נטורי קרתא מיטגליד: אידן מחוייב צו לייקענען האלאקאסט
שבת אינדערפרי זיץ איך מיר אין בית המדרש געמיטליך, טרינק איך מיר א קאווע, אינמיטן הער איך קולות פון פאליש, א נטורי קרתא מיטגליד האט זיך געטענה'ט און ארומגעאמפערט שרייענדיג אידן זענען מחוייב צו לייקענען דעם האלאקאסט, בעיסנ'דיג אויף א משנה אין אין דורשין אז מ'טאר נישט דרשענען אין ענינים וואס שטיצט כפירה, אשר על כן איז מען מחויב צו לייקענען דעם האלאקאסט. נא, וואס זאגט איר צו דעם?
אידן זענען מחיוב צו לייקענען די האלוקאסט, די גזירת ת"ח ת"ת, און פארוואס נישט די חורבן בית שני? זייט ווען האבן מיר געליטן? ס'טייטשט מיר גייען אויסניצען אונזער געליטענקייט פון די רומים ביי די אומה"ע?! רח"ל!
און וואס מיינט לייקענען; זאגן אזוי פאר די גוים? פאר אידן? זיך אליינס איינרעדן.
עד מתי תאהבין ריק - וכסילים מתי תשכילו.
"נישט דרשענען אין ענינים וואס שטיצט כפירה" איז דען טייטש פארלייקענען פאקטן?
נו שוין, א קשיא אויף א נטו"ק אויבערחכם.
דו האסט געלייענט די ארטיקל אויך, אדער נאר די העדליין?
די העדליין איז אביסל מיסלידינג, וואס ער טענה'ט איז אז די האלאקאוסט זאל מען נישט נוצן אלס די איינציגסטע סיבה פארוואס אידן זענען בארעכטיגט צו א לאנד, נאר ווייל דאס אידישע פאלק איז בארעגטיגט דערצו אפילו אן די האלאקאוסט.
אויב א נטורי קרתא'ניק וועט אזוי זאגן וועל איך בכלל נישט האבן קיין טענות אויף עם.
איך ווייס נישט פונקליך וואס דער נטורי קרתא'ניק האט געזאגט( אויב ער האט עפעס געזאגט) אבער איך מיין אז איך פארשטיי א ביסל די שיטה פון די נטירי קרתא,
דוד בן גורין ימ''ש איז געווען א כופר בעיקר, ער האט נישט געגלייבט קיין איין ווארט וואס עס שטייט און די הייליגער תורה, די זעלבע איז געווען חיים ווייצמאן ימ''ש, יצחק גרינבוים ימ''ש, און זאב זאשבטינסקי ימ''ש.
דאס אז ארץ ישראל באלאנגט פאר יודן, האט איין מקור: די תורה הק' "כי לך ולזרעך אתן את הארץ הזאת" און די זעלבע תורה הק שטייט אויך: ותקיא הארץ את יושביה, אז אויב מען וועט זיך נישט פירן וואו דער תורה הייסט, וועט מען פארלירן ארץ ישראל.
די אויבן דערמאנטע כופרים, האבן גענימען א פסוק און די תורה, און וואס זיי אליינס גלייבן נישט קיין ווארט וואס דארט שטייט, און אויף דעם ארויף האבן זיי ארויסגעווארפן די אראבער פון א לאנד וואס זיי וואוינען שוין דארט פאר יארן לאנג, און אויב גלייבן זיי יא און די תורה, נא? דער תורה זאגט דאך מפני חטאינו גלינו מארצנו? האבן די אויבן דערמאנטע כופרים אמאל תשיבה געטאן? האט דען איינער א מאל געכאפט בן גריונען לייגען ר''ת תפילן בצנעה?
נאר וואס דען א פאר אלטע לייצים און כופרים, האבן זיך פארגליסט און אזא מדינה'לע, האבן זיי געניצט די תורה און וואס זיי האבן נישט געגלייבט, צו פארפולען זייערע תאווה'לע:
איצט אזוי: די ציונים האבן באלאקירט יעדן סארט הצלה, וואס מען האט נאר געקענט טאן צו ראטעווען יודן, דער רשע סאלי מאיער פון די דשוינט, האט נישט געוואלט געבן קיין געלט פאר די נאציס, צו ראטעווען יודן, ער האט נאך אפי' באלאקירט די געלט פון די ערליכע עסקנים וואו ר' יצחק שטערנבוך, די מעשה מיט יואל בראנד, וואס איז געפארן און די שליחות פון די נאציס צו פארהאנדלען מיט די פירער פון די סוכנות, און די סוכנות האט אים געמאסערט פאר די בריטישע, און מען האט אים איינגעשפארט און טערקיי, אז ער זאל נישט קענען פארהאנדלן, דאס אלעס איז געווארן אויף געוויזן שווארץ אויף ווייס, דירוך דער אדוואקאט שמואל תמיר, ביי די קאסנער פראצעס און מדינות ישראל,
אלזא? איז דען פארהאן א גרעסערע לייצנות וואו דעם, אז דע זעלבע וואס האבן גשטערט די הצלה פון טויזענטער יודן, במעקיפין געשיקט דאס גאנצע אונגארישען אידענטום, פארברענט צו ווערן און אוישוויצער קאלעך אויבענעס, זאלן קימען און ניצן דעם שואה, צו רייטען אויף די געפילן פון די גויאישע וועלט?
ציונים ימ״ש אבער נאציס נישט?...
אנטשולדיג קאך לעפל געוואלד געשריגן דער נטורי קרתאניק. האט אויך געזאגט אז מדארף לייקענען האלאקאסט וועגן פראפעגאנדע פאר ציונים נישט וועגן זיי(די ציונים )זענען שולדיג. ולא עוד וואלט'ן ווען בימי החורבן און ווען פושעי ישראל וואלט'ן גענוצט דעם חורבן פאר זייער פראפעגאנדע וואלט'ן חכמינו ז"ל געאסרט צו רעדן פון חורבן. גיי פארענטפער א משוגענעם...
קאך לעפל, צו האבן א טענה אויף ארץ ישראל דארפן זיי נישט קיין פסוק, ס'איז א היסטארישע פאקט אז דאס איז געווען א אידיש לאנד ביז פאר צוויי טויזענט יאר צוריק, און די אידן זענען געגאנגען קיין ישראל לעגאל, די ליגע אוו נעישענס, די בריטישע מאנדאט וואס האט געוועלטיגט אויפן לאנד (נישט די אראבער) און שפעטער די UN, האבן אלע אוועקגעגבן דאס לאנד פארן איד.
זענען זיי נישט געווען קיין ערליכע אידן, און ממילא?
איך מיין אז דו האסט א שטיקל טעות,
קודם אלעס איז געווען געבויעט אויף הצעות באלפור: א בריטישער לארד האט ארויסגעגעבן א דעקלאראציע אז יודן האבן אן היסטאריש רעכט אויף ארץ ישראל, ווייל אזוי שטייט אין די בייבל, און די בריטשע אנערקענען דעם בייבל.
נ'קען אנערקענען די בייבל די היסטארישע בוך, און נישט די בייבל די רעליגיעזע טעקסטבוך.
געפילטע פישקאך לעפל, צו האבן א טענה אויף ארץ ישראל דארפן זיי נישט קיין פסוק, ס'איז א היסטארישע פאקט אז דאס איז געווען א אידיש לאנד ביז פאר צוויי טויזענט יאר צוריק,
?
די טענה איז שוין אלט און אויסגעדראשן, די פראבלעם וואס די טענה האט איז אז פאר דעם האט דאס לאנד געהערט פאר כנען און די איבריגע פעלקער.
רוזעוולטאנטשולדיג קאך לעפל געוואלד געשריגן דער נטורי קרתאניק. האט אויך געזאגט אז מדארף לייקענען האלאקאסט וועגן פראפעגאנדע פאר ציונים נישט וועגן זיי(די ציונים )זענען שולדיג. ולא עוד וואלט'ן ווען בימי החורבן און ווען פושעי ישראל וואלט'ן גענוצט דעם חורבן פאר זייער פראפעגאנדע וואלט'ן חכמינו ז"ל געאסרט צו רעדן פון חורבן. גיי פארענטפער א משוגענעם...
יאך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט, האסט געפענט א נייע ניק און אהער געשטעלט א אומקלארע שטרוי מאן, און יעצט...?
איך בין ווייט נישט קיין אנהעענגער פון נטו״ק, אבער דיין מהלך דא פון מאכען א פוינט וואס אז זאך וואס האסט אונטערגעהערט וואס איינער זאל האבן געזאגט איז נישט קיין מהלך, וופיל מען וועט נאר רעדן און מסביר זיין די נקודה, וועסטע אלץ האבן א ברירה צו קימען מיט א נייע תגובה אז דער נטו״ק האט אנדערש געזאגט.
פראביר צו גיין מיט דיין נקודה אויפן געהעריגען אופן נישט מיט קיין שטרוי מאן.
דעת תורהגעפילטע פישקאך לעפל, צו האבן א טענה אויף ארץ ישראל דארפן זיי נישט קיין פסוק, ס'איז א היסטארישע פאקט אז דאס איז געווען א אידיש לאנד ביז פאר צוויי טויזענט יאר צוריק,
?
די טענה איז שוין אלט און אויסגעדראשן, די פראבלעם וואס די טענה האט איז אז פאר דעם האט דאס לאנד געהערט פאר כנען און די איבריגע פעלקער.
נא, ווען כנען וועט קומען מאנען זיין לאנד וועל איך זיך ספראווען מיט עם, ביז דערווייל איז ער נאך נישט געקומען.
אבער ערענסט גערעדט, ממה נפשך, גייסטו לויט ווער ס'האט עס געהאט פריער? דאן האבן די פאלעסטינער נישט קיין טענה דערויף, גייסטו נאר ווער ס'האט עס יעצט? האבן זיי ווידער נישט קיין טענה.
אבער אויף צו זיין "סעלף העיטינג" דזשוס? איז עס גענוג גוט. און דער חלק פון לייקענען דעם האלאקאוסט (איראן קאנפערענס יוכיח) שטעלט זייער גאנצן אידישן אפשטאם אין ספק.
צריך עיון. קויפמאן מיט יעקב יוסף ז"ל ?????
קרעדיט: בעולמם של חרדים
📎 YY.jpg
נישט יעדע משיגער איז א נטורי קרתא'ניק
און נישט יעדער משוגענערס נפיחה ראוי לעלות על שולחן ק"ש.
דעת תורהגעפילטע פישקאך לעפל, צו האבן א טענה אויף ארץ ישראל דארפן זיי נישט קיין פסוק, ס'איז א היסטארישע פאקט אז דאס איז געווען א אידיש לאנד ביז פאר צוויי טויזענט יאר צוריק,
?
די טענה איז שוין אלט און אויסגעדראשן, די פראבלעם וואס די טענה האט איז אז פאר דעם האט דאס לאנד געהערט פאר כנען און די איבריגע פעלקער.
קוק אין די ערשטע רש"י פ' בראשית, הוא בראה והוא נתנה לנו
קאך_לעפלאיך מיין אז דו האסט א שטיקל טעות,
קודם אלעס איז געווען געבויעט אויף הצעות באלפור: א בריטישער לארד האט ארויסגעגעבן א דעקלאראציע אז יודן האבן אן היסטאריש רעכט אויף ארץ ישראל, ווייל אזוי שטייט אין די בייבל, און די בריטשע אנערקענען דעם בייבל.
תיקון טעות: עס הייסט
הצהרת בלפור, ד.מ. די דערקלערונג פון לארד באלפור - נישט הצעות וואס טייטש זיין פאָרשלאַג
אויף יודיש הייסט עס
באלפור'ס דעקלעראציע - <a class="postlink" href="http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%91%D7%90%D7%9C%D7%A4%D7%95%D7%A8%D7%A1_%D7%93%D7%A2%D7%A7%D7%9C%D7%90%D7%A8%D7%90%D7%A6%D7%99%D7%A2">http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%91%D7% ... 7%99%D7%A2</a>
---------------
אגב, בן גריון האט דאכט זיך יא געגלייבט אין די תורה. ער האט טאקע נישט אנגענומען די ארטאדאקסישע אויסטייטש אז אלעס וואס שטייט דארט איז פאקטיש היינט מחייב, דערפאר האט ער נישט געזעהן פאר וויכטיג צו לייגן תפילין, אבער ער האט עס בכלליות אנגענומען אלס אמתדיגע היסטארישע פאקטן און איז דערפאר געוועהן שטארק טראדיציאנאל געשטימט. ער האט אויך בעצם שטארק געגליכן דעם תנ"ך.
מ'קען עס שטארק זעהן אין דער דיקער בוך "ארץ ישראל" וואס ער האט געשריבן צוזאמען מיט בן צבי (אין יודיש)
ער איז געוועהן קעגן הפרדת דת מהמדינה און האט שטארק געשעצט חרדישע יודן (ער האט געגעהבן דעם פטור פאר ישיבה בחורים וואס זענען תורתם אומנתם, ער האט גערעדט זייער פאזיטיוו איבערן "חזון איש" נאך א באזוך וכו' וכו')
קרעמער1קאך_לעפלאיך מיין אז דו האסט א שטיקל טעות,
קודם אלעס איז געווען געבויעט אויף הצעות באלפור: א בריטישער לארד האט ארויסגעגעבן א דעקלאראציע אז יודן האבן אן היסטאריש רעכט אויף ארץ ישראל, ווייל אזוי שטייט אין די בייבל, און די בריטשע אנערקענען דעם בייבל.
---------------
אגב, בן גריון האט דאכט זיך יא געגלייבט אין די תורה. ער האט טאקע נישט אנגענומען די ארטאדאקסישע אויסטייטש אז אלעס וואס שטייט דארט איז פאקטיש היינט מחייב, דערפאר האט ער נישט געזעהן פאר וויכטיג צו לייגן תפילין, אבער ער האט עס בכלליות אנגענומען אלס אמתדיגע היסטארישע פאקטן און איז דערפאר געוועהן שטארק טראדיציאנאל געשטימט. ער האט אויך בעצם שטארק געגליכן דעם תנ"ך.
מ'קען עס שטארק זעהן אין דער דיקער בוך "ארץ ישראל" וואס ער האט געשריבן צוזאמען מיט בן צבי (אין יודיש)
ער איז געוועהן קעגן הפרדת דת מהמדינה און האט שטארק געשעצט חרדישע יודן (ער האט געגעהבן דעם פטור פאר ישיבה בחורים וואס זענען תורתם אומנתם,
ער האט גערעדט זייער פאזיטיוו איבערן "חזון איש" נאך א באזוך וכו' וכו')
ס׳קען זיין אז ער האט געהאט א הערצה פארן חזון איש און עדמייערעישאָן פאר פרומע אידן אבער קיין גלייביגער איז ער לוכאורה נישט געוועהן , אסאך זאגן אז ער איז געוועהן א באהאלטענער בודהאיסט און ער איז געפארן קיין טיבעט זיך טרעפן מיט בודהא טיטשערס
רוזעוולט וואס זאגט איר צו דעם?
וואס איך זאג? גארנישט. עס איז נישט קיין נייעס ווער זיי זענען. איך וועל ענק זאגען, עס וועט מיר אפי' נישט זיין א חידוש ווען זיי גייען זיך פיסלאמירן. און ווערן פיסלאמעינאר. זיי גייען ברענגען א ראי' פון ש"צ ימ"ש
@שבת אחים אזוי האט מנשה פיליפ געזאגט?
מזרוחניק פגש נטורי קרתא הבוקר ואמר לו,שלמעשה שניהם מודים שהדגל הוא מכשיר מצוה, וכל המחלוקת היא שהנטורי קרתא סוברים ש'הדלקה עושה מצוה' והוא סובר ש'הנחה עושה מצוה'!
נישט ווייל סאטמער האט אזוי געשטורעמט קעגן ציונות ווערט שוין יעדער ציוני א גלויביגער און איינער וואס שעצט חרדים, דא האט איהר אביסל ציטאטן פון בן גוריון:
"הגלויות המתחסלות והמתכנסות בישראל אינם מהוות עדיין עם, אלא ערב רב ואבק אדם, ללא לשון, ללא חינוך, ללא שורשים, הפיכת אבק אדם לאומה תרבותית היא מלאכה לא קלה."
און דאס האט ער געהאלטן וועגן ישיבה בחורים
"איני יכול להסכים בשום אופן לדבריך ש'בגלל בחורי הישיבות הגענו עד הלום' לא הם בנו את הארץ, לא הם חרפו נפשם למוות על עצמאותה ואין להם זכויות מיוחדות, שאין ליהודים אחרים"
"כשפטרתי לפני עשר שנים בחורי הישיבה משרות בצבא היא מספרם מועט ... המצב מאז השתנה. בחורי הישיבות רבו"
ער האט נאר בע"כ זיי געגעבן א פטור ווייל ער האט געדארפט די שטיצע פון חרדים און עס איז נאר געווען דעמאלטס בערך 400 ישיבה בחורים און פונקט פארקערט זיין שעצונג צו פרומע האט ער אויסגעדריקט אויף די וועג,
"עוד 30 שנה יהיו חרדים רק במוזיאונים."
פארשטייט איהר?
און אויב ווילט איהר א טיפערן בליק נעם דיר א שעה און א האלב און הער זיך צו צום אמת פון די
סרט שחושף את האמת על בן גוריון ומקימי הציונות.