☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » טיקעטס קיין אומאן

טיקעטס קיין אומאן

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3396

זר זהב » דינסטאג אפריל 9, 2013 1:55 pm

· #102922
טיקעטס קיין אומאן
כ'זוך צו קויפן א טיקעט קיין אומאן. כ'וויל האבן פאן מיט התעוררת צוזאמען. ווי איז ביליג, וויזוי ערלעדיגט מען אש"ל?

לעמיל » דינסטאג אפריל 9, 2013 2:31 pm

· #102943
זר קיין אומן??? עפעס שטימט נישט

זר זהב » דינסטאג אפריל 9, 2013 2:40 pm

· #102951
יעצט שטימט עס נאך נישט. נאכ'ן קויפן דעם טיקעט וועט עס שטימען

לעמיל » דינסטאג אפריל 9, 2013 2:42 pm

· #102952
איך מיין אז דיין רבי פארט נישט אהין

newkave » דינסטאג אפריל 9, 2013 2:43 pm

· #102954
ער זאגט אז ער האט נישט קיין רבי.

זר זהב » דינסטאג אפריל 9, 2013 2:44 pm

· #102955
מיין רבי? מיינסט הרב שכטר? אמת. אבער כ'בין נאך נישט אזוי אויסגעארבעט ווי ער... און ער וואלט אפשר 'פון אמעריקע' יא געפארן.

לעמיל » דינסטאג אפריל 9, 2013 2:47 pm

· #102959
זר זהב
מיין רבי? מיינסט הרב שכטר? אמת. אבער כ'בין נאך נישט אזוי אויסגעארבעט ווי ער... און ער וואלט אפשר 'פון אמעריקע' יא געפארן.

יא אים מיין איך טאקע
און פון ציריך? וואלט ער געפארען?

ונבנתה העיר » מיטוואך אפריל 10, 2013 3:54 pm

· #103396
380632223030

א עסקן מאנ"ש אין אומאן.

וועגן פאן ווייס איך נישט צו אוקריינא איז די פלאץ אויף דעם.

מ גפני » זונטאג אוגוסט 25, 2013 1:49 pm

· #144935
איינער פון די שרייבער דא קען אפשר שרייבן עפעס עצות, טיפס פאר איינעם וואס פארט אי"ה דאס ערשטע מאל קיין אומאן ?

בדחן » זונטאג אוגוסט 25, 2013 8:13 pm

· #145121
פאראיאר בין די ערשטע מאל געווען, עס איז געווען צוגעשטעלט עסן בהכשר העדה החרדית, דאס עסן איז געווען מלא טעם, עס איז געווען זויבער געשמאק, און זיי האבן אפגעטיילט די אמעריקאנער פון די אר״י נחמעניקע״ס, אויב שטעלן זיי דאס היי יאר צו גיי אהין עסן, א בעט קענסטע טרעפן ביי אסאך, דארפסט שאפען א מקווה קארטעל פאר די קליינע אמעריקאנער מקווה,

יואב » זונטאג אוגוסט 25, 2013 9:13 pm

· #145144
ס'איז דא צוגעשטעלט אש"ל מלא, פלאס א מקווה ביי הרב מערמעלשטיין'ס חבורה. ס'נאר היימישע (?) מענטשן, און ס'קאסט ארום 300 דאללער. ס'זייער שיין צוגעשטעלט, אבער ס'שוין מסתם זייער שפעט.

עסן איז דא לרחצה איבעראל. קודם הרב שיינער פון פארשעי ש'טעלט צו פרעסן ווי ס'פארלאנגט זיך פארן קאפ פונעם יאר. בחינם, און פאר געלט. (פאר געלט אפיציעל צוגעשטעלטע סעודות, כ'ווייס נישט וויאזוי ס'גייט זיין די יאר).

די סאמעט'ס פון קרית יואל האבן אויך א שאטער, דאנען שפורט מען זיך ווי אין קרעטשמע. די ראש השנה ערענסקייט געוויסע היימישע ווילן ארויפצווינגן אויף די אומשולדיגע געמוטער ווערט דארטן היבש פארוואסערט מיט א היימישן טעם.

אויך זענען דא פילע אידן וועלעכע גרילן א מחיה, ס'איז דא צו פרעסן רענדאמלי דארטן. אבער די בעסטע איז ווען מ'באזארגט זיך בעפאר.

אין קלויז דאווענט מען זייער שטייט, און מ'הייבט דארטן אן גאר פרי. אויך איז דארטן אזאנס צוקוועטשט, אזש די קענסט זיך שווערן ווער פון דיינע שכינים איז געוועזן אין שויער, און ווער נישט.

ביי הרב שיק הייבט מען אן שפעט, הרב יואל ראטה דאווענט דארטן פארן עמוד ארומגענומען מיט זיין ארמיי בחורים וועלעכע דינען אלס זיין כאאר. ס'איז זייער שיין, אויך קענסטו טרעפן א בענקל דארט.

די אלגעמיינע מקווה איז שווארץ ווי א קוילן גרוב, און די וואסער קען מען שניידן מיט א מעסער.
דער עולם שויערט זיך א מחיה דארטן, אנדערע זענען מוחה. אויך קען מען זעהן פארשידענע סארטן כתובת קעקע, אלץ אויף ג'מל'עטע לייבער.
געלט און אנדערע ווערדפולע חפצים זאלסטו בשום אופן אריין לייגן אין טאש. ס'קען פשוט פארשווינדן ווערן.
עניוועי, דאס איז ווי מ'זאגט די התעוררות חלק. פאר פאן קענסטו מיר קאנטאקטן פריוואט.
-----
ונבנתה פראבירט צו האקן

ונבנתה העיר » זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:51 pm

· #145184
וואס, ווער האקט? ביי אנ"ש האט מען געוואוסט אז רבינו איז געווען דער צענטער פון די נשיאי חב"ד...
--------
אויב איז ער דארט דאס יאהר איז כדאי מיטצוהאלטן סיי וועלכע תפלה מיט רי"מ מארגענשטערן - לא תתחרט.

שעפטל » זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:53 pm

· #145187
האב איך יעצט געזעהן אין מיין געשעפט, אז אויב קויפסטו דער בליק קענסטו גאר זיין די גליקליכע געווינער פון א טיקעט קיין אומאן.
אין איינע פון די בליקן ליגט אן אויסגעצאלטע בילעט, זר לויף און קויף און ביזסט א זיכערע געווינער

זר זהב » זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:55 pm

· #145188
איך קויף נישט קיין איין מאגאזין קיינמאל

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/144512">viewtopic.php?p=144512#p144512</a><!-- l -->

ידיד » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 1:46 am

· #146658
קענסט גיין נאך געלט און זאגן אז די גייסט פאר הכנסת כלה, כבין געוועהן היינט ביי א חתונה זענען 6 בחורים (פון א ברסלבע ישיבה אין וומסב"ג כוועל נישט זאגן קיין נאמען ) איינע נאך די אנדערע ארומגעגאנגען פאר 'הכנסת כלה' וועליך דן זיין לכף זכות מסתם קלערן די בחורים אז מיטן זיין און אומן וועלן זיי שנעלער א חתן ווערן.. כבין נאר נייגעריג אויב מהאט זיי בפירוש געזאגט אז זיי מעגן אזוי טוהן.

שאולדיספריםפאקער » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 2:20 am

· #146662
ידיד
קענסט גיין נאך געלט און זאגן אז די גייסט פאר הכנסת כלה, כבין געוועהן היינט ביי א חתונה זענען 6 בחורים (פון א ברסלבע ישיבה אין וומסב"ג כוועל נישט זאגן קיין נאמען ) איינע נאך די אנדערע ארומגעגאנגען פאר 'הכנסת כלה' וועליך דן זיין לכף זכות מסתם קלערן די בחורים אז מיטן זיין און אומן וועלן זיי שנעלער א חתן ווערן.. כבין נאר נייגעריג אויב מהאט זיי בפירוש געזאגט אז זיי מעגן אזוי טוהן.

נא זיי פלאנען צו ווערן חתנים דארט און אומן יעדע נאכט מיט א צווייטע כלה .און דערנאך גיין זאגן די כללי וחוזר חלילה

zurich » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 3:05 am

· #146664
ידיד
קענסט גיין נאך געלט און זאגן אז די גייסט פאר הכנסת כלה, כבין געוועהן היינט ביי א חתונה זענען 6 בחורים (פון א ברסלבע ישיבה אין וומסב"ג כוועל נישט זאגן קיין נאמען ) איינע נאך די אנדערע ארומגעגאנגען פאר 'הכנסת כלה' וועליך דן זיין לכף זכות מסתם קלערן די בחורים אז מיטן זיין און אומן וועלן זיי שנעלער א חתן ווערן.. כבין נאר נייגעריג אויב מהאט זיי בפירוש געזאגט אז זיי מעגן אזוי טוהן.

ס'איז א סוד פאר גאנץ בראד וועלכע ישיבה דו מיינסט

לעיקוואד » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 10:03 am

· #146709
(אין ברסלב איז דאס א מסורת בשם ר' נתן אז מ'מעג גיין נאך געלט פאר ברסלב און זאגען הכנסת כלה, דאכציך אין ר' גדליה קעניג'ס ספר איז דא א בירור אויף דעם להלכה. @ברסלבער עני אינפארמעישין? )

chosen people » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 10:27 am

· #146721
ונבנתה העיר

אויב איז ער דארט דאס יאהר איז כדאי מיטצוהאלטן סיי וועלכע תפלה מיט רי"מ מארגענשטערן - לא תתחרט.


איך גלייב נישט אז ער גייט טאקע זיין דארט צום סוף, און אויב יא גייט עס זיין די לעצטע יאר ...

עס איז אויכט נישט געמאכט פאר יעדעם, מען דאווענט/זינגט דארט נאן-סטאפ...

אויכט ער אליינס איז אן עכטע זיסע געשמאקע מענטש. אבער עס זענען דא מענטשן דארט וואס קענען נערווירן דארט. און יעדער איינער איז בעה''ב דארט..

ברסלבער » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 11:33 am

· #146745
לעיקוואד
(אין ברסלב איז דאס א מסורת בשם ר' נתן אז מ'מעג גיין נאך געלט פאר ברסלב און זאגען הכנסת כלה, דאכציך אין ר' גדליה קעניג'ס ספר איז דא א בירור אויף דעם להלכה. @ברסלבער עני אינפארמעישין? )

איך ווייס נישט.

איחוד פעלד » מוצ"ש אוגוסט 31, 2013 10:35 pm

· #146893
איך פייגער צו וויסען נאך פין די היימישע חבורות אין אומאן. ווער ער איז געוועהן אדער ווייסט מער ביטע שרייבען.

און א גרויסע ייש"כ צו די אלע וואס האבען דערווייל געשריבען.

לאליפאפ » מוצ"ש אוגוסט 31, 2013 10:42 pm

· #146899
zurich
ידיד
קענסט גיין נאך געלט און זאגן אז די גייסט פאר הכנסת כלה, כבין געוועהן היינט ביי א חתונה זענען 6 בחורים (פון א ברסלבע ישיבה אין וומסב"ג כוועל נישט זאגן קיין נאמען ) איינע נאך די אנדערע ארומגעגאנגען פאר 'הכנסת כלה' וועליך דן זיין לכף זכות מסתם קלערן די בחורים אז מיטן זיין און אומן וועלן זיי שנעלער א חתן ווערן.. כבין נאר נייגעריג אויב מהאט זיי בפירוש געזאגט אז זיי מעגן אזוי טוהן.

ס'איז א סוד פאר גאנץ בראד וועלכע ישיבה דו מיינסט

אהה! דו ביזט פון דעי סארט מענטשן? גוט צו וויסן! (זאג נאר ווער׳טעך געהאלפן אויפסיינען דא?)

הערשי » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 4:31 pm

· #147082
אין גרויסן קלויז איז טאקע עומדין צפופים, אבער ס'איז כדאי צו דאווענען דארט כאטש דאס ערשטע יאר וואס מ'ווערט מקורב לרבינו, כי שם עיקר קיבוץ אנ"ש, כידוע. רעב לייזר איז א מאראקאווער אנע פיטום און וועט מסתמא נישט זיין היי יאר. ס'איז צום האפן אז זיינע כוליגאנעס וועלן זיך אויך זוכן א צווייטן ארט און ס'וועט זיין כי עתה הרחיב לנו ביים ווינקל מזרחית צפונית. חוץ ליל התקדש ביים לעצטן מנחה פון יאר ווען מ'שטייט ממש ווי אינעם רבי'נס בית מדרש אויף בעדפארד ביי די הושענות, קען מען זיך יא צו ערגעץ דערשטופן. הגם אויף צו זיצן ברויך מען צוכאפן חזקות אויפן טעראסע.
ראש השנה אין אומאן פאנגט זיך אן ביי זכור ברית וואו די אל הוראת לנו'ס און דער שמע קולנו ווערן געזאגט מיט א ספעציעל נעימות. אונזערע לייט פירן זיך צו פאסטן ביז חצות, און כחצות היום גייט מען צום ציון זאגן תיקון הכללי. כדאי נישט צו פארפאסן.
אין אומאן פירט מען זיך כמנהג ירושלים, כולל נשיאת כפים, הגבה לפני קריאת התורה, און פארשטייט זיך ווייסע קאפטענעס אויף ר"ה. אסאך חוץ לארץ'דיגע גייען אין קיטלן. אויב איר גלייכט צו פארן לייכט, לאזט אייער בעקיטשע אינדערהיים. שבת קען מען אויך גיין א קיטל. מ'קען אפילו גייען א זאק איבערן קאפ. ס'איז דאך עפעס אומאן! די וועטעראן רייזענדע גייען מיט א רוסישע קוטשמע במקום שטריימל.
די ברסלב'ער נוסח איז אייגענארטיג, פיל מיט געגועים און השתוקקות. ס'גרילצט אפשר פון אנפאנג, אבער ס'איז אן "אקווייערט טעיסט", ווי וויין און הארטע קעזן. גאר ספעציעל איז אשרי העם נאך די תקיעות, חמול, און המברך את עמו ישראל, וואס איר ברויכט צו קענען נאר אויפצואווייזן איר זענט טאקע געווען אין אומאן.
תשליך איז א ספעקטעקאל בפני עצמו. ס'איז אקעי צו שרייען "אוי!" בקולי קולות ווען אימער איר שפירט עס פאר נויטיג. מ'קען אויך טאנצן, כאפן א קדיש, אדער זאגן תיקון הכללי. באמת, תיקון הכללי איז ס'געפאסט צו יעדער צייט און פלאץ.
נאך תשליך צוטיילט זיך דער עולם אגודות אגודות און מ'לערנט פאר ליקוטי מהור"ן תקעו בחודש שופר.
דער רבי האט געזאגט, "זיין אין אומאן און נישט זיין אין סאפיע" בתמיה. ר"ה איז נישט אלעמאל דא צייט, אבער היי יאר איז דאך דא א שבת שובה. דאס איז איינע פון די נסים וואס מ'זעט אין אומאן. ס'קאסט איינטריט געלט, אבער דאך איז סאפיע פארק פיל מיט אידן שבת נאכן טשולענט. מ'קען זיך אריינכאפן דרך גגות וקרפיפות, כמנהג חסידים ואנשי מעשה. מ'דארף זיך אבער היטן די ביינער, ווייל די אוקריינער אנטיסעמיטן שטייען על המשמר אין די וועלדער ארום די פארק און שמייסן די אריינדרינגער מיט נאגייקעס. בכלל, דעם דריטן טאג יום טוב קריכט שוין דאס יונגווארג ארויס פון די הויט און ס'איז אלעמאל די עקשאן, בתקווה נישט קיין שפיכת דמים.
פאר טעיסטער'ס טשויס קאווע אין ווייסע האט קאפס גייט צו רעב שמשון'ס בית מדרש אויף די טולסטוי גאס. דארטן זינגען די זילבערנע עטרות אדם יסודו מעפר מיט רבי'ן זי"ע'ס קנייטשן. אויף שבת צו סיפורי מעשיות וועט דארטן זיין צוגעשטעלט א קידושא רבא בטעם אמרקאי מיט מאטיאש, קישקע, און סטראפקאוו. ס'אזא טבע אז מ'בענקט זיך נאך די היימישע משוגעת'ן נאך אפאר טעג אין דער פרעמד.
איינקויפן נעמירוב ברוינפן אין גאז סטאנציעס, נישט אין לופטפעלד.
צום גדליה פאסט יא, פאסט נישט. מאכט נישט אויס. דער עיקר מ'איז געווען ביים רבי'ן.

אויס מענטש » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 9:54 pm

· #147532
👍
הערשי מוראדיג שיין, לשונך מתוק לי, נא לכתוב בשופי,

רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2013 12:57 am

· #148505
נא, ווער האט געוואונען די משוגא קאנטעסט היי יאר?

outspoken » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2013 11:27 am

· #148561
<a class="postlink" href="https://www.dropbox.com/s/axsbjmfkxvcouk1/uman!!!.mp3">https://www.dropbox.com/s/axsbjmfkxvcouk1/uman!!!.mp3</a>

לאליפאפ » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 9:27 pm

· #220644
ווער פארט קיין אומאן?

איך אויך » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 9:41 pm

· #220650
עיר אוקראניע.

רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 10:07 pm

· #220654
ווי קען מען היי יאר באקומען טיקעטס? איז שוין צו שפעט? וויפל דארף עס קאסטן? איך פייגער צו זיין במחיצת מורי ורבי ברסלבער שליט"א.

ברסלבער » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 1:26 pm

· #220796
רויטע וואנצעס
ווי קען מען היי יאר באקומען טיקעטס? איז שוין צו שפעט? וויפל דארף עס קאסטן? איך פייגער צו זיין במחיצת מורי ורבי ברסלבער שליט"א.

עס איז דא טיקעטס צו באקומען ביי אלע טרעוול עיזשענטס, מען קען נאך האבן פאר 8-9 הונדערט דאלער.
מיר קענסטו טרעפן אין אומאן אויף פושקענע קארנער בילינסקי...

ברסלבער » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 9:21 am

· #223025
באקומען אויף בליץ פאסט:

[list]מודעה לאנ"ש מאמריקה הנוסעים בעזהי"ת לאומאן.
אם אתם צריכים
-אומאן עקספרס (מקייב לאומן ו/או חזור)
-מקום לישון
-כרטיס לאולמות האוכל של שיינער (באולם של אנ"ש מארה"ב)
-כרטיס למקוה
-מקום ישיבה בקלויז
כרטיס SIM ו/או מילוי
אפשר להתקשר 732-496-1646
או באימעיל <!-- e --><a href="mailto:MercazBreslov@Gmail.com">MercazBreslov@Gmail.com</a><!-- e -->

"אכטונג! אויב האט איר א אוקריינער SIM קארד אבער איר האט עס נישט גענוצט זייט לעצטע ראש השנה איז עס געווארן געקענסעלד, (עס איז געווען א שנת העיבור, און נאך 12 חדשים נישט נוצן דעם SIM ווערט עס בטל).
קויפט אייער נייע SIM קארד, און באקומט עס דאהי, נאך איידער איר פארט ארויס"[/list:u]

ברסלבער » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 12:36 pm

· #223090
איך ווייס נישט דערפון.