☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » סעוועדזש פיסקעוועט איבער מציצה בפה

סעוועדזש פיסקעוועט איבער מציצה בפה

52 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3394
בלאט: 1 2

בן תמליון » דינסטאג אפריל 9, 2013 11:15 am

· #102848
סעוועדזש פיסקעוועט איבער מציצה בפה
מיכאל-מייקל וויינער-סעוועדזש וואס האט זיך איינגעשאפן הייסע חסידים ביים היימישן ציבור מיט זיין ווילדן קאנסערוואטיוון פיסק, ביי אונז דא אין שטיבל איז זר זהב באקאנט צו זיין פון זיינע פארברענטע אנהענגער, האט זיך נעכטן אויף זיין ראדיא פראגראם ארויסגעלאזט אין א צולאזטן טיראדא איבער דאס בארבאריזם איבער מציצה בפה. מאדערנע חברה רופן אריין און טשאלנזשן איהם איינער מער סוקסעספול ווי דעם אנדערן. מיט זיין גרויסן מוח ווייזט ער גאנץ אביסל איגנאראנץ איבער די יסודות פון הלכה אבער ער איז בריליאנט און אינטערהאלטנדיק ווי אייביק. איך האב ליב ווי ער שפילט תלמיד חכם מיט דעם קאלער פון עי די על, "ראביי סעוועדזש זאגט מיקראבן טוהען נישט דיסקרימינירן". ער פרעגט איינעם פון די קאלערס וואו אין די תורה ס'שטייט אז מ'דארף מאכן מציצה בפה, האט אים יענער צוריקגעפרעגט וויזוי ער טייטש אפ עין תחת עין, אזוי ווי די תורה אדער ווי דער תלמוד?

אגב דער באריכט אויף וואס ער באציט זיך זאגט אז צוויי קינדער האבן באקומען הערפיס איינער HIV וואס איז נישט אמת נישט קיין HIV.

ס'מורא'דיג, דער סעוועדזש וואס ווייסט גענוג און נאך איבער אלעס און אלעמען זיך איינצורעדן אז ער ווייסט באמת אלעס, פראוועט עם הארצות שאין כדוגמתו און ער רעדט שטותים כדרכו מיט זיין באמבאסטישן שטימע ואס דאס דארף אים כלומרשט געבן די אויבערהאנט.

דא האט איר דעם גאנצן קליפ אן די עדס.

<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=wr0MlnD4bcQ">http://www.youtube.com/watch?v=wr0MlnD4bcQ</a>

זר זהב » דינסטאג אפריל 9, 2013 11:27 am

· #102855
די אריינרופערס שטעלן אים אויפ'ן פלאץ. ער איז גוט פאריקט, רעדט אזעלכע נארישקייטן. ער זאגט למשל אז די בעיבי וואס גייט דורך מציצה בפה וועט זיין גאנץ לעבן האבן קאשמארן פון א אלטן איד וואס לייגט זיין מויל וכו'... איז ער משוגע צי וואס? א ריכטיגער רעד דייפער דאופער בעיבי.

דא איז די קליפ וואס בן תמליון האט ארויפגעלייגט.

זר זהב » דינסטאג אפריל 9, 2013 11:40 am

· #102856
ביי 52 מינוט רופט אריין דער ADL עלטערע איד וואס רעפרעזענטירט ברית מילה כהלכה. און סעוועדזש ברענגט אים א ראי פון די "ארטאדאקסישע ליבהאבער" צייטונג די דזשואיש וויק.... וואס נאך קען מען אננעמען פון דעם 'אלץ-ווייסער'?

געפילטע פיש » דינסטאג אפריל 9, 2013 11:44 am

· #102858
ער מישט צום HIV מיט HSV, זייער אינטעליגענט פון זיין זייט.

זר זהב » דינסטאג אפריל 9, 2013 11:54 am

· #102861
שפעטער קאלט איינער יחיאל אריין, יענער איז קעגן מציצה און סעוועדזש לאזט אים רעדן און רעדן (אן אריינהאקן כדרכו בקודש)

shem-tov » דינסטאג אפריל 9, 2013 11:57 am

· #102862
איך מיין ער שפילט דא א פשוטער געים, ווער ס'הערט ראדיא און איז אביסל באקאנט אין די מארקעט, ווייסט אז זייער באדעם ליין איז רעיטינגס. רעיטינגס, און נאכאמאל רעיטינגס. און דאס איז די באדעם ליין ביי יעדע פון די טולק-שוי רעדער. ניו יארק סיטי איז די גרעסטע אין די מארקעט, ווער ס'מאכט עס דא, מאכט עס שוין נאכדעם לייכט איבעראל. אורטאדאקסישע אידן זענען פון די גרעסטע צוהערער אין ניו יארק, יעצט פארוואס זאל ער זיך וועלן מיט אונז אנהייבן. נאר וואס דען, סעוועטש איז א געלונגענער פארשוין, זיין ציל איז פשוט אונז אריינצושלעפן אינעם דיבעיט, ער פרעגט און מיר ענטפערן, ער גיט גענוג אכטונג אונז נישט אויפצורעגן. ער ווייסט אז נישט ער און נישט די סיטי גייט אונז קענען טוישן. ער איז פיין באקאנט מיט אונזער קאלטשער. איך ווייס פון אומקאנפירעמד סארסעס אז ער איז א באהאלטענער מאדערן ארטאדאקס, ער ווייסט אויך גאנץ פיין פונקטלעך אלעס איבער מציצה בפה. ער זאל פארקויפן פאר זיין באבען אז ער איז יעצט געוואר געווארן, איי פארוואס טוט ער דעם שפיל..... בעסערע רעיטינגס.... והא ראי', ווען האט ער דאס לעצטע מאל געלאזט איינעם קומען צום ווארט, און דא לאזט ער יענעם ענטפערן און פרעגט אים איבער. ער קען נאך צום סוף זאגן, אז מיר זענען גערעכט און די סיטי זאל אוועקשטיין פון אונז. איך קאן אים גיט

אויס מענטש » דינסטאג אפריל 9, 2013 12:32 pm

· #102869
דער יחיאל איז שיטה מקובצת
קאנפירמד

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 9, 2013 12:48 pm

· #102875
הערה צו שעמ טאוו
דו זאגסט (אדער שרייבסט) בתוך הדברים, אויף מייקל סעוועדזש אז ר'איז א באהאלטענער מאדערן ארטאדאקס. און וואס איז מיט'ן פאקט אז ר'האט חתונה געהאט מיט א כשר'ע גויטע מיוחסת, פון די ז' עממים?! 😳

זר זהב » דינסטאג אפריל 9, 2013 1:22 pm

· #102907
VIN האט זיך ארויפגעכאפט דערויף

<a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/127827/2013/04/09/larkspur-ca-savage-takes-on-ultra-orthdox-jewish-community-for-metzitza-bpeh">http://www.vosizneias.com/127827/2013/0 ... zitza-bpeh</a>

זר זהב » דינסטאג אפריל 9, 2013 1:25 pm

· #102909
YWN

<a class="postlink" href="http://www.theyeshivaworld.com/news/General+News/163298/AUDIO%3A-Michael-Savege-Slams-Metzitzah-B%27Peh-And-Orthodox-Jews.html">http://www.theyeshivaworld.com/news/Gen ... -Jews.html</a>

זר זהב » דינסטאג אפריל 9, 2013 1:51 pm

· #102919
אפילו דער אחור פעילד מעסייע לייגט צונער סעוועדזש. סעוועדזש בעיסט זיין שוי אויף א אומקארעקטן פאקס העדליין.

<a class="postlink" href="http://failedmessiah.typepad.com/failed_messiahcom/2013/04/conservative-radio-host-michael-savage-dedicates-show-to-covering-contrroversial-haredi-circumcision-345.html">http://failedmessiah.typepad.com/failed ... n-345.html</a>

ממרום שלח אש » דינסטאג אפריל 9, 2013 1:55 pm

· #102923
ער פלעגט זיין בעטעם'ט אבער ער וועפט אין גרויסן שוין א לאנגע צייט, וואס די שאו גייט דורך בערך אזוי,

"יו וואנט טא טאלק פאליטיקס? (דא נעמט ער זיך שרייען ווי א וויזל טיר ביי די שחיטה) איי סוועיר טו גאד איי קענט טעיק איט ענימאר! איי קענט טעיק איט נא מאור, סאו וואט דו יו וואנט טו טאלק נאו? הםםם, איי וויל ריד פראם אלד יארק טייםס, דו יו לייק מיי שטיק? נאבאדי אין רעדיא קען דא וואט איי דא, ער נעמט זיך מורמלען די קעפלעך, נאך א מינוט, דהעיר איז נא נויס, נאטינג, איי סוועיר טו גאד, לעט מי ריעד פראם מיי סייט, הםםםםםם , סאו וואט דו יו וואנט טו טאלק אבאוט? יו קען קאלל מי עבאוט עניטינג, נאבדי איז קאללינג? וועלל,פיפעל ווארק הראד, זיי דאנט ליסטן טא רעדיא ענימאר, וועל איי וויל טעיק ע ברעיק".

זר זהב » דינסטאג אפריל 9, 2013 1:58 pm

· #102926
דער פארווארד צייטונג

<a class="postlink" href="http://forward.com/articles/174517/michael-savage-slams-controversial-circumcision-pr/">http://forward.com/articles/174517/mich ... cision-pr/</a>

זר זהב » דינסטאג אפריל 9, 2013 2:26 pm

· #102942
עטליכע קאמענטס אויף VIN

He's always been a bigot who twists the facts to meet his needs. I could never understand how anyone could listen to him. His claim alone that a infant has a memory of an old man with a beard cutting him is absurd since an 8 day old isn't capable of remembering anything and a mohel can be young and clean shaven.
-----
He would be far better of if he would shut off his Peh (mouth).
At least the UK has banned this big Peh from entering the country.
-----
Until he can understand the concept of messora - all those people calling up were wasting their time.

More so, if he really wanted answers he would have made time to look up the reports from the doctors who wrote that those few babies were ill for other reasons. (not tell the caller your making it up)
-----
Always thought (knew) this self hating jew is a real idiot.
I can't understand why people even argue with this lunatic.

ממרום שלח אש » דינסטאג אפריל 9, 2013 2:40 pm

· #102950
די סטעיטמענט "זשאנק פוד איז נישט יודישקייט" מיט וואס ער האט זיך נעכטן אזוי בארימט, איז אזוי לעכערליך אז עס קומט צו ברעכן.
איך האב עס שוין געהערט פון אים עטליכע מאל, יעדעס מאל זאגט ער עס איבער מיט אזא חביבות ווי גלייך ס'איז עפעס א וועלטס אויסטרעף.
אין א נוסן שאלעכץ, "אידן עסן זשאנק פוד, ווי למשל בארשט און פלאנקן (!) ווייל אזוי האט מען אלץ געגעסן אין מזרח אייראפע, איז הער דאקטער מגלה אין זיין ארטיקל, ניין! מאיז נישט מחויב צו עסן בארשט! מקען עסן אנדערע זאכן אויך אין בליבן א איד"

חילו לאוריתא!

נ.ב. סווערט געזוכט א נדבן וואס זאל ערקלערן פארן אלס ווייסער וואס בארשט מיינט.

לעמיל » דינסטאג אפריל 9, 2013 2:54 pm

· #102963
מצליח וועט שוין האבען וואס צו שרייבען די חודש

בן תמליון » דינסטאג אפריל 9, 2013 3:07 pm

· #102968
דער איד איז צומאל צוקער זיס. איינמאל הער איך איהם פירן א לאנגן שמועס ער האט געוואלט פארשטיין פארוואס "אורבען קולטור" (דאס מיינט געווענליך שווארצע) גייען מיט גרויסע הויזן וואס פאלט אראפ פון די זייטן. בקיצור ער שפעקולירט אהער אהין אפשר ווייל זיי האבן נישט קיין געלד און ירש'נען פון די גרויסע ברודער, ער נעמט קאלערס און הערט אויס זייער מיינונג און שלעפט געמיטליך. ממש צום סוף פארן ברעיק ווען די מוזיק הייבט שוין אן צו טאנצן ווילד גיבט ער א געשריי: איר ווילט וויסן פארוואס זיי גייען די גרויסע הויזן? איך וועל אייך זאגן, און דא הייבט ער זיין קול ווי אן אריה דבי עלאי" זיי דארפן עס צו באהאלטן דראגס און גאנס פון די פאליס!

זר זהב » דינסטאג אפריל 9, 2013 3:20 pm

· #102969
בן דא האסטע עפעס ענליך, דער שווארצער מעיאר פון פילאדעלפיע מוסר'ט זיינע שווארצע לאנדסמאן.. מורא'דיג!

בן תמליון » דינסטאג אפריל 9, 2013 3:31 pm

· #102972
איך קאטשע זיך פאר געלעכטער זר.

איינמאל הער איך איהם שרייען ער איז געווען אין א טיאטער זיצט דארט א שווארצע נקיבה גראב ווי א הויז און פרעסט קאוק מיט פאפקארן זי האט שוין דייעבעיטיס מיט 70 אנדערע דיזיזעס און איך, שרייט סעוועדש, דארף באצאלן די העלט קעיר פון די "חזיר". (אזוי זאגט ער עס ארויס ער קען גאנץ אסאך אידיש).

ממרום שלח אש » דינסטאג אפריל 9, 2013 9:38 pm

· #103076
יוסי געשטעטנער איז יעצט געווען אויף די שאו, איבערגעקייט פון נעכטן.
ער האט בשו"א נישט געוואלט ענטפערן פארוואס מען דארף מצב"פ, ווייל ער איז נישט קיין ראביי (אדער ווייל ער האלט אויך נישט דערפון), נאר זיך געהאלטן צו דעם אז עס איז נישט קיין סכנה. ווייל 11 פון 32,000 האט נישט קיין ערך.
האט דאך מיודענו מייקל דוקא יא געוואלט רעדן דערפון, איז מען געגאנגן אין רינגן.
לסוף האט מייקל געזאגט אז עס לאזט איבער א פסיכאלאגישע אפעקט אויפן קינד, דא איז יוסי אויפגעשפרונגען, סקען נישט זיין, ווייל ער האט אויך געהאט מצב"פ און ער איז נישט משוגע, האט מייקל געפרעגט, מאן יאמר? אפשר יא? איז מען געבליבן ביי די קושיא, ולית נגר ובר נגר דפרקינה...

יואליש » דינסטאג אפריל 9, 2013 11:41 pm

· #103115
בן תמליון
דער איד איז צומאל צוקער זיס. איינמאל הער איך איהם פירן א לאנגן שמועס ער האט געוואלט פארשטיין פארוואס "אורבען קולטור" (דאס מיינט געווענליך שווארצע) גייען מיט גרויסע הויזן וואס פאלט אראפ פון די זייטן. בקיצור ער שפעקולירט אהער אהין אפשר ווייל זיי האבן נישט קיין געלד און ירש'נען פון די גרויסע ברודער, ער נעמט קאלערס און הערט אויס זייער מיינונג און שלעפט געמיטליך. ממש צום סוף פארן ברעיק ווען די מוזיק הייבט שוין אן צו טאנצן ווילד גיבט ער א געשריי: איר ווילט וויסן פארוואס זיי גייען די גרויסע הויזן? איך וועל אייך זאגן, און דא הייבט ער זיין קול ווי אן אריה דבי עלאי" זיי דארפן עס צו באהאלטן דראגס און גאנס פון די פאליס!


ערגעץ אויף א אורבן קאווע שטיבל זיצט איינער און שעלט איבער סעוויטש'ס בלינדע שנאה צו די שווארצע, און זאגט אז גראדע איז ער גאנץ גיט, ער האט אים אמאל געהערט צולייגן די ארטאדאקסישע חסידים מיט זייערע זייגעדיגע תאוות.

יואליש » דינסטאג אפריל 9, 2013 11:44 pm

· #103118
ממרום שלח אש
יוסי געשטעטנער איז יעצט געווען אויף די שאו, איבערגעקייט פון נעכטן.


סעוויטש און געשטעטנער, צוויי געווינער'ס פון א דעבאטע אין וואס מציצה בפה איז דער פארלירער.

די איינציגסטע וועג צו געווינען די מציצה בפה דעבאטע איז דורך נישט רעדן דערפין. סטאטיסטיקס ארויף, סטאטיסטיקס אראפ, ס'איז דבר שנפשו של אמעריקאנער קץ בו.

היסטאריקער » מיטוואך אפריל 10, 2013 12:14 pm

· #103248
די צייטונג עדיטאריעל שרייבט דערוועגן, ער רייסט אראפ זשוליאני פאר אוועק מאכן די מצ״ב אישו

בענדזשאמין פרענקלין » מיטוואך אפריל 10, 2013 3:20 pm

· #103367
לדעת טוען מייקל סעוויטש און נחום ראזענבערגער שערן ענליכע גענעס, אפשר שטאמען זיי פון איין באבע, די צוויי האבן גאר אסאך אין קאממען; ביידע האבן א געשליפן צינגל, ביידע זענען גרויסע דראמעטעזירער, בלאזן אויף זאכן ארויס פון זייער פראפארציע, און ביידע זענען פיינע בעלי דמיונות און האלבע מטורפים, ועל כולם ביידע לעבן אונטערן שאטן פון א שאן (חרם), נחום פון די ל"ג ל"ג רבנים, און מייקעל סעוויטש פון ענגלאנד.

זר זהב » מיטוואך אפריל 10, 2013 4:02 pm

· #103402
יוסי געשטעטנער רופט אריין ביי 5:45 אין די קליפ. ער איז גראדע זייער גוט, און סעוועדזש כדרכו שפרינגט ארום די אישו. ישר כח יוסי.

זר זהב » מיטוואך אפריל 10, 2013 4:05 pm

· #103404
נאך אים רופט אריין איינער פון וואשינגטאן און פרעגט וויזוי מעג מען מאכן מציצה בפה, מ'טאר דאך נישט טרונקן בלוט?.. און סעוועדזש זאגט: וואוו דאס איז ווערי אינטערעסטינג פוינט.

רחמנה יצילנו...

בן תמליון » מיטוואך אפריל 10, 2013 4:22 pm

· #103418
יאפס יאסי איז געוואלדיק פאר א טויש איך מיין אז יעדער דא וועט מודה זיין. סעוועדזש איז אבער אויך גוט ער שפרינג גאנץ גוט ארום די נושא.

זר זהב » מיטוואך אפריל 10, 2013 4:24 pm

· #103419
סעוועדזש איז גוט? אפשר איז ער גוט אין זיין "נישט האנעסט", ס'קוקט נישט אויס ווי ער איז אינטערעסירט אינעם אמת.

בן תמליון » מיטוואך אפריל 10, 2013 4:51 pm

· #103429
זר זהב
סעוועדזש איז גוט? אפשר איז ער גוט אין זיין "נישט האנעסט", ס'קוקט נישט אויס ווי ער איז אינטערעסירט אינעם אמת.


ער שפרינגט ארום גוט למשל ווען ער פרעגט וואס טוט זיך מיטן רמב"ם המציל נפש אחת מישראל. די פרוי רחל וואס קאלט אריין שפעטער זי זאגט זי איז ארטאדאקס איז א דורכפאל פאר סעוועדזש ווען צום סוף זאגט זי זי איז אקעגן ברית מילה בכלל נא האק נישט קיין טשייניק מיט מציצה.

זר זהב » מיטוואך אפריל 10, 2013 4:56 pm

· #103434
ווען איך בין יוסי זאג איך אים אז די חכמים האבן אויך געוויסט פון ונשמרתם מאוד, און המציל נפש

געפילטע פיש » מיטוואך אפריל 10, 2013 5:36 pm

· #103462
יאפס, העט טיפ טו יוסי, מיט אזא משוגענעם דארף מען זיך קענען טענה'ן.

גימפל » מיטוואך אפריל 10, 2013 9:10 pm

· #103533
ר' אליהו פינק האט געמאלדען אז ער וועט מסתמא זיין מארגען אויף סעווידזש נעיטשען.

.efink Nothing is for sure in this business, but it appears that I will be on Savage Nation on Thursday to talk about Metzitza B'Peh@

ברוין » מיטוואך אפריל 10, 2013 9:19 pm

· #103536
ארגינעל האב איך זיך גענערט אז סעוועדזש וויל פשוט וויסן די אמת און ער איז אפן צו ביידע זייטן און דערנאך וועט ער אפמאכן וואס זיין שטעלונג איז. אבער איך האב זיך ביטערליך גענערט
ער האט פונקטלעך געוויסט זיין שטעלונג און אזוי ארום געפירט יעדע רופער צו זיין עדווענטידזש א סקאם ווי אלע בעגלעך

זר זהב » מיטוואך אפריל 10, 2013 9:20 pm

· #103537
היסטאריקער האט פריער דערמאנט דעם עדיטאריעל אינעם 'צייטונג'. ער דערמאנט נישט סעוועדזש ביים נאמען, ער שרייבט נאר 'א פאפולערע ראדיא פיגור מיט א געשאצטע 10-8 מיליאן צוהערער.

דאס איז אמת געווען ביז עטליכע חדשים צוריק. אבער ווי באקאנט האט סעוועדזש געטוישט סינדיקעשען פון TRN צו CUMULUS, ער האט דאדורך פארלוירן אסאך סטעשענ'ס, און ווי אויך האט זיך זיין צייט סלאט געטוישט אויף שפעטער. עז עי רעזאלט האט ער פארלוירן 66 % פון זיין אוידיענץ! לויט יענעם קוואל וואס פלעגט אלץ אנגעבן אויף 10-8 מיליאן, זאגט יעצט אז ס'האלט ביי 3.50 מיליאן.

<a class="postlink" href="http://www.talkers.com/top-talk-radio-audiences/">http://www.talkers.com/top-talk-radio-audiences/</a>

יואליש » מיטוואך אפריל 10, 2013 9:51 pm

· #103549
יוסי איז פיין (לאו דוקא גערעכט). סעוועטדזש, ווי אנדערע אין די טאלק שאו ליין, פרובירט צו קאנטראלירן די דעבאטע. אבער יוסי לאזט אים נישט. ס'איז זייער נעריש ווען סעוועטש פרובירט אריינצולייגן אין יוסי'ס מויל אז ער זאל האבן געזאגט עפעס וועגן דעם רמב"ם.

יואליש » מיטוואך אפריל 10, 2013 9:59 pm

· #103556
ברוין
ארגינעל האב איך זיך גענערט אז סעוועדזש וויל פשוט וויסן די אמת און ער איז אפן צו ביידע זייטן און דערנאך וועט ער אפמאכן וואס זיין שטעלונג איז. אבער איך האב זיך ביטערליך גענערט
ער האט פונקטלעך געוויסט זיין שטעלונג און אזוי ארום געפירט יעדע רופער צו זיין עדווענטידזש א סקאם ווי אלע בעגלעך


אזויפיל קרעדיט צו געבן פאר א טאלקשאו האסט? ס'איז איין שטיק דעמעגאגישע שאו שפילעריי, יעדן טאג און אויף אלע אישוס.

נולד מאוחר » מיטוואך אפריל 10, 2013 10:10 pm

· #103563
כ'מיטשע מיך צי פארשטיין סעווידטש.
ער איז ביזי מיט רעניסאנס, 20'עט סענטרי, סאיז צייט אראידאקסיע זאל איוואלווען, די תלמוד איז געשריבן דורך מענטשן וואס קענען מאכן טעותים. mbp איז בערבאריש א אלטע מענטש סאקט אן אינפענט.
ער רופט זיך אן אינלייטעד פערסען. און ליינט אפ די פרשה פון מילה און ווייזט איבער אז סשטייט נישט קיין ווארט פון מציצה.
וויל איך פארשטיין אויב איז ער מאדערן און אינלייטעד פארוואס בכלל שניידן א קינדס אבר? דאס איז נישט בארבאריש ?
אלאמאי ער גלייבט אז דאס איז גאטס רייד. איי סאיז דא אינלייטעד מענטשען וואס האלטן אז סנישט גאטס רייד? ער האלט אבער יא.
טא אויב אזוי פארוואס מעג איך נישט גלייבן אז חז''ל איז געשריבן געווארן מיט א העכרע גייסט, סיעתע דישמיא, וואטעווער די אלטרע טנעה'ט.
ער איז זייער קליג ביז זיין לימיט. און א געוויסע זין איז עס ערגער ווי די אלטרע ארטידאקס וואס זאגן קלאר איך גלייב און פארטיג. ער טראכט און איז ביזי מיט סמיז מאכן סענס.

איך קען נישט סעווידש קען זיין אז ער בעצם גלייבט נישט און מילה נאר רעדט פשוט לשיטותו פון די וואס האלטן יא דערפון

לעמאן דזשוס » מיטוואך אפריל 10, 2013 10:13 pm

· #103568
יאסי 👍 👍 👍 :

כאב א לענגערע רעצענזיע, אבער נישט כרגע די פאר מינוט צו שרייבן...

shem-tov » מיטוואך אפריל 10, 2013 10:21 pm

· #103572
גוט געזאג יאסי. א גוטע פוינט וועגען 13 בעיביס אקעגען 32000. און וועגען בלומבערג מיט די סאדע. אבער וואס ענפערסטו אים נישט "טראדישען", גוים פארשטייען דאס גאנץ פיין. ס'איז אפי' דא א פאוערפול מאווי דערוועגען. און זיי אים מסביר אז מילה וועט זיין נעקסט וואס דערווייל פארשטייט ער דאס נאך, אבער איך האלט נאך אלץ אז דאס איז א מעכטיגער שפיל פון סעוועטשען פאר "רעיטינגס" ער מאכט יעדען העפי מיט דעם גאנצן סאבדשעקט. די פרייע פרייען זיך. די גוים באלעקען זיך די קינדער. די פרומע מוזען עס אויסהערען.

למעשה חברה, קומט אלעס צוריק צו עפעס וואס מ'האט זיי אויפגערעגט. סעעוועטש שעלט אז די אידן האב אים נישט געהאלפן אין בריטען. דער רשע שמעריע שעלט וועגען עטיאפיען קינדער. נחום שעלט מען האט אים נישט אויסגעהערט. היטלער האט געשאלטן אז דער איד איז געווען א שטרענגע בעה"ב. ואנחנו לא נדע מה נעשה. באשעפער העלף אונז

געפילטע פיש » מיטוואך אפריל 10, 2013 10:28 pm

· #103579
נולד מאוחר
כ'מיטשע מיך צי פארשטיין סעווידטש.
ער איז ביזי מיט רעניסאנס, 20'עט סענטרי, סאיז צייט אראידאקסיע זאל איוואלווען, די תלמוד איז געשריבן דורך מענטשן וואס קענען מאכן טעותים.

איך ווינדער מיך אויב ווען ס'קומט צו די אמעריקאנע קאנסטיטוציע זאגט ער אויך די זעלבע? אדער זענען די אמעריקאנע טאטעס יא געווען איבערנאטורליך און געקענט אוועקשטעלן א קאנסטיטוציע פאר הונדערטער יארן.

יואליש » מיטוואך אפריל 10, 2013 10:32 pm

· #103582
פארוואס ריפט קיינער נישט אריין פון וויליאמסבורג און זאגט אים אין פנים אריין: יא דער רמב"ם האט געקענט זשערם טעאריע!

געפילטע פיש » מיטוואך אפריל 10, 2013 10:33 pm

· #103583
די פרויען איז פשוט פארוואס זיי רופן נישט, They are not supposed to call in the presence of a man.

זר זהב » מיטוואך אפריל 10, 2013 10:45 pm

· #103591
געפילטע פיש
נולד מאוחר
כ'מיטשע מיך צי פארשטיין סעווידטש.
ער איז ביזי מיט רעניסאנס, 20'עט סענטרי, סאיז צייט אראידאקסיע זאל איוואלווען, די תלמוד איז געשריבן דורך מענטשן וואס קענען מאכן טעותים.

איך ווינדער מיך אויב ווען ס'קומט צו די אמעריקאנע קאנסטיטוציע זאגט ער אויך די זעלבע? אדער זענען די אמעריקאנע טאטעס יא געווען איבערנאטורליך און געקענט אוועקשטעלן א קאנסטיטוציע פאר הונדערטער יארן.

גראדע מאכט ער פון מאל צו מאל חוזק פון די חברה וואס וויקלען זיך ארום אין די ''פאונדינג פאטערס''.

זר זהב » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 2:26 am

· #103723
Savage’s Debate of MBP Receives Mixed Reviews in Ultra-Ortho
Conservative Talk Show Host Michael Savage dedicated his show Monday night and much of his show Tuesday night to debate and bash the Orthodox Ritual of Metzitzah B’Peh. MBP is when the Mohel sucks away the blood from the wound caused from circumcision.

Members of the Ultra-Orthodox/Hasidic Community have reacted with mixed feeling to this occurrence: Some are concerned that the popular Talk Show host bashes Jewish by-law and without having sufficient facts to form an opinion. Others however are pleased that a person with a mega audience, who bills himself as “the only true friend of the Orthodox Community in major Media” is willing to debate this topic and perhaps ultimately come around on the “positive” side of this issue.

Mr. Savage, a son of a Jewish mother who – according to the Host – observed some Jewish by-laws such as salting the Turkey before Thanksgiving and lighting candles Friday Night, is very popular among Ultra-Orthodox/Hasidic Jews. The Host alluded to this fact over the last two days. Indeed, within minutes of the show opening Monday night, text messages, tweets and calls started circulating within the Community that “savage is bashing Metzitzah” or that “Savage is talking now about MBP; listen in.” The conversation on his show was so epic that after the prayers Tuesday Morning, groups of people were discussing it in mass. By the time Tuesday Night’s show came around, an endless number of people tuned in to the show expecting the battle between Orthodox callers and the Host to go on for a second day.

Indeed it did.

Mr. Savage argued that MBP is dangerous, pointing to thirteen alleged cases of Herpes that the newborns contacted after MBP since the year 2000. However a caller pointed out that MBP is performed at least 2,500 times per year in the New York area amounting to 32,500 MBP’s since 2000 of which 13 allegedly led to Herpes. “Thirteen out of 32K, one every year, is not even a scientific stat,” argued the caller. Besides, none of these thirteen cases were proven to come from the Mohel; the Rabbi performing the Circumcision.

When confronted with these stats, the host countered that the NYC Board of Health requires that parents sign a consent form that they are aware of the alleged dangers of MBP. This “proves” that there is indeed a danger. However the caller shot back that the nine members on the Health board are Bloomberg appointees rubber stamping whatever the Mayor wants.

Despite the above rebuttals, Mr. Savage tried steering the debate to the ethics of performing MBP and where in the Torah it says that this is how a Bris Milah is supposed to be done. The Host argued that since Talmud was written by mortal Men, they may have been mistaken about how to perform a “Bris” or perhaps may have been correct for their time. But now that “we know” that MBP is dangerous, it needs to be stopped – argued the Host – since Jewish by-law dictates that saving lives is above all in Judaism. Due to his premise, the caller tried debunking Mr. Savage’s argument that it’s dangerous but the host kept turning his focus as to why Jews at all believe in – what he described as – a “disgusting” procedure.

<a class="postlink" href="http://gestetnerupdates.com/2013/04/10/savages-debate-of-mbp-receives-mixed-reviews-in-ultra-orthodox-community/">http://gestetnerupdates.com/2013/04/10/ ... community/</a>

שעפטל » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:36 pm

· #103837
נעכטן האט סעוועדזש געהאט א פרישע דאגה, זיך שטארק אנגענומען פאר א אזוי גערופענע אמיש פירער וואס האט אפגעשניטן בערד פון אנדערע אמישע מענטשן האט מען פאראורטיילט צו 15 יאר אין תפיסה ועוד (זעה דא Ohio Amish Convicted Of Hate Crimes In Beard-Cutting Case Fight For Release)
למעשה האט איינער - א קריסט וואס זיין פאטער איז געווען א איד (הער דעם קליפ ביי 24:56) אריינגערופן און אים גאנץ גוט אריינגעפארן פארוואס ער איז ביזי מיט די מציצה (הער די קליפ ביי 26:55) כ'וועל נישט זאגן אז סעוועדזש האט אים ממש נישט געהאט וואס צו ענטפערן, אבער ווי ס'קוקט מיר אויס האט ער זיך שוין נישט געוואלט לאזן אריינשלעפן אין דעם אישו

למדן » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:37 pm

· #103949
איך וויס נישט אויב ס' קומט אין דעם אשכול אבער איך באצוה מיך צו סעוועדזש.
איך פארשטיי אז איך קען מיך נישט טענה'ן מיט'ן בר בי רב אבער וואס האלט דער עולם, דארפן די בערד שניידער גארנישט באקומען ווייל איהם האט זיך צוגעדאכט אז ווען סאטמאר מיט לובאוויטש שלאגן זיך האלט מען ארויס די פאליציי?
ווען איינער רופט ווען די פאליס וואלטן זיי דען נישט געקומען? אפילו ווען וועלט איז געווען וועלט און סאטמאר האט אפגעטוהן וואס מ' האט אפגעטוהן אין אמיש, האט זיך דען נישט איבערגעדרייט א וועלט? וואלטן זיי געטראפן דעם שולדיגן וואלט מען נישט קעיר גענומען פון איהם?
היינט איז א סאפיסקירטערע און א בעסערע (שטרענגער אר האועווער יו וואננע קאלל איט)און יעדע קלייניגקייט איז חטא על פשע

האלט דער עולם אז דער שניידער דארף ארויסגעלאזט ווערן תיכף ומיד?

מור וקציעה » דאנערשטאג אפריל 7, 2016 10:20 am

· #328129
מייקעל סעוועזש ווילדעוועט ארום ווען א חב''ד'סקער רופט אריין און וואונטשט אים א פרייליכען פורים

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=U6FhxMcY53g">https://www.youtube.com/watch?v=U6FhxMcY53g</a>

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אפריל 7, 2016 10:29 am

· #328132
Re: סעוועדזש פיסקעוועט איבער מציצה בפה
דער קלינגר האט איהם געקענט ענטפערען 'להודיע שכל קויך לא יבשו ולא יכלמו לנצח'. טאמער אבאמא איז המן, נישט אז איך קלער אזוי, לערנט אונז אויס פורים אז ער וועט האבען א מפלה.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

שצם_חנכל » דאנערשטאג אפריל 7, 2016 12:33 pm

· #328180
העטעך פעטעך געקענט ענטפערן לויט זיין פילאזאפיע פארלירען אלע פייערונגס טעג זייער מיינונג. וואס איז יולי 4? וואס איז Thanksgiving? וואס איז Christmas און Halloween? עניוועי, איינער וואס רעדט אזוי סאך האט נישט קיין צופיל צייט צו טראכטען.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אפריל 7, 2016 1:12 pm

· #328192
Re: סעוועדזש פיסקעוועט איבער מציצה בפה
ער איז נישט דער נושא, דער נושא איז אלע אידישע צוהערער'ס וואס האבען געהערט א נערישע טענה אן א ענטפער

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
בלאט: 1 2