☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #3391

אשכול אן א טיטל #3391

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3391

— » דינסטאג אפריל 9, 2013 1:32 am

· #102785

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

קאווע טרינקער » דינסטאג אפריל 9, 2013 1:44 am

· #102792
א בחינה!
10 שאלות וואס די תשובות שטייט ערגעץ אין שטיבל און איז שווער צו טרעפען דורך '' זוך ''. אדער זאל דער זוך אפציע נישט ארבעטען יענע פאר טעג.
דער געווינער, מסתמה זר זהב, וועט באלוינט ווערן

דולה ומשקה » דינסטאג אפריל 9, 2013 10:38 am

· #102832
זיבן טויזענט תגובות, אפשר איז דאס א קליין מספר כנגד דער גרויסע נומער פון הונדרעט טויזענט, אבער דאך דער "זיבן טויזענט" תגובות האט צו געברענגט צום גרויסען פייערונג טאג וואס קאווע שטיבל וועט אט אט אפצייכענען אין עטליכע טאג ארום הבאים ומתקרבים. במה דברים אמורים? די איבער זיבן טויזענט טרויעריגע בארימטע לשון הרע ורכילות אפטיילונג הנקרא "צימעס" שם רשעים ירקב, דאס איז מסתמא מיט נאך דריי טויזענט תגובות זיינס גלייכען וואס איז פארזייעט און פארשפרייט אין אנדערע אפטיילונגען אין אשכולות. לדידי, אני כשלעצמי וועט פייערן דעם גרויסען טאג ערשט ווען עס גייט האלטן ביי 112,000 תגובות. אין בין פשוט נישט גורס יענע עטליכע טויזענט תגובות, פונקט ווי א צווייטע אנערקענט נישט אין דער מדינה הציונות.

געפילטע פיש » דינסטאג אפריל 9, 2013 2:07 pm

· #102934
ווען מ'קוקט אין די אדרעס באר זעט מען אז יעדע תגובה האט א נומבער, דיין תגובה למשל איז 102832, איך וויל וויסן וואו די דריי טויזענט תגובות זענען געגאנגען. איז דאס געמעקטע תגובות? און ווען מ'מאכט א טאטאל אויף די פראנט פעידזש פון אלע תגובות קומט עס אויס 103633. גאו פיגער.

און דולה, האסט פארגעסן פון די 3339 תגובות אין די וועבערמאן סומאטאכע אשכול.

וואלפה » מיטוואך אפריל 10, 2013 2:00 pm

· #103313
מזל טוב 100,000!!!!!

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 10, 2013 2:30 pm

· #103338
מזל טוב!
איך האב א געדאנק ווי אזוי צו פראווען די שמחה. איך האב עס שוין געשריבן דא:

שמעקעדיג
בקרוב וועט מען נעמען א חבורה, חברים און ניקס פון קאווע שטיבל, און מיר וועלן ארומפארן ארום די וועלט באזוכן לייוו די פלעצער.
מיר וועלן צוזאמען שמועסן און פארברענגען, עסן און טרינקען, זינגען און דאנקען גאט, פאר זיינע וואונדערליכע נפלאות הבריאה....
(שמעקעדיג.... Keep dreaming)


אפשר גייען מיר די וואך? די וועטער איז שיין......

איינגעמיירעט » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 1:41 am

· #153248
אוי ואבוי סכאפט מיר א ציטער
הונדרעט פופציג טויזענט
וויפיל וואלט איך מען געקענט אויפטוהן ווען מנוצט ווען אויס דיע צייט פאר עפעס צודער זאך

I'm back » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 9:40 am

· #153276
.

I'm back » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 9:41 am

· #153277
איינגעמיירעט
אוי ואבוי סכאפט מיר א ציטער
הונדרעט פופציג טויזענט
וויפיל וואלט איך מען געקענט אויפטוהן ווען מנוצט ווען אויס דיע צייט פאר עפעס צודער זאך


@איינגעמיירעט, כאפ זיך צוריק באצייטענס, און וויין נישט ביי 200,000.
נעם זיך פאר נישט אריינצוקומען מער דא אין שטיבל.