סאונד אויף אינטערנעט ארבעט נישט
מיין סאונד אויפ'ן אינטערנעט איז מיר פשוט פארשוואונדן געווארן. ווען איך קוק אונטן ביים וואליום מיקסער, זע איך אז ס'איז אנגעצינדן, אבער ס'ארבעט נישט, ווייל ווען איך רוק דעם וואליום הער איך נישט קיין סאונד אזוי ווי געווענליך. דאס מאכט מיר נערוועז ביי גוגל טשעט ווען איך באקום נישט די הודעה אז איך האב א מעסעדזש. דאס האט פאסירט פון איין טאג אויפ'ן צווייטן, אן קיין שום ווארענונג. איינער ווייסט וואס דאס קען זיין?
נאר די אינטערנעט סאונד ארבעט נישט אדער בכלל די סאונד אויף די קאמפיאטער?
וואס נוצטו? קאמפיוטער? סעלפאון? וועלכע בראוזער?
אינטערנעט עקספלארער אויף א קאמפיוטער.
קענסט פראבירן אן אנדערע בראוזער?
דאבעל קליק אויף די אדיו אייקאן אין די טעקסבאר און מאך זיכער אז אלע סאונדס זענען אנגעצונדען און נישט אויף Mute.
טאמער קענסטו נישט פראבירן א צווייטע בראוזער, גיי אריין אין Tools, Internet options, און אין די Advanced טעב מאך זיכער אז די Play sounds in web pages אפציע אין מולטימידיע איז געטשעק'ד.
די וואליום מיקסער פון אונטען איז נישט אלעס, מ'דארף קענען אריינקליקן דארט ערגעץ פאר מער דעטאלן, און דארט דאכט זיך איז דא גרעסערס מיקסער. פרוביר אויס
פראביר אריינצופלאגן דיין ספיקער אין דיין קאמפיוטער אדער דריי ארויף דעם וואליום אויף די ספיקער (נישט די קאמפיוטער, די עקשועל ספיקער). טאמער דאס ארבעט אויך נישט, ריסטארט די קאמפיוטער.