☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » א פרישע גאונ'ישע המצאה: אויטאנאמיע!

א פרישע גאונ'ישע המצאה: אויטאנאמיע!

51 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3364
בלאט: 1 2

בענדזשאמין פרענקלין » מוצ"ש אפריל 6, 2013 10:56 pm

· #101843
א פרישע גאונ'ישע המצאה: אויטאנאמיע!
קודם א הקדמה קטנה: ליינט נישט דעם ארטיקל בין גברא לגברא, און אויך נישט בחפזון, ליינט עס במתינות מתחלתו ועד סופו, אפילו אנפאנג זעט דער ארטיקל אויס קאמיש איז עס אבער טויט ערנסט, ס'איז 'דברים גדולים נשנו כאן'.

און יעצט צום ענין:
איך וויל אדרעסירן א פרישע הצעה וואס איז ערווענט געווארן אין איינע פון די אידישע אויסגאבעס, א נייע געדאנק ווי אזוי זיך צו ספראווען מיט די גזירות גיוס, הגם די הצעה איז אזוי אבסורד, אז עס פארדינט אפילו נישט קיין אנאליז און אפּ-ענטפער, וויל איך עס יא אדרעסירן, וועגן צוויי סיבות איינס: ווייל סוף כל סוף זענען דא מענטשן וואס קענען דאס נאכזאגן מיט א פשטות אן א בלינק מיט א אויג, צווייטענס, וזה העיקר: דאס וועט זיין א שטיקל הקדמה צום קומענדיגן ארטיקל 'דער אלטערנאטיוו'.


די פרישע הצעה איז נתחדש און געדריקט געווארו אש שחורה על גבי אש לבנה אינעם איינציגן אומאפהענגיגע אידישע ארגאן 'דער איד', אין דעם רעספעקטירטע אפטיילונג 'פון דא און דארט', יענער, א גרויסער חכם, וואס שרייבט מער פון דארט ווי פון דא, רעדט איבער די מעגליכקייטן וואס די חרדישע אידנטום האבן אין באזיס זיך צו ספראווען מיט די גזירת גיוס, צווישן אנדערע דערמאנט ער דארט א פלאן אז חרדישע אידן זאלן פארלאנגען פון מדינת ישראל אויטאנאמיע. און פטור אן עסק.

איר הערט ברידער טייערע, אויטאנאמיע, נישט מער און נישט ווייניגער אויטאנאמיע!!

לאמיר דאס אביסל צו לייגן אויף קליין געלט וואס דאס מיינט אויטאנאמיע, און וואס אזא פארלאנג באדייט, און פארוואס אזא געדאנק איז אזוי לעכערליך און טפשות'דיג אזש עס פאסט ניטאמאל פארן פורים אפטיילונג פון דער איד 'פון דא און דארט' .

אויטאנאמיע מיינט אין אנדערע ווערטער, אז חרדים זאלן האבן אן אייגענע ווירטשאפט, אזא סעמי אייגענע לאנד, אלע הוצאות אלע הכנסות אלע שטייערן גייען צום נייעם געשאפענעם אויטאנאמיע לאנד, און מען זאגט צו מדינת ישראל שלום ולא להתראות.

און דעמאלטס וועט זיין א עולם התיקון!!
אדער אפשר א מדבר שממה.

כדי מ'זאל פארשטיין וואספארא עולם התיקון ס'וועט דעמאלטס זיין, וועלן מיר פרובירן עס מסביר זיין אויף קליין געלט.

שטעלט'ס ענק פאר מדינת ישראל נעמט אן דעם פארשלאג, זיי געבן אהין פאר די חרדים א שטיקל לאנד, אבער נישט אין מדינת ישראל נאר אין א צווייטן קאנטינענט, א שיינעם פרוכטבארן שטח, ערגעץ אינעם אפריקאנעם דזשאנגל, מען צאלט אלע חרדים 'א איין וועג טיקעט' און מ'זאגט זיי 'יוא-אר-אהן-יואר-אוין'. כ'מיין אז א פעדער איז צו ארעם צו באשרייבן ווי אזוי עס וועט דארט אויסזעהן נאך א צוויי דריי יאר.

אין איין ווארט: מיר וועלן נישט אויסזעהן קיין סאך אנדערש ווי די צוריקגעבליבענע אפריקאנע שבטים וואס דרייען זיך דארט, איך רעד פון די שבטים וואס גייען נאך מיט די אור-אלטע צירונג פונעם שטיין עפאכע, דריי רינגלעך אריינגעבויערט אינעם אויבערשטן ליפּ, און צוויי גרויסע עלעפאנט ציינער קינסטלעך אריינגעשטעקט אינעם אויער לאך אלץ אן ערזאץ פון די היינטיגע אויערינגלעך, א אפגעהויבלטע בּאַמבּאָ דורכגעלעכערט פון איין באק צום צווייטן, די מקומות המכוסים זענען באדעקט מיט קליידער געמאכט פון פייגן בלעטער און צווייגעלעך אזוי ווי אדם הראשון הארט נאכן זינדיגען.

קיין הייזער וועלן מיר, חרדים, נישט קענען בויען פשוט ווייל מיר האבן נישט קיין אינזשענירן, און אפילו עס וועט זיך מאכן א בעל תשובה דארט וואס האט אין זיינע עבירות יארן געלערנט אביסל פון די חכמה היוונית, האלטן מיר נאך אויך נאך נישט אין ערגעץ ווייל מיר האבן נישט די מינדעסטע ידיעה ווי אזוי צו פארקנעטן ליים, ווי אזוי אויסהאקן א ציגל, ווי אזוי אויסשעפן אייזן פון דער ערד, צולאזן אייזן, גליען און פארמירן אייזן און שטאנגען, א קיצור מ'קען אויסרעכענען בערך הונדערט פאכן וואס מען דארף אלץ קענען צו קענען פראדוצירן כלים און סחורה אויף צו בויען א פשוטע הויז.

אלזא וועלן מיר גיין וואוינען אין די היילן, מען וועט טרעפן הויכע בערג, אויסזוכן א נקרת צור, זיך באזעצן דארט און לעבן אזוי ווי מען האט געלעבט פאר פיר טויזענט יאר צוריק.

פאנגט זיך אן די שאלה וכי תאמרו מה נאכל?

איז אזוי, פון ירוקת און פירות קען מען פארגעסן ווייל אויף דעם דארף מען אויך קענען מער ווי פופצן מלאכות, ווייל נישט נאר גרינע דאלערס וואקסן נישט אויפן בוים נאר פירות און ירקות וואקסט אויך נישט - אז מען ווייסט נישט ווי אזוי צו פלאנצן, אז מען ווייסט נישט ווי אזוי צו זייען און אקערן וואקסט נישט קיין שושנים נאר חוחים. און אז די עסקנים וועלן ארלעדיגן אן אקער אייזן און א אפאר אקסן איז מען נאך אלץ נישט קיין געהאלפענער ווייל אפילו עס וואקסט שוין, דארף מען וויסן ווי אזוי זיך צו באגיין דערמיט בשעת'ן וואקסן, וועלכע כעמיקאלן צו שפריצן אקעגן ווערים, וועלעכע שלעכטע גראזן אויסצורייסן, און ווי אזוי אוועק צולייגן פון ווינטער אויפן זומער, און די אלע זאכן גייען אריין אין ללמדו אומנות וואס מיר האבן שוין פון לאנג פארלוירן די מסורה אויף דעם צוזאמען מיטן תכלת.

העט מען גיין אויף א פלייש דיעטע, מ'וועט זיך מוזן ארויסלאזן אויפן יאגד און גיין פאנגען חיות, הערשן און זשיראפן, איי פון ווי וועט מען האבן א פייל אין בויגן, א גוטע קשיא, אפשר וועט מען מאכן נעצן פון שטריק, ווי אזוי מאכט מען שטריק? שוין הער אויף משוגע מאכן, אפשר וועט מען כאפן דעם הערש מיט די בלויזע הענט, מוועט עס שעכטן מיטן שוחט אדער מילה מעסער, דאס האבן מיר לרחצה [איינמאל דאס מילה מעסערל וועט אנפאנגען ראסטן ווייס איך נישט וואס מ'וועט דעמאלטס טוען, אפשר וועט מען מהלען מיט א א שארפע שטיין אזוי ווי ציפורה ווען די שלאנג האט איר געוואלט איינשלינגען.

ווי אזוי קאכט מען אפ דעם הערש? קיין כירות קען מען נישט בויען און א תנור אוודאי נישט, ניטאמאל א כופח, ווייל די פני שבת בילדער משניות קומט נישט מיט קיין אינסטראקשענס, בלית ברירה וועט מען עסן בישרא דגמרי, דאס הייסט קוילן-פלייש, אבער דער עולם וועט שוין זיין אזוי הונגעריג אז מען וועט עס אראפשלינגען נאך פאר עס האט צייט צו ווערן כמאכל בן דרוסאי.

מ'קען אינדעם דעם מאריך זיין אזוי לאנג עד שיעלה עמוד השחר, נאר פארוואס מאכן מער קאלעמוטנע אויפן הארץ ווי מען דארף, דער קלוגער כאפט שוין אזוי, און דער נאר... ליינט דאס ממילא נישט.

די נקודה איז אז די שאנסן איבערצולעבן אזא מצב מער ווי פינף יאר איז נענטער צו נול, מענטשן וועלן שטארבן און די מאסן פון הונגער און מחלות און וועם די הונגער און מחלות וועט איבערלאזן וועט די ווינטער-פרעסט און די זומער-היץ צו ענדיגן, ממש אזוי ווי די תוכחה ח"ו היל"ת.

מיט אזא וואוינוג און נערונג, וועט בערך איינס פון פינף קינדער איבערלעבן די מחלות און קרענק וואס בוזשעוועט דארט ווי די ארבה אין מצרים. און די שארית הפליטה וועלן אויך נישט לעקן קיין האניג, ביי די זעקס אין דרייסיג וועט מען שוין נישט האבן קיין איין ציין, אזוי אז פון קייען מצה ביי כורך וועט מען קענען פארגעסן, איינער וואס וועט דערלעבן די פערציג וועט הייסן א זקן ובא בשנים.

אויפן בעסטן אופן וועל די מער פעסט געבויטע, די מיט אן איבערפלוס פון געזונטע גענעס זיך אדאפטירן צום זשאנגעל לעבן, זיי וועלן אויסקוקן ווי נאך איינע פון די צענדליגע שבטים דארט ענליך צו די רויטע בני משה אדער די שווארצע בני גד.


יא יא, אזוי זעהט אויס א קולטור וואס האט ארויס גערופן א מלחמה קעגן וויסענשאפט, א מלחמה קעגן טעכנעלאגיע, א מלחמה קעגן עקאנאמיע, א מלחמה קעגן יעדע זאך וואס מאכט אונזער לאנד, אונזער געזונט, אונזער לעבנס שטייגער אנדערש ווי די אפריקאנע זשאנגעלס.


דאס אז מיר לעבן אויסגעמישט צווישן ציוויליזירטע מענטשן, און א פארגעשריטענע סאסייעטי ברענגט אונז אריין אין א אילוזיע, אז מען קען באמת האבן פון ביידע, מען קען בלייבן מיט אביסל סייענס פון פינף טויזענט יאר צוריק, און מען קען הנאה האבן פון א לעבנס שטייגער פון שנת אלפיים ושלש עשרה. אבער די מציאות קראכט אין פנים, ס'גייט נישט צוזאמען.

די איינציגסטע סיבה פארוואס היינט צוטאגס זעהען מיר אויס אנדערש ווי די אפריקאנע שבטים איז ווייל מיר לעבן צווישן ציוויליזירטע מענטשן, און יא! מיר לעבן מער ווייניגער אויף זייער חשבון.

רבותי, מיר זענען אפריקאנע שבטים וואס דרייען זיך צווישן ציוויליזירטע מענטשן, מיר זענען אומוויסענדע עטיאפיאנער וואס לעבן אויף די גענאדע פון געלערנטע, און אז דאס האט געקענט אנגיין פאר פופציג יאר אדער פאר הונדעטט יאר מיינט נישט אז עס איז א דבר של קיימא, רבותי די צייט וואס מלאכתינו נעשית ע"י אחרים האלט זיך ביים ענדיגן און יפה שעה אחת קודם.

ס'איז דא א פשוטע עקאנאמיע קאנצפעט וואס כמעט יעדע בר בי רב און היי סקול סטודענט פארשטייט דאס, און ביי אונז קען זיין קלוגע אידן מיט לאנגע ווייסע בערד (צו אן בערד) וואס די דאזיגע דבר פשוט גייט זיי נישט אריין אין קאפּ, איך רעד פון קלוגע אידן, ראשי קהילה, עסקנים, קהילה פארטרעטער, עדיטאריעל שרייבער, צייטונג שרייבער וכו',

די קאנצעפט איז וואס טייטש "געלט", געלט טייטש נישט שטרות, געלט טייטש ארבעט, געלט טייטש פראדוקציע, די 'בענזשאמין פרענקלין שטרות' איז סך הכל א שטר מוסכם, א וואלוטע וואס געמיינדעס, לענדער און אינדיווידואלן פארטוישן זייער פראדוקציע, און יעדנ'ס וואלוטע ווענדט זיך און לויט דעם קראפט פון זייער עקאנאמיע.

אמאליגע צייטן האט יעדע געמיינדע, יעדע לאנד, געמוזט פראדוצירן אלעס אליין, פון אלף ביז תיו, אשל מלא, פון זאקן אנצוטאן ביז פרוכט צו עסן, מיט די יארן איז די וועלט געווארן מער פארגעשריטן האט מען אנגעפאנגען אימפארטירן און עקספארטירן פון איין לאנד צום צווייטן איז די גאנצע וועלט געווארן ווי איין גרויסע אינטערנאציאנאלע געמיינדע, ממילא דארף נישט יעדע לאנד פראדוצירן אלעס אליינס, אבער יעדע לאנד דארף פראדוצירן גענוג סחורה וואס זאל ווערד זיין די שוויות פון אלע זייערע הצטרכות פון אלף ביז תיו, אז נישט זענען זיי אין א דעפעציט!!.

היינט איז שוין אזוי אז יעדע לאנד האט זיך זיין עקספערטיז וואס ער פראדוצירט, אזוי דארף די וועלט געמיינדע אנקומען צו אים, למשל יאפאן פראדוצירט טעכנאלאגיע קאמפיוטערס און קארס, ווידעראום רוסלאנד פראדוצירט וואפן און אויל, די אראבישע גאלף לענדער וואס האבן נישט אסאך צו פארקויפן האבן זיי ברכת ישמעאל וכו', מדינת ישראל איז שטארק אין טעכנעלאגיע אגרי-קולטור וכו' די אונטערשטע שורה איז אבער ווי אויבן דערמאנט אז יעדע לאנד דארף פראדוצירן גענוג סחורה וואס זאל ווערט זיין די שוויות פון אלע זייערע הצטרכות'ן פון אלף ביז תיו, אז נישט זענען זיי אין א דעפעציט.

ולכן דייטשלאנד וואס איז א העכסט געבילדעטע לאנד שטעלט צו פון בי עם דאבעליואס און באש מיקסערס, ביז טעלעפאנס און מערצעדיס, זענען איינס פון די גרעסטע עקאנאמיע וועלטס מאכטן, האיטי מאידך גיסא וואס פארמאגט גארנישט אויסער א מאסע אומגעבילדעטע מענטשן א באנדע אנאלפאבעטן און פארקויפן נישט גארנישט אויסער מאסע ארבעטער וואס זענען גרייט צו קלויבן קאקאו באנדלעך איז זייער עקאנאמיע גוט אין דער ערד, ולכן זענען דא דארט מגיפות לרוב, און מיליאנען קינדער וואלטן שוין לאנג געשטארבן פאר הונגער ווען נישט אמעריקע און די יו ען מישט זיך אריין און דערהאלט זיי ביים לעבן מיט א טעלער רייז און גלזעל וואסער.

יעצט לאמיר צוריק גיין צו אונז חרדים: וואס איז אונזער פראדוקציע אויסער קינדער?

וואס פראדוצירן מיר אויסער קניפן ציצית, וועבן גארטלעך און פלעכטן הבדלה לעכט, גארנישט, און נאכאמאל גארנישט. אין איין ווארט, אונזער פראדוקציע דעקט נישט אונזערע הוצאות. אונזערע הוצאות איז אזוי ווי יעדע ציוויליזירטע פאלק (און אפשר נאך מער) און אונזער פראדוקציע איז עשרת מונים מתחתיו.

די תירוץ מיט וואס די חרדישע ישראלישע פרעסע פארטעמפט די מוחות פון די מאסן, איז אז מיר צאלן די מערסטע מע"מ (שטייער) ווייל מיר קויפן די מערסטע עסן, פאר אונזערע קינדער געבענטשע פאמיליעס, און ווען מען קויפט עסן צאלט מען צען פראצענט מע"מ, ממילא ביישטייערן מיר די מערסטע פאר די מדינה.

רבותי דאס איז א פאלנע קאפ פארדריי. ווייל אויב איז עס אמת הא גופא קשיא, פון ווי נעמען מיר די געלט צו קויפן עסן, נאכאמאל פאר ווער ס'האט נישט פארשטאנען ביז איצט, געלט קען נישט קומען און קומט נישט נאר דורך פראדוקציע וואס עס ווערט איינגעטוישט פאר וואלוטע (געלט) פון וועמענס פראדוקציע קומט אונזער געלט? נישט פון אונזערס ווייל מיר פראדוצירן זילטש.

ווי אזוי באצאלן מיר פאר עסן?
ווי אזוי באצאלן מיר פאר דאקטוירים?
ווי אזוי באצאלן מיר פאר פאליציי און פייער לעשער?
ווי אזוי באצאלן מיר פאר לעקטער און געז?
ווי אזוי באצלן מיר פאר אלע סערוויס פונעם לאנד פאר די ראודס, סייד וואוקס, אינפאסטראקטור באסעס, לופט פעלדער, וכו' וכו', איך רעד שוין נישט פון מיליטער משמר הגבול מוסד און שב"כ.

מיט וועמענס פראדוקציע? נישט מיט אונזערס ווייל מיר פראדוצירן גארנישט.

אויב איר האט נאך קווענקעלנישן און צאנקענישן איבער דאס וואס איר האט נארוואס געלייענט, ליינט דעם קומענדיגן הודעה.

בענדזשאמין פרענקלין » מוצ"ש אפריל 6, 2013 10:58 pm

· #101844
נספח
און די חרדישע פרעסע ווערט כסדר פארענטפערט די טענה פון די פרייע אז חרדים ארבעטן נישט און נעמען נישט קיין פאראנווארטלעכקייט, מיט כל מיני לעכערליכע תירוצים, הצד השוה שבהן ס'איז סך הכל פּעפּער ספרעי תירוצים, אזאנס וואס פארבלענד די אויגן פאר א פאר מינוט, ביז מען כאפט ווי דער ספין איז.
כ'וועל אנכאפן דא צוויי וואס איך געדענק יעצט אויפן מינוט, איינס איז פון הרב זמיר כהן בעל מחבר, המהפך און פון די גרויסע בעלי משפיעים און די תשובה מאוומענט, אויך פון די ראשי המדברים אויפן ערוץ הידברות, די צווייטע איז פון הרב משה גרעליק עדיטאר פון משפחה מאגאזין און פון די גרויסע הוגי דעות אין ארץ ישראל.

הרב כהן זאגט אז אכטציג פראצענט חרדים ארבעטן יא זיי זענען מנהלים, משגיחים, מלמדים, מגידי שיעורים, רבנים, דיינים, שוחטים, בודקים, בעלי מכשירים, שמשים, מקווה אידן, בעלי דרשנים, וכו'.

די אפּפרעג אויף זיין ענטפער איז ווי פאלגענד: דאס אלעס איז גוטע סערוויס אבער קיין פראדוקציע איז עס נישט, בכלל איז א סערוויס עקאנעמיע זייער א שוואכע עקאנעמיע, אבער א סערוויס געמיינדע וואס סערווירט נישט פאר א פראדוקציע געמיינדע נאר פאר די אייגענע קהילה איז קיין סערוויס עקאנעמיע אויך נישט, און איין ווארט ס'איז נישט קיין בחינה פון 'אין הקומץ משביע את הארי' ס'בכלל נישטא קיין קומץ. [פאר מער הסברים עיין במשפט הבא].

אויך הרב גרעליק טענה'ט ענדליך, ער לייגט אבער צו א ספין ער טענה'ט אז די חרדים און לומדי תורה זענען נישט ערגער ווי די צייטונגס שרייבער און די מידיע פערזענליכקייטן, זיי די צייטונגס שרייבער געבן אויך גאר נישט צו צו די ישראלישע עקאנאמיע, זיי פראדוצירן גארנישט אויסער ארטיקלן, נאר וואדען יעדע ציוויליזירטע מדינה ברויך צייטונגס שרייבער, הוא הדין, זאגט משה גירעליק. ברויך א אידישע מדינה האבן אויך לומדי תורה ס'איז נאך אזא סערוויס ווי שרייבן צייטונג ארטיקלען.

ווער עס האט געליינט מיין פריערדיגע הודעה ווייסט אליין וואספארא שטותים און הבלים ער רעדט, מיין איינציגע לימוד זכות אויף אים איז אז ער אליין גלייבט נישט וואס ער זאגט, און עפעס אנדערש... מעג ער נישט זאגן.

ואפרש את שיחתי, ס'איז בכלל נישט קיין פארגלייך ? משום שתי סיבות;
קודם כל דא רעדט מען פון א גאנצע פאלק וואס האלט שוין כמעט ביי א מיליאן מענטשן און גייט זיך דאפלען און טריפלען בקרוב ממש, און אזויווי יעדער פארשטייט אז מען קען נישט האבן א מיליאן צו צוויי מיליאן צייטונגס שרייבער, קען מען נישט האבן א מיליאן אדער צוויי מיליאן לומדי תורה, אז מען ציהט אויף א גאנצער פאלק וואס קען נישט גארנישט אויסער מאכן אביסל סערוויס דורך השגחה און לוויית איז מען גוט אויף צרות, בפרט אז דער דאזיגער חלק פאלק גייט בקרוב זיין די רוב אין דער מדינה.

צווייטנס, [און דאס איז אן ענטפער אויף הרב כהן'ס מהלך אויך] די צייטונגס שרייבער שטעלן צו סערוויס פאר פראדוצירער, זיי שטעלן צו סערוויס פאר ארבעטער וואס ארבעטן אין אגרי קולטור און פראדוצירן פירות און ירקות, זיי שטעלן צו סערוויס פאר ערפינדער וואס ארבעטן אין 'אינטעל' און ערפינדן די לעצטע היי ספּיד פּראסעסערס, זיי שטעלן צו סערוויס פאר סייענטיסטן וואס מאכן די לעצטע דורכברוכן אינעם פעלד פון מעדעצין וכו', וואס און אויסטויש פאר זייער פראדוקציע קויפן זיי א צייטונג, און ווי יעדער פארשטייט אז אין יעדע עקאנאמיע מוז זיין א געוויסע פראצענט סערווירערס פראוויידערס, אבער פארשטייט זיך וואס ווייניגער פון דעם אלץ בעסער פארן עקאנאמיע. משא"כ א מיליאן חרדים שטעלן כמעט גארנישט צו פארן פראדוקציע געמיינדע זיי סערווירן סך הכל אנדערע סערווירער.

איחוד פעלד » מוצ"ש אפריל 6, 2013 11:12 pm

· #101850
דער עיקר פראבלעם מיט אויטענאמיע איז, פין וועמען וועלען מיר גנב'נן?

קאווע טרינקער » מוצ"ש אפריל 6, 2013 11:20 pm

· #101852
בענזשאמין, ייש"כ.
אין לשון הקודש וואלט איך גערופן דיין תגובת' אינהאלט:
"דרך ארץ קדמה לתורה".

לעיקוואד » מוצ"ש אפריל 6, 2013 11:31 pm

· #101854
מיר לערנען דאך נישט ח"ו קיינע לימודים חיצוניים, ממילא וייסען מיר נישט אז געלט איז טייטש פראדוקציע. דער אומוויסענשאפט שטיצט זיך אליינס.

galitzyana » מוצ"ש אפריל 6, 2013 11:35 pm

· #101856
Reb Bengimin, first of all charadim do work in all regular jobs in Israel from accounting to engineering to factories etc. Second, the Israelis should ease the draft issue more chraidim would go to work at a younger age and wouldn't rot in kolel.

משה געציל » מוצ"ש אפריל 6, 2013 11:48 pm

· #101859
👍 👍 👍 👍 👍
הערליך בענדזשאמין!
האסט ארויס געברענגט די ווייטאג וואס דארף קוועטשן יעדען רעכטדענקעדן מענטש, למעשה האסטו אבער פארגעסן פון איין וויכטיגע סערוויס וואס נאר מיר פארמאגן וואס ראטעוועט אלעס, דאס טוט פראדעצירן א עקענאמיע פון זיך אליינטס;
תהלים כולל, כולל חצות, וכו' וכו'. ווי נאר דער אינגערמאן שרייבט זיך איין ווערט ער אטאמאטיש א חלק פונעם איינקופטס קראפט, ער נעמט די ביסל אפגעשפארטע טעקסט געלט און ס'איז מתברך מאליו פון די מאלטי מארקעטינג געז פירמע דרייוו, און ער קען שוין קויפן אינשורענס און אפגרעידן זיין תהלים פאלאסי צו א פולע יאר, אזוי ארום האבן נאך אפאר תהלים זאגערס געלט אין קעשענע צו קענען געבן פאר זייערע ציצית קניפערס און הבדלה פלעכטערס.

דעת תורה » זונטאג אפריל 7, 2013 12:59 am

· #101868
זייער שיין ארויסגעברענגט דעם זכה מלאכתו נעשית על ידי אחרים. און מען מוז מודה זיין אז דער געערטער שרייבער פונעם פון דא און דארט קאלום האט נישט גערעדט צו די זאך, און מילא עד ביאת משיחנו וועלן מיר פארבלייבן צווישן די אחרים און זיי וועלן צושטעלן די איבריגע הצטרכות'ן בעזר ה'. און אזוי וועלן מיר זוכה זיין ווייטער לשתי שולחנות.

און צו די וואס זארגן זיך פאר ווען די חרדים וועלן זיין א רוב אין די מדינה, גלאבעל ווארמינג האט איר שוין געקאווערט אז מהאלט שוין ביי דעם?

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 7, 2013 1:05 am

· #101872
נספח לנספח של הרב בענדזשי. פרענקלין הי"ו
דיינע ארטיקלען איבער דעם נושא זענען וואונדערליך געשריבן. אבער איין קליינע נקודה האסטו פארגעסן אדורך צו שמועסן. אויב די חרדישע און קנאי'שע אידן אין (געוועזענע) מדינת ישראל וועלן האבן אויטאנאמיע וועלן זיי אויך דארפן מיליטערישע באשיצונג. צו פארלאנגען באשיצונג פון צ.ה.ל. וועט זיך נישט אויסארבעטן מכמה טעמים. ערשטנס. צו פארלאנגען פראטעקשן פון אן ארמיי וואו מ'וויל נישט גיין לכתחילה, דאס איז שוין צו פיהל חוצפה. והשנית. די מיליטער פון מדינת ישראל איז דאך די באוואוסטע מרכבה הטמאה (נישט נאר די מרכבה טאנקען) ויש בזה עוד הרבה טעמים. על כן שלאג איך פאר אז די אומאפהענגיקע מדינה פון די חרדים זאללן שליסן א מיליטערישן אפמאך מיט די וואוילע בירגער פון די פאלעסטינער מדינה וועלכע זענען באוואוסט פאר רואיגע מענטשן און שטארקע אוהבי ישראל (נישט חלילה מדינת ישראל). אזוי וועלן די איינוואוינער פון די נייע חרדישע מדנה קענען שלאפן רואיג. ווער ס'גלייבט נישט קען פרעגן ביי אונזערע ברודער די נטורי קרתא.

איחוד פעלד » זונטאג אפריל 7, 2013 1:45 am

· #101879
דער או"מ וועט אונז באשיצען.

יואב » זונטאג אפריל 7, 2013 1:54 am

· #101883
דער עיקר פראבלעם, אזא מיסיע עפענט פריש אויף די גאנצע ציונות פראבלעם פון דאסניי,
מעג מען מאכן א נייע מדינה?

איציק » זונטאג אפריל 7, 2013 6:55 am

· #101928
גע'ערטער מר. בענדזשאמין:
לויט ווי איך האב פארשטאנען ברענגט איר ארויס צוויי געדאנקען, איינס געבינדן מיט'ן צווייטן.
1. ווי אזוי וואלטן פרומע אידן זיך אן עצה געגעבן אויב מען לאזט זיי אראפ אין א גרינעם דינסטאג אויף "א צווייטן קאנטינענט, א שיינעם פרוכטבארן שטח, ערגעץ אינעם אפריקאנעם דזשאנגל."
2. אז אונזער 'גראס דאמעסטיק פראדוקט' איז נישטיג, און דאס ביסל וואס יא, סערווירט קוים אונז זעלבסט.

אויף דער צווייטער נקודה קען איך נישט דעבאטירן, ווייל כאטש אין אונזער געזעלשאפט זענען פארהאן אסאך ארבעטער און ארבעטסגעבער, ביזנעסלייט וואס פראדוצירן און אימפארטירן פון קליידונג ביז מאשינען, איז פארט דער פאקט אז דער רובא דרובא עולם פראדוצירט נישט.
אבער איין קליינע פראגע: איז דען דאס זעלבע נישט וואר מיט די אמעריקאנע עקאנאמיע וועלכע האט זיך געטוישט אין די לעצטע פאר יאר-צענדלינג פון א פראדוקציע צו א סערוויס עקאנאמיע? אוודאי פראדוצירט אמעריקע נאך אסאך, אבער זענען דען די רוב מנין ובנין פון פעקטארי'ס נישט 'אאוטסארסט' געווארן קיין כינע, אינדיע און באנגלאדעש?
איך קען זיך פארשטעלן וואס דיין ענטפער אויף דעם איז. מן הסתם אין די ראמען פון "הלוואי זאל דער צושטאנד ביי דעם פרומען עולם אין אר"י שטיין דארט ווי דער אלגעמיינער עקאנאמישער מצב אין אמעריקע."
און אויב דאס איז דיין ענטפער, האסטו רעכט, כאטש דער אמעריקאנער עקאנאמיע מיט זיינע 'זעלבסט-פאראורזאכטע' (self inflicted) צרות איז שוין גארנישט פויגל'דיג.
דערפאר האב איך מקדים געווען אז איך קען נישט דעבאטירן דעם נקודה, ווייל פון די חרדי'שע אידנטום'ס אין מדינת ישראל 'אין-הקומץ-משביע-צושטאנד' ביז דער אמעריקאנער GDP איז "פאלג מיר נאך א גאנג..."

לאמיר אלזא דעבאטירן דעם ערשטן נקודה:
1. נעם דעם חילונ'ישן ציבור פון מדינת ישראל, אדער גאר 90% פון די אמעריקאנע שטאטישע (urban) באפעלקערונג, און ווארף זיי אריין אין "א צווייטן קאנטינענט, א שיינעם פרוכטבארן שטח, ערגעץ אינעם אפריקאנעם דזשאנגל." ווי אזוי קלערסטו וועלן זיי אויסזעהן נאך א יאר צוויי, אן קיין דרויסענדיגער הילף? דער אינזשעניר קען דען אליין בויען? ווער בויעט אין מדינת ישראל אלע הייזער, אויב נישט די אראבער? און דער אראבער קען דען יא בויען אליין? פון וואו וועט ער נעמען די אייזערנע שטאנגען מיט וועלכע די צעמענט ווערט באפעסטיגט אויב עס איז נאכנישט פארהאן אן אויפגעשטעלטער אייזן פאבריק און אייזן מינע וואס פראדוצירט דאס אייזן? און דער פרייער דאקטער, קען ער דען פראדוצירן אליין אנטי-ביאטיק אדער נאר א פשוטער פורסט-עיד (בעקטראבען צב"ש) שמיר ווען ער האט נישט קיין צוטריט צו א פארגעשריטענע פארמאסוטיקל לאבאראטאריע? וועט ער דען קענען אנאליזירן בלוט סעמפלס און היילן מחלות אויף יענעם אומבאוואוינטער קאנטינענט, אדער וועט ער אויך מוזן אנקומען צו די אלטערנאטיווע (לייען: ארגינעלע) הייל מיטלען און שוסטער-דאקטוירים פון וועלכע עס זענען גראדע פארהאן א היבש ביסל פרומע?

פארהאן היינט א פרעפער (prepper) באוועגונג אין די פאראייניגטע שטאטן וואס גרייט זיך אויפ'ן טאג נאכ'ן אלוועלטליכן חורבן. זיי האדעווען אליינס באשעפענישן און גרינס, טרייבן אליין אויף לעקטער, א.ד.ג. פארהאן אויך אסאך וואס יאווען זיך סתם צו לעבן אן הילף פון די גרויסע יוטיליטיס, ד.ה. off the grid. אבער נעם סתם א שטאטישער גוי: קען ער דען א פערטל פון די מלאכות וואס זיין עלטער זיידע דער קאובאו האט געקענט ביי די צען יאר? פונקט ווי - להבדיל - אונז פרומע אידן, האבן די גוים דען נישט "שוין פון לאנג פארלוירן די מסורה אויף דעם"???
אסאך גוים קלאגן טאקע דערויף. פילצאליגע וועבסייטס און גרופעס פרובירן צוריק אויסצולערנען דעם יוגנט די אלטע מעטאדן פון לעבן, כ'רעד שוין נישט פון די אלט-באזעסענע boyscouts ארגאניזאציע.
און אז מ'רעדט שוין, דו קלערסט אז דער פוילישער שטאטישער איד האט זיך אויסגעקענט מיט די אלע ארבעט וואס דער אראפגעקוקטער דארפס-איד אדער אונגארישער גוט-באזיצער האט געטוהן טאג טעגליך?

קיצור הדברים, קיינער אין היינטיגן פארגעשריטענעם וועלט קען נישט איבערלעבן אין אן "ארץ לא זרועה" אויף דער אייגענער האנט, עכ"פ, נישט לעבן אויף דער זעלבער הויכער ניווא ווי אין די מערב וועלט.

2. אבער for the sake of the argument, כדי צו פלעכטן ווייטער דיין טעאריע, וועלן מיר זאגן אז איידער'ן אראפלאזן די אידעלעך אויף יענעם קאנטינענט, וועלן די ביזנעסלייט צווישן אונז אהינשיקן פאכלייט אנצוגרייטן דעם באדן, א בחינה פון 'ואת יהודה שלח לפניו'. עס מעג זיין היימישע בויער (יא, אין ארץ ישראל זענען אויך פארהאן אסאך היימישע קאנטראקטארס אויפ'ן גרויסן פארנעם וואס בויען גאסן און הייזער - נישט מיט די אייגענע הענט, פארשטייט זיך) אדער וועלן מיר עס "אאוטסארסן" ווי עס איז היינט די מאדע. מען וועט שיקן געלערנטע בעלי מלאכה אויסצולערנען אונזערע שטריימל-בעקיטשע, בנש"ק'לעך, זיידענע און באנק קוועטשער אינגעלייט דעם פאך פון פלאנצן און זייען (בערך ווי אמעריקע האט טרענירט מדינת ישראל צו נוצן די פעיטריאט מיסילס ביים ערשטן גאלף קריג...). ביים ארבעט אין פעלד וועלן די צוריקגעשטאנענע גמרא-קעפ אפשר איבערחזר'ן אויף אויסענווייניג אלע פאסיגע הוויות דאביי ורבא, אלע דינים פון חרישה און זריעה צוזאמען מיט די ל"ט מלאכות. אפשר וועלן מיר גאר אנגאזשירן אפאר געשטריקטע קאפלעך - פארטריבענע פון גוש קטיף, זיי זאלן פונדאסניי אויפשטעלן גרינע הייזער און האדעווען מרור בלעטער?
נאך די ריכטיגע הכנה, וועלן מיר אהינפארן מיט ארויפגעשארטע ערמל, ארבעט-גרייט! און ווי זאגט מענדא ראזענבערג: ביז אפאר יאר...
מן הסתם ווייסט איר אז אפילו די וואונדערבאר-קלוגע און געלערנטע פרייע איזראעיליס האבן נישט אויפגעבויעט מדינת ישראל אין איין טאג.

3. השתא דאתית להכא, אייער טעאריע שטייט אויף הינער'נע פיס: געבן די פרומע אידן אויטאנאמיע, מיינט אויטאמאטיש אז מען וועט זיי אריינווארפן אין א מדבר? להבדיל אין עזה, האט מען פאר די פאלעסטינער נישט איבערגעלאזט קיין מיטלען צום לעבן? מדינת ישראל שטעלט זיי נאך היינט צו לעקטער און וואסער, ווי אויך צעמענט און בוי-מאטעריאל. דאס זעלביגע אין די מערב ברעג. אויטאנאמיע איז דען טייטש אז מען וועט אומווארפן אלע היימישע געגענטער, אלע גאסן און געביידעס, ערו ערו עד היסוד? אוודאי נישט. און אז די אינפראסטרוקטור עקזיסטירט, וועלן מיר אאוטסארסן די מלאכות וואס מיר קענען נאכנישט ביז ווילאנג מיר וועלן זיך עס אויסלערנען כדבעי. מיר האבן פארגעסן די מסורה? וועלן מיר זיך עס צוריק דערמאנען. אויב "נויט ברעכט אייזן" וועט עס גאנץ זיכער ברעכן די עקשנות פון אונזערע פראפעשאנעל באנק קוועטשער און קהלה פירער, און זיי צווינגען מקיים צו זיין דעם "יגיע כפיך כי תאכל" כפשוטו.

4. נניח אז מען וועט אונז אפליפערן צו אַן אומבאוואוינטער קאנטינענט (פארפאלן, די פאנטאזיע איז רייצענד!), אין ערגסטן פאל וועט די פרומע קאלאניע טראגן א פנים אומגעפער ווי די פאלעסטינער פליטים לאגערן אין לבנון, מדינת ישראל און ירדן וועלכע לעבן אויף די רוקן פון די UN. די מלאכה פון פראטעסטירן קענען די פרומע אידן גאר גוט, איז וואר? וועלן מיר עס אלזא נעמען צום נעקסטן שטאפל, זיך פארוואנדלען אין פראפעשאנעל דעמאנסטרירער און אויסאיבן אן אלוועלטליכע דרוק ביז מיר וועלן אנערקענט ווערן ביי די אינטערנאציאנאלע געמיינדע אלס א 'פערמענאנטע באשיצטע\באקריוודעטע קלאס און\אדער 'א מין (species) אין געפאר פון פארטיליגונג' וועמען די גאנצע וועלט איז מחויב אויסצוהאלטן אויף דורי דורות!

diff » זונטאג אפריל 7, 2013 8:36 am

· #101929
How will the medina continue whithout the schnorrers that bring them huge amounts of outside money.

איציק » זונטאג אפריל 7, 2013 10:06 am

· #101934
נאך איין נקודה: ווען פרומע אידן פארלאנגען אויטאנאמיע, מיינען זיי נישט אז זיי ווילן אן אייגענע מדינה. מ'מיינט בערך דעם טענה וואס די אינדיאנער האבן צו אמעריקע: מיר זענען דא געווען פריער, און מיר וועלן דא זיין נאכדעם וואס איר וועט אפפוצן. אונז זענען אייך גארנישט שולדיג. מיר האבן אייך נישט גערופן, און נישט געבעטן איר זאלט אונז דא אויפשטעלן א לאנד. אויב עפעס זענט איר אונז שולדיג, אלס די ארגינעלע תושבים, AKA Indigenous peoples.
ערליכע אידן זענען געפארן זיך באזעצן אין ארץ ישראל, אויסלעבן זייערע יארן מתוך קדושה וטהרה שוין דורי דורות, הונדערטער יארן איידער דער רעיון הציוני איז נולד געווארן. זענען געקומען די ציונים און זאגן אז זיי זענען גאר די בעלי בית. זאגן מיר ניין!
די ציונים זענען די וואס האבן געוואלט א מדינה, א שטיקל ערד, און לאו דוקא אין ארץ ישראל, נאר אן אייגן לאנד כדי צו לעזן די "אידן פראבלעם." אלזא, זאלן זיי גיין צו א צווייטן, "פרוכטבארן" קאנטינענט. איר ווילט נישט? לכל הפחות לאזט אונז אפ!
אן אגודיסטישער שרייבער ברענגט דאס גוט ארויס (מ'כלומרשט פון א בריוו וואס א פרומער האט אים געשיקט) אונטער די קעפל: "פרצתם לבית, ואתם רוצים עזרה להילחם בשכנים?"
"מויחל טויבעס", זעק האברך החסידי, טרם הרצה את משנתו הסדורה • "אל תשלמו קיצבאות ואל תגייסו. היינו כאן לפניכם - ונהיה כאן גם אחריכם" •

בן תמליון » זונטאג אפריל 7, 2013 10:09 am

· #101935
ליבי אומר לי אז גיב חרדים אן אטאנאמיע אין אפריקע וועט עס זיין די שענסטע אין אפריקאנער קאנטינענט. פרומע אידן זענען היסטאריש געווען פאכלייט און באנקירער נישט קיין פולנע ארבעטער. דער אפריקאנער חרידיסטאן וואלט אימפארטירט ארבעטער און געטוהן ביזנעס. די סיבה פאר די מצב הירוד פונעם ציבור החרידי אין ישראל איז ווייל דער חילוני לאזט זיי נישט ארבעטן. אין אמעריקע פעלט נישט חרידישע געפירטע פעקטאריס אפילו א פארמאסוטיקל קאמפאני איז דא א היימישע אין זשערסי, א ריזן מעדיקל לאבראטארי אין וויליאמסבורג, פראגראמירער און וואס נישט. גייט קיין מאנרא וועט איר זען יונגעלייט מיט לאנגע פיאות גיסן צעמענט און לייגן דעכער. בקיצור אונזער אפריקאנער שטאט וועט בליען לשם ולתפארת. למעשה וויל דער מדינת ישראל רעגירונג דער חרדי זאל בלייבן א פאראזיט און נישט ווי די אמעריקאנער חרידים.

היימישער ליטוואק » זונטאג אפריל 7, 2013 10:46 am

· #101938
יישר כח מר. פרנקלין פאר א וואונדערבארע טאפיק. כדרכך איז דיין מאמר מעורר די מחשבה און מפתח דעם הגיון.
אבער פארט א הערה - לעניות דעתי האט איר פארפאסט די וויכטיגסטע חלק, נישט אזוי ווייט דאס אז זיי ווייסן נישט די אלע אומניות, דאס איז נאר א פרט וכמו שהאריך הרב איציק שליט"א. דער עיקר פראבלעם איז אז זיי האלטן אז זיי קענען זיצן און לערנען (?) א גאנצן טאג, און אנדערע גייען זיי אויסהאלטן. דאס גייט נישט פליען ווען מען האט אן אייגענע מדינה'לע. דו מיזט "עפעס" טוהן, זאל דאס זיין פיזישע ארבייט אדער סערוויס אינדוסטריע.

איציק'ס טענה פון Indigenous peoples איז סתם נישט אויסגעהאלטן היסטאריש; רוב חרדים (זייער עלטערן און איר עלטערן) האבן זיך באזעצט אין ארץ ישראל, הערשט נאך דעם וואס די ציונים האבן געבויעט דאס לאנד. די קינדער פון די אמת'דיגע ישוב הישן'ניקעס זענען גאר א קליינער מיעוט און וואלטן אויך נישט געקענט עקזיסטירן ווען נישט די הילף פון די ציונים.
מיר וועלן ווארטן פאר ידידינו ממי שאמרו'ס קומענדיגע ארטיקלען איבער דעם.

דעת תורה » זונטאג אפריל 7, 2013 10:53 am

· #101941
היימישער, ווילאנג זיי זענען געווען אין קאנטראל פון די חלוקה געלט האט זיי גארנישט געפעלט.

די ציונים האבן אנגעהויבן א העצעריי און הסתה קעגן זיי, און פראקלאמירט א אייגענע קק"ל קאסע וואס האט געדארפט דינען ווי א ערזאץ פאר די טראדיציאנאלע כוללי רמבעה"נ. און דאדורך פשוט צוגענומען דאס שטיקל ברויט פון מויל פון די ישוב הישן אידן. נעם אוועק די גאנצע ציונות וואלטן זיי אלע היינט געווען אפשר מיליאנערן...

היימישער ליטוואק » זונטאג אפריל 7, 2013 10:58 am

· #101943
דעת, איך וויל נישט פארקירווען דעם שמועס דא, אבער די חלוקה געלט האט נאר געקענט אויסהאלטן X עמאונט פון מענטשן, נישט קיין הונדערטע טויזנדטער, און נישט במשך די מלחמה יארן. און בעיקר איך רעד פשוט פון א פאקט אז רוב מענטשן זענען געקומען נאכדעם וואס די ציונים האבן שוין באוויזן אהערצושטעלן א אינפסטרוקטשור פון אינדוסטריעס און שטעט וכו'.
נעמט למשל דעם חזון איש זצ"ל, דער אינווענטאר פון דעם "פולן וואגן", ווען איז ער געקומען קיין ארץ ישראל, אין די תר כ יארן אדער אין די תר צ יארן?? ריכטיג, בני ברק איז געווארן אויפגעבויעט דארך פרומע אידן, אבער וואלט זי געקענט ווערן אויפגעבויעט לולא וואס הארט דערנעבן האבן די "ליידיגע וואגן" מענטשן אויפגעשטעלט א תל אביב מיט א יפו?

דעת תורה » זונטאג אפריל 7, 2013 11:07 am

· #101945
פארוואס טראכסטו אז די חלוקה וואלט נישט געקלעקט, ווען די גאנצע ציונות האט זיך פונקט אזוי געבויט אויף שנאר?

און די בעלי הפולע וואגן האבן אויפגעבויט א שיינע שטאט פתח תקוה. לידיעתך רוב ניי ירושלים האבן די ישוב הישן אידן געבויט בעפאר ציונות. קענסט זאגן אז דו האסט נישט ליב די סטייל, אבער כהאב נאך נישט געטראפן איינעם וואס איז גרייט אויפצוגעבן זיין חרובע דירה אין אונגארישע הייזער פאר א מאדערנע דירה אין בית שמש.

פרומע אידן וואלטן זיך פונקט אזוי א עצה געגעבן אן די ציונים. די הונדערטער טויזנטער אראבישע אימיגראנטן האבן נישט דיסקרימירט קעגן פרומע. ווער עס האט זיי געגעבן ארבעט, האבן זיי געארבעט פאר יענעם.

איציק » זונטאג אפריל 7, 2013 12:48 pm

· #101985
דעת תורה
כהאב נאך נישט געטראפן איינעם וואס איז גרייט אויפצוגעבן זיין חרובע דירה אין אונגארישע הייזער פאר א מאדערנע דירה אין בית שמש.

אגב, די דאזיגע "מאדערנע דירה אין בית שמש" ווערט אויך געבויעט דורך פרומע אידן, פאר פרומע אידן. א חלק דירות ווערן אויסגעצאלט טאקע פון שנאר געלטער, אבער א חלק דירות פון ארץ ישראל'דיגע בעלי בתים, ד.ה. ארבעטער, ביזנעסלייט און פשוטע יגיע כפיך-עמך, ווי אויך אסאך חוץ לארץ'דיגע אידן וואס געבן אויף זייער האב און גוטס און פארן זיך באזעצן אין ארץ ישראל.

ווער צאלט פאר די אינפראסטרוקטור פון די נייע געגענטער, ווצב"ש רמת בית שמש ג'-א, ג'-ב?
די דעוועלאפערס.
און ווער זענען די דעוועלאפערס?
פרומע בויער און ארגאניזאציעס (עמותות בלע"ז).
און ווי אזוי פארדינען זיי צוריק די געלט?
פון די וואס קויפן די דירות.
און זייער פארדינסט איז חוץ פון די טויזענטער דאלארן וואס די 'מנהל מקרקעי ישראל' פארדינט אויף יעדע איינציגע לאַט און די דריי-פאכיגע מיסים וואס יעדער בעל דירה צאלט אלס טייל פון די פרייז פון דעם דירה.

טא ווער האלט אויס וועמען?

מאטי » זונטאג אפריל 7, 2013 2:50 pm

· #102059
בן תמליון האט ארויסגענומען מיינע ווערטער פון מויל א חרדישער יוד וואס האלט אז גיין אין מיליטער איז יהרוג ועל יעבור גערעכט צו נישט איז געבינדען די הענט אודאי איז דא מענטשן וואס כאפן זיך ארויף און לעבן א חיים טובים אבער איך גלייב אז א גרויס חלק וועט זדשוינען די ווארק פאורס...

לעמאן דזשוס » זונטאג אפריל 7, 2013 3:09 pm

· #102073
בנימין לייקטי אותך מפני שפת הפלפלין שהוכחת, והשתמשת לצורך הכתבה. אבל לגופו של ענין הנך מפגל ומפגר.


איציק, ברזל!

משה געציל » זונטאג אפריל 7, 2013 3:11 pm

· #102077
שפת הפלפלין? יעצט קאמפאזירט? נישט שלעכט גראדע...

בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג אפריל 7, 2013 10:54 pm

· #102335
אריק האט מעורר געווען 5 נקודות און כ'וועל ראגירן כמיטב יכולתי אויסצוקלארן דעם נושא;
און די ערשטע נקודה זאגט ער: אז אז נישט נאר חרדים נאר אפילו חילוניים וועלן זיך נישט קענען קיין עצה געבן און א אפריקאנע קאנטינענט אליין, ער נעמט למשל א דוגמא פון א טיפישער גוי וואס וואוינט למשל אין די ארבען געגענטער זיין טענה איז אז זיי וועלן זיך נישט קענן קיין עצה געבן אן קיין דרויסנדע הילף.

קען זיין אז דו אלע וואס גייען וואוינען אין די ארבען געגענטער, זענען ווייניגער טויגליך, געלערנט, ווי די פראפסיאנעלן וואס קומן וואוינען אין די גרויסע סיטי'ס, אבער אונטערשטע שורה איז אז און יעדע שטעטל און שטעטעלע און אמעריקע איז דא א שולע, א הויך שולע, און א אוניווערסטעט, און יעדע פארווארפענע דארף לערנט מען, שטודירט מען, און מען פרודצירט, געוויסע געגנטער זענען מער סוסקסעפאול ווי אנדערע [אויב א געוויסע אינדעווידואל שפירט זיך גאר סוקסעספואל גייט ער און סיטי און ער איז דארט מצליח], אבער יעדער איז א טייל פינעם שפיל, און יעדער לייגט צו א פלייצע, דער פונעם אורבן איז אויך א אינטעגראלע חלק פונעם לאנד ווי דער פון די סיטי הגם נישט אויפן זעלבן שטאפל.

נאך מער עס קען נישט זיין קיין אורבענס אויב איז נישט קיין סיטי'ס דאס איז א חלק פון א מדינה, אבער עס מוז זיין פראפארצינאל און אויסגעשטעלט אויף א פראדוקטיוו וועג. די אינטערשטע שורה איז אז ווען מען קוקט אויפן גאנצן בילד איז עס א פראדאקטיוו מדינה און א פראדאקטיוו פאלק ווי יעדער טוט זיין חלק.

די צווייטע פוינט דיינע איז אז מען וועט אואט-סורסן און מען וועט שיקן גוים און עסקנים און אנגרייטן די באדן, אז ווי יעקב אבינו האט געשיקט אנגרייטן גושן.
כ'הער, קודם כל פארוואס זאל דער גוי קומען ארבעטן פאר דיר, מסתמא וויל דו וועסט אים באצאלן, דער פראבלעם אבער איז אז דו האסט נישט קיין געלט, ווייל געלט מיינט פראדוקציע און דו פראדעצירסט גארנישט.

נניח אפילו ביזט גערעכט מען וועט זיך מתגבר זיין אויפן כל התחלות קשות פראבלעם, דארט אינעם אפריקאנער דשזאנגעל, איז נישט מיין עיקר פוינט צו מען וועט זיך יא אדער נישט קענען אן עצה געבן מיט אויטאנאמיע, און אויך נישט וואס גענוי אויטאנאמיע מיינט, מיין גאנצע נקודה איז געווען צו שטעלן א פלאטפארמע און מסביר זיין פארוואס מיר זענען נישט קיין פראדאקטיווע פאלק און מיר נעמען נישט קיין אנטייל געהעריג און דעם עקאנאמיע וואס מיר געניסן, און אנדער ווערטער כעת האלטן מיר ביי א מצב ווי קיינער, שיקט נישט קיין עסקנים און ערגעץ, אידן קענען נישט גארנישט, מען פראדוצירט גארנישט און מען איז לעול ולמשא.
אפשר ווען מענדא ראזענבערג וועט אנפאנגען קעיר צו נעמען וועלן מיר בעסער אויסזען ביז דערווייל גראמט ער ביי שבע ברכות.

און דיין דריטע און פערטע נקודה זעה איך אן הסכמה לדברי, [אויף די שאלה פון אוטינאמיע האב איך שוין גענטפערט אז עס איז סך הכל אן אילוסטראציע צו צייגן פארן נישט זעהנדיגן אז מיר האבן נישט קיין אייגענע עקאנאמיע].

דיין פינעפטע נקודה איז אז ווען א חרדי קויפט א דירה און בית שמש האלט ער גאר אויס די מדינה.

איז אזוי קודם כל דאס אז א חרדי קויפט א דירה האלט ער נאך נישט אויס מיט דעם קיין מדינה, למעשה הקשיא במקומה עומדת, מיט וואס באצאלן די איינווינער פון בית שמש און תפרח און אלע אנדערע שטעט און ארץ ישראל, זייערע הייזער?, מיט געלט אוודאי, און לאמיר חזר'ן צו זאמען וואס מיינט געלט ? פראדוקציע ! אויב אזוי זאל מיר שוין איינער ענטפערן ווי עס שטעקט זייער פראדוקציע ????.

די אמת איז א גרויס חלק קומט פון שנאר (אזוי ווי איציק אליין מערקט שוין אן), די חילוק פון א ירושלמ'ער ביז א בני ברק'ער איז אז דער בני ברק'ער שנארט פון די מדינה, און דער ירושלימ'ער שנארט פון די גאנצע וועלט.

יעצט דעת תורה איז מחזק איציק'ס נקודה און ער ברענגט א ראי' לדבריו ער איז עס מדמה צו דאס וואס די ישראלים האבן אלע יארן געשנארט פאר זייער צוועקן, היימישע ליטוואק האט שוין אביסל גענטפערט, און איך וועל צו לייגן, דאס אז מדינת ישראל האט געשנארט ווען זיי זענען דורך חבלי לידה, איז זייער א פארשטענדליכע זאך, ווייל אז איינער וויל זיך שטעלן אויף דער פיס ברויך ער הילף פון א צווייטען, ס'איז א דבר פשוט מאד, און קיינער וואלט נישט געהאט קיין טענות אויף די חרדים אויב מען וויל זיך שטעלן אויף די אייגענע פיס און לכבוד דעם מאכט מען א גרויסע מגבית הצלה, אבער דאס אז מען שטעלט אויס א לייף סטייל צו זיין אנגעוויזן אויף א צווייטן נישט קיין חילוק צו עס איז אידן און חו"ל אדער מדינת ישראל איז א פשע בל יכופר און דאס ברויך א תיקון זאפארט.

דאס וואס מדינת ישראל שנארט נאך היינט איז ניטאמאל א פינף פראצענט פון זייער עקאנאמיע, און דאס אז אמעריקע העלפט זיי מיט געלט פאר מיליטערישע צוועקן, איז אויך א פארשטענדליכע זאך ווייל מדינת ישראל טוט אלעס מה שבידם וואס זיי קענען זיך אליין צו שטעלן אויף די פיס, אבער למעשה האבן זיי אויסגאבן אויפן מיליטערישע פראנט מער ווי זיבן מדינות צוזאמען, און זיי קענען זיך נישט קיין עצה געבן מיט דעם פראבלעם, און נאך עפעס, אפילו לאמיר זאגן אמעריקע וועט שניידן פון זייער הילף, וועט נאך מדינת ישראל נישט אינטערגיין, ווייל זיי האבן א פיינע געזונטע אייגענע עקאנאמיע.

די באטטעם ליין איז איין ווארט, אונזער אויסגאבן איז עשרת מונים העכער ווי אונזער איינקופט און אונזער פראדוקציע ממילא זעמיר און א גרויסע דעפעציט. ווען דו וועסט קענען צעווארפן דעם זאץ וועסטו וויסן אז איך בין מופרך מעיקרא, אז נישט איז אלעס שריר וקים.

בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג אפריל 7, 2013 10:55 pm

· #102337
בן תמליון זאגט אז אז לבו אומר לו גיב חרדים אן אטאנאמיע אין אפריקע וועט עס זיין די שענסטע אין אפריקאנער קאנטינענט. כו' אין אמעריקע פעלט נישט חרידישע געפירטע פעקטאריס אפילו א פארמאסוטיקל קאמפאני איז דא א היימישע אין זשערסי, א ריזן מעדיקל לאבראטארי אין וויליאמסבורג, פראגראמירער און וואס נישט. גייט קיין מאנרא וועט איר זען יונגעלייט מיט לאנגע פיאות גיסן צעמענט און לייגן דעכער. בקיצור אונזער אפריקאנער שטאט וועט בליען לשם ולתפארת. למעשה וויל דער מדינת ישראל רעגירונג דער חרדי זאל בלייבן א פאראזיט און נישט ווי די אמעריקאנער חרידים.

אבער איך זאג אז אויף אזא ברענעדיגע נושא קען מען זיך נישט פארלאזן אויפן 'לבי אומר לי' מען ברויך גיין מיטן מוח.

בן תמליון טייערע כ'האב באמת נישט געוואלט אריינגיין אין א היזיגע טעמע, כ'האב נישט געוואלט רעדן נישט פון מאנראו און נישט פון ניו סקווער, ס'איז צו היזיג ס'איז א בחינה פון קרובים אל החלל, אבער אז דו לייגסט מיר אריין און א פאזיציע וואס כ'האב נישט קיין ברירה ווערט א בחינה פון כופין אותו עד שיאמר רוצה אני. כ'וועל עס בארירן מיטן שפיץ גאפל (א חוץ אויב דו וועסט מיר מער אריין שלעפן אין דעם געמויזאכטס)

בן תמליון דו ווייסט אפשר וועלעכע ווילעדזש איז די איינציגסטע אין די גאנצע פאראייניגטע שטאטן, וואס מער ווי האלב פון די איינוואונער האבן סעקשן עכט ?

דאכט זיך, אויב מיין זכרון נארט מיר נישט, אז די ענטפער ניו סקווער. און דאס איז שוין נאכדעם וואס די ריכטיגע גרויסע גניבות איז געקומען צו א האלט, און ווער עס געדענקט איז די חילול השם דעמאלטס געווען מסוף עולם ועד סופו, און גלייכצייטיג שיעור אינטער געברענגט סקווער צוזאמען מיטן רבי'ן אינאיינעם.

דו ווייסט אפשר וועלכע ווילעדש האט די העכסטע ראטע פון סאציאלע בענעפיט געניסער און גאנץ אמעריקע -און איך גיי נישט אריין ווי ערליך מען איז עלידשזעבעל פאר די אלע בענעפיטן-, מאנראו!!, און אידיש רופט מען עס 'קרית-יואל'.

און דו ווייסט פארוואס ? ווייל אויב לימודי חול גייט סינאנאם מיט חכמת היוונית, און קאלעדזש איז מטמא במגע ובמשא, איז פארשטייט זיך אליין אז נאכדעם ווען מען חתונה אן קיין פאך און די הענט, און מען נעמט זיך טוען איין זאך וואס מען קען וואס דאס איז האבן קינדער וויפיל ס'גייט, דעמאלטס קומט ארויס דעם כל שאינו מלמדו אומנות כאילו מלמדו לסטות מיט אירע אלע הערליכע קאלירן.

דאס וואס דו ענדיגסט מיט אזא פאטאס אז די ישראלים פייגרן ממש אז די חרדים זאלן בלייבן פאראזיטן, דאס הערט זיך שוין ווי א ווילדע קאנספיראציע.

כ'וועל ענדיגן צום דריטן מאל מיטן זעלבן פראז; די באטטעם ליין איז איין ווארט, כהיום איז אונזער אויסגאבן עשרת מונים העכער ווי אונזער איינקופט און פראדוקציע ממילא זעמיר און א גרויסע דעפעציט און מ'ברויך א תיקון גדול בקרוב ממש. ווען דו וועסט קענען צעווארפן דעם זאץ וועסטו וויסן אז איך בין מופרך מעיקרא, אז נישט איז אלעס שריר וקים.

היימישער ליטוואק » זונטאג אפריל 7, 2013 11:11 pm

· #102339
מר. פרנקלין, דיין לעצטע הודעה איז קב ונקי. קיין איבעריג ווארט און אלעס 100% גערעכט און אויסגעהאלטן. לך בכוחך זה...

בן תמליון » זונטאג אפריל 7, 2013 11:12 pm

· #102341
לבנימין היקר בין איך טאקע נישט אויסן דא אויפצוטרייבן א גאנצן סומאטאכע, אבער איר רעדט איצט היפש מילדער ווי פריער. אמת מיר אין אמעריקע לעבן אין דעפציט אדאנק די מיליאנען קינדער פארט ביזטו מודה מיר זענען פראדוקטיוו און פיל בעסער ווי אונזערע אפריקאנער און ספאנישע שכנים. אויבן זאגט איר א באנדע אנאלפאבעטן וואס וועלן חאפן פיש מיט מוהל מעסעלעך און שטארבן ביי די 30 אן ציין. מיין נקודה איז איר האט שרעקליך איבערגעטריבן. קיצוניות איז נישט געזונט אויף קיין זייט.

בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג אפריל 7, 2013 11:29 pm

· #102344
א שאד, וואלסט ווען געדארפט מלכתחלה שרייבן אז די קיצוניות באדערט דיר, אזוי וואלסטו מיר פארשפארט צו רעדן וועגן מאנראו אין ניו סקווער.
די סיבה פארוואס איך האב געשריבן אזוי קיצונית'דיג איז ווייל ס'דא אידן וואס כאפן נישט די נושא (בפרט אין דעם טעמע) אן דעם וואס עס זאל זיין געפארבט מיט פעך שווארצע און העל ווייסע קאלירן.

אז מען רעדט שוין יא פון קרית יואל, וועל איך שוין דערמאנען דעם שענדליכן אקט פון הרב דמתא משם, ווי ער האט ארומגעשיקט בריוון צו אלע גדולי ישראל מיט א שליח מיוחד, אז מען זאל זיך חלילה נישט לאזן פון תכנית הליבה און גזירות גיוס, מען זאל ביישטיין דעם געלט נסיון. ווען ער שטייט ווען אין מיינע דלת אמות גיס איך אים אן מיט א קיתון של שופכין, ער זיצט דארט אויף אלע פראגרעמס, און זויגט ווי א פרישע געבוירן קינד, ביי אונקעל סעם וואס ער קען נאר, זיין גאנצע שטעטל ניצט אלע פרגראמען וואס איז פארהאן תחת כיפת השמים, און ער האט די חוצפה צו זאגן מוסר פאר ארץ ישראל'דיגע אידן אז זיי זאלן חלילה נישט נעמען קיין פרוטה פון דעם טמא'נעם מדינה, כ'בין נייגעריג צו ער וואלט ווען געווען גרייט צו געבן די רווחים פון אפי נאר 'איין איינציגע פראגראם' פאר פאנעוויטשע ישיבה למשל.

איציק » מאנטאג אפריל 8, 2013 7:17 am

· #102385
בענדזשאמין פרענקלין
און דו ווייסט פארוואס ? ווייל אויב לימודי חול גייט סינאנאם מיט חכמת היוונית, און קאלעדזש איז מטמא במגע ובמשא, איז פארשטייט זיך אליין אז נאכדעם ווען מען חתונה אן קיין פאך און די הענט, און מען נעמט זיך טוען איין זאך וואס מען קען וואס דאס איז האבן קינדער וויפיל ס'גייט, דעמאלטס קומט ארויס דעם כל שאינו מלמדו אומנות כאילו מלמדו לסטות מיט אירע אלע הערליכע קאלירן.


איר קלערט אז עס איז פארהאן דא אין שטיבל איינער וואס האלט אנדערש אויף דעם טעמע און עסט זיך נישט פארוואס מען לערנט נישט קיין פאך מיט די קינדער? אבער אויב דאס איז דא אייער טענה, וואלט דער "ללמדו אומנות" מעיקרא געדארפט זיין דער טעמע פון דעם אשכול, ווייל די צוויי דוגמאות וואס איר האט געברענגט פון די צוויי היימישע שטעטלעך צייגן דאך קלאר אז אויטאנאמיע וואלט געווען א בראך נישט נאר פאר די היימישע אידן אין ארץ ישראל, נאר היימישע אידן סיי וואו. אפשר האט איר טאקע דאס געמיינט, אבער צוליב אייער לאנגע (און שיינע) באשרייבונג איז דער עיקר צוגעדעקט געווארן, אזוי ווי יענער וואלד וואס מען האט נישט אנגעזעהן צוליב אן איבערפלוס פון בוימער...

פראגע: אויב ללמדו אומנות\לימודי חול גייט סינאנאם מיט חכמת יוונית, קען דען זיין אז חז"ל האבן געהייסן לערנען חכמת יוונית? לערנען א קאמפיוטער פאך, א שטייגער ווי וועב דעזיין, איז אפשר יא א גריכישע חכמה. אבער קען מען דען זאגן דאס זעלבע אויף לערנען, לאמיר זאגן, פלאמבינג?! 😉

בענדזשאמין פרענקלין
די באטטעם ליין איז איין ווארט, כהיום איז אונזער אויסגאבן עשרת מונים העכער ווי אונזער איינקופט און פראדוקציע ממילא זעמיר און א גרויסע דעפעציט און מ'ברויך א תיקון גדול בקרוב ממש. ווען דו וועסט קענען צעווארפן דעם זאץ וועסטו וויסן אז איך בין מופרך מעיקרא, אז נישט איז אלעס שריר וקים.


צעווארפן דעם זאץ איז נישט שייך. עס איז א פאקט. אפשר וואלט דער "תיקון גדול" נאר צושטאנד געקומען געצוואונגענערהייט, למשל אויב מען וועט פארשיקן אלע היימישע אידן צו "א צווייטן, פרוכטבארן קאנטינענט"....
איך האב אמאל געהערט א טעאריע אז צווישן היימישע אידן זענען פארהאן מער סוחרים און מער ריזיקע נעמער, און דערפאר אויטאמאטיש מער עשירים אין פראפארציע ווי ביי למשל די מאדערן ארטאדאקס, וויבאלד ביי די לעצטע זענען פארהאן מער פאכלייט. איך ווייס נישט אויב עס איז מעגליך בודק צו זיין די פיגורן, אבער אויך אויב מיר זאלן אננעמען אז דאס איז וואר, איז אויך וואר אז ביי אונז זענען פארהאן פיל מער ארימעלייט און אנגעוויזענע אויף רעגירונג פראגראמען.

אגב, דער ללמדו אומנות\תיקון גדול טעמע, האט זיך א שטיקל ריר געטוהן אין די לעצטע יארן, ווען געוויסע היימישע ארגאניזאציעס לערנען אויס פאר יונגעלייט פאכן, קאמפיוטערס (און די ענגלישע שפראך וואס מ'האט נישט געלערנט אין חדר) א.ד.ג. איך שפעקוליר נאר אויב זיי טוען עס צוליב דעם וואס חז"ל האבן געהייסן אויסלערנען א פאך, אדער ווייל זיי באקומען א רעגירונג גרענט, און מען איז דאס בודק מיט אודיטס וכו'...
די ענגליש\קאמפיוטער קלאס כשלעצמו איז א געבענטשטע ערשיינונג, אבער וואלט דען נישט בעסער געווען ווען מען לערנט די פאכן פאר בחורים, לאמיר זאגן אלס נאכט סדר אין די ישיבה, איידער עס איז רחיים על צווארו? אפשר אפילו ארויסקוועטשן א לייטישער היי-סקול דעגרי? (רח"ל מהאי דעתא...)

ביי די ליטווישע, און ווער רעדט נאך די מאדערנע, עקזיסטירט יא דער ללמדו אומנות, עס איז אבער א שווערער פינאנציעלער פראבלעם. די אידן צאלן פראפערטי טעקס פונקט ווי א צווייטער, אבער פונקט ווי אונז (איר וועט נישט גלייבן!) שיקן זיי נישט אין פאבליק סקול, נאר אין היימישע חדרים וואו מען לערנט אין קלענערע כיתות און עס זענען פארהאן עטליכע טיטשערס במשך דעם טאג (כמעט פאר יעדע נושא אן אנדער טיטשער).
דאס טרייבט ארויף די קאסטן, ממילא איז דער טואישען\שכר לימוד ביי זיי אויסערגעווענליך הויעך. א חבר מיינער אין לאנג-איילענד פלאנט גאר צו מאכן אן "עליה" נאר כדי צו מינימיזירן די אסטראנאמישע קאסטן פון טואישען. דער יונגערמאן ארבעט ביי א וואל-סטריט פירמע און פארדינט א שיין געהאלט - הלוואי אויף מיר געזאגט געווארן - אבער די טואישען עסט עס אויף. דאס זעלבע האב איך געהערט פון א דאקטער אין פעסעיק, אז נאך די טואישען פאר זיינע 7 קינדער, און ווער רעדט נאך יעצט אז ער דארף שיקן די טעכטער אין סעמינערי, בלייבט אים קוים אויף ברויט.

בקיצור, עס איז פארהאן א לעזונג צו די אלע פראבלעמען, די באטרעפענדע אינסטאנצן דארפן אבער קודם איינזעהן אז עס איז פארהאן א פראבלעם, און טאקע א גרויסע פראבלעם.

איציק » מאנטאג אפריל 8, 2013 7:25 am

· #102386
בענדזשאמין פרענקלין
דאס וואס דו ענדיגסט מיט אזא פאטאס אז די ישראלים פייגרן ממש אז די חרדים זאלן בלייבן פאראזיטן, דאס הערט זיך שוין ווי א ווילדע קאנספיראציע.

עס איז שוין גארנישט קיין קאנספיראציע, און אוודאי נישט קיין ווילדע. מפיהם ומפי כתבם ווייסן מיר אז דאס איז איינע פון די עיקר סיבות פון דעם חיוב צו גיין אין מיליטער, א חיוב וואס איז לעיכובא אויב אן איזראעילי בירגער וויל עפענען א לעגיטימע ביזנעס, און אויב נישט מוז מען ארבעטן שווארץ. (עכ"פ אמאל איז אזוי געווען, היינט אפשר אביסל לייכטער).
מפיהם ומפי כתבם ווייסן מיר אז די גאנצע מעשה מיט דער ליבה, און די מ'כלומרשטע זארג אז די פרומע ארבעטן נישט, איז ארויסצושלעפן די פרומע פון אונטער די איינפלוס פון זייערע רבנים. זיי האבן עס געשריבן און געזאגט בפירוש, נישט איין מאל און נישט צוויי מאל.

עס איז אויך אויסגעהאלטן מכח סברא. אז די חילונים ציטערן פון דעם "פן ירבה" איז יעדער מודה. זיי זאגן עס אפן, און שוין נישט פון היינט. דאס איז אויך געווען א הויפט רעיון ביי די רוסישע עלי', ועוד.
יעצט שטעלט אייך פאר אז דער מאיאריטעט פרומע ווערט א פראדוקטיווע קלאס, אפשר גאר נאכמער פראדוקטיוו פון די פרייע, ווער וועט אפהאלטן די פרומע פון טוהן וואס זייער הארץ באגערט מיט די מיעוט פרייע?
אבער אזוי לאנג ווי די פרומע זענען אנגעוויזן אויף די פרייע...

לעמאן דזשוס » מאנטאג אפריל 8, 2013 7:26 am

· #102387
גיב פאר חרדים אויטאנאמיע וועט אויסוואקסן א מדינת ישראל.

פראדוקציע איז געלט און דער געריבענער איד וועט שוין זעהן די געלט זאל אהין קיין אפריקא אנקומען. דער זעלבער אנקל סעם וואס שיקט פארן קריתיואלע רב זיינע פראגראמען איז דער וואס שיקט עס קיין מדינת ישראל און פאלעסטינא. אין פאלעסטינא בויעט מען ראקעטן מיט גראנאטן און מען פילט אן שווייצע בענק פאר אראפאט׳ס אלמנה, און אין מדינת ישראל און אין קריתיואל בויעט מען א לאנד מיט א שטעטל מיט אלע צוגעהערן.

יא, ניוסקווער און קריתיואל זענען אפשר די גרעסטע בענעפיטער ווען עס קומט צו שטאטישע און פעדעראלע פראגראמען, און הוא הדין מדינת ישראל איז פון די גרעסטע שנארערס פון אמעריקאנע שטייער צאלער געלט. און, גיב מיר א גוייש שטעטל וואס האט אזוי שנעל גאלאפירט און אויפגעבויעט א שטעטל מיט אלע צוגעהערן און די שענסטע קאמיוניטי פעסיליטיס פון רפואה צענטערן אשת חיל׳עך און שולן, זאלן, מקוואות און בית השחיטה מיט אייגענע פראדוקציע. והוא הדין מדינת ישראל האט די אינוועסטמענט פון אמעריקא געזעהן א פרוכטבארע איינקופט ווען מדינת ישראל פראדוצירט שוין היינט טעכנאלאגיע, וואפן, מעדיצין און סייבער סעקיוריטי מיט וואס זי העלפט די וועלט לויפן פאראויס!

גערעכט, אז די צאל סעקשן אכט בענעפעטירער זענען הימל שרייענד הויעך אז עס זענען דא באדייטענע צאל פאךלאזע אומגעלערנטע מענטשן מיט בנים ובני בנים כזיתים שתולים. דאס איז ווייל ׳דער פארפלוכטע יודע׳ האט אן אייגנשאפט צו ׳קאנטראלירן׳ געלט! צו איז ראטשילד מיט א ׳באנק׳ צו איז עס מעדאף מיט זיינע ביליאנען פארשווינדלט. ס׳איז אבער א פאקט. און מעגסט זיין זיכער אז ווען סעקשן אכט העט אנהייבן קראכן אירע צק׳לאך וועלן הונדערטער משפחות נאך נישט קומען צו די שטאטישע שעלטערס צו לייגן א קאפ אויף א קושן ביינאכט.

האנדלען וואנדלען אין די גאנצע וועלט!

diff » מאנטאג אפריל 8, 2013 9:11 am

· #102390
Wonder why our mosdos are not on the stock market they are one of our biggest buisneses today

איציק » מאנטאג אפריל 8, 2013 9:57 am

· #102394
diff
Wonder why our mosdos are not on the stock market they are one of our biggest buisneses today

א פרישע גאונ'ישע המצאה 😉

אויס מענטש » מאנטאג אפריל 8, 2013 10:49 am

· #102408
איך האב אסאך ווואס אריינצורעדן אבל אין לי הזמן וואס איך וואלט נאר יא געוואלט מוסיף זיין איז :

די קרייזן ווי מען לערנט יא אומנות שטייען בעסער פינאנציעל ווי די חסידישע ?
אויסדרוקליך נישט די לעבנס סטאנדארט דארטן איז פיל העכער, אנגעהויבן ביי שכר לימוד, חתונה מאכן, די געסטעריי יעדן שבת ויו"ט, טאג טעגליכע ווירטשאפט, ביי זיי ארבעטן בדרך כלל ביידע עלטערן, און די קינדער ווערן ערצויגן אזוי מיר נישט דיר נישט, ברחובות אדער ביי נעני, וואס דאס ברענגט אסאך פראבלעמען אין די פיוטשער.
איך האב אדורכגעטון דעם ענין מיט אזלעכע געלערנטע שטודירטע "לייסענס פאך" אידן, מען איז א דורך זייער אינקאום און הוצאות, תכלית הענין איז געווען, אז וואס אונזערע א אינגערמאן שטופט דורך מיט 60,000 א יאר שטופן זיי דורך מיט 200,000 א יאר.
בין איך א ביסל געקומען צו די החלטה
אז דער רבוש"ע האט אויך א מיינונג אין די וועלט און יעדער מאכט וויפיל אים איז באשערט צו ספענדן, און וויפיל ער דארף צו לעבן.

אבער די טענה איז יא קאי וקיים, אז מען דארף לערנען בעסיקס קינדער, דאס הייסט שפראך, קאמפיוטער, עלעקטעריק, פלאמבינג, נישט דוקא פראפעשינעל פאכן.
ועל כולם בודזשעטינג, קרעדיט קארד'ס, בענקינג.

לעמאן דזשוס » מאנטאג אפריל 8, 2013 10:55 am

· #102411
אויס מענטש, ער גנבעט אבער נישט. ער איז אויף זיין נאמען הלכה ולמעשה. ער לערנט, ארבעט, פארדינט, און גיבט אויס דאס געלט אויף? הויכע שכר לימוד...זייער הערליך. חתונה מאכן זיינע צוויי דריי...זייער שיין.

אדרבה, רעדסט וועגן באדזשעטינג? די 60 ביי אונז איז אן די אלע פראגראמען. מיט די פראגרעממס איז דאך עס צוויי מאות ביי אונז אויך. סוי ווי איז די חילוק?

אויס מענטש » מאנטאג אפריל 8, 2013 11:03 am

· #102413
לעמאן דזשוס
אויס מענטש, ער גנבעט אבער נישט.
איך אויך נישט און איך האב נישט קיין לייסענס פאך דזשאב

ער איז אויף זיין נאמען הלכה ולמעשה.
איך אויך אלעס
ער לערנט, ארבעט, פארדינט, און גיבט אויס דאס געלט אויף? הויכע שכר לימוד...זייער הערליך. חתונה מאכן זיינע צוויי דריי...זייער שיין.
איך רעדט פון אזעלכע וואס האבן 8-9 קינדער בדרך התורה

אדרבה, רעדסט וועגן באדזשעטינג? די 60 ביי אונז איז אן די אלע פראגראמען. מיט די פראגרעממס איז דאך עס צוויי מאות ביי אונז אויך. סוי ווי איז די חילוק?
לאו דוקא עס קומט אויס אפשר 30,000 שוין מיט די העכסטע סעקשאן אכט, און מעדיקעיד פוד סטעמפס אינקלאטעט

לעמאן דזשוס » מאנטאג אפריל 8, 2013 11:13 am

· #102417
דו ביסט אפשר פון די קליינע פערצענט האנדלער וואנדלער וואס מאכן א לעבן פון ריל עסטעיט אדער ארבייטסטו פאר הערשל שרייבער אויף די ביכער. רוב זענען נישט אזוי.

ניין. דו ווייסט נישט ווייל דו זאגסטאך אז דו האסט נישט. איז הער אויס; סעקשן אכט קען אנקומען צו צוויי אלפים מאנאטליך. פוד סטעמפס א טויזענט א מאנאט. טעקס ריטוירן איז א צוועלף אלפים סטעיט און פעדעראל קאמבאנירט האלט מען שוין ביי 48 לייג צו מעדיקעיד נאך א 12 אלפים איז שוין 60 פלאס שאר ירקות ווי היע״פ און אזוי ווייטער עס קומט אן צו א שיינע נומער.

וואס איך וויל פארשטיין פון דיר איז פארוואס קאסט דעם לייסענסד (ווי דו רופסט עס) סך מער? למה?!

אויס מענטש » מאנטאג אפריל 8, 2013 11:17 am

· #102420
סעקשאן 8 איז ביי א דורכשניטליכער אינגערמאן 1000-12000
און זייער אסאך פון די יונגערע אינגעלייט באקומען שוין נישט קיין סעקשאן 8

זייער לעבן וואלט איך דיר געראטן אויב די קענסט כאפן א שמועס מיט איינעם, און וועסט הערן פונקטליך, איך וויל נישט מאריך זיין אין אריינגיין אין לענגערע דיסקוסיעס

לעמאן דזשוס » מאנטאג אפריל 8, 2013 11:19 am

· #102421
איי לאסט יא.

בענדזשאמין פרענקלין » מאנטאג אפריל 8, 2013 12:36 pm

· #102462
לעמאן דזשוס
גיב פאר חרדים אויטאנאמיע וועט אויסוואקסן א מדינת ישראל.

יא, ניוסקווער און קריתיואל זענען אפשר די גרעסטע בענעפיטער ווען עס קומט צו שטאטישע און פעדעראלע פראגראמען, און הוא הדין מדינת ישראל איז פון די גרעסטע שנארערס פון אמעריקאנע שטייער צאלער געלט. און, גיב מיר א גוייש שטעטל וואס האט אזוי שנעל גאלאפירט און אויפגעבויעט א שטעטל מיט אלע צוגעהערן און די שענסטע קאמיוניטי פעסיליטיס פון רפואה צענטערן אשת חיל׳עך און שולן, זאלן, מקוואות און בית השחיטה מיט אייגענע פראדוקציע. והוא הדין מדינת ישראל האט די אינוועסטמענט פון אמעריקא געזעהן א פרוכטבארע איינקופט ווען מדינת ישראל פראדוצירט שוין היינט טעכנאלאגיע, וואפן, מעדיצין און סייבער סעקיוריטי מיט וואס זי העלפט די וועלט לויפן פאראויס!

א שיינער צושטעל ! כ'גלייב אז אפילו ר' חיים וואלט נישט געקענט מחלק זיין דעם השוואה.

ברסלבער » דינסטאג אפריל 9, 2013 12:59 pm

· #102884
אויף דעם איז געזאגט געווארן: זכה מלאכתן נעשה על ידי אחרים.

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 9, 2013 1:04 pm

· #102890
נישט עכט. אידן זענען באפוילן צו גלייבן: "בשבילי נברא העולם"...

ברסלבער » דינסטאג אפריל 9, 2013 1:10 pm

· #102897
[ציטאט אראפגענומען]

כ'האב פארגעסן צוצולייגן די דריי פינטלעך...

לעיקוואד » מיטוואך אפריל 10, 2013 6:42 am

· #103175
<a class="postlink" href="http://www.nrg.co.il/online/11/ART2/459/266.html?hp=11&cat=1102&loc=2">http://www.nrg.co.il/online/11/ART2/459 ... 1102&loc=2</a>

<a class="postlink" href="http://www.kikarhashabat.co.il/%D7%94%D7%9E%D7%95%D7%93%D7%99%D7%A2-%D7%9C%D7%94%D7%A7%D7%99%D7%9D-%D7%90%D7%95%D7%98%D7%95%D7%A0%D7%95%D7%9E%D7%99%D7%94-%D7%97%D7%A8%D7%93%D7%99%D7%AA-%D7%9C.html">http://www.kikarhashabat.co.il/%D7%94%D ... D7%9C.html</a>

<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=3004998&forum_id=771">http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?c ... rum_id=771</a>

טאמבל סאס » מיטוואך אפריל 10, 2013 12:53 pm

· #103269
געוואלדיג.
אייגענטליך אויב מעג איך צולייגן א נקודה. צו דעם פותח'ס ענדע פון זיין צווייטע תגובה.
צייטונג שרייבער זענען ווייטער פראדוצירער מיט דעם וואס זיי שטעלן צו א פלאטפארמע פאר די קלוגע פון פאלק צו משפיע זיין אויפ'ן דעת הקהל זיי זאלן מאכן באשלוסן וואס זענען קריטיש פאר'ן טובה און גוטע 'עקענעאמיע' פון פאלק.

פשטידא » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 11:11 am

· #103802
דער "המודיע" האט נעכטן ארויפגעברענגט אזא הצעה פון אויטאנאמיע פאר חרדי'שע אידן. ער איז אבער נישט געהעריג מסביר וויאזוי ער וועט שאפן א מיליטער צו שיצן 'זיין' לאנד.

סמעטענע » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:22 pm

· #103827
לעמאן דזשוס
גיב פאר חרדים אויטאנאמיע וועט אויסוואקסן א מדינת ישראל.

פראדוקציע איז געלט און דער געריבענער איד וועט שוין זעהן די געלט זאל אהין קיין אפריקא אנקומען. דער זעלבער אנקל סעם וואס שיקט פארן קריתיואלע רב זיינע פראגראמען איז דער וואס שיקט עס קיין מדינת ישראל און פאלעסטינא. אין פאלעסטינא בויעט מען ראקעטן מיט גראנאטן און מען פילט אן שווייצע בענק פאר אראפאט׳ס אלמנה, און אין מדינת ישראל און אין קריתיואל בויעט מען א לאנד מיט א שטעטל מיט אלע צוגעהערן.

יא, ניוסקווער און קריתיואל זענען אפשר די גרעסטע בענעפיטער ווען עס קומט צו שטאטישע און פעדעראלע פראגראמען, און הוא הדין מדינת ישראל איז פון די גרעסטע שנארערס פון אמעריקאנע שטייער צאלער געלט. און, גיב מיר א גוייש שטעטל וואס האט אזוי שנעל גאלאפירט און אויפגעבויעט א שטעטל מיט אלע צוגעהערן און די שענסטע קאמיוניטי פעסיליטיס פון רפואה צענטערן אשת חיל׳עך און שולן, זאלן, מקוואות און בית השחיטה מיט אייגענע פראדוקציע. והוא הדין מדינת ישראל האט די אינוועסטמענט פון אמעריקא געזעהן א פרוכטבארע איינקופט ווען מדינת ישראל פראדוצירט שוין היינט טעכנאלאגיע, וואפן, מעדיצין און סייבער סעקיוריטי מיט וואס זי העלפט די וועלט לויפן פאראויס!

גערעכט, אז די צאל סעקשן אכט בענעפעטירער זענען הימל שרייענד הויעך אז עס זענען דא באדייטענע צאל פאךלאזע אומגעלערנטע מענטשן מיט בנים ובני בנים כזיתים שתולים. דאס איז ווייל ׳דער פארפלוכטע יודע׳ האט אן אייגנשאפט צו ׳קאנטראלירן׳ געלט! צו איז ראטשילד מיט א ׳באנק׳ צו איז עס מעדאף מיט זיינע ביליאנען פארשווינדלט. ס׳איז אבער א פאקט. און מעגסט זיין זיכער אז ווען סעקשן אכט העט אנהייבן קראכן אירע צק׳לאך וועלן הונדערטער משפחות נאך נישט קומען צו די שטאטישע שעלטערס צו לייגן א קאפ אויף א קושן ביינאכט.

האנדלען וואנדלען אין די גאנצע וועלט!

נארישער פארגלייך דאס מדינת ישראל מיט קרית יואל, טראץ די אנגענומענע קאנצענזוס איז מדינת ישראל נישט אנגעוויזן אויפן אמעריקאנעם פינאנציעלע שטיצע, עס איז ענדערש א לוקסוס צו וואס זיי האבן זיך צוגעוואוינט, זייער יערליכער בודזשעט איז איבער 85 ביליאן דאלער, איז וויפיל פראצענט פון דעם מאכט אויס די 3 ביליאן וואס אמעריקע ווארפט זי צו?!

לעיקוואד » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 7:29 pm

· #103989
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=53181">http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=53181</a>

פשטידא » זונטאג אפריל 14, 2013 7:57 pm

· #104711
סמעטענע
נארישער פארגלייך דאס מדינת ישראל מיט קרית יואל, טראץ די אנגענומענע קאנצענזוס איז מדינת ישראל נישט אנגעוויזן אויפן אמעריקאנעם פינאנציעלע שטיצע, עס איז ענדערש א לוקסוס צו וואס זיי האבן זיך צוגעוואוינט, זייער יערליכער בודזשעט איז איבער 85 ביליאן דאלער, איז וויפיל פראצענט פון דעם מאכט אויס די 3 ביליאן וואס אמעריקע ווארפט זי צו?!


קוקט אויס זיי ליינען אויך קאווע שטיבל:
<a class="postlink" href="http://worldnews.nbcnews.com/_news/2013/04/14/17690032-israels-booming-economy-puts-billions-in-us-aid-under-spotlight?lite">http://worldnews.nbcnews.com/_news/2013 ... light?lite</a>

און אגב, כ'קען דוקא יא זען א פארגלייך צווישן מדינת ישראל און קרית יואל. נישט נאר ווייל קרית יואל איז כמעט ווי א מדינה בפני עצמה [כמחאת הרב משה בער בעק], נאר ווייל ביידע צייגן דעם אור-אלטן פעסטגעשטעלטן כלל: נויט ברעכט אייזן.

נישט אזוי לאנג צוריק, אונטער דעם קאמוניסט בן גוריון, איז מדינת ישראל געווען א טאטאלע פינאנציעלע קאטאסטראפע, וואס האט געלעבט פון שנאר און ווידערגוטמאכונג. געזען אמאל א בריוועלע פון א איד אין די בראשית יארן פון די מדינה, וואס ער האט געשריבן קיין אייראפע אז 'דא וואוינט מען ווי אין סוכות, מ'עסט ווי יום כיפור, און מ'גייט אנגעטון ווי תשעה באב'.

יעדע אידישע געמיינדע, פרייע ווי פרומע, וועט זיך אן עצה געבן מיט פינאנצן בבוא היום - אויב דער פריץ זאל נאר לאזן (מדינת ישראל האט אויך נאר אויפגעבויט ווען זי האט צוביסלעך געטוישט צו קאפיטאליזם). איך בין איבערצייגט אז אויב קרית יואל - און אנדערע 'היימישע' געגנטער - זאל זיך טרעפן מיט צוגעשפארטע רעגירונג קראנען וועט מסתמא ווערן א קורצטערמיניגער קריזיס, אבער עווענטועל וועט מען זיך אן עצה געבן.

מי אני » זונטאג אפריל 12, 2020 8:22 am

· #445678
א פרישע גאונ'ישע המצאה: אויטאנאמיע!
עס וואלט מסתם געווען אינטרעסאנט פון אן אקאדעמישע עקאנאמישע פערספעקטיוו צו באטראכטן/מאדעלן וואס וואלט טאקע פאסירט אין אזא סארט מצב. דהיינו, ווייל לעת עתה באשטייט די חרדי׳שע עקאנאמיע (so to speak), ווי נישט, פון אן אָטאַרקי [אזא סארט אפגעזונדערטע/״פארמאכטע״ עקאנאמיע] (מ׳רעדט דא די חלק עקאנאמיע ו״האנדל וואנדל״ וואס איז דא; מ׳רעכענט נישט רעגירונג פראגראמן וכדומה). אין א פאל אבער וואו עס ווערט טאקע אן אטאנאמיע, וועט עס (איראניש) נישט קענען בלייבן אזוי (ווייל בעצם פראדוצירט עס נישט כנ״ל) און עס וועט זיך טאקע דארפן מער אריינלייגן אין עפעס זאכליכע אלגעמיינע פראדוקציע וכדברי @בענדזשאמין פרענקלין, אויף כדי צו קענען בכלל אריינגיין אינ׳ם כלל פון דוד ריקארדוֺי׳ס געזעץ/טעאריע פון קאָמפּערעטיוו עדווענטעדזש צו/און קענען טרעידן און האנדלן מיט די (דרויסענדע) וועלט. (דעמאלטס קען אבער ווערן א פראבלעם אז די פראדוקציע אינדוסטריס וועלן דאך צוערשט זיין אינפענט אינדוסריס וממילא אפשר האבן שוועריקייטן אריינצוגיין געהעריג אין פרי טרעיד מיט די שוין אוועקגעשטעלטע אינדוסטריס דערין.)

ווי אויך קען זיין די פראבלעם מיט א חרדי׳שע אויטאנאמיע...
בלאט: 1 2