☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » אין דיזן אשכול רעדט מען נישט פון;

אין דיזן אשכול רעדט מען נישט פון;

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3386

לעמאן דזשוס » מאנטאג אפריל 8, 2013 10:24 am

· #102401
אין דיזן אשכול רעדט מען נישט פון;
חינוך, נושרים, אוטידי, אונזער סיסטעם, נישט קענען ענגליש, נישט האבן א פאך, נישט זיין עדוקירט, נישט זיין פראדוקטיוו, אויפגעקלערט, אריינגעקלערט, סאטמאר, אינטערנעט, סיקריקים, אידישקייט, ראסיזם...

און די ליסט גאוס אן...

וואו איך גיי און שטיי זעה איך באסעלעך מיט תינוקות של בית רבן׳לעך. געפאקטע שולן מיט בחורים איבער ריזיגע גמרות, געשטופטע מנינים מנחה מעריב מיט קולות ביי ספירת העומר, נאסע מקוה האנטוכער אויף די מקוה פאדלאגע פון פארטאגס ביז חצות. כוללים פול עד אפס מקום עפענען זיך צום פרישן זומער זמן. דיקע צייטונגען מעלדן איבער ריזיגע פארזאמלונגען אינערהאלב חרדישע געזעלשאפטליכע פארברענג צוזאמקומפטן. און וואס פעלט?

איך קוק ארום, און איך טרעף נישט די ׳חסידישע חרדישע פרילינג׳ איך גיי אין געשעפט זעה איך כשרע פראדוקטן חדשים לבקרים מיט׳ן שטרענגסטן הכשר זיגל. אין ספרים קלייט זעה איך הויפענס דיקע בענדער פון פרישע ספרים און אידישע ליין מאטריאל אה א נחת. איך גיי אין גאס זעה איך פון מיין קוק ווינקל צום ערד פילע וועגעלעך מיט אידישע פיצלעך...

בדחן » מאנטאג אפריל 8, 2013 10:25 am

· #102402
אקעי, לאמיר רעדן פון שידוכים אישוס ביים היימישען ציבור.

געפילטע פיש » מאנטאג אפריל 8, 2013 11:31 am

· #102430
סא וואס איז געבליבן צו רעדן? די אינזלען אויף פארט. העמילטאן? האט דאך מיט די קאמיוניטי, הממ.., וועלכע קאמפאני פעיפער טאוועל נוצטו?

לעמאן דזשוס » מאנטאג אפריל 8, 2013 11:33 am

· #102432
דא רעדט מען די סיבה פארוואס אין גאס איז נאך כאילו קאוועשטיבל.קאם שטייט נאך נישט א יאר...

טאועל פעיפער נוץ איך באונטי. אבער חס ושלום אויף פסח.

שמעקעדיג » מאנטאג אפריל 8, 2013 11:34 am

· #102433
געפילטע, פון וואס מען רעדט יא, דארף מען זוכן אין א צווייטן אשכול. ס'איז נישט נוגע אהער.

משה געציל » מאנטאג אפריל 8, 2013 12:05 pm

· #102448
טויש דעם קעפל; "אין דיזן אשכול רעדט מען נישט".

מאטי » מיטוואך אפריל 10, 2013 8:53 am

· #103185
לעמאן כווייס פון א גאנצן שטיבעל - נישט נאר איין אשכול -וואס רעדט נישט פון די זאכן כ׳וויל נישט קורא שם זיין אין ״דיזן״ אשכול.