☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » הילף אין רעכענען. ייש"כ למפרע.

הילף אין רעכענען. ייש"כ למפרע.

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3414

קאווע טרינקער » מיטוואך אפריל 10, 2013 1:49 pm

· #103303
הילף אין רעכענען. ייש"כ למפרע.
מ'דארף אן אשכול פאר דעם? כ'ווייס נישט, אבער דאס איז מיין פראגע.

איך האב א סך הכל פון 30000 דאללער, איך וויל דאס צוטיילען אויף 8.
פון די 8, זאל יעדע פון די 6 חלקים זיין מער מיט 1800 דאללער פון די אנדערע צוויי.
וואו אזוי רעכענט מען דאס?
בעסער געזאגט, וואס איז די ארויסקום?

קאווע טרינקער » מיטוואך אפריל 10, 2013 2:00 pm

· #103314
משוגענער וואס איך בין,
ס'איז דאך פשוט,
מ'רעכענט אראפ 6 מאל 1800 פון 30000 און נאכדעם צוטיילט מען דאס איבריגע אויף 8. און מ'לייגט צו צו 6, 1800 פאר יעדע.

זר זהב » מיטוואך אפריל 10, 2013 2:01 pm

· #103315
קאווע טרינקער
משוגענער וואס איך בין

👍 👍

משה געציל » מיטוואך אפריל 10, 2013 2:08 pm

· #103320
זר, דיין תגובה איז איינקלאנג מיט דיין נייע חתימה?...

זר זהב » מיטוואך אפריל 10, 2013 2:09 pm

· #103321
יא

קאווע טרינקער » מיטוואך אפריל 10, 2013 2:14 pm

· #103326
משה געציל, דו ווילסט מאכן שלום צווישען מיר און זר?
גרעסערע פון דיר האבן שוין פראבירט. ולא עלתה ברגלם.
אפשר ווייל זר האט נישט באצאלט זיין חלק?

משה געציל » מיטוואך אפריל 10, 2013 2:16 pm

· #103328
אוודאי וויל איך!
נאט אייך דעם ארמארי און זאגטס מיר ביז היינט ביינאכט וויאזוי עטס צוטיילטס עס. ארלעדיגט?

Accountant » מיטוואך אפריל 10, 2013 4:15 pm

· #103410
קאווע טרינקער
מ'דארף אן אשכול פאר דעם? כ'ווייס נישט, אבער דאס איז מיין פראגע.

איך האב א סך הכל פון 30000 דאללער, איך וויל דאס צוטיילען אויף 8.
פון די 8, זאל יעדע פון די 6 חלקים זיין מער מיט 1800 דאללער פון די אנדערע צוויי.
וואו אזוי רעכענט מען דאס?
בעסער געזאגט, וואס איז די ארויסקום?


דא האסטו דעם חשבון אין אלגיברע.

לאמיר קודם רעכנען דעם וויפעל יעדע חלק מיז האבן

8X + (6[1800]) = 30,000
8X + 10,800 = 30,000
8X - 10,800 = 30,000 - 10,800
8X = 19,200
8X/8 = 19,200/8
X = 2,400

דאס מיינט אז ס'איז דא 8 חלקים פון 2,400

אויך איז דא נאך 6 חלקים פון 1,800
10,800/6 = 1,800

אלעס צוזאמען
2,400*2 + (2,400+1,800)*6 =
2,400*2 + 4,200*6 =
4,800 + 25,200 =
30,000

אדער
2,400*8 + 1,400*6 =
30,000

Accountant » מיטוואך אפריל 10, 2013 4:17 pm

· #103411
אוי. קאווע שטיבל האט אביסל פארדרייט דעם = סיין. אבער דער חשבון שטימט.

קאווע טרינקער » מיטוואך אפריל 10, 2013 4:46 pm

· #103425
ייש"כ פאר די טירחה, אבער פארוואס נישט בדרך קצרה:
X = 30,000
2,400 = 8 / (1,800)6 - X
(2,400)2 + (1,800)2 + (2,400)6

קאווע טרינקער » מיטוואך אפריל 10, 2013 4:50 pm

· #103428
אז מ'רעדט שוין, איז דא עפעס א גרינגע סימן צו געדענקען ביי T אקאונטס, וועלכע זייט איז די קרעדיט ?

Accountant » מיטוואך אפריל 10, 2013 5:23 pm

· #103451
קאווע טרינקער
ייש"כ פאר די טירחה, אבער פארוואס נישט בדרך קצרה:
X = 30,000
2,400 = 8 / (1,800)6 - X
(2,400)2 + (1,800)2 + (2,400)6




ס'איז דא אפאר פראבלאמען מיט וואס די שרייבסט.

אין אלגיברע דער X איז א נומבער וואס איך ווייס נישט; וואס איך וויל געוואר ווערן וואס ס'איז.

די ווייסט וויפל אלעס צוזאמען באטרעפט, 30,000. די דארפסט נישט קיין X פאר דעם.

וואס די ווייסט נישט איז וויפל יעדע חלק איז, אבער די ווייסט אז ס'איז דא 8 חלקים איז ווערט די זעלבע פלאס 6 חלקים וואס זענען ווערט מיט 1,800 מער. די ווייסט אביר נישט וויפל די 8 חלקים זענען. ממילא זענען די אכט חלקים X.

יעצט צו דיין חשבון. די שרייבסט אז
X - 6(1,800) / 8 = 2,400
אויב X איז 30,000 דעמאלטס וועט דער חשבון זיין ווי פאלגענד
30,000 - 6(1,800) / 8 = 28,650

30,000 - 10,800 / 8
30,000 - 1,350
=28,650

דיין לעצטע שורה שטימט אויך נישט
6(2,400) + 2(1,800) + 2(2,400) = 22,800
נישט 30,000

Accountant » מיטוואך אפריל 10, 2013 5:24 pm

· #103452
לייען די נומערן פון רעכטס צו לינקס. כ'ווייס נישט פארוואס, אבער ק"ש פארדרייט עס.

Accountant » מיטוואך אפריל 10, 2013 5:26 pm

· #103454
קאווע טרינקער
אז מ'רעדט שוין, איז דא עפעס א גרינגע סימן צו געדענקען ביי T אקאונטס, וועלכע זייט איז די קרעדיט ?


איז דא א גרינגע וועג צו געדענקן אז רעכטס איז רעכטס?

אין אקאונטינג מיינט קרעדיט איין זאך, רעכטס. און דעביט מיינט לינקס.

אויב ביסטו אויף 13 עוו. און די ווילסט אנקומען אויף 53 סט. צווישן 13 און 14, דארפסטו מאכן א דעביט אויף 52, א קרעדיט אויף 15 און א קרעדיט אויף 53. אדער א דעביט אויף 54, א דעביט אויף 14 און א דעביט אויף 53.

קרעדיט = רעכטס
דעביט = לינקס

דענקער » מיטוואך אפריל 10, 2013 5:38 pm

· #103463
פילייכט מיינט קאווע טרינקער צו פרעגן א סימן ווען דעביט איז מער און קרעדיט איז ווייניגער, און ווען איז פארקערט?

Accountant » מיטוואך אפריל 10, 2013 5:47 pm

· #103469
דענקער
פילייכט מיינט קאווע טרינקער צו פרעגן א סימן ווען דעביט איז מער און קרעדיט איז ווייניגער, און ווען איז פארקערט?


מיינסט צו פרעגן וואס מען לייגט אלס א קרעדיט און וואס אלס א דעביט? פארדעם וועסטו מיזן גיין אין סקול פאר אפאר יאר...

בד"וו, יעדע דאלער וואס מען שרייבט אריין אין די ביכער האט עט ליעסט איין דעביט און איין קרעדיט. די דעביטס און קרעדיטס מוזען שטימען! אין די פינענשאל סטעיטמענטס איז דא אזויפיל דעביטס ווי קרעדיטס.

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 10, 2013 6:07 pm

· #103476
מען האט מיר דאס אויסגעלערנט בשעת כ'האב זיך געלערנט קוויק-בוקס.
קוויקבוקס טוט דאס שוין אויטאמאטיש, צב"ש ווען דו מאכסט א אינוואויס מאכט ער א קרעדיט צו דיין אקאונטס רעסיוועבל און א מיינוס אין דיין אינווענטארי (עפעס אזוי, קארעקט מי איף איי עם ראנג)

Accountant » מיטוואך אפריל 10, 2013 6:54 pm

· #103489
שמעקעדיג
מען האט מיר דאס אויסגעלערנט בשעת כ'האב זיך געלערנט קוויק-בוקס.
קוויקבוקס טוט דאס שוין אויטאמאטיש, צב"ש ווען דו מאכסט א אינוואויס מאכט ער א קרעדיט צו דיין אקאונטס רעסיוועבל און א מיינוס אין דיין אינווענטארי (עפעס אזוי, קארעקט מי איף איי עם ראנג)


ער דעביט 'אקאונטס רעסיוועבל' און קרעדיט 'סעילס' פאר די פרייז וואס ער פארקויפסט עס. און ער דעביט 'קאסט אוו גודס סאלד' און קרעדיט 'אינווענטארי' פאר די פרייז וואס ער האסט באצאלט פאר דעם אייטעם.

פארשטייט זיך, אויב איז דא סעילס טעקס, שיפינג, אא"וו, וועט ער מיזן קרעדיטן נאך אקאונטס.

דעינעש » זונטאג אפריל 14, 2013 9:07 am

· #104468
שיינע שמועס, גלייך איך עס מיטצוהאלטן.

שקויעך אקאונטענט פאר דיין גוט-זעהליקייט.