☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » בין איך צו סענסיטאוו אדער איז יענער א אוממענטש???

בין איך צו סענסיטאוו אדער איז יענער א אוממענטש???

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3369

קינות גירושין » זונטאג אפריל 7, 2013 1:50 pm

· #102018
בין איך צו סענסיטאוו אדער איז יענער א אוממענטש???
איינע פון די חברים דא האבען מיך ווי געטון ( אין אישי) ער האלט אז איך בין א פרוי/בעבי ,אונז ווילען וויסען וואס דער עולם דא האלט



ער האט געשריבען, וז״ל:
אין ספר הברית זאגט ער אז א חלק פון די מעשיות אין חז"ל איז נישט מקובל, און ס'איז נישט אמת, סאיז בלויז שיין אראפגעלייגט די מעשה, אז ס'וואלט געקענט אזוי זיין, אדער אז סאיז זייער מעגליך אז די מעשה האט אויסגעקוקט בערך אזוי.


Which page is it i would like to see it Tanx
 


 have seen it a while ago, will try to look it up for you



I wouldnt post something if i cant give direct makor

 

sorry for being rude
but i think i understand now why u r single, u have a foul additude
 

 
What u mean by foul aditude?, explain please
 

 
איך שרייב אייך אז איך געדענק נישט אויפן מינוט די דף, אבער איך וועל מיר אנשטרענגן און עס אויפזוכן לכבודך
 
אנשטאט דאנקן, הייבט איר אן צו אטאקירן פארוואס איך האב עס געשריבן אויב איך האב נישט (!) קיין מקור.
 
foul additude
 

 
 Yeps u r right , u deserve batter then that
I am sorry
 

 
Still waiting ,please find me this source,tanx
 

 
 Waiting
Tanx



m very busy,
but i will try to remember to do it when i have time
 

 
I fully understand u but i think this is the most contervertail statment in kave shetibel
And we need to know the source 
And btw i didnt stop crying for what u told me then ,i think i didnt desarve it
 


is it realy
or just new to you?
 
please stop the BS? y r u all of a sudden crying? to make me feel guilty and look it up faster?
 
you really need to grow up, u remind a lot of my wife, 
דו קריגסט דיך ווי א פרוי, להנאתך ולטובתך, די ברויכסט הילף ווי אזוי זיך אויפפירן בין אדם לחברו, האסט אאזא סארט קינדערישע פרויענישע צוגאנג
 
סארי, כמיין דיר נישט צו צוברעכן, אבער א ערוואקסענע מאן וויינט נישט וויילך עפעס א אנאנימער ניק האט אים געזאגט עפעס
 


R u ok if i post our conversation on kave shetibel for the public ?
לאמער זען וואס דער עולם האלט, צו איך בין א פרוי/בעבי אדער די בוזט איינער מיט א לויזע צונג
און די דארפסט א גרויסע תיקון
 


בי מיי געסט, איך האלט נישט אז איך טרייב איבער, איך מיין באמת דיין טובה
ירא הקהל וישפוט
 

קינות גירושין » זונטאג אפריל 7, 2013 1:57 pm

· #102021
Omg כהאב נישט גיין געדולד
אפשר וויל זיך איינער מנדב זיין

זר זהב » זונטאג אפריל 7, 2013 2:07 pm

· #102032
אויך זיי עס מסדר מיט שטרעכעלעך צווישן דיין הודעה און זיין.

משה געציל » זונטאג אפריל 7, 2013 2:09 pm

· #102035
דו האסט געפרעגט רשות פון יענעם בעפארן ארויפלייגן?

זר זהב » זונטאג אפריל 7, 2013 2:11 pm

· #102036
יא קוק אויבן

משה געציל » זונטאג אפריל 7, 2013 2:14 pm

· #102040
אונז ווילן וויסן?

קינות גירושין » זונטאג אפריל 7, 2013 2:17 pm

· #102046
א ק איך גיי עס מסדר זיין

אברעמעל » זונטאג אפריל 7, 2013 2:19 pm

· #102047
שטייט דאך יענעמ'ס נאמען.

קינות גירושין » זונטאג אפריל 7, 2013 3:10 pm

· #102075
Ok סאיז מסודר מער ווייניגער

משה געציל » זונטאג אפריל 7, 2013 3:16 pm

· #102084
אטאקירן יענעמ'ס פרעזענדליכע לעבן אומשטאנדן, אפגעזען וואס די מעשה איז געווען, איז קלאר אומבארעכטיגט. צו מען דארף ווערן איבערגענומען ווען א ניק וואס דו קענסט נישט רייסט אראפ פרעזענדליך, לכאורה נישט.

קינות גירושין » זונטאג אפריל 7, 2013 3:26 pm

· #102090
אוודאי דארף איך נישט ווערן איבערגענומען the fact of the mtter is, אז איינער וואס איז divorced , גייט דורך emotionally זייער שווערע צייטען, און זאגען פאר יענעם אז ״ער פארשטייט פארוואס איך בין סינגעל״ איז זייער זייער עקלדיג,נאך דערצו ווען ער גייט ווייטער אן מיט זיין מהלך אז ״איך דערמאן עם פון זיין ווייב (וואס לענ״ד גייט זי דורך די גהנם מיט זיין verbal abuse) וואס איז אויך א בעבי״

מיין איך אז דער אינגערמאן דארף א גרויסע תיקון זיך צו לערנען וויאזוי צו רעדן צו מענטשען 

לעמאן דזשוס » זונטאג אפריל 7, 2013 3:32 pm

· #102093
קינות זיסער פארוואס לייגסטו עס ארויף ברבים. אפשר וועלן אנדערע אויך זיך צוכאפן צו יענעםס באהויפטונג?

איך פארשטיי דיר אינגאנצן נישט!

קאווע טרינקער » זונטאג אפריל 7, 2013 3:37 pm

· #102097
גירעכט
יענער רעדט נישט שיין
ס'קען וויי טוהן

אבער ס'זעהט מיר אויס ווי דו קוקסט אויף דיין גרוש'שאפט ווי א בר קיימא. במקום ווי עס באטראכטען אלץ א דורכגאנג וואס קען זיך ענדיגען any טאג פון יאר. ווארום דו פארופסט זיך אונטער אזא ניק, איז יתכן אז יענער האלט אז די גאנצע גירושין קלאגעריי דיינע איז נאר א שפיל, און וועגן דעם האט ער זיך ערלויבט צו שרייבן אביסל שטעפעדיג.

איך מאך פשוט דעם פשעטיל ווייל איך וויל נישט גלייבען אז אומערצויגענע דרייען זיך אויך דא.

קינות גירושין » זונטאג אפריל 7, 2013 3:44 pm

· #102107
קאווע איך האב א אנדערע ניק, בטראכטן אהער-באטראכטען אהין סאיז זייער ווייטאגלך
(שטעל זיך פאר א מינוט יעדען טאג הערסטו צוריק פון די גאס מענטשען רעדן שלעכטץ אויף דיר, מרעדט דיר אפ שידוכים , סאיז נישט קיין פיקניק)
פאר די וואס ווייסען נישט וויל איך זאגען ברחל בתך הקטנה divorce is a lot of pain
און קיינער זיכט נישט צו בלייבן אין די מצב
און זאגען פאר יענעם אזאלכע ווערטער רייסט ביים הארץ
לענ״ד מוז יענער זיין א רשע מרושע , און נישט האבען קיין שום געפול
לעמאן איך קען דיר זאגען פונקט אזוי ווי איך האב געאישיט מיט דיר האב איך אויך גערעדט מיט אסאך אנדערע ניקס דא סאיז כולם אהובום כולם ברורים יעדער מיט וועם איך האב גערעדט איז געווען פיל מיט שכל און הארץ
חוץ אונזער בחור דא, איך מיין אז ער איז פארדארבען, און דארף הילף וויאזוי אומצוגיין מיט מענטשען

זר זהב » זונטאג אפריל 7, 2013 3:47 pm

· #102110
איך אגריע, יענער איז זיכער נישט גערעכט וויזוי ער האט גערעדט.

ממרום שלח אש » זונטאג אפריל 7, 2013 3:52 pm

· #102114
איך האב געמיינט "פראדוקטיווע קריטיק" "פריוואטערהייט" און מיר זענען ביידע "אנאנים"

כדי די צווייטע מאל (אי"ה בקרוב) זאל עס בעזהי"ת זיין זיין א קשר של קימא.

קינות גירושין » זונטאג אפריל 7, 2013 3:57 pm

· #102116
קודם כל ,איך מיין אז איך האב דיר גפרעגט זייער א נארמאלע שאלה אויף א גהעריגע וועג און די זאגסט מיר
״sorry for being rude,but i think i understand now why u r single, u have a foul additude"
אנשולדיגס, מרעדט נישט אזוי צו א בשר ודם איך ווייס נישט ווער סהאט דיך גלערנט רעדן , באט איך וואלט נישט רעקימענדט קיינעם צו גיין נעמען הילף ביי דיר.
און איך האב רחמנות אויף די מענטשען ארום דיר
אגב איך בין ווייט פון א sensiteve מענטש, ( for those who know me , they say im the coolest divorcee in town very open and talketev about it ( והא ראיה איך האב פארגעשלאגען ארויף צוברענגען אונזער שמועס און פאבליק

ממרום שלח אש » זונטאג אפריל 7, 2013 4:01 pm

· #102118
לולא דמיסתפינא פון דיינע אלע גוטע פריינט דא, וואלט איך געזאגט אז דיין אראפברענגן די גאנצע מחלוקה דא ברבים, איז נאך מער פראבלאמאטיש און טוט אונטערשטרייכן מיין באהויפטונג אז איר ברויכט עטוואס אנווייזונגען וויזוי זיך צו פירן בין אדם לחברו.
איך גיי נישט נאכאמאל אנהייבן אהין און צוריק, קוים וואס איך האב עס געוואלט טון באישי, כש"כ נישט ברבים, מען באהאנדעלט נישט קיין פראבלעמען ברבים, פינטעל.

קאווע טרינקער » זונטאג אפריל 7, 2013 4:26 pm

· #102125
קינות'ל, אפשר גיי'מיר ארויס אויף א נאכטמאל?
אבער ס'מוז זיין יאשאהן יע יע

מאראנצןזאפט » זונטאג אפריל 7, 2013 4:39 pm

· #102134
איך הייב נישט אן צו פארשטיין פארוואס אז איינער ברענגט נישט א גענויער מקור פאר א תגובה זאל זיין א באהויפטונג פארוואס יענער זאל זיך גט'ן.
און לאמיר אפילו אננעמען אז א גרוש איז קאמפלימענט, מה ענין שמיטה אצל הר סיני, והודו לכוש וכו'.

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 7, 2013 8:15 pm

· #102279
קאווע טרינקער
גירעכט
יענער רעדט נישט שיין
ס'קען וויי טוהן

אבער ס'זעהט מיר אויס ווי דו קוקסט אויף דיין גרוש'שאפט ווי א בר קיימא. במקום ווי עס באטראכטען אלץ א דורכגאנג וואס קען זיך ענדיגען any טאג פון יאר. ווארום דו פארופסט זיך אונטער אזא ניק, איז יתכן אז יענער האלט אז די גאנצע גירושין קלאגעריי דיינע איז נאר א שפיל, און וועגן דעם האט ער זיך ערלויבט צו שרייבן אביסל שטעפעדיג.

איך מאך פשוט דעם פשעטיל ווייל איך וויל נישט גלייבען אז אומערצויגענע דרייען זיך אויך דא.

מ'קען פאראפראזירן די גמ' אין מס' עירובין. "בג' דברים אדם ניכר. בניקו, בכתבו ובתגובתו.

זר זהב » זונטאג אפריל 7, 2013 8:19 pm

· #102282
וב'לייקיתו

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 7, 2013 8:56 pm

· #102287
קאווע טרינקער
קינות'ל, אפשר גיי'מיר ארויס אויף א נאכטמאל?
אבער ס'מוז זיין יאשאהן יע יע

איך האב געקענט (ב"ה בלשון עבר, ווייל ס'עקזיסטירט שוין מער נישט, ב"ה) א טאנץ קלאב, ר"ל. "נייט קלאב" בלע"ז, וועלכע האט אדווערטייזט אז זיי האבן נאר "יאשאן". אזא פנים האט מען ווען מ'וויל זיין פרומער ווי מ'דארף. און פון די צווייטע זייט טוט מען אפ כל דבר אסור. לא תוסיפו ולא תגרעו מכל מצות ה'.

איחוד פעלד » מאנטאג אפריל 8, 2013 11:51 am

· #102442
ס'מיר גוט.

העי רבי ערט מיך געטשעפעט. העי רבי, ער האט גיזאגט איך בין א בעיבי.

ביי פארשידינע הייסט עס א וויקי, על שם וויקטים.