הגה"צ אבד"ק באבוב שליט"א האט א שידוך געטון
נעכטן, מוצאי שב"ק, איז אויפגענומען געווארן מיט פרייד די ידיעה, אז דער באבוב'ער רב שליט"א האט געשלאסן א שידוך מיט זיין טאכטער ב"ק הכלה המהוללה תחי'.
דער חתן הרב בן ציון אדלער שליט"א, איז א זוהן פון הרה"ג ר' ישראל אליעזר אדלער שליט"א, רב דקהל מנחה חדשה.
דער באבוב'ער רב שליט"א האלט זיך ווייטער צו דרכו בקודש פון נעמען דוקא 'מתמידים און יראי שמים' חתנים פאר זיינע טעכטער.
די שמחת התנאים וועט פארקומען היינט נאכט אין בית המדרש הגדול, בשעה 9:00 פונקטלעך, ווי עס וועט זיין א געלעגנהייט פאר'ן עולם אדורכצוגיין אנוואונטשען א ברכת מזל טוב.
ענבי הגפן בענבי הגפן דבר נאה ומתקבל.