אלטערנאטיווע ענדינגס צו באקאנטע פאלקס מעשה'לעך
66 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3346
אלטערנאטיווע ענדינגס צו באקאנטע פאלקס מעשה'לעך
אלטערנאטיווע ענדינגס צו באקאנטע מעשה'לעך,
ווער ס'וויל קען צולייגען.
............גרונעם איז קיינמאל פון די חסידים געווען, קוים אמאל געהערט פון זיי. זיין קריינדל האט גראדע יא געהערט פון זיי און אז אידן ווערן כסדר געהאלפן ביי זייערע רביים. האט זי אים אנגעהויבן צו דערקוטשען ער זאל פרובירן דעם מיטל אפשר וועט פון דארט קומען די ישועה.
וואס דרייסטו דעם קאפ! האט גרונעם זיך געאייסערט, איך קען זיי נישט! כ'האב מיט זיי קיין געטועכטס וואס וועלן זיי מיר שוין קענען העלפן.
קריינדל האט געהאלטן אין איין מוטשען אבער ער האט זיך נישט געלאזט.
און טאקע צום סוף נאך אפאר וואכן וואס קריינדל האט אריינגעהאמערט אז גרונעם זאל פארן האט זיך ארויסגעשטעלט אז גרונעם האלט נישט ביים גיין און ער איז טאקע "קיינמאל נישט" געפארן.........
........איך וועל דיר ארויסווארפן אויף די גאס! - האט דער פריץ געשריגען א בייזער, - דו קומסט מיר שוין פיר מאנאטליכע ראטעס! - האט חאצקעל געהערט זיין אויבערהאר ארויסזידן פון צווישן זיינע ציין.
ס'איז נישט געווען קיין ברירה, חאצקעל האט איינגעפאקט זיין טארבע מיטנעמענדיג אביסעלע שפייז און געפארן צום רבי'ן.
אנקומענדיג האט ער געזען גאנץ א "קליינע" שורה ווארטן אריינצוגיין צום רבי'ן, ס'האט נישט אויסגעפעלט קיין פראטעקציע אדער הויכע שליכצן דער גבאי זאל זיך באפאסן מיט אים.
דער רבי האט געפרעגט, פיר חדשים נישט באצאלט?? ווייזט זיך אויס דער קרעטשמע ביזנעס איז נישט פאר דיר, כ'מיין זאלסט גיין צו בי ענד עידש. צום סוף האט א צווייטער מער טויגליכער איבערגענומען די קרעטשמע און אלץ באצאלט אין צייט דער פריץ איז געבליבן לעבן ביז די דריי און ניינציג.
... און די וואלף האט אריינגעטאנצן אינעם הייסן טאפ וואסער, ס'האט טאקע געזידט און געגליעט, אבער די הונגער האט אים געטריבן. אין איין אויגן בליק איז דער וואלף ארויפגעשפרינגן און צופליקט די דריי פיגיס און זיי אפגעלעקט ביזן גיד הנשה. נאכדעם איז דער וואלף געבליבן לעבן אין זייערע הייזער. די ציגעל'נע הויז איז געווען זיין היים פאר די ווינטער, די שטרוי'ענע איז געווען זיין זומער היים, און אין די האלצער'נע הויז האט ער געעפענט א עמעזאן ביזנעס.
......זיין חכמה האט גע'שמ'ט אינעם גאנצן געגענט, פון איבעראל איז מען זיך געקומען שואל עצה זיין מיט אים. ביז ס'איז אפילו אנגעקומען די שמועה צום קעניגליכן פאלאץ. און דער קעניג האט באשלאסן אויפצונעמען דעם ר' שלמה אלס זיין הויפט פינאנץ מיניסטער.
פארשטייט זיך אז דאס האט ערוועקט קנאה ביי די לאנגיאריגע גוי'שע מיניסטארן, זיי האבן געקריצט מיט די ציין אבער גארנישט געקענט טון.
ביז ביז צום סוף האט זיך ארויסגעשטעלט אז טראץ וואס ר' שלמה האט געהייסן א חכם אין דער שטאט פון ווי ער איז געקומען, האט ער אבער נישט געטויגט צו אזא הויכע פאזיציע ביים קעניג... דער פריערדיגער גוי'שער פינאנץ מיניסטער איז בעסער געווען און איז צוריקגעקומען, און דער איד שלמה איז געווארן אפגעזאגט נאר צוליב ריין פינאנציעלע סיבות..
מאטי............גרונעם איז קיינמאל פון די חסידים געווען, קוים אמאל געהערט פון זיי. זיין קריינדל האט גראדע יא געהערט פון זיי און אז אידן ווערן כסדר געהאלפן ביי זייערע רביים. האט זי אים אנגעהויבן צו דערקוטשען ער זאל פרובירן דעם מיטל אפשר וועט פון דארט קומען די ישועה.
וואס דרייסטו דעם קאפ! האט גרונעם זיך געאייסערט, איך קען זיי נישט! כ'האב מיט זיי קיין געטועכטס וואס וועלן זיי מיר שוין קענען העלפן.
קריינדל האט געהאלטן אין איין מוטשען אבער ער האט זיך נישט געלאזט.
און טאקע צום סוף נאך אפאר וואכן וואס קריינדל האט אריינגעהאמערט אז גרונעם זאל פארן האט זיך ארויסגעשטעלט אז גרונעם האלט נישט ביים גיין און ער איז טאקע "קיינמאל נישט" געפארן.........
איך האב מקובל אז די ריכטיגע גירסא איז אזוי: ר' גרונם איז געווען גאר א גרויסער תלמיד חכם, ער האט געהאט ש"ס ופוסקים אויפ'ן פינגער, און ער האט גע'טענה'ט אז אזא לאנגע נסיעה וועט ברענגען אסאך ביטול תורה. נאכדעם וואס ער האט געהאט א קראנקע טאכטער און זיין ווייב האט אים געמוטשעט, האט ער מחליט געווען צו גיין. וען ער איז אנגעקומען צום רבי'ן האט ער אים געפרעגט פשט אין א שווערע תוספות. "דאס? מיין קלענסטער חסיד קען דאס ענטפערן," האט דער רבי געזאגט מיט דערנידערנדע ביטול. צום סוף האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער קלענסטער חסיד קען קוים אלף בית, און דער רבי קען אפשר אביסל אגדתא דרבב"ח. דער תלמיד חכם האט זיך צובייזערט אז אזא עם הארץ וואגט זיך צו זאגן שלשידעס תורה און פארקרימען פשט אין פסוק, און ער איז אן אויפגערעגטער אהיים געפארן. זינט דעמאלט איז ר' גרונם געווען דער גרעסטער מתנגד צו חסידות.
און די קראנקע טאכטער? מ'איז געפארן צו א גרויסן דאקטער און ער האט איר אויסגעהיילט.
ur guys r good, keep it up ,
איך ווייס נישט אויב עס קומט אין דעם אשכול וואס איז מיוסד צו ארויפברענגען א שמייכל אויף די לעפצן, אבער אן אינטערעסאנטע זאך איז דא פון רבי נחמן מברסלב וואס ער האט דערציילט מעשיות וואס איז געווען אנגענומע פאלק'ס מעשיות, און ער האט עס געענדיגט אויף אן אנדערע וועג ווי אזוי די וועלט דערציילט עס.
איין מעשה וואס איך געדענק יעצט איז די באקאנטע מעשה פון א קעניג וואס האט גענומען צוויי מענטשן אז זיי זאלן אים דעקארירן א פאלאץ, און איינער האט זיך אריינגעלייגט ראשו ורבו און געענדיגט זיין חלק מיט גרויס פראכט, און דער צווייטער האט געפוילעצט ביז עס איז געקומען די סוף זמן און ער האט זיך געכאפט אז יעצט איז שוין צו שפעט אנצוהייבן, האט ער געלייגט גרויסע שפיגלען אויף זיין חלק, אזוי אז אלע שיינע זאכן וואס דער ערשטער האט געמאכט האט זיך אפגעשפיגלט אין זיין חלק.
די וועלט ענדיגט די מעשה אז דער קעניג האט גענומען א זעקל געלט און עס געלייגט ביי דעם ערשטנ'ס זייט, און עס האט זיך אפגעשפיגלט אויף די אנדערע זייט...
אבער רבי נחמן ענדיגט עס אז דער קעניג האט זייער הנאה געהאט פון דעם צווייטנ'ס איידיע און ער האט אים זייער שיין באצאלט דערפאר.
.... ראובן איז געבליבן גראבן אונטערן בריק ביז צופרי ווען א פארט אוטאראטי פאליציאנט האט אים ארעסטירט פארן מאכן א בור ברשות הרבים, און שמעון איז אהיימגעגאנגען און צובראכן זיין פריפעטשיק און איז געבליבן קאלט א גאנץ ווינטער מיט א הויפן ציגל אינמיטן קיך, און זיין פרוי האט געכאפט א לונגען אנטצינדונג. קיינער האט נישט געטראפן קיין אוצר און זיי האבן ביידע ווייטער געארבייט אין מצה בעקעריי פאר יארן לאנג. און מ'האט געמאכט טיי אווענטס צו חתונה מאכן זייער קינדער.
יארן שפעטער האט זיך ראובן'ס משפחה נישט משדך געווען מיט שמעון'ס משפחה, האבענדיג טענות אז ער האט זייער נאאיווע זיידע פארקויפט די ברוקלין בריק. ביידע משפחות האבן נישט געגעסן מצות פונעם אנדערנ'ס מצה בעקעריי און זיי האבן זיך גאר באשולדיגט אין עסן חמץ בפסח.
א באנדע לצים. אבי געשאסן ליצנות.
ברודערלעך, א שאד די צייט. ס'איז דא וויכטיגערס אויף דער וועלט.
...אלעקסיי האט איינגעשפאנט דעם וואגן און די גאנצע חבריה קדושה האט זיך ארויסגעלאזט אויף אן אומבאקאנטער וועג. פארענדיג א שטיקעל וועג האט אלעקסיי איינגעדרימעלט (נישט געכראפעצט,פשוט נישט געליטן דערויף) און האט אפגעלאזט די לייצעס.
מיטאמאהל!!! האט דער וואגן אנגעהויבן צופליען פון זיך אליינס !!!!! איבער פעלדער און וועלדער בערג אן טאלן סאיז טאקע נישט דורך קיין לאנגער צייט און פליצלונג...... טראך!!!!!!!!! דער פערד האט געגעבן א זעץ אריין אין א גראבן בוים סהאט אנגעהויבן צו ספינען .
איין פערד האט זיך גלייך ציפיצלט אויף 20 שטיקלעך....דער צווייטען איז געבליבן סטאק מיט אלעקסיי 16 פוס טיף און א טאהל ר וואלף קיצעס האט געמאכט א דאבל טאמבל סאוס ארויספליענדיג פון וואגן!! אן אנדערער פון די חבריה האט זיך צובראכן די ביין פונעם נאז!!!!!! דער בעש״ט איז אפגעקומען מיט א לייכטער קאנקאשן ... מהאט געברענגט א נייער וואגן און מהאט זיי אריינגעפירט אין שפיטאהל און דער מעזוביזצער הויף האט זיך פארשאפט א נייעם דרייווער.....
שמעקעדיגא באנדע לצים. אבי געשאסן ליצנות.
ברודערלעך, א שאד די צייט. ס'איז דא וויכטיגערס אויף דער וועלט.
כאטשיג האט מען וואס צי טון
לדעתי איז דאס איינס פין די בעסטע מערסטע יומערעס אשכולות.
איך וויל מאכן א דיסקלעימער: איך גלייב באמונה שלימה אז דער בעש״ט האט געקענט מאכן קפיצות הדרך און פאר פיקוח נפש כדי צו ראטעווען אן אנדערן יוד וואלט ער זיך באנוצט מיט דעם כח.אבער אז מרעכנט צוזאם וויפיל מעשיות סאיז דא אויף דעם נושא בנוסף צו וויפיל אפארטוניטיס דער בעש״ט האט געהאט אין זיין לעבן צו אויספירן אזויפיל מעשיות לאזט זיך קלערן אז מיט די יארן איז האט זיך געמאכט אן אנפלוציע פון מעשיות א שטייגער ווי גייקאו קעמערציאלס און אויף דיזע איז דער וויץ צושטאנד געקומען ...
... דער חסיד האט אפגעמאכט אז ער מוז זעהן וואס זיין רבי דער קדושת גרשון זי"ע טוט ביי שיר השירים, האט ער זיך אריינגעגאנבענט אינעם רוק שאפקע. אזוי זיצענדיג מיט א צאפעלדיג הארץ קומט דער הייליגער קדושת גרשון אריין און הייבט אן שיר השירים, דער חסיד הייבט אן שפירן ווי ער האלט עס נישט אויס. פלוצלינג נעמט דער רבי ארויס א גוט שטיק קוכן פון ביזעם און הייבט אן אריינרוקן, א ציטער כאפט אים אן זעהנדיג א מאן אין ווייסן גיסט אן פאר'ן רבי'ן ארענדזש דזשוס. פון וואו איז די מאן אריינגעקומען? ער געט זיך בטעות א ריק אין שאפקע מאכענדיג א גערודער, דער רבי הייבט זיך אויף זעהן וואס דארט טוט זיך, ער ווערט גערעגט אויפן חסיד האקט אים די ביינער מ'פירט דעם חסיד אריין אין שפיטאל קריטיש פארוואונדעט.
ווען דער פישפשקאר זיצקעלעלאלאהא האט געליינט שירת הים האבן זיך די חסידים אויפגעהויבן די קאפטענעס, ווען מען האט גענדיגט שירה איז די שפחה שעל הים אריינגעקומען אין ביהמ"ד.
ר' חיימ'טשיקע זבל-טויבער פלעגט יאר יערליך שבועות אויף דער נאכט פארציילן די מעשה פון דעם געשפאלטענעם בער, עד היום איז מען נאכנישט דערגאנגען ווער עס איז געהאלפן געווארן פון די מעשה.
ר' שלמה'קע דאמבראווער האט אמאל געזאגט פאר זיינס א חסיד א עני ואביון מגוזלו אז ער זאל נעמען א טעפיך און זיך שטעלן ביים מארק און ער זאל נישט אוועקגיין פון דארט ביז ווי לאנג ער פארקויפט עס, דער חסיד האט אויסגעפאלגט דעם רבינ'ס ווערטער אזוי ווייט אז מען האט לעצטענס געפונען שפירן פון א סקעלעטאן וואס האלט א טעפיך ביים מארק און לייפציג.
שמעקעדיגא באנדע לצים. אבי געשאסן ליצנות.
ברודערלעך, א שאד די צייט. ס'איז דא וויכטיגערס אויף דער וועלט.
ס'איז אמאל געווען אן אייניקל וואס איז געקומען באזוכן די באבע.
די באבע האט דאן געהאלטן אימיטן באקן פיינע קיכן און ס'איז געגאנגען א רויעך און א היץ.
דאס אייניקל האט נישט געקענט סובל זיין די הוץ, און זיך ביטער אפגערעדט דערויף.
האט די באבע אויסגערופן מיט פאטאס: אויב איר קענט נישט דולדן די הוץ זייט מוחל און פארלאזט די קיך!
זייט דעמאלט איז דער מנהג אז די דאזיגע אימרא ווערט איבערגעזאגט ביי יעדנספאל ענליך.
סאיז א זיסע אשכול.
אמרתי שיר השירים ל' יום ולא נענתי. קבלתי לפרסום.
ברסלבעראיך ווייס נישט אויב עס קומט אין דעם אשכול וואס איז מיוסד צו ארויפברענגען א שמייכל אויף די לעפצן, אבער אן אינטערעסאנטע זאך איז דא פון רבי נחמן מברסלב וואס ער האט דערציילט מעשיות וואס איז געווען אנגענומע פאלק'ס מעשיות, און ער האט עס געענדיגט אויף אן אנדערע וועג ווי אזוי די וועלט דערציילט עס.
איין מעשה וואס איך געדענק יעצט איז די באקאנטע מעשה פון א קעניג וואס האט גענומען צוויי מענטשן אז זיי זאלן אים דעקארירן א פאלאץ, און איינער האט זיך אריינגעלייגט ראשו ורבו און געענדיגט זיין חלק מיט גרויס פראכט, און דער צווייטער האט געפוילעצט ביז עס איז געקומען די סוף זמן און ער האט זיך געכאפט אז יעצט איז שוין צו שפעט אנצוהייבן, האט ער געלייגט גרויסע שפיגלען אויף זיין חלק, אזוי אז אלע שיינע זאכן וואס דער ערשטער האט געמאכט האט זיך אפגעשפיגלט אין זיין חלק.
די וועלט ענדיגט די מעשה אז דער קעניג האט גענומען א זעקל געלט און עס געלייגט ביי דעם ערשטנ'ס זייט, און עס האט זיך אפגעשפיגלט אויף די אנדערע זייט...
אבער רבי נחמן ענדיגט עס אז דער קעניג האט זייער הנאה געהאט פון דעם צווייטנ'ס איידיע און ער האט אים זייער שיין באצאלט דערפאר.
דא איז א שיינער אפהאנדלינג פון די היסטאריע פון דער מעשה און דער שינוי וויאזוי ר' נחמן האט עס פארציילט.
ווען דער הייליקער קאנטשינער א בן אחר בן פונעם בלינדן שרף פון אליק האט געזען דעם בערל בעל עגלה אין די קרעטשמע קלאפן די גלעזל מיט אנא די פויערטע, האט דער צדיק מלמד זכות געווען און געזאגט רבונו של עולם אפילו אין די שענק הייזער זענען דיינע בעל עגלות שומר נגיעה.
נא איינער זאל שוין אראפלייגן די נארישע גראמען וואס מען זעט אייביג ביי די דערציילונגען פון צדיקים!
בערך אזוי,
גאט טיט אינז באשערן
יודן טוען זיך מערן
מיט נחת און פרייט
האט ער זיך אראפגעלייגט
.......דער רבי איז אריינגעפאלן אין א דביקות זיין פנים האט געפלאמט קיינער פון די ארומיגע האט זיך נישט געוואגט א ריר צוגעבן ענדליך נאך א פיינליכע דריי פערטל שעה געט זיך דער רבי א כאפ אויף אין זאגט בערל! ביזט א געהאלפענער!
בערל האט אין איילעניש גענומען דעם נעקסטע באן אהיים אנקומענדיג נאנט צו זיין הויז זעט ער ווי מלויפט אים שוין אקעגן דערציילן די גוטע בשורה אז דער קראנקער איז סאך בעסער געווארן.
ווען ער האט זיך נאך געפרעגט ווען פונקטליך סהאט זיך אנגעהויבן די סימנים פון די פארבעסערונג האט ער זיך געכאפט ביים קאפ סאיז געווען ממש פונקט 10 שעה פאר ער האט אפילו איבערגעטרויטן דעם רבינ׳ס שוועל והיה לפלא.
מאראנצןזאפטשמעקעדיגא באנדע לצים. אבי געשאסן ליצנות.
ברודערלעך, א שאד די צייט. ס'איז דא וויכטיגערס אויף דער וועלט.
ס'איז אמאל געווען אן אייניקל וואס איז געקומען באזוכן די באבע.
די באבע האט דאן געהאלטן אימיטן באקן פיינע קיכן און ס'איז געגאנגען א רויעך און א היץ.
דאס אייניקל האט נישט געקענט סובל זיין די הוץ, און זיך ביטער אפגערעדט דערויף.
האט די באבע אויסגערופן מיט פאטאס: אויב איר קענט נישט דולדן די הוץ זייט מוחל און פארלאזט די קיך!
זייט דעמאלט איז דער מנהג אז די דאזיגע אימרא ווערט איבערגעזאגט ביי יעדנספאל ענליך.
אריין אין אויסגעדראשענע זאצן אשכול:
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/3311">viewtopic.php?f=10&t=3311</a><!-- l -->
ווי יארמער רב האט געזאגט
ביי מיר איז געשעהן פונקט דער זעלבער מעשה ווי יוסף הצדיק נאר מיט איין פרט אנדרעש. ביי מיר איז זי אנטלאפען נאקעט וכו'.
איחוד צו וואס שטעלסטו צו יארמער רב׳ס מעשה
בד״וו שכוח פאר דיין קאמפלימענט אויבן און פאר דיין יקר המציאה׳דיגער לייק.
.... אלע חסידים שטייען מיט די העלזער אויסגעצוגן אויף ארויף אווי גרייט פאר די שחיטה. יעדעס מאל א וואלקן ריקט זיך הערט זיך ברומען "אהההה." אבער ס'איז פארכמארעט ווי בי חוני המעגל. פארוואלקענט. קיין זכר פון א לבנה. דער הייליגער מיקעסויעבער רבי [שליט"א] זצ"ל שטייט פארזינקן אין זיינע מחשבות. דער הויז בחור האלט גרייט דעם לעדערנע קידוש לבנה זאגער, מיטן פירוש פונעם ערשטן מיקעסויבער קדוש זצוק"ל.
דער רבי עפענט אויף די אויגן און באפעלט אלע חסידים זאלן אהינגעבן זייערע פאטשיילעס. טאש טיכלעך זענען געקומען צו פליען ביז ס'איז געווארן א הויפן פון פאטשיילעס. נאכער האט מען זיך גענימען בינדן איינס צום צוייטן און מאכן איין לאנגע אחדות פון פאטשיילעס. חסידים האבן געזאגט אז די "מיקעסויבער פאטשיילע" האט געקענט ארומרינגלן די גרויסע מיקעסויבער בית החיים זיבן מאל. ביים עק האט דער רבי פארקניפט זיין אייגענע פאטשיילע, ביים אנדערען עק האט דער רבי באפוילן מ'זאל באהעפטן דעם הייליגן "ורחץ האנטוך" פונעם מיקעסויבער קדוש.
האלטענדיג דאס "ורחץ" עק, האט דער רבי פארבעטן יחיאל דער בעטלער זאל האלטן דאס אנדערע עק. אין שטעטל פלעגט מען זיך שישקען אז ר' יחיאל קאן די קליינע אותיות.
דאן האט מען אנגעהויבן דרייען די פאטשיילע ראופ, אז דער ריזיגע פאטשיילע איז געגיינגען עולה ויורד, מעלה ומטה, רצוא ושוב.
נאך דרי שעה דרייען האט דער רבי ארויפגעקוקט און אויסגעשריגן: "ס'איז דא א מיקעסויעבער לבנה!!! ברוך אתה ה' אלוקינו מלך העולם אשר במאמרו ברא שחקים...."
מיט די צייט האבן מיקעסויבער חסידים מקפיד געווען נישט צו מאכן קידוש לבנה ווען ס'איז דא א זעהבארע לבנה, אדער אפי' א זידיטשויבער לבנה. קידוש לבנה האט מען געמאכט בלויז אויף א מיקעסויעבער לבנה - דהיינו ווען ס'איז פארכמארעט און ס'איז פארהאן קיין זכר פון א גשמיות'דיגע לבנה וואס איז נראה לעינים צוליב די מסך המבדיל פון די וואלקענעס אויף וועלכע די רבי האט זיך אויסגעדריקט אז זיי זענען "א שטיק גשם."
... אן אייז קאלטער פראסטיגער נאכט געווען ווען דאס האט פאסירט שטורעמישע ווינטן האבן געיאוועט אן רחמנות געהאקט אין די לאדנס ווי צו זאגן איך וויל מיך אריין-ברעכן און אייננעמען אויך די אינעווייניגע.
אבער ווער וועט ברענגען נייע ליכט פאר חיים׳ל דער שטעטל מתמיד די לעצטע ליכט האבן נארוואס אויסגעצאנקעט
מיטאמאל הערט זיך שטארקע קלאפן ביים טיר אין אנהויב האט זיך אים געדאכט אז דער וועטער איז דער וואס האקט דארט.. ווי ער קומט צו נענטער און עפנט די טיר איז ער אין גאנצען פארוואונדערט געווארן נישט מער און נישט ווייניגער א געשטאלט פון א גאר אלטער צוברעקלטער בוים איז געליגען אראפגעטראסקעט ביים זייט פון טיר.....
די איבריגע נאכט איז קיינער נישט געקומען און ער האט זיך געמוזט ספראווען מיט די פינסטערניש...
moti107איחוד צו וואס שטעלסטו צו יארמער רב׳ס מעשה
בד״וו שכוח פאר דיין קאמפלימענט אויבן און פאר דיין יקר המציאה׳דיגער לייק.
די השוואה איז אז דער יארמער רב בויט אויך אויף דער יסוד פין מעשיות מיט אנדערע ענדעס.
א לייק מיינט אז איך האב עס באמת ליב.
.... די צוויי חברים האבן זיך זייער ליב געהאט און האבן זיך געגעבן תקיעת כף אז ווער ס׳גייט פריער ארויף אויף יענע וועלט זאל קומען צום אנדערן אין חלום פארציילן וואס ער איז דורך געגאנגען דארט.
חיים איז קודם געשטארבן מהאט געטרויערט זיבן טעג,שלושים,נאכן קומען צו זיך האט שלמה אנגעהויבן ווארטן אז חיים זאל מקיים זיין זיין צוזאג
און געווארט און געווארט און געווארט...........................שוין. ביטע דרייט איבער דעם טעיפ.
ענדליך איז ער געקומען און זיך אנטשולדיגט פאר נישט קומען, ווייל ער האט פשוט פארגעסען.
און ער האט געזאגט אז רוב מעשיות וואס מען פארציילט עס קומט פאר אויף יענער וועלט הייען זיך נידט אהן און לאזען זיך נישט אויס.
זיין פנים האט נישט געשיינט, און זיינע תכריכים זענען נישט געוועהן קורץ און אז מען האט נישט געדארפט ארויף לייגען דער וואגען אויף דער וואגשאהל, אויך דער בארדיטשוווער נישט מליץ יושר געוועהן, און דער
א באנדע ליצים דא.
דאס איז די ערשטע מאל וואס איך זעה דעם אשכל און איך קען נישט אויפהערן צו לאכן.
דאס דערמאנט מיר דריי זאכן.
איינס, עס זענען דא מערערע סיפורים פון רביס וואס האבן אומגעברענגט די צורר היהודים די צאר ניקאליי. איינער האט אים אריינגעווארפן אין די מצה אויווען ערב פסח, איינער האט אים ערמארדערט שבת הגדול ביים דרשה, די דריטע ביי די מכות ביים סדר, די פערדע ביי די קניידלעך אחרון של פסח. איין זאך איז זיכער, די צאר ניקאליי איז געשטארבן ערגעץ ארום פסח צייט, די שאלה איז נאר וועלכע רבי האט געשאסן די לעצטע קויל.
צווי, איך האב יארן צוריק געזעהן א ספר וואס הייסט דאכצעך, אשכבתא דרבי. ער איז מעתיק השתלשלות פון די הסתלקות פון צענדליגע צדיקים, פון די ימי הבעש"ט ביז היינט. זייער אסאך פרטים זענען גאר ענדליך ביי אסאך פון זיי, למשל, מאכן שהכל אויף א גלעזל וואסער/מילך און אויסהויכן די נשמה. אויפגעשטעלט פארן טאטע/זיידע וואס איז געקומען פון עולם האמת, וכדומה.
איין פרט וואס געשעהט ביי כמעט אלע, איז דאס אפשטעלונג פונעם זייגער ביי יציאת נשמה. איך זאג אייך רבותי, איר קענט יעצט פארן צו עני שטאט אין רוסלאנד, פוילין אדער גאליציע, פרעגט די ארטיגע גוים וואו איז די הויז פון די ראבינער, מיין בעט איז, אז איר וועט דארט טרעפן א צעבראכענע/אפגעשטעלטע זייגער הענגן אויפן וואנט.
דריי, דער אשכל דערמאנט מיך א מעשה (מיט א שטארקע מוסר השכל) וואס א חבר האט מיר אמאל געשוקט.
גיבט א קוק:
...און דער מלאך האט געענטפערט אז ער האט אראפגעשטופט די בלעטל ווייל ער איז געווען נמאס פון ליידיגיין.
@הוגה,
אין גמרא כתובות, דאכצעט פרק שני דייני, זאגט דין גמרא נאך סימנים אויף די פטירה פון א צדיק, מת מתוך חולי מעיים, מת מתוך שחוק, פניו אל הקיר, ועוד.
האבן מיר דאך א געשמאקע וועג צו וויסן אז די אלע "צדיקי הדור" ביי וועמען די סימנים זענען נישט מקויים געווארן זענען גארנישט געווען קיין צדיקים.
ברכת החודש.
נאכדעם האט מען געשמועסט אז דאס קינד איז נעבעך געווארן מאלעסטעד, און ממילא האט ער נישט געזעהן דעם קעניג'ס נייע אנצוג.
כעניין גיטו וחצירו באין כאחד ודו״ק.
@אנאנים זייער א רייכער לשון פליסט זיך פון דיין פעדער כ׳האב אבער פארפאסט דער אלטערנאטיווע ענדינג. אויב ס׳האט, זיי מסביר.
.... וואכן ריקן זיך און ס'ווערט קעלטער אזש די נוי סוכה ווערן פארפרוירען. דער חסיד זינגט מיט א מתיקות "ותזכנו לישב ימים רבים..." און האלט ווארט: ער רירט זיך נישט ארויס פון די סוכה. די גאס האט אנגעהויבן רידערען אז עפעס איז נישט אין ארדענונג מיטן חסיד. און ס'ווייב האט זיך געזארגט אז ס'וועט שאטן פאר שידוכים מיט די קינדער.
איין קאלטער נאכט בשעת א שניי פאלט איבערן סוכה שלאק, האט מען געריפן די גוי'אישע אמבולאנס סערוויס. זיי האבן דעם מאן בשתיקה אפגעפירט אינעם נענטסטן סייקיעטריק שפיטאל. ביי חנוכה איז דער פאטער צוריק פאראייניגט געווארן מיט זיין משפחה און האבן ווארעם פארבראכט ארום די הייליגע חנוכה ליכט. דאס ווייב האט זיכער געמאכט אז דער מאן נעמט די מעדעצינען טעגליך.
המעשה המקוריתאיכא דאמרי: האברך אכן נתבקש אל הקודש פנימה בתחילה.וגם הרב אמר לו בהקיץ לקרוא להתינוק לוי יצחק .ותיקף כשחזר הביתה הלך לישון מרוב טירדות הדרך. והנה הרב בחלומו.. מעוטר בקאלפיק ופנה האברך לכבוד הרב בהכנעה ושאל אותו איך אקרא להתינוק שלי ? וצעק הרב כבר אמרתי לך בהחדר פנימה ובפתע פתעום ויקץ האברך מגודל הרעש ותתפעם רוחו ...והנה חלום.והיה לפלא.
...דער קעניג מיט א כעס רופט אריין זיינע נאנטע מיניסטארן און יאוועט און קוויטשעט ווי נישט מיט זיין שטימע, ....ס׳פעלט!!!!!......ס׳פעלט א בריליאנט! דער שענסטע בריליאנט פון מיין קרוין האט איינער צוגענומען. איר זענט די איינציגע מיניסטארן וואס וואלטן דאס געקענט דורכפירן..
זייט אייך מודה!!!!! האט דער קעניג געקרייעט.
רופט זיך אן איינע פון די מיניסטארן, זיין מייעסטעט דער קעניג לאזט מיר באטראכטן דעם קרוין .
דא האסטו, זאגט דער קעניג מיט אפשיי....
דער מיניסטער געט א שריי! אט דא איך זע דעם בריליאנט דא אויפן קרוין!!!
אה! אנטשולדיגטס מיר - זאגט דער קעניג - גייטס אלע שוין אהיים! אבער שוין!!! .........
שווארצע וואלקענעס האבן זיך אראפגעלאזט העכער די קעפ; אגנסט און זארג האט פארכאפט די געמוטער; און דערשיטערט ביז גאר האבן די געמיינדע פירער פונעם שטאט פיקלווארדיין אויפגענומען דעם ביטערן בשורה.
נאך פילע העצע פון די ארטיגע גלחים, האט דער קעניג - אויך נישט קיין איבריגע אידן פריינד, ארויסגעגעבן א באפעהל צו פארטיליגן יעדעס איד מנער ועד זקן. והעיר פיקלווארדיין נבוכה.
די געמיינדע פירער אין שפיץ פונעם רב, האבן זיך צונויפגעזאמעלט צו דרינגנדע אסיפות, זיך געריבן די שטערן, און ביטער געקרעכטס.
"וואס טוהט מען" איז געוועהן די געמיינזאמע פראגע איבערגעפילט מיט פעסעמיסטישע זארג.
אויפן פארלאנג פונעם רב, האט מען אראפגעשיקט א דעלעגאציע פון עטליכע אנערקענטע לייט צום קעניג'ס פאלאץ, געפאלן צו זיינע פיס, און מיט טרערן זיך געבעהטן ער זאל רחמנות האבן, און מבטל זיין די ביטערע גזירה.
דער קעניג איז שטארק איבערגענומען געווארן פונעם רירענדע הערליכע נוסח ר' משה דער ראש הקהל האט פארגעליינט, און ערוועקטע רחמנות געפיהלן האבן ווי פון קליינע שפאלטן אנגעהויבן אריינצודרינגן אינעם הארץ פונעם קעניג, וועלעכע איז פארט געמאכט פון פלייש אין בלוט.
קומטס צוריק אין 3 טעג, און איך וועל אייך געבן אן אנטווארט, האט דער קעניג גענטפערט מיט א היבש ווייעכען טאן.
דער קעניג א צומישטער האט צוזאמגערופן זיינע הארן און ראטגעבער, און זיי געהייסן זיך זעצן.
"וואס טוה איך יעצט" האט ער זיי געפרעגט היבש אן אומקלארער.
די שרים האבן געפריווט איבער צו רעדן די קעניג אז די אידן מאכן בלויז צרות, צאלן נישט קיין שטייערן, גנב'נען פראגראמען, פראטעקטן מאלעסטערס, ווארפן אראפ גארבעדש אויפן ערד, און ווידערשפעניגן אינעם קעניג.
אבער דאס איז געפאלען ווי אויף טויבע אויערן.
די שרים האבן געזעהן אז דער קעניג לאזט זיך נישט איבער רעדן, און האבן געקריצט מיט די ציין.
ווייסט וואס, האט דער קעניג זיך געאייסערט צו די אויפגעברויזטע שרים ציהנדיג זיין געשטיצטן בערדל, זאל דער אלטער 90 יעריגער גלח פיטער,
פירן א ווכיח מיט איינע פון די אידישע פארשטייער, און טאמער דער גלח געווינט דאן שרייב איך אונטער דעם גזירה, אויב אבער נישט, צופליק איך דעם גזירה אויף שטיקער.
פונקט "פיטער"? האבן די שרים רעאגירט מיט צווייפל!
א שוידערהאפטיגן ערל שפתים; קאלעכט ווי א שייסער; און א זעלטן צופאלענעם געשטעהל.
קיין פראגע אז פיטער פארמאגט נישט די מונאמאלע קוואלעפיקאציע צו פירן א דעבאטע, האט איוואן געפריווט משכנע זיין דעם קעניג.
אדוני המלך! אפשר זאל דער קעניג נעמען סיי ווער, אבער נישט "פיטער", האט דער מיניסטאר יאהאן זיך געבעהטן מיט צווייפל.
דער קעניג האט איגנארירט די געבעהטן, פארשיקט די שרים, און געלאזט רופן די אידן וואו ער האט זיי מודיע געוועזן דעם פסק.
אינעם זעלבן צייט, וואס אנטריסונג און אנטוישונג האט פארכאפט די גוישע העדליינס, וויסענדיג אז דאס איז א פארלוירענעם קאמף.
האבן די אידן איבערגעפילט מיט ענטוזיאיזם געפייערט א פריצייטיגע ניצחון, אזש א כי הרבית טענץ אינמיטן גאס איז געוועהן א העכסט נארמאלער ערשיינונג.
די שאלה איז נישט געוועהן צו מ'וועט באזיגן דעם פיטער, די שאלה איז געוועהן "ווער" און "ווי שטארק" וועט מען איהם באזיגן.
פילע קאנדידאטן האבן זיך אנגעטראגן צום רב, יעדער האט געוואלט קריגן דעם כיבוד צו צומאלן דעם רשע פיטער.
מ'האט געמאכט א גורל, און ס'איז געפאלן אז " חנניה" , יא, פונקט חנניה מיטן געשליפענעם צינגל וועט זיין דער קאנדידאט.
די שמחה איז געוועהן געוואלדיג! אין קאוע שטיבלעך האט מען שוין אפטאמיסטיש ביז גאר, פאנטאזירט וויאזווי אזא נאק אויט וועט צוגיין, און וואו אימער עס איז געשטאנען א קיפקע, האט מען שוין געוויסט אז דארט שישקעט מען זיך איבער דעם דיבאטע.
"דאס וועט זיין ווי גינגריטש איבער דזשאן קינג אין סאוט קארעליינע", האט בערל דער אלצווייסער דערקלערט מיט זיין פארויכערטן שטימע פארענט פון א קרעמל וועלעכע האבן צום ערשטן מאל געהערט איבער אזא באגריף "דעבאטע".
יעדער האט געפריווט זיך צו'חנפ'נען מיט חנניה, וועלעכע איז איבערנאכט פארוואנדלט געווארן אין א היראו, און האט זיך ארומגעדרייט מיט א געהויבן קאפ.
נא ר' חנניה, איר האט זיך שוין צוגעגרייט? האט מרדכי וואלף דער שמש א קלאפ געטאהן אינעם פלייצע.
נאה! וואס צוגעגרייט! כ'וועל אים צוטרעטן ווי עוג מלך הבשן א מוריטשקע, גענצליך אומצוגעגרייט, האט ער זיך געגרויסט.
עס האט געגרייכט דעם טאג, און פון אלע זייטן האבן מענטשן געשטראמט וועלענדיג אנטייל נעמען אינעם גרויסן דעבאטע.
עס איז געוועהן העכסט קענטיג און מערקבאר צו וועלעכע זייט מ'באלאנגט, מ'האט געקענט ליינען די מחשבות אויף די פענימער.
די גויים ועלעכע האבן געדארף אפרופן א ספארטס געים, האבן אנגעפילט דעם סטעדיאום אלע מוטלאז מיט אראפגעלאזטע נעזער, און פון די מיילער האבן זיך ווי פון זיך אליינס ארויסגעגליטש נאכנאנדע קללות.
די אידן'ס פענימער ווידעראום, האבן געשטראלט פון פרייד, און טראץ די סטעדיום רעגולאציעס וועלעכע פארבאט אריינצוברענגן סיי וואספארא עסנוואג , זענען פלעשלעך שליבעוויץ מיט אייער קיכלעך און העירינג, ארומגעפארן פון איינעם צום צווייטן, נאכגעפאלגט מיט היליכע לחיים ווינטשערייען.
"מנחה וועט מען דאווענען שפעטער", האט שלמה פארשריגן ברוך געציל דער נערווען קריכער וועלעכע האט ווי אייביג דאס מאל אויך באשלאסן צו מאכן א מנין.
"Wow! ס'איז מעכטיג", האט אברעמל זייענדיג דעם ערשטן מאל אין א סטעדיאום נישט געקענט איינהאלטן זיין אומלייקנבארע עקסטאז.
זאל זיין שטיל! האט דער קעניג'ס לייבוועכטער אויסגעשריגן שוין צום צווייטן מאל.
"זאל ארויפקומען דער גלח פיטער"! האט דער טשעירמאנס קול אפגעהילכט אינעם זאל.
א קליין ווייס האריגען ערל געקליידעט אין שווארץ, האט זיך מיט זיין טרייסלדיג האנט אנכאפענדיג די זייטן, ארויפגעשלעפט אויפן סטעידש מיט פארלענגערטע טריט, צו קורץ טערמיניגע בדיעבד'דיגע קלאפערייען פון די גויים, וועלעכע האבן שוואך אפגעהילכט.
"נא! מאכטס נישט קיין חילול השם" האבן עסקנים געשריגן צו די קינדער וועלעכע האבן אויסגעשאסן אין א שפאטישן געלעכטער, און געזעהן געווארן גרויס אויף די סקרינס.
"און יעצט זאל ארויפקומען -טשאנאניע-האנאניע-" האט דער טשעירמאן פארלוירענרהייט געשטאמעלט.
"חנניה"! האבן אלע אידן אריינגעשריגן ווי אין א כאאר שמייכלענדיג פון דעם גוי'ס אמעראצעס.
די גויים האבן געקריצט מיט קנאה זעהנדיג חנניה מיט זיין געבויטן געשטאלט ארויפיאגן צום סטעידש מיט א קלאר זעהבארן שמייכל אויסגעגאסן אויף זיין געזיכט.
שאקירענד ביז גאר, און ווי ס'זאל ווען זיין א חלום, האט דער אלטער גלח זיך גענומען צומאלן דעם חנניה מיט נוקלערע קראפט.
חנניה איז געשטאנען געפרוירן, און אומסוקסעספול געפריווט צו אקטיוועזירן זיין געשליפען צינגל ער נוצט איבער חסידישע פאליטיק, וואו עס איז עפעקטירבאר ווי אויף צו מקנא זיין.
או מיי גאד! האט זיך געהערט געשרייען פונעם גויעשן עזרת נשים. איים טאוטאלי סורפרייזד, איי נעווער נאאה פיטער העס יומער טאא.
האולי קאוו! לאאק, הי איס געטטינג עבסאולאטלי קראשד ביי פיטער.
דשיזאס! וואט א מעס! גאו פיטער גאו!
פון אלטע ערשט האנטיגע ארכיוון שטעלט זיך ארויס אז איינע פון די הויפט שאלות וואס חנני׳ האט געפרעגט פיטער׳ן איז געווען וואס איז טייטש איני יודע?
און פיעטער האט געענפערט מיט עקסטאז די ווילסט מיר אריינלייגן אין א טרעפ הא?? אבער איך וועל מיר נישט לאזן! דאס טייטשט ״איך ווייס נישט״! נישט ח״ו אז איך (פוטער) ווייס נישט! נאר דער אפטייטש פונעם ווארט איז... ״איך ווייס נישט״....
😮
ברסלבעראיך ווייס נישט אויב עס קומט אין דעם אשכול וואס איז מיוסד צו ארויפברענגען א שמייכל אויף די לעפצן, אבער אן אינטערעסאנטע זאך איז דא פון רבי נחמן מברסלב וואס ער האט דערציילט מעשיות וואס איז געווען אנגענומע פאלק'ס מעשיות, און ער האט עס געענדיגט אויף אן אנדערע וועג ווי אזוי די וועלט דערציילט עס.
איין מעשה וואס איך געדענק יעצט איז די באקאנטע מעשה פון א קעניג וואס האט גענומען צוויי מענטשן אז זיי זאלן אים דעקארירן א פאלאץ, און איינער האט זיך אריינגעלייגט ראשו ורבו און געענדיגט זיין חלק מיט גרויס פראכט, און דער צווייטער האט געפוילעצט ביז עס איז געקומען די סוף זמן און ער האט זיך געכאפט אז יעצט איז שוין צו שפעט אנצוהייבן, האט ער געלייגט גרויסע שפיגלען אויף זיין חלק, אזוי אז אלע שיינע זאכן וואס דער ערשטער האט געמאכט האט זיך אפגעשפיגלט אין זיין חלק.
די וועלט ענדיגט די מעשה אז דער קעניג האט גענומען א זעקל געלט און עס געלייגט ביי דעם ערשטנ'ס זייט, און עס האט זיך אפגעשפיגלט אויף די אנדערע זייט...
אבער רבי נחמן ענדיגט עס אז דער קעניג האט זייער הנאה געהאט פון דעם צווייטנ'ס איידיע און ער האט אים זייער שיין באצאלט דערפאר.
מי אני הקטן, אחד מאזובי הקיר, אז איך זאל זאגן מבינות אויף הרהצה"ק רבי נחמן מברסלב זצ"ל. אבער לפענ"ד איז געווען זיין ציל צו נעמען פאפולערע פאלקס מעשיות און ארויסנעמען פון זיי דעם מוסר השכל, כדוגמת מעשה החכם והתם.
.......ער האט תשובה געטוען..... היינט צוטאגס איז ער א מרביץ תורה אין א ישיבה אין ירושלים..
איחוד פעלדענדליך איז ער געקומען און זיך אנטשולדיגט פאר נישט קומען, ווייל ער האט פשוט פארגעסען.
און ער האט געזאגט אז רוב מעשיות וואס מען פארציילט עס קומט פאר אויף יענער וועלט הייען זיך נידט אהן און לאזען זיך נישט אויס.
זיין פנים האט נישט געשיינט, און זיינע תכריכים זענען נישט געוועהן קורץ און אז מען האט נישט געדארפט ארויף לייגען דער וואגען אויף דער וואגשאהל, אויך דער בארדיטשוווער נישט מליץ יושר געוועהן, און דער
ס'איז דא סיפורי מעשיות וואס מ'טאר נישט טשעפען, אפילו ס'איז א לעגענדע. ווייל דער ספיריט פון די מעשה איז אמת. דאס אז דער הייליגער בארדיטשוב'ער רב זי"ע איז געוון א מליץ יושר אויף אידן איז אמת ולא תזוע ממנו. נאר ר'איז אויכעט געווען א שטארקער מוכיח. ווי ס'איז באוואוסט כמה מעשיות . אויך וואס ער ברענגט ביים סוף פונ'ם ספה"ק קדושת לוי.
יאיראין גמרא כתובות, דאכצעט פרק שני דייני, זאגט דין גמרא נאך סימנים אויף די פטירה פון א צדיק, מת מתוך חולי מעיים, מת מתוך שחוק, פניו אל הקיר, ועוד.
האבן מיר דאך א געשמאקע וועג צו וויסן אז די אלע "צדיקי הדור" ביי וועמען די סימנים זענען נישט מקויים געווארן זענען גארנישט געווען קיין צדיקים.
מ'דארף נישט ווארטן ביז זייער פטירה. מ'קען שוין וויסן. נו... לאמיר אנהייבן אויסצורעכענען.....!
קאווע טרינקער.......ער האט תשובה געטוען..... היינט צוטאגס איז ער א מרביץ תורה אין א ישיבה אין ירושלים..
אבער וויאזוי האט ער אויסגעזעען פארדעים?! מיר האבן געזעען זיינע בעפאור און עפטער פיקטשערס אין משפחה!!!
?
.... אזוי שטייענדיג אפאר שעה ביים פראסטיגן קאנאדישן גרעניץ, און זעהענדיג אז ס'נעמט נישט קיין עק, האט ר' מיכל'ע מ'נתני געבראכן זיין עקשנות און האט מגלה געווען פאר די גרעניץ וועכטער אז ער איז א איד.
נאכן פארזוכען א לעפל פון די זופ האט די רבי געשפירט אז דאס מויל ברענט,
די משרתת די יתומה האט בטעות אריינגעלייגט נאפט אנשטאט אויל,
די רבי האט זיך געגעבען א רוף אהן "פוי, דאס איז דאך נישט אין מויל צו נעמען!!"
ער האט געהייסען איהר אריינרופען און ער האט איהר באוואשען פון קאפ ביז פיס,
זי האט פארלוירען איהר דזשאב אויף אייביג.... 😢 😢
אן אלטער אשכול, אבער פון צווישן די בעסטע דא אין שטיבל. שכח פאר'ן ארויפברענגען.
איך זע אז מיין לעצטע תגובה דא אין געווען פונקט פאר צוויי יאר צוריק, ביי א סך מעלאוועמאלקעס בין אין שוין אפגעזיצן זינט דאן. אז כ'וועל האבן צייט העלעך מערצאשעם לאזן דעם עולם הערן די ספורי צדיקים.
אגב, פאר די נייע ניקס. אן ענליכער אשכול איז דא מייסטנס געשריבן דורך דעם בקי בכל סתרי החסידות מלפנים ומאחורי הפרגוד, הלא הוא הרב החסיד ר' קאווע טרינקער. ליינטס און פועל'ט ישועות.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/4122">viewtopic.php?f=10&t=4122</a><!-- l -->