☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מיינט עס א פרומער ערנסט?

מיינט עס א פרומער ערנסט?

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3353

town1 » דאנערשטאג אפריל 4, 2013 4:17 pm

· #101346
מיינט עס א פרומער ערנסט?
עס איז באקאנט די ווערטל וואס מען זאגט נאך פונעם הייליגן בעל דברי יהזקאל פון שיניווא זצ"ל אז פרום איז ראשי תיבות פיל רישות ווייניג מצות אין צווישן אונזער היימישן עולם געפינט זיך אינגעלייט וואס מען קען זיי אנרופען פארפרומטע אינגעלייט, פארחאניאקט אינגעלייט, צוריקגעבליבענע אינגעלייט, וואס זיי

דאווענען הויעך,
דאווענען ווארט ביי ווארט,
שאקלען זיך ווי א לולב ביים דאווענען,
געבן אכטונג אויף א יעדע מאכל וואס קומט אריין ביי זיי אין שטוב זאל האבן די בעסטע השגחה.
עסן נאר פון איין געוויסע שחיטה.
לאזן נישט אריין אינדרערהיים קיין שום צייטונגען אדער מאגאזינען, נאר מעלות, די אידישע ליכט, א.ד.ג.,

נו רבותי, מיינט עס א פרומער ערנסט?

זר זהב » דאנערשטאג אפריל 4, 2013 4:20 pm

· #101348
ווייניג מצות? מיינסט זיכער אריזאנע מצות. פונעם הייליגן קדושת גרשון זאגט מען אז פרום איז ר"ת פיינע רבי'שע וואוילע מענטשן

לעמיל » דאנערשטאג אפריל 4, 2013 4:22 pm

· #101352
נישט קיין שאלה עס איז זיכער דא וואס מיינען עס ערנסט און עס איז דא וואס נישט

שעפטל » דאנערשטאג אפריל 4, 2013 4:23 pm

· #101353
כללו של דבר, א איד וואס איז פרום פאר זיך אבער ס'קומט א טובה צו טאן און ארויסצוהעלפן א צווייטן וועט ער זיך צורייסן און טוהן אלעס אינדערוועלט, איז א ערליכע פרומער וואס מיינט עס ערענסט. אויב איז ער אבער מער פרומער אויף יענעם'ס חשבון דארף איך שוין נישט אויספירן

נולד מאוחר » דאנערשטאג אפריל 4, 2013 5:15 pm

· #101381
מיינט עס א באם נישט ערענסט?

יאיר » דאנערשטאג אפריל 4, 2013 7:22 pm

· #101436
נולד מאוחר
מיינט עס א באם נישט ערענסט?

אודאי נישט, ער איז א באם ווייל דאס איז דער באקוועמסטער לייף סטייל פאר אים, נישט ווייל ער איז געקומען צו די פילאזאפישע מסקנא אז א בלויע העמד איז מער ריכטיג ווי א ווייסע. והוא הדין מיט א פרומער - ע"פ רוב.

איחוד פעלד » דאנערשטאג אפריל 4, 2013 8:00 pm

· #101446
לדעתי לדעתי וואלט איך געזאגט אז עס נישט דא א זאך ווי מיינען יא ערענסט אדער נישט. אלעס איז די זעלבע גמויזעככטס.

לעיקוואד » דאנערשטאג אפריל 4, 2013 8:12 pm

· #101451
פאלט מיר איין אפשר דארף מען מאכען אזא כלל. א זאך וואס אויב מיינט מען עס נישט ערנסט איז עס נישט ריכטיג צו טוהן זאל מען עס קיינמאל נישט טוהן.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 4, 2013 9:28 pm

· #101491
איך קען "פרומע" יונגעלייט וואס לאזן נישט אריין א צייטונג (מעג זיין די הייליגסטע) אדער מאגאזין אין זייער הויז. אבער זיי וועלן זיך אייביג אפשטעלן ביי דעם ניוססטענד (אפילו שבת אינדערפריה אויפ'ן וועג צום ביהמ"ד) אדער זיך אריינשטופן די נאז ווען עמיצער ליינט א צייטונג.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 4, 2013 9:33 pm

· #101495
יאיר
נולד מאוחר
מיינט עס א באם נישט ערענסט?

אודאי נישט, ער איז א באם ווייל דאס איז דער באקוועמסטער לייף סטייל פאר אים, נישט ווייל ער איז געקומען צו די פילאזאפישע מסקנא אז א בלויע העמד איז מער ריכטיג ווי א ווייסע. והוא הדין מיט א פרומער - ע"פ רוב.

ס'איז נישט אייביג דער כלל. א בריסקער, למשל, עסט פארברענטע מצות ווייל ר'איז חושש אז ס'איז נישט גענוג אדורכגעבאקן און ס'קען זיין אינעווייניג איז (ח"ו) דא א משהו חמץ, ר"ל.מ'זאגט נאך אז ס'איז געווען א בריסקער וואס האט זיך אראפגעווארפן פון שטאק ווייל ר'האט חושש געווען אפשר שטאמט ער מזרע עמלק.

ברוין » מיטוואך אפריל 10, 2013 8:22 pm

· #103517
וויאזוי איך קוק עס אן יעדע סארט מענטש קען זיין צופרידן און נישט צופרידן. דער פרומער ווייסט נישט פון מער ער איז צופרידן מיט זיין חלק און דאס זעט ער און ער איז זיך משמח דאס זעלבע איז מיט יעדע מענטש ווי לאנג ער ווייסט נישט פון בעסערס וועט ער באמת זיין פריילאך מיט זיינע פיר ווענט
די פראבלעם פאנגט זיך אן ווען מען בלאפט און מלעבט אין א קעסטל וואס מ'וויל זיך ארויסזען דעמאלטס איז עס א ליווינג העלל און דאס איז די זעלבע ביי אפילו איינער וואס איז נישט פרום נאר פשוט נישט צופרידן מיט זיין סביבה

דאס איז מיין אבזערוואציע בערך

יואליש » מיטוואך אפריל 10, 2013 8:55 pm

· #103526
כ'גלייב אז רובא דרובא מיינע עס זייער ערענסט. זעירין אינון וואס מיינען עס נישט ערעסט און מ'קען זיי טאקע גרינג דערקענען. בלאפן איז נישט גרינג פארן פראקטיצירער און זיכער נישט גרינג צו באהאלטן עס פון אנדערע. אז איינער איז צומאל א היפאקריט מיינט נאכנישט אז ער מיינט נישט זיין פרומקייט ערענסט. א היפאקריט ווייסט נישט אז ער איז א היפאקריט. אין זיין מוח האט ער א טוץ מיט בארעכטיגונגן און חילוקים פארוואס הא לן והא להו. ס'איז אויף א מידות פראבלעם.

דרך אגב, מ'זאגט א איד איז אמאל געקומען צו א רבי זיך באקלאגן אז זיין איידעם פראוועט תעניתים און דאווענט פאר שעות אריכות, איז מאריך בביה"כ און איז מדניד שינה מעינו וכו'. זאגט דער רבי, איך טוה דאך דאס זעלביגע, וטא וואס איז דען די פראבלעם? ענטפערט דער שווער באזארגט, "דער רבי האט דאך פרנסה דערפין, מיין איידעם מיינט עס נעבעך ערענסט..."

אביגדור » מיטוואך אפריל 10, 2013 9:28 pm

· #103541
דפח"ח.

קינות גירושין » מיטוואך אפריל 10, 2013 10:42 pm

· #103588
מענין לענין מאותו ענין, סהאט מיר אייביג געבאדערט די גמ אין חגיגה, הילנה המלכה (איך מיין סאיז זי, עפעס א שלעכטע קעניגען) האט געזאגט פאר איר טויט צו איר זון זאלסט נישט מורא האבען פון די רשעים/שלעכטע מענטשען ווייל זיי זענען אונזער פריינט און אויך נישט נישט פון די צדיקים ווייל זיי וועלען אונז נישט שלעכט טון , נאר זאלסט חושש זיין צו די צבאים וואס מאכען זיך ערליך אבער און הארץ זענען זיי רשעים, מיין שאלה איז, פארוואס זאל א צבאי וועלן שלעכט טון פאר איינער וואס איז פונקט אזא רשע וואס ער איז?

געפילטע פיש » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:18 am

· #103647
די זעלבע סיבה פארוואס דער וואס רעדט ביי קדיש וועט שטיל מאכן יענעם ביי קריאת התורה.

איחוד פעלד » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:29 am

· #103657
קינות גירושין
מענין לענין מאותו ענין, סהאט מיר אייביג געבאדערט די גמ אין חגיגה, הילנה המלכה (איך מיין סאיז זי, עפעס א שלעכטע קעניגען) האט געזאגט פאר איר טויט צו איר זון זאלסט נישט מורא האבען פון די רשעים/שלעכטע מענטשען ווייל זיי זענען אונזער פריינט און אויך נישט נישט פון די צדיקים ווייל זיי וועלען אונז נישט שלעכט טון , נאר זאלסט חושש זיין צו די צבאים וואס מאכען זיך ערליך אבער און הארץ זענען זיי רשעים, מיין שאלה איז, פארוואס זאל א צבאי וועלן שלעכט טון פאר איינער וואס איז פונקט אזא רשע וואס ער איז?



ווייל יענער איז נישט קיין צבוע, פארשטייסט?

למשל א פאלשער גרוש וועט פיינט האבען אן אמת'ע גרוש.

קינות גירושין » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 7:47 am

· #103730
איחוד פעלד
קינות גירושין
מענין לענין מאותו ענין, סהאט מיר אייביג געבאדערט די גמ אין חגיגה, הילנה המלכה (איך מיין סאיז זי, עפעס א שלעכטע קעניגען) האט געזאגט פאר איר טויט צו איר זון זאלסט נישט מורא האבען פון די רשעים/שלעכטע מענטשען ווייל זיי זענען אונזער פריינט און אויך נישט נישט פון די צדיקים ווייל זיי וועלען אונז נישט שלעכט טון , נאר זאלסט חושש זיין צו די צבאים וואס מאכען זיך ערליך אבער און הארץ זענען זיי רשעים, מיין שאלה איז, פארוואס זאל א צבאי וועלן שלעכט טון פאר איינער וואס איז פונקט אזא רשע וואס ער איז?



ווייל יענער איז נישט קיין צבוע, פארשטייסט?

למשל א פאלשער גרוש וועט פיינט האבען אן אמת'ע גרוש.

וואס איז דער הבנה,ווייל ער איז עם מקנה, קומט אויס אז א האלבע שטאט איז מיך מקנה? Ok it feels god

ציבעלע-קיגל » דינסטאג אפריל 14, 2015 3:28 pm

· #265973
town1


דאווענען הויעך,
דאווענען ווארט ביי ווארט,
שאקלען זיך ווי א לולב ביים דאווענען,
געבן אכטונג אויף א יעדע מאכל וואס קומט אריין ביי זיי אין שטוב זאל האבן די בעסטע השגחה.
עסן נאר פון איין געוויסע שחיטה.
לאזן נישט אריין אינדרערהיים קיין שום צייטונגען אדער מאגאזינען, נאר מעלות, די אידישע ליכט, א.ד.ג.,

נו רבותי, מיינט עס א פרומער ערנסט?


עס ווענדט זיך וואס פרום מיינט ביי דיר.

די אלע זאכען וואס דו האסט דא אויסגערעכענט, אויב איינער טוט זיי מיינט נישט פרום, עס מיינט ערליך.

די "פרום"ע וואס דער שינאווער האט געמיינט איז א נייע ווארט וואס ער האט דאס שוין געזעהן. און דאס מיינט די היינטיגע פרום... ווי למשל...

שרייען פוי, שרייען שיגץ אויב איינער האלט נישט פונקט ווי דיר.
יענעם'ס רבי איז סתם א שיגץ אדער עם הארץ אדער א פעיקער און אויב דו האלטסט נישט פון דיין רבי, ביזטו א שיגץ.
איעדער וואס איז נאר אביסל אנדערש ווי דיר איז אוטומאטיש א שיגץ אדער באם.

אין קורץ די היינטיגע "קנאי". ספעציעל די וואס לויפען "מוחה" זיין אויף יענעם'ס עבירות.