☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קידנעפינג אין קרית יואל

קידנעפינג אין קרית יואל

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3403

ברעט מענינג » דינסטאג אפריל 9, 2013 11:23 pm

· #103107
קידנעפינג אין קרית יואל
עפעס איז היינט פארגעגאנגען אין קרית יואל מיט א גוי וואס האט אפגעשניטען פיאות פון א בחור נאכן עים אריין שלעפן אין זיין קאר!!
אויב איינער האט עפעס דיטעיל'ס ווערט מכובד עס צי עס אפדעיטען פארן ציבור. שכח

וואלפה » מיטוואך אפריל 10, 2013 12:19 am

· #103134
גירסא א': חברה שומרים אין קרית יואל אינאיינעם מיט די סטעיט פאליציי האבן אונטערגענומען א זוך-אקציע נאך א ווייסער קאר וואס האט אריינגעכאפט א בחור'ל ביי ניקלעשבורג און מאונטן ראוד ווען ער האט געווארט אויף א 'היטש'.
דער קאר איז געווען אקופירט דורך צוויי נישט אידישע פאברעכער וועלכע האבן אראפגעשניטן די פיאות פון דעם בחור און אוועקגענומען זיינע חפצים.
נאך א קורצע געראנגעל האט דער בחור באוויזן זיך צו באפרייען פון די קאר.
דער אינצידענט ווערט אצינד אויסגעפארשט, חברה שומרים אינאיינעם מיט די עלטערן אין דער בחור געפונען זיך אין פאליציי סטאנציע, וואו די דעטאלן ווערן איבערגעגעבן.

איכא דאמרי: אז די בחור איז געווארן א באם, אין זיך אפגעשניטן די פאות, אין אויפגעמאכט די אויבן-דערמאנטע מעשה פאר זיינע עלטערן.

במערבא אמרי: אז די איכא דאמרי האבען אויפגעטראכט אפאר ליידיגייערס וואס זענען נעבעך מקנאה דעם אפגעשויערנע בחור אז ער האט נישט קיין פיאות און ער איז נאך א צדיק, און זיי יעדע האר וואס זיי פליקן זענען זיי שקצים.

פרענטש וואנילע » מיטוואך מאי 8, 2013 11:35 am

· #113003
די מעשה האט נישט קיין המשך?

טאמבל סאס » מיטוואך מאי 8, 2013 12:00 pm

· #113007
אוודאי האט עס. הער אויס,
פאליציי האט מען געזאגט, אז דעם בחור פעלט עפעס, מ'וועט עס שוין ארלעדיגן אין די קאמיוניטי
דעם בחור האט מען צאמגעפראסקעט, אין בעסטן סינעריאו אנגעווארנט אז ער וועט נישט טרעפן קיין שידוך.
איכא דאמרי: מ'האט דעם בחור געקויפט א סעלפאון, צוגעשטעלט "חברותא'ס" מיט ציגארעטלעך, און אנגעפאנגען לאזן לייענען די שטערן.

במערבא אמרי: דער בחור האט אויפגעמאכט אז עמיצער האט אים מאלעסטעד, און מ'זעט דערצו אז 'ס'זאל נאכאמאל נישט פאסירן'

די המשך דארף מען נאך אבער, באשטעטיגן.