג אפריל 14, 2013 5:48 pm

· #104662
נייגעריגער

כ'האב געמיינט אז דארט וועט מען קענען דיסקאסטירן און קאמענטירן אויף די ארטיקל!


נאך שבת קען מען עס דיסקאטירען,

אביגדור » זונטאג אפריל 14, 2013 10:49 pm

· #104773
הנני.

איך זאג דיר » זונטאג אפריל 14, 2013 11:52 pm

· #104812
איך העט געוואלט וויסן צו איך וועל קאנען שרייבן א קאלום פאר רעסיפיס, מיין ווייב וועט שרייבן די רעסעפיס און יעדע וואך וועט שטיין פארשידענע רעסעפיס וואס דער עולם וועט הנאה האבן דערפון, דער נאמען פונעם קאלום וועט זיין "מתוק לחיך" ס'וועט זיין א געוואלדיגע אויפטו ווייל ס'וועט מאכן א גוטע אטמאספערע סיי אין שטוב און סיי דא אין קאווע שטיבל, ווייל אז ס'איז דא גוטע זאכן וואס ס'איז מתוק לחיך צב"ש א רעסעפי פאר גוט שטיקל בשר בהמה אדער פון א גוטע עפל טארט. אדער פון א גוטע געשמאקע עגפלענט פארמאדזשאן, וועט יעדער פארדינען סיי אז דער "קאווע בלעטל" וועט זיין א דבר השוה לכל נפש ווייל יעדער האט דאך ליב די אכילה יעדער האט ליב א גוט שטיקל געבראטן פלייש אדער א פיינעם טארט וכדומה און ממילא וועט מען אריין קוקן פאר רעסעפיס און מ'וועט שוין קוקן אנדערע ארטיקלן אויך, און נאך א געוואלדיגע אויפטו איז דאס אז מ'וועט שוין נישט דארפן שלעפען די גאנצע משפחה פאר א אוטינג אין א רעסטעראנט וואס דאס איז דאך נישט די בעסטע זאך

נולד מאוחר » מאנטאג אפריל 15, 2013 12:58 am

· #104848
קענט וועט. פליז פאק נישט אלעס אויס אונעם ערשטען בלעטעל לאז עפעס איבער פאר שפעטער בלעטער.

אביגדור » מאנטאג אפריל 15, 2013 1:03 am

· #104852
איין נושא.

נולד מאוחר » מאנטאג אפריל 15, 2013 1:10 am

· #104860
איך אראכט די נושאים זענען אזוי חשוב מזאל איבער דרוקען די זעלבע בלעטעל צוויי דריי וואכן מאל.

לעמיל » מיטוואך אפריל 17, 2013 1:31 pm

· #105883
גייט עס טאקע ארויס קומען די וואך?

אביגדור » מיטוואך אפריל 17, 2013 1:41 pm

· #105890
דערווייל נישט.

חזקיהו המלך » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 5:19 pm

· #106392
אזוי ווי "קיינער" פין די וואס האבען געוואלט שרייבען האבען נישט אריינגעשיקט קיין ארטיקעל, סאו קומט עס דערווייל נישט ארויס 😢

לעמיל » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 5:20 pm

· #106395
😮 🙄 😈 😈

נולד מאוחר » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 6:00 pm

· #106416
לעמיל
:-o 🙄 😈 😈

די זעלבע יצר הרע וואס שטיפט זיי יא צישרייבן שטיפט אונדז נישט צישרייבן.

קינות גירושין » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 6:05 pm

· #106422
כדמרגלה בפומא דנתן יוסף בשם רבינו: די זעלבע יצה״ר וואס שטופט מונרא צו לערנען שטופט לעקוואד נישט צו לערנען

בדחן » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 7:09 pm

· #106455
חזקיהו המלך
אזוי ווי "קיינער" פין די וואס האבען געוואלט שרייבען האבען נישט אריינגעשיקט קיין ארטיקעל, סאו קומט עס דערווייל נישט ארויס 😢



יייעעעע... קאלעעעווואאאררר.... עס קימט געהעריג ארויס 😃 😃 🙂 😃 😂 😂 😂

איך האב געזען די דרעפט

טרופ תלמיד » פרייטאג אפריל 19, 2013 12:30 pm

· #106702
ס'קומט טאקע נישט ארויס?

טאמבל סאס » פרייטאג אפריל 19, 2013 12:39 pm

· #106706
פרינט ארויס אלע נושאים וואס זענען צוגעקומען די וואך אין אונזער סייט. כ'זאג דיר צו ס'וועט דיר נאך איבערבלייבן די והותר צו לייענען אויף שבת.
פארגעס נישט עס איבערצולאזן אויף א טיש אין שוהל ווען דו ענדיגסט..

און אה. יא! פאר איך פארגעס. רוף עס קאווע בלעטל.

אביגדור » פרייטאג אפריל 19, 2013 1:05 pm

· #106716
אהא.