☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » אשכול אן א טיטל #3413

אשכול אן א טיטל #3413

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3413

— » מיטוואך אפריל 10, 2013 1:24 pm

· #103286

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

גאלד » מיטוואך אפריל 10, 2013 1:33 pm

· #103288
פון מיין באגרעניצטע עקספיריענס ווייס איך אז די בלעקבערי האט דער פיטשער אויפן פאון - סנישט קיין עפפ - אבער ווי איך דענק דארפסט באצאלן פארן פראוויידער, (צו ווערייזען אדער ספרינט) פארן ניצן די ווייפיי

יידל » מיטוואך אפריל 10, 2013 1:46 pm

· #103299
ווען מען root אן ענדרויד האט מען די אפציע בחנם.

נולד מאוחר » מיטוואך אפריל 10, 2013 2:03 pm

· #103316
געוויסע פלענס אדער אלא מיט ווערייזען איז דא די ווייפיי עפפ בחינם.
דארפט האבן געניג דעטע אויב די ניצט אסאך. כמיין ווערייזן האט מער נישט אנלימיטעד.
כבין נישט זיכער אבער סקען זיין ווען די ביסט אויפן פאן ארבעט עס נישט.

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 10, 2013 2:20 pm

· #103331
רוטן קען זיין איינגעשטעלט, און עס איז נישט אייביג רעקאמענדירט, נאר פאר גאר גרויסע תלמידי חכמים וועלכע ווייסן פונקטליך וואס צו טון.
בעיסיקלי איז עס אראפצונעמען דעם פראוויידארס השגחה און OS פונעם פאון, און עס אליינס אינסטולירן מיט דיינע אייגענע אפציעס, נישט זיין משועבד צו, למשל ווערייזאנ'ס, עפפס און אויסשטעל און רעסטקריקשאנ'ס.

געפילטע פיש » מיטוואך אפריל 10, 2013 3:03 pm

· #103356
רוטן איז נישט אזא חכמה ווי דו מאכסט עס, איינער וואס איז נאר אביסל טעק סעווי קען עס טוהן. די גרעסערע פראבלעם איז אויב פלאנסטו דאס צו נוצן אלס דיין פריימערי אינטערנעט קאנעקשען וועסטו שנעל אנקומען צו די 2 גיגא מאקסימום, און אדער וועט די קאמפאני דיר אויסטוהן די הויזן מיט טשארדזשעס פארן אריבערגיין די לימיט, אדער וועלן זי דיר אראפשטויסן פנעם פלען און דיר שיקל ליפטערן לעזעזל.

פון וואסארא טבין ותקילין רעדטסון? אינטערנעט קען דיר קאסטן נישטיגע 25 דאלער א חודש, וויפיל צאלסטו יעצט פאר פאון סערוויס (לענדליין)?

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 10, 2013 3:35 pm

· #103383
נישטא.

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 10, 2013 3:41 pm

· #103388
דו קום נאר צו מיר, איינמאל איך האב דיר דארף איך נישט גארנישט פון דיר. איך גיי אויס כאטש איינמאל צו שעיקן הענדס מיט דיר!...
אבער איך בין נישט קיין מומחה אין רוטן. גיי ענדערש צו געפילטע.
אבער אפילו מיטן רוטן איז נאך אלץ נישט שייך צו האבן אנלימיטעד.
ס'איז נישט קיין גרינגע מעשה.

געפילטע פיש » מיטוואך אפריל 10, 2013 3:58 pm

· #103398
ספרינט, ודומיהם והמסתעף, אפפערען פלענס וואס רופן זיך אנלימיטעד, אבער ערגעץ נאך 2 גיג הייבן זיי אן throttling, דאס הייסט זיי לייגן דיר ארויף אויף 3G אדער גאר 2G, און זיי פארשטייטערן די אינטערנעט, און דאס שטייט אין די קליינע אותיות אונטען פון די פעידזש.
איך זע אבער אז T- mobile האט יא א גענצליך אנלימיטעד פלאן פאר 70 טאלער.
אבער נאכאמאל? וואס פארדינסטו? ווען דו קענסט האבן געהעריגע אינטערנעט אינדערהיים פאר 25.

נולד מאוחר » מיטוואך אפריל 10, 2013 4:02 pm

· #103403
מענין לענין וואלט עזר למזון קרן עזר געמעגט ספאנסערן אינטערנעט.
האט שוין איינער געהאט א גוטע עקספיריענס מיט ניצן ווייפיי פונעם מאביל אלץ אפיצעלער מקור?
ווען איך נוץ עס. זייער אסאך מאל דארף איך ווארט ביז סכאפ.

אויב קאפורניקעס האט נישט 10G איז עס אונזער שאדן. ער וועט שרייבען ווייניגער. רבתי מטאר דאס נישט צילאזן.

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 10, 2013 4:09 pm

· #103406
[ציטאט אראפגענומען]


די 2 האבן נאך נישט דערווייל קיין 4G ספידס. טי מאביל אויך נישט.
ספרינט האלט אינמיטן (לייען: מער אנהייב) פארשפרייטן, און ווי געפילטע שרייבט, נאך אפאר גיג מאכט מען דיר שטייט..

געפילטע פיש » מיטוואך אפריל 10, 2013 4:15 pm

· #103409
[ציטאט אראפגענומען]

ווערייזען געבט דיר 3 גבפ"ס (Gbps) פאר 29, עקטשעינדזש 5 גבפ"ס פאר 25, און אפטימום קעיבל 15 גבפ"ס פאר 30.

---

קענסט אויך זוכן דיין הויז דא, און אויב ביסטו קאווערד מיט זייער וויי פיי קענסטו בעטן א חבר וואס האט אפטימום זאל דיר אריינסיינען און דו האסט פרייע ווייפיי בכינים, (סארי, ביצי חינם).

ונבנתה העיר » מיטוואך אפריל 10, 2013 5:26 pm

· #103456
וויי פיי דוקא? מיט א ווייער קענסטו נוצען pda net וחבריו.

ונבנתה העיר » מיטוואך אפריל 10, 2013 5:48 pm

· #103470
יא, usb.

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 10, 2013 6:08 pm

· #103477
ונבנתה, אפשר ביסטו מסביר סטעפ ביי סטעפ ווי אזוי מען טוט דאס?
אדער אפשר לינקסטו צו א סייט וועלכע איז מסביר?

ונבנתה העיר » מיטוואך אפריל 10, 2013 6:13 pm

· #103479
שפעטער אי"ה.

נייגעריגער » מיטוואך אפריל 10, 2013 7:19 pm

· #103492
שמעקעדיג
[ציטאט אראפגענומען]

די 2 האבן נאך נישט דערווייל קיין 4G ספידס. טי מאביל אויך נישט.
ספרינט האלט אינמיטן (לייען: מער אנהייב) פארשפרייטן, און ווי געפילטע שרייבט, נאך אפאר גיג מאכט מען דיר שטייט..

מעטרא פי.סי.עס. געבט דיך אנלימיטעד 4g פאר 60-70 טאלער, עס ארבעט אבער נישט איבעראל אזוי מורא'דיג!!
אין שטאט דארף עס ארבעטן א מחי', [איך וואוין] אין מאנסי, האב'ך א חבר וואס האט מעטרא פי.סי.עס. און די 4g איז גאנץ גוט [ער נוצט איבער 30 גיג א חודש...].
ונבנתה העיר
וויי פיי דוקא? מיט א ווייער קענסטו נוצען pda net וחבריו.

PDA net איז א USB טעטערינג עפפ, וואס ארבעט אן ראאטן, מען איז מחבר דעם פאון צום קאמפיוטער מיט א USB cable, און מ'אינסטאלירט א פראגרעם אויפן קאמפיוטער, און ויסעו.....
אגב: "ונבנתה" pda net הייסט כהיום יום +pda net, און עס איז נוסף געווארן צו דעם fox fi וואס איז א ווייפיי האטספאט און פלעגט אמאל זיין אן עקסטערע עפפ, אבער די foxfi איז לימיטעד ווי לאנג מ'קען עס נוצן אין איין צו מ'דארף עס יעדע פאר מינוט ריסטארטען, חוץ אויב מ'צאלט די איינמאליגע 7 טאלער פאר די פרימיום ווערסיע.
איין זאך דארף מען אבער וויסן אז ס'איז דא פאון'ס וואס ס'ארבעט נישט, למשל רוב HTC טעלעפאנען און נאך....

איין זאך איז זיכער!! מ'דארף גוט מברר זיין ביי איינער וואס האט דער מין פאון און סערוויס צו ס'ארבעט ביי זיי, למשל מיין אויבנדערמאנטן חבר האט טאקע 4g פון מעטרא, אבער ווען ער נוצט pda net כאפט עס נישט גוט, משא"כ איך האב אנלימיטעד [כנ"ל אזויווי ביי ספרינט...] פון באאסט מאוביל און pda net ראקט אוועק [איך נוץ עס יעצ צו שרייבן דעם תגובה אויכעט].

ונבנתה העיר » מיטוואך אפריל 10, 2013 11:44 pm

· #103621
דאס איז pda, מען אינסטאלד זייער פראגראם אויפן קאמפיוטער און אויפן פאון, וזהו.

יעצט אז זיי האבן זיך צוזאמען געשטעלט מיט foxfi ווייס איך נישט אויב די usb ארבעט אהן זיך איבערהאקן [אויף די בחינם'דיגע גירסא, וואס דר"א לאזט נישט ארויף אויף סעקיור סייט'ס לפי זכרוני], אבער נישט געזארגט, די באצאלטע ווערסיע איז אן איינמאליגע פעימענט פון עטליכע דאלער, אדער קען מען נוצען איינע פון די אנדערע usb טעטערינג עעפס, קלאפ נאר אריין USB Tether אין פלעי סטאר [ענדרויד'ס עעפ סטאר].

נייגעריגער » מיטוואך אפריל 10, 2013 11:58 pm

· #103630
יא! די USB חלק ארבעט ווייטער אזויווי אמאל!!!
אויב איינער וויל דווקא נישט באצאהלן קען מיר קאנטעקטן אין אישי!