קרית בעלזא לעיקוואד
אזויווי עס הערשט א מאנגל אין דירות האבן די געטרייע עסקנים פון ק"ק בעלזא באשלאסן צו עפענן א נייע ישוב אין די עיר התורה לעיקוואד, די סיבה פארוואס דווקא לעיקוואד, איז ווייל לעיקוואד איז די שנעלסטע וואקסינדער חרידישער ישוב ווי עס קומען אלץ אהין נייע תושבים סיי אידן וואס האבן דארט חתונה, און סיי אידן וואס מופן אהין, אין עס איז שוין דא דארט אסאך היימשע חסידישע בתי מדרשים, די פרייזן פאר די דירות אין קרי' וועט זיין זייער ביליג, אין לויטן ערשטן פאזע גייט מען בויען דארט 200 דירות, אין די בעלזא רבי שליט"א האט גענומען א ספעציעלן שטיין אין ארויפגעלייגט צעמענט פאר א אבן היסוד, וואס דאס גייט מען לייגן ביים נייעם בעלזא ביהמ"ד אין די קרי",
סאיז ווייל די ליטווישע טענה'ן אז מדארף עס ספעלן ''לייק''-וואד''. ושמא קגרים.
בעלזא גייט בשיטות חב"ד, חב"ד צושפרייט זיך איבערייל אלטס "ויפוצו" און בעלזא צושפרייט זיך אלטס מקיים צו זיין די צוזאג " בעלזא וועט זיין א ווינקל פאר תורה ויר"ש "
א גיטע אויסרייד ביליג דירות
איך האלט אז די אנדערע בעלזא זאל אויך בויען א קרי' אין לעיקוואוד, אלס "קנאת סופרים תרבה חכמה", און אויך כדי "להגדיל תורה ולהאדירה"
די אנדרע בעלזא פלאנט צו בויען א קריֹ אין די שטאט בעלזא גאליצע ווייל זיי זענען די אכטע בעלזא הישן
לייקווד קען שוין זאגן גוד-באי. זי וועט גיין אין די פוס-טריט פון איר עלטערע שוועסטער "מונסי". ר' מלכיאל קען שוין אנהייבן צו זיכן א נייע בנין פאר בי.עם.ג'י. און א חדר פאר זיינע אייניקלעך, אנלעסס זיי ווילן לערנען אין א חסיד'ישע ישיבה.
[ציטאט אראפגענומען]
קופערניקוס. ס'גייט זיך אי"ה בקרוב אויפמאכן א קאצקער שטיבל (כ'ווייס נאכנישט וואו). מ'זוכט א ראש. ער דארף האבן געוויסע קוואליפיקאציעס. איינס פון זיי איז...
בעל הביתא ספאדיק ?
א ספאדיק אליין איז נישט קיין רבותא. טיילן שיריים אויכעט נישט. אריינפליקן א חסיד וואס קומט צום רבי'ן, כנוסח קאצק.
נא אויב אזוי לאמיר עם שון מכתיר זיין, די הייליגע כ"ק אדמו"ר מקופערניקוס.קאצק שליט"א .
אפשר וואלט געווען כדי עם צופרעגן אויב ער איז מסכים?
ניין, מ'פרעגט נישט, א שאלה איז טרייף, דער רעבע איז דאך אן עניו אויך, ער האלט אז ער פארדינט נישט קיין לייקס.
נאר לעצטע חוה"מ איז ער געפארן מיט א קאר האט מען אים מעניש געווען מן השמים אז בע"כ מוז ער ווערן רבי.
גענעגען!!! מען דארף מאכן א אסיפה העסקנים . עס וועט לכאורה פארקומען אין די ארמרי(חוץ אויב די ארונים וועלן שון עס אפקויפן) אין די הכתרה וועט זיין אין סיטי פילד , פרוטים יבוא
נ.ב. איך דארף די נומבער פין ארי פרענקל
שמעקעדיגניין, מ'פרעגט נישט, א שאלה איז טרייף, דער רעבע איז דאך אן עניו אויך, ער האלט אז ער פארדינט נישט קיין לייקס.
נאר לעצטע חוה"מ איז ער געפארן מיט א קאר האט מען אים מעניש געווען מן השמים אז בע"כ מוז ער ווערן רבי.
אויף אונז אלע געזאגט אזעלכע עונשים. פאר א באנוס. נאך א עונש א גוט שטיקל (הייסע) פאטעיטא קוגל.
דער גרויסער עניו קופערניקוס הייבט עס אהן צו שמעקען נישט אזוי קופער??
בנוגע דעם שטעטעל בעלזא און אזוי אויך אנדערע חסידותער האבן שוין פראבירט אפאר פלעצער און קיין איינס איז נישט געלונגען דעס זעהט אויס די ערשטע זאך וואס הייבט אהן צו געלונגען, כ'האב געהערט אז א שיינע פאר אידן האבן זיך שוין איינגעשריבן (און באצאלט) אויף א דירה מיט מוסדות, העימר זעהן ווייטער וואס וועט זיין.