☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » נושרים, איז עס ערגער היינט ווי אמאל?

נושרים, איז עס ערגער היינט ווי אמאל?

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3370

בדחן » זונטאג אפריל 7, 2013 1:59 pm

· #102024
נושרים, איז עס ערגער היינט ווי אמאל?
מען האט שוין דא זייער אסאך געשריבען געוויינט און געקלאגט איבער דעם שפלות הדור, זעלטען צו זען אינאיינעם אזא גרויסע קבוצה מיט אינגעלייט וואס זאל זיי אזוי וויי טיען צער השכינה וואס קלאגט איבער אירע קינדער וואס בלאנדשענען נעבעך און פירען זיך נישט אויף ערליך רח״ל,

נישט וויסענדיג בשל מי הרע הזאת האט מען שוין - כ״א לפי דרגה דילה - יעדעם איינעם באשולדיגט, ובתוכם עסקנים/רבנים/דיינים/ת״ח/פאליטישענעס/דירות/טיטשערס/חתן מדריכים/כלה מדריכות/ליידגייערעס/הויכע לעבען סטאנדערט/בעלי בתים/גראסעריס/ אלל אף די אבאוו, מען האט שוין געשריבען דערויף אשכולות אויף אלע ערליי אופנים, מיט משלים אן משלים, מיט גראמען אן גראמען, לאנגע פארזעצענוגען קורצע תגובות, כמעט יעדען טאג איז דא א נייע אשכול דערויף,

אבער איין מינוט: איז די מצב טאקע אזוי שלעכט? איז די מצב פערצענטואל ערגער היינט ווי אמאל?

לפי קט שכלי איז רעכט צו זאגען אז מיר שטייען גארנישט ערגער ווי די לעצטע הינדערטער יאר בעפאר די צווייטע וועלט מלחמה,
עס איז אמת אז דער אלגעמיינער ערליכער בעה״ב/ת״ח/רב/רבי איז היינט אויף א שוואכערע דרגה ווי אמאל, אבער דאס האט שוין משה רבינו פאראויסגעזען ווען השי״ת האט אים געוויזען דור דור ודרשיוו, עס איז בטבע אז יעדע דור איז שוואכער ווי די פאריגע דור.
אבער נושרים זענענן דעמלאטס געווען פערצענטואל אסאך אסאך מער, נאר די פראבלעם היינט צוטאגס איז אז די ארויסגעפאלענע האבן נישט די קוראזש צו גיין ביזען סוף זיי דרייען זיך מיטען אפענעם סעלפאון און טאש 24 שעה כסדר לפתח חטאת רובץ און זיי קלאגען אויפן סיסטעם, אמאל וואלט שוין אזא איינער לאנג ארויס געימען אפן און געזאגט אז ער איז א שגץ און אפגעלאכט פון תורת משה רח״ל, היינט אבער איז א שוואכע דור מען האט מורא פון א טויש און מען האט שוין אנגעמיירעט צוויי דריי קינדער, בלייבט מען אינעווייניג און מען שרייט פון אינסייט אז די מצב טויג נישט.

העי, די מצב איז כמעשה, עס איז דא הערליכע ת״ת און ישיבות און פיינע אינגעלייט, אמת אז איז אמעריקא 2013 און אלעס איז שוואכער און שווערער אבער לפי הזמן והמקום איז אידשקייט שענער ווי סיי ווען, עס איז די נושרים וואס האבן נישט קיין קוראזש צו גיין אפן שרייען זיי אז יעדער איז ווי זיי.

זר זהב » זונטאג אפריל 7, 2013 2:02 pm

· #102027
דער אלגעמיינער בעה"ב איז היינט ערגער ווי אמאל??

WRONG

דעת תורה » זונטאג אפריל 7, 2013 2:07 pm

· #102033
אוודאי איז פאר די קריג דער מצב געווען פיל ערגער. דער מדובר איז כהיום קעגן די לעצטע זעכציג יאר.

בד"וו, א נקודה למחשבה, אויב פאר די קריג איז געווען אזוי שלעכט, דאן צי וואס אנהאלטן די אלטע וועגן?

א נאר איז איינער וואס טוט די זעלבע זאך כסדר, אבער עקספעקט אנדערע ריזאלטס. (קרעדיט?)

יאיר » זונטאג אפריל 7, 2013 2:12 pm

· #102038
דעת תורה, אזא ווייטאגליכע פראגע האב איך שוין לאנג נישט געהערט.

בדחן » זונטאג אפריל 7, 2013 2:14 pm

· #102041
זר זהב
דער אלגעמיינער בעה"ב איז היינט ערגער ווי אמאל??

WRONG


כ׳האב געזאגט שוואכערע דרגה,
אבער אנשטאט ניצען איין ווארט ״ראנג״ זיי זיך ביטע מסביר באריכות.

שרייבער » זונטאג אפריל 7, 2013 2:14 pm

· #102043
זר זהב
דער אלגעמיינער בעה"ב איז היינט ערגער ווי אמאל??

WRONG

דער אלגעמיינער בעה"ב אין פנימיות, אין חיצוניות איז ער טאקע סאך בעסער וד"ל

שרייבער » זונטאג אפריל 7, 2013 2:17 pm

· #102044
דעת תורה
אוודאי איז פאר די קריג דער מצב געווען פיל ערגער. דער מדובר איז כהיום קעגן די לעצטע זעכציג יאר.

בד"וו, א נקודה למחשבה, אויב פאר די קריג איז געווען אזוי שלעכט, דאן צי וואס אנהאלטן די אלטע וועגן?

א נאר איז איינער וואס טוט די זעלבע זאך כסדר, אבער עקספעקט אנדערע ריזאלטס. (קרעדיט?)

גייט מען דען אויפן וועג ווי אמאל?, טוישט זיך נישט דער חינוך סיסטעם מער און מער, פון ווען איך בין געווען א אינגל ביז היינט (מער ווי צוואנציג יאר) האט זיך שוין דער חינוך סיסטעם היבש געטוישט אויף לטיבותא (עכ"פ אינעם מוסד ווי איך האב געלערנט), אוודאי קען עס נוצן נאך פארבעסערונגען אבער צו זאגן אז ס'איז די זעלבע? אתמהה?

זר זהב » זונטאג אפריל 7, 2013 2:17 pm

· #102045
דעת תורה, איר מישט צאם. אידישקייט 100 יאר צוריק אין ערליכע שטעט איז געווען נאך עני טיים אזוי גוט ווי היינט. אבער רוב רובו זענען נישט געווען ערליך טו בעגין וויט, אזוי ווי אין מונקאטש, א פרייער שטאט און אויך אין דייטשלאנד וואו רוב אידן זענעו געווען אסימיליאירט. און מ'ווייסט וואס ס'געקומען נאכדעם... 6 מיליאן אידן, אבער נאר א מיליאן דערפון שותומ"צ.

בדחן » זונטאג אפריל 7, 2013 2:20 pm

· #102048
דעת תורה
אוודאי איז פאר די קריג דער מצב געווען פיל ערגער. דער מדובר איז כהיום קעגן די לעצטע זעכציג יאר.
בד"וו, א נקודה למחשבה, אויב פאר די קריג איז געווען אזוי שלעכט, דאן צי וואס אנהאלטן די אלטע וועגן?
א נאר איז איינער וואס טוט די זעלבע זאך כסדר, אבער עקספעקט אנדערע ריזאלטס. (קרעדיט?)


ווייל עס איז דא איין אמת׳ע תורה, מען קען עס נישט טוישען אדער משנה זיין, און עס איז אבייג געווען שווער איינצוהאלטען, דערפאר קען מען היינט נאר גיין אויף די זעלבע אלטע תורה וועגען, און עס וועט ווייטער זיין שווער איינצוהאלטען, און עס וועלן ווייטער זיין נושרים.

הקטן » זונטאג אפריל 7, 2013 7:15 pm

· #102254
עס איז לכורה דא היינט אסך מער וואס גייען מיטען לבוש אבער האבען, ביז דערווייל, גארנישט מיט אידישקייט. ממש ליידיק אן קיין בעסיק ידועות אין אן א ברעקל געשמאק. פין די סארט איז דא וואס ריפען זיך באמס אדער קאאל - אין עס איז דא וואס זענען פארקניישטע כולל אינגעלייט.

פין די אנדער זייט איז אבער היינט דא א גרויסע דארשט פאר אטענטיק דבקות בה' . וועגן דעם איז די צ. מ. זילבערגער\ מ. זילבער למינהם א האט אייטעם.
נישט אזוי לאנג ציריק איז אידישקייט באשטאנען אויף א גרויסע פארנעם מנעלי אויף איינפאכע קבלת עול. אבער ווי אזוי עס גויאוישט זיך אידיש-זיך אין פלען קבלת עול גיבט נישט היינט

אינז זעמר געוואוינט צי באוויינען דעם דור מיט אירע פראבלעמען לולי דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז די מצב היינט (including 10G) איז all by design אלס אן הכנה צי ביאת המשיח, די אלע וואס זייער אידישקייט באשטייט פין פיר פרעשויר וכו' וועט אוועקפאלן אין ווער עס וועט אונפאנגען פין סקרעטש ווי אברהם אבינו ווען זיך האלטען

מאראנצןזאפט » זונטאג אפריל 7, 2013 7:38 pm

· #102260
משפיעים און זייערע השפעות!
די הודעה פון דא איז פלאצירט געווארן אונטער א באזונדערן אשכול ואתכם הסליחה

געוואלד געשריגן » זונטאג אפריל 7, 2013 7:40 pm

· #102262
דעת תורה
(קרעדיט?)


אלבערט איינשטיין

זר זהב » זונטאג אפריל 7, 2013 7:45 pm

· #102264
מאראנצןזאפט
איך חלש איינער זאל עפענען אן אשכול וועגן די היינטיגע משפיעים און זייער דרך ההשפעה, וואס הקטן רופט אויטענטיק אידישקייט.


אין אייוועלט האט זיך געטון לעבעדיג א יאר צוריק וועגן די היינטיגע משפיעים

<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=16204&hilit=%D7%9E%D7%A9%D7%A4%D7%99%D7%A2%D7%99%D7%9D">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 7%99%D7%9D</a>

מאראנצןזאפט » זונטאג אפריל 7, 2013 7:50 pm

· #102270
איך קען נישט אייוועלט, איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געשריבן דארט, און באזוכט אינגאנצן איינציגע מאל.
איך בין אבער זיכער אז אויב עפענט מען דא אזא אשכול וועט עס אפילו נישט ענדלען.
סיי אין אינטעלעגענץ און אודאי אין ביקורות.
בכל אופן יישר כוח פאר די לינק.

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 7, 2013 8:02 pm

· #102276
זר זהב
דער אלגעמיינער בעה"ב איז היינט ערגער ווי אמאל??

WRONG

כדי לחזק את דבריך. אמאל. פאר די צווייטע וועלט'ס מלחמה איז געווען אזא זאך ווי אידעאלאגיע. ס'איז געווען אלערליי איז'מען. ציוניזם, קאמוניזם, סאציאליזם. און אין די גרופירונגען איז אויכעט געווען אלערליי קאטעגאריעס. הצד השווה שבהן. אז אט די אלע גרופעס זענען געווען אקעגן אידישקייט, מיט א גוטע דאוז פון אפיקורסות און כפירה אויף דער זייט. היינט איז עס ב"ה נישט דא. ווייל אפילו די שוואכערע וועלכע פאלן אדורך. איז דאס א מום עובר. זיי זענען נישט קיין להכעיס'ניקס. איך מאך דא א "פרעדיקשן". אפילו אזאלכע "סטופיד" אויסווארפן ווי ד. פלדמן (שרה'לע בערקוביק) וועללן זיך אויך אויסטשוכן און צוריקקומען צו אידישקייט.