וואו קען מען טרעפן שפאנענדע דראמאטישע ביכער אנליין?
איך דארף אייך נישט פארציילן אז מען קען טרעפן מיליאנען ביכער אנליין, איך זוך אבער פון א ספעציפישן זשאנער. אזאלכע מיני ביכער ווי דער ריזיקאלישער געראנגל, פון אונטער די נעגל פון קאמוניסטישע הענט, א אויסגערעכנטע טראגעדיע, א.א.וו. קען זיין אויף אידיש ענגליש אדער העברעאיש. ווי זויבערער אלס בעסער. דאס הייסט אן קיין ראמאנטישע חלקים, בלויז דראמא, שפיאנאזש, עקשאן.
איך גלייב נישט אז איינער האט דירעקט א סייט צו גנב'ענען ביכער פונקט אין די ספעציפישע סוביעקט וואס דו זוכסט, אבער דו קענסט אויפזוכן נעמען פון ביכער דורך סוירטשן thriller novals וכדומה, און דערנאך אויפזוכן אויב מען קען טרעפן די ביכער בחינם אנליין. אדער קענסטו דערנאך גיין אין ביבליאטעק און ליינען בחינם די ביכער אויף א כשר'ן אופן.
איך זוך לאו דוקא געגנבטע עס איז דא גענוג לעגאלע. איך האב נישט געוויסט ווי אנצוהייבן אפילו, יעצט וועל איך טרייען thrilling novel. אינטערעסאנט וויאזוי דער קיווארד הייסט אויף אידיש און העברעאיש. ראמאנען האט עפעס מיט ראומענס?
לעגאלע סייטס וואו מען קען באקומען היינטיגע ביכער בחינם? קיינמאל נישט געוואוסט דערפון, שיק מיר צו א לינק, ביטע.
ס'איז
thriller נישט thrilling.
ראמאן אויף דייטש-אידיש מיינט א נאוועל. אזוי ווי אסאך ראמאנען באשטייען פון דברי חשק האט מען אנגעהויבן רופן אזא סארט הנהגה 'ראמאנס'. זע
דא.
איך האב מורא'דיג הנאה געהאט פון אפאר גאר דראמאטישע ביכער וואס
"אב זקן" האט געשריבן אינעם אייוועלט
"היימישער דזשורנאל"!!!
הערליך שיין און שפאנענד!!
סוף פון יעדע פון זיינע מעשיות איז עס צאמגענומען אין א שיינע פי.די.עף.
א שאד אז לעצטענס שרייבט ער מער נישט!