אינטערנעט במשנתו של ר' אביגדור מילער זי"ע
כאב באקומען א צעטעל וואס מע האט ארום געשיקט וואס ר' אביגדור מילער האט געזאגט שוין פאר 20 יאר צוריק אויף די אינטערנעט, האבעך געטראכט עס צו לייגען דא ביי איינע פון די אינטערנעט אשכולת אבער כאב מיך דערמאנט אז סע געווען א חשובע ניק שיטה מקובצת וואס האט אלץ געשריבען זאכן לויט די תורה פון ר' אביגדור מילער האבעך געטראכט לאמער מאכען א אשכול וועגען דעם און אזוי וועט אפשר שיטה מקובצת קומען און שרייבען מער וואס ר' מילער האט געהאלטען וועגען די אינטערנעט
📎 אינטערנ.png
דאופ איז זייער א טרעפליך משל. מ'קען עס ניצן ריכטיג אדער ח''ו פארקערט.
כווייס נישט פונקטלעך וואס איז דאס דאופ?
דמיונות בעלמא.
להוי ידוע, עס איז נישטא אזא מין בריה וואס רופט זיך "אינטערנעט". אינטערנעט איז א שם הכולל פאר א מיליאן זאכען.
וואס הייסט איינער איז עדיקטעד צום אינטערנעט?
עס קען מיינען ער האט זייער ליב צו טשעטן מיט זיינע חברים. פאר דער אינטערנעט האט מען דאס גערופען א גוטער חבר און געשמאקער שמועסער און פארברענגער.
עס קען מיינען ער אט ליב צו וויסען יעדער רגע די נייעס און מוז זיין אפדעיטעד אלעמאל וואס טוט זיך. פאר דער אינטערנעט האט מען עס גערופען א נייעס פריעק, א רעפארטער, אדער גאר א וויסענדיגער מענטש.
עס קען מיינען ער איז עדיקטעד צו לערנען נייע זאכען און איינהאנדלען נייע אינפארמאציע, פאר דער אינטערנעט האט מען דאס גערופען א מתמיד, א מבקש חכמה, א בוך-ווערם.
עס קען מיינען ער האט ליב צו קוקען פארנאגרעפי אד"ג. שוין, לאמיר נישט זאגען וויאזוי מהאט דאס גערופען פאר דער אינטערנעט. (מאחוה"פ: עס רופט זיך א בשר ודם).
עס קען זיין ער האט ליב צו זאגען איבעראל זיינע דעות און זיך ארומדינגען איבער טיפע פילאסאפישער אדער קאנטרעווארסאלער נושאים. פאר דער אינטערנעט האט מען דאס גערופען א בעל דעת.
עס קען מיינען ער האט שטארקע ביזנעסער און פירט אן כל מיני ביזנעסער . פאר דער אינטערנעט האט מען דאס גערופען א טיכטיגער ביזנעסמאן.
אמאל אז א רב האט געוואלט האקען אויף איינס אדער אויף אלע פון די זאכען, (רובם קומען דאך נישט צו צי דער הייליגקייט פון שטיין און ווארטען אז דער רבי שליט"א זאל ארויסקומען און טיילען אביסעלע דברי מאכל ומשתה), האט ער געדארפט פורש בשם זיין איטיליכער באזונדער, און נישט אלע הערן זיך עפעס ווי אזא גרויסע עוולה. בא אל גאור (שוין, נישט ער, יהיה מי שיהיה) והעמידם על אחת וקראו אינטערנעט. היינט איז דא א שארטקאט, מקען האקען אויף כל העולם ואשתו מיט איין ווארט: אינטערנעט! און דער ווארט האט עפעס שרעקליכע קאנאטאציעס, כאילו מרעדט דא פון לוציפער אליינס.
קעגען די רצון פון ר' אביגדור מילער?
<!-- w --><a class="postlink" href="http://www.dafyomireview.com/article.php?docid=339">www.dafyomireview.com/article.php?docid=339</a><!-- w -->
ר' אביגדור מילער וואלט זיכער געווען ליסטעד און די אשכול 'רבנים וואס ניצן אינטערנעט'. כמיין סאיז דא אזא אשכול.
די אינטערנעט פאר כמעט 20 יאר צירוק
www.youtube.com/watch?feature=player_embedded&v=XluovrUA6Bk#at=510סגלייבט זיך שווער אז עס איז געווען אזוי אדיקטעוו ווי דאופ. אדער מיז מען זאגען אז האט עס נישט געזאגט, אדער נישט 20 יאר ציריק, אדער האר ער געהאט א ווייטע בליק.
נולד מאוחרר' אביגדור מילער וואלט זיכער געווען ליסטעד און די אשכול 'רבנים וואס ניצן אינטערנעט'. כמיין סאיז דא אזא אשכול.
דאס אז ער האט שוין צוואנציג יאר צוריק געוואוסט דערפון אזי אן הוכחה אויף דעם