☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » צייטונגען/מאגאזינען לכ' פסח תשע"ב

צייטונגען/מאגאזינען לכ' פסח תשע"ב

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #340

זר זהב » מיטוואך אפריל 4, 2012 11:47 pm

· #4055
צייטונגען/מאגאזינען לכ' פסח תשע"ב
דער עולם קויפט צוזאם צייטונגען און אנדערע סארט לייען מאטריאל פאר פסח, יעדע צייטונג דיקער פונעם צווייטן, יעדער מאגאזין מיט מער ביי-לאגעס פונעם צווייטן. זאל דער עולם דא אראפלייגן וואס סיז אינטערעסאנט, וועלכער צייטונג איז גוט בא'חומר'ט און וועלכער איז דזשאסט עמפטי קאלאריעס ווי מ'רופט עס.

"די צייטונג" האט א בילד אויפ די פראנט זייט פון ניקלשורגע רבי רב יונגרייז ווי ער פירט א כמו סדר מיט קליינע קינדער, איז ער א מלמד תשב"ר ?

אלדד » דאנערשטאג אפריל 5, 2012 1:23 am

· #4058
Re: צייטונגען/מאגאזינען לכ' פסח תשע"ב
אידיש, עברית אדער ענגליש?

לדעתי איז אויף די אידישע מארקעט כמעט נישטא וואס צו ליינען, די היימישע צייטונגען קאנסידערן זייערע לעזער ווי נישט אינטעליגענטע, און פראדעצירן שוואכערע סחורה. אויף עברית איז דא א ריזיגע אויסווייל, זייער אסך היימישע און אינטערעסאנטע לייען מאטריאל, ווי אויך אויף ענגליש איז דא גאנץ אסך וואס צו ליינען...

אבי גערעדט » דאנערשטאג אפריל 5, 2012 1:32 am

· #4060
Re: צייטונגען/מאגאזינען לכ' פסח תשע"ב
אלע איזראלי אויסגאבעס אינטער איין דאך
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2952578">http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... id=2952578</a>

זר זהב » דאנערשטאג אפריל 5, 2012 1:58 am

· #4066
Re: צייטונגען/מאגאזינען לכ' פסח תשע"ב
אויף דעם זאגט מען דאך 'ווי מער טרייף אלץ מער אינטערעסאנט איז עס'. נו וואס קען מען טון ? כ'זעה אבער אז ס'יא דא אפאר אינטערעסאנטע אינטערוויוען אינעם איד.

מיין מיינונג » דאנערשטאג אפריל 5, 2012 12:14 pm

· #4087
Re: צייטונגען/מאגאזינען לכ' פסח תשע"ב
אלדד איז גערעכט. אין די עברית'ישע מאגאזינען איז דא אין יעדעס עקסטער גענוג צו ליינען אויף אגאנץ יו"ט. זיי לייגן אריין אין דעם קאפ און מוח חדשים לאנג. אויף די אידישע צייטונגען געוואונטשן.

שוין איינגעהאנדלט דעם משפחה נעכטן נאכט, דער מוסף מיוחד איז איבער אידן אין אמעריקע. (א טאפיק וואס איז לכאורה מער אינטערעסאנט פאר די בני ארץ ישראל ווי די בני חו"ל).

לויט ווי איך הער גייט דער בקהילה איבערשטייגן דעם יו"ט אלע אירע קאמפעטישענס. העמער זען.

ידען » דאנערשטאג אפריל 5, 2012 3:18 pm

· #4100
Re: צייטונגען/מאגאזינען לכ' פסח תשע"ב
זר זהב

"די צייטונג" האט א בילד אויפ די פראנט זייט פון ניקלשורגע רבי רב יונגרייז ווי ער פירט א כמו סדר מיט קליינע קינדער, איז ער א מלמד תשב"ר ?

יא.

שוין יארן.

הדד בן בדד » פרייטאג אפריל 6, 2012 12:12 am

· #4120
Re: צייטונגען/מאגאזינען לכ' פסח תשע"ב
ווייסט איינער ווי מען קען באקומען דעם ארץ ישראל'דיגן משפחה דא אין אמעריקא?

גדעון » פרייטאג אפריל 6, 2012 12:24 am

· #4122
Re: צייטונגען/מאגאזינען לכ' פסח תשע"ב
אלדד
לדעתי איז אויף די אידישע מארקעט כמעט נישטא וואס צו ליינען

די שייגעץ טעראריסט! ווי ווייגסטו דיך, דער שטערן איז דאך איבערמעכטיג גוט!

געפילטע פיש » פרייטאג אפריל 6, 2012 1:12 am

· #4123
Re: צייטונגען/מאגאזינען לכ' פסח תשע"ב
<a class="postlink" href="/topic/343">http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f ... ee5d45587f</a>

randy_couture » פרייטאג אפריל 6, 2012 1:13 am

· #4124
Re: צייטונגען/מאגאזינען לכ' פסח תשע"ב
גדעון
אלדד
לדעתי איז אויף די אידישע מארקעט כמעט נישטא וואס צו ליינען

די שייגעץ טעראריסט! ווי ווייגסטו דיך, דער שטערן איז דאך איבערמעכטיג גוט!


גדעון צוויי זאכן

1) פארדריי נישט די שמועס
2) ער האט געשריבן ״כמעט״ ווייל סאיז דא דריי ״שטערן״ ״שפאקטיוו״ ״מעלות״

דרך אגב וואס איז דא אינטערסאנט אויף ענגליש?

זר זהב » פרייטאג אפריל 6, 2012 1:44 am

· #4127
Re: צייטונגען/מאגאזינען לכ' פסח תשע"ב
שפאקטיוו איז אויך אינטערעסאנט? ס'נישט אזוי פאפולער מייניך.

אין ענגליש איז דא אסאך צו לייענן , משפחה, זמן, בינה. דער ענגלישער יתד נאמן איז זייער א רייכער צייטונג, טאקע נישט די שענסטע גרעפיקס און ס'נישט אזוי אויגן פארכאפנד דער גאנצער אויסשטעל, אבער סיז זייער תוכנדיג. דיסקלעימער, איך קויף נשט קיין איינס פון די אויבן-דערמאנטע.

ידען » פרייטאג אפריל 6, 2012 5:49 am

· #4132
Re: צייטונגען/מאגאזינען לכ' פסח תשע"ב
שפאקטיוו איז כמעט די זעלבע ווי די שטערן. די איינציגע חילוק איז אז דער שטערן האט מער ארטיקלען און ס׳איז פול קאלאר.