תקופת ניסן תשע"ג
די גמרא זאגט אין ראש השנה דף כ"א ע"א, שלח ליה רב הונא בר אבין לרבא כד חזית דמשכה תקופת טבת עד שיתסר בניסן עברה לההיא שתא ולא תחוש לה דכתיב שמור את חדש האביב שמור אביב של תקופה שיהא בחודש ניסן.
פון די גמרא איז משמע אז אויב תקופת ניסן געפאלט נאך ט"ז ניסן איז מען מעבר דעם יאר
היי יאר איז תקופת ניסן געפאלן ביום כ"ז ניסן, ווייסט איינער פארוואס מען האט נישט מעבר געווען דעם יאר?
כ'בין נישט באקאנט, אבער כ'ווייס אויך נישט.
לויטן וועטער האט מען זיכער געדארפט מעבר זיין דאס יאר.
אין מנחת חינוך מצות קידוש החודש סוף אות כ"ג ברענגט ער די קושיא בשם הפנ"י, דער מנ"ח זאגט כאן בתקופת רב אדא כאן בתקופת שמואל.
נו זיי דיך מסביר, איך בין אויך נישט באקאנט אין די תקופות, די גמרא האב איך אבער געדענקט, און איך זע וואסערע סומעטאכע דא איז געווארן וועגן ברכת אילנות, אזש קול מבשר האט שוין געמאלדן ווי מען קען מאכן א ברכה אויף די ביימער (פארזעענדיג דעם פאקט אז ביז 30 טעג נאך די תקופה קען מען נאך געהעריג מאכן א ברכה) איז מיר נתעורר געווארן די שאלה
עס זענען דא צוויי אופנים צו רעכענען די תקופות, תקופת רב אדא און תקופת שמואל. תקופת שמואל איז זייער סימפליסטיש און נעמט אן אז יעדע יאר איז פונקט 365 און א פערטל טאג. תקופת רב אדא, ווידעראום, איז מער פונקטליך צום אמת'ן חשבון.
מיר נוצן תקופת רב אדא פאר אונזער לוח. מיר נוצן נאר תקופת שמואל פאר ברכת החמה און פארן אנפאנגן זאגן ותן טל ומטר. היי יאר איז תקופת רב אדא געפאלן פונקט אויפן זעכצנטן טאג אין ניסן.
מיר ליגט אין קאפ אז עס ווענדט זיך צי דער ערשטער טאג פסח געפאלט נאך מארטש 21.
שמעקעדיג
לויטן וועטער האט מען זיכער געדארפט מעבר זיין דאס יאר.
פארוואס עפעס? ס'איז תלוי אין ירושלים דישראל, נישט אין ירושלים דאמעריקא.
ערגעץ האב איך געליינט אז אזוי ווי היי יאר אז ערשטע טאג פסח זאל זיין april 26 גייט זיין נאך איין מאל עפעס אין 60 יאר ארום און נאכער וועט שוין קיינמאל נישט זיין אזוי פרי