☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » פרייליך אין שטאט: פרישע אלטר משה סטייל האטליין

פרייליך אין שטאט: פרישע אלטר משה סטייל האטליין

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #334

קרעקער » מיטוואך אפריל 4, 2012 11:15 am

· #4006
פרייליך אין שטאט: פרישע אלטר משה סטייל האטליין
האט איר א שווערע מיניט אין דו פאריאגטע ערב פסח ארבעט?
רופט 718.408.3500
אוי וועטעץ לאכען הערענדג ווי מענטשען מאכען זיך אויס ברבים

איך מיין אז איינער וואס רעט דארט איז בערקאוויטש וואס געט ארויס גנת וורדים,
ווער סוייסט דע אנדערע נעמען פליז ארויפלייגען

שמואל הלוי » מיטוואך אפריל 4, 2012 11:49 am

· #4012
Re: פרייליך אין שטאט: פרישע אלטר משה סטייל האטליין
מותר לשמוע בימי הספירה ובין המצרים, והמהדרין מן המהדרין מדקדקים לשמוע אותו בעצם יום התשעה באב.

בלויז די קול און די נוסח וויאזוי זיי רעדן ברענגט צו א שרעקליכע אנזעץ און עצבות, וואס איז נישט גלייך צו הערן יעצט בזמן חירותינו.

קרעקער » מיטוואך אפריל 4, 2012 12:10 pm

· #4014
Re: פרייליך אין שטאט: פרישע אלטר משה סטייל האטליין
זעט אויס די פארשטייסט ליידער נושט וואסעמיינט אמתדיגע שמחה.......
כאפא שמיעס מיט דע הייליגע יונגעלייט פין וועם סראץ רינט זיי וועסטע וויסען וואסאיז אמתדיגע שמחה

שמואל הלוי » מיטוואך אפריל 4, 2012 12:44 pm

· #4015
Re: פרייליך אין שטאט: פרישע אלטר משה סטייל האטליין
קרעקער
זעט אויס די פארשטייסט ליידער נושט וואסעמיינט אמתדיגע שמחה.......
כאפא שמיעס מיט דע הייליגע יונגעלייט פין וועם סראץ רינט זיי וועסטע וויסען וואסאיז אמתדיגע שמחה

ווילסט אז מיין ראץ זאל אויך רינען? פליז...

שמואל הלוי » מיטוואך אפריל 4, 2012 12:46 pm

· #4016
Re: פרייליך אין שטאט: פרישע אלטר משה סטייל האטליין
אגב; אלטר משה'ס האטליין גייט נאך אן?

עסן עסט'זיך » מיטוואך אפריל 4, 2012 1:39 pm

· #4021
Re: פרייליך אין שטאט: פרישע אלטר משה סטייל האטליין
א גרויסע ווייטאג אז בינימין בערקאויטש האט זיך אריינגעלאזט אין נערישקייטן, מע דארף פארשטיין אז ער איז שוין א צוויייטע דור האטליין רעדנער, וד"ל,
בינימין האסטו דאך געזהן ווי דאס פיערט!? וואס פעלט דיר אוייס?
די ביסטו א בעל כישרון, שרייב ווייייטער שיינע זאכן, אבער א צווייטע אלתער משה ווילסטו זיין?

משה געציל » מיטוואך אפריל 4, 2012 1:58 pm

· #4024
Re: פרייליך אין שטאט: פרישע אלטר משה סטייל האטליין
ווער איז בנימין בערקאוויטש? האט איינער א בילד פון איהם?

שמואל הלוי » מיטוואך אפריל 4, 2012 2:04 pm

· #4025
Re: פרייליך אין שטאט: פרישע אלטר משה סטייל האטליין
ווער זאגט אז ער איז עס בכלל?

בכלל מיין איך אז ס'איז נישט קיין שיינע זאך אזוי שטארק אויסצופראקן יענעם, און ארויפשטעלן בילדער פון אים.

גענוג אז מען רעדט פון די האטליין, וד"ל.

משה געציל » מיטוואך אפריל 4, 2012 2:11 pm

· #4027
Re: פרייליך אין שטאט: פרישע אלטר משה סטייל האטליין
שמואל הלוי

בכלל מיין איך אז ס'איז נישט קיין שיינע זאך אזוי שטארק אויסצופראקן יענעם, און ארויפשטעלן בילדער פון אים.


איך מיין בכלל נישט איהם אויסצופראקן איך בין ס"ה נייגערעיג פון וועם מ'רעדט, און אויב שוין יא אויספראקן דוכט זיך מיר אז דאס טוט ער שוין אליינטס אויפען האטליין.

עסן עסט'זיך » מיטוואך אפריל 4, 2012 2:11 pm

· #4028
Re: פרייליך אין שטאט: פרישע אלטר משה סטייל האטליין
סאיז בנימין בערקוויטש, אין אז איינער מאכט א האטליין און האקט אויף מענטשן פירט מחלויקת און פראוועט קנאית מעג מען אים אויסשמירן דא, אז ער זיכט טראבל זאל עס ער באקימען

שרייבער » מיטוואך אפריל 4, 2012 3:11 pm

· #4037
Re: פרייליך אין שטאט: פרישע אלטר משה סטייל האטליין
מי האיש הלזה? שם אביו? חותנו? גילו?

שרייבער » מאנטאג אפריל 16, 2012 3:19 pm

· #4840
Re: פרייליך אין שטאט: פרישע אלטר משה סטייל האטליין
זיידעטשקע
קרעקער
איך מיין אז איינער וואס רעט דארט איז בערקאוויטש וואס געט ארויס גנת וורדים,

זייער שווער צו גלייבען אז עס איז בנימין בערקאוויטש = ער איז א קליגע אינגערמאן און איך געדענק אז ער פלעגט זיך דרייען אין אלע מינע לייבעריס ווי ייווא אין אנדערע, וואס איז סאאאך ערגער ווי די שטערן....

נו נו, משם ראי'....