6 נ.י. פאליטישאנס ארעסטירט מיט די הילף פון א היימישן איד
45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3333
6 נ.י. פאליטישאנס ארעסטירט מיט די הילף פון א היימישן איד
ניו יארק פאליטיקס קארפטירט עז קען בי. עטליכע פאליטישאנס זענען היינט ארעסטירט געווארן, איינער פון זיי איז ניו יארק סטעיט סענאטאר מאלקאלם סמיט, דעמאקראט פון קווינס. ער האט געוואלט אינטערקויפן עטליכע רעפובליקאנע פארטיי פירער אין ניו יארק אז ער זאל קענען לויפן פאר מעיאר אויף די רעפובליקענע טיקעט, כאטש ער איז א רעגיסטרירטער דעמאקראט. דער אנדערע ארעסטירטער איז דער רעפובליקאנער סיטי קאנסילמאן דעניעל העלארען פון קווינס און נאך עטליכע שישקעס.
ווי אויך איז דער מעיאר פון ספרינג וואלי ארעסטירט געווארן.
פאר מער ליינט דא אלע דיטעילס,
<a class="postlink" href="http://www.nytimes.com/2013/04/03/nyregion/state-senator-and-city-councilman-accused-of-trying-to-rig-mayors-race.html?pagewanted=all&_r=0">http://www.nytimes.com/2013/04/03/nyreg ... d=all&_r=0</a>
באלד וועט מען געוואר ווערן אז בלומבערג שטייט אונטער די גאנצע מעשה, ווייל ער וויל דאס נוצן צו קענען לויפן פאר א פערטן טערמין.
איך זעה נישט וואס זיין ברייבערי צו קענען לויפן פארן דריטן טערמין איז בעסער פון דעם (חוץ אז ער פארמאגט אפאר ביליאן מער ווי די חברה)
א חסידישער איד שטערן פון מאנסי האט געהאלפו די עפ בי איי. דער שטערן האט לעצטענס געפליעד גילטי אויף אייגענע שווינדלערייען. -- עט ליעסט ער האט נישט פארמאסערט רבנים...
<a class="postlink" href="http://bronx.news12.com/news/tri-state/details-emerge-in-spring-valley-federal-corruption-investigation-1.4999569">http://bronx.news12.com/news/tri-state/ ... -1.4999569</a>
משה שטערן, א יוצא ישיבה גדולה קרית יואל, (מער ווי 20 יאר שוין), האט איינגעמיירעט די פאליטישאנס מיטן הילף פון א אנדערן עף בי איי אגענט, זיי האבן זיך פארגעשטעלט ווי ריעל עסטעיט סוחרים ווא דארפן פאליטישע הילף צו רוקן פאראויס זייערע פראבלעמאטישע פראיעקטן, אין אויסטויש פאר ערלעדיגן טובות פאר די פאליטישאנס.
עס וואונדערט נאר, פארוואס די פאליטישאנס האבן נישט געכאפט אז איינער וואס פליעט גילטי אויף איין קעיס, וועט לאו דוקא זוכן א פרישע אונלעגאלע אקטיוויטעט בשעת מעשה ממש.
איז דאס דער זעלבער שטערן וואס האט אנגעדרייט חיים יהושע באבד ?
ס'גייט בעקפייערן כאב מורא. א חילול השם נישט נארמאל.
ווער זאגט אז עס איז דער משה שטערן ?
זר זהבס'גייט בעקפייערן כאב מורא. א חילול השם נישט נארמאל.
מיין שוואגער פון מאנסי זאגט מיר אז ביי דעם שטערנ'ס הויז טוט זיך אויף טישן און בענק. די מידיא שטייט דארטן און ווילן וויסן דעטאלן פון דער געשיכטע, בשעת די שווארצע שוימען פאר כעס. ה' ישמרנו.
אויס מענטשווער זאגט אז עס איז דער משה שטערן ?
די פרעגסט נאך?
דעת תורה ווייסט שוין אפילו אזא וויכטיגע פרט אז ער איז " א יוצא ישיבה גדולה קרית יואל", און די האסט נאך ספיקת?
וואס איז נייעס באריכטעט
<a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/127356/2013/04/03/rockland-county-ny-monsey-chosid-named-as-key-figure-in-mass-nyc-political-bribery-scandal">http://www.vosizneias.com/127356/2013/0 ... ry-scandal</a>
א שיינע הייזקע האט ער
דער חילול ה' איז איום ונורא. פארביי זענען די טעג ווען מען האט געקענט טראסטן א איד.
געווען גוטע צייטן אמאל.......
היסטאריקעראויס מענטשווער זאגט אז עס איז דער משה שטערן ?
די פרעגסט נאך?
דעת תורה ווייסט שוין אפילו אזא וויכטיגע פרט אז ער איז " א יוצא ישיבה גדולה קרית יואל", און די האסט נאך ספיקת?
טייערער היסטאריקער! הייב דיין סעלף קאנפידענס, אז די לייקסט עפעס צו נישט צוריק,
די נקודה וואס די שרייבסט האב איך געוואלט פראווען, אז נאך פאר מען ווייסט קלאר ווער עס איז, ס'נאך מוטל בספק און שוין שרייבט מען וואס דרוקט אין בויך, און אפי' עס שטעלט זיך ארויס אז ער איז דאס איז די נקודה נאך אלץ בתוקפה נאדיר א לייק און איך צו נישט צוריק!
מיין לייק איז געווען א טעות ווען איך האב דיך געוואלט ציטירן, עס איז נישט געווען וואס צו לייקן
אבער איך זע אז די ווערסט ״אויס מענטש״, נאדיר א לייק
דעת תורהמשה שטערן, א יוצא ישיבה גדולה קרית יואל, (מער ווי 20 יאר שוין), האט איינגעמיירעט די פאליטישאנס מיטן הילף פון א אנדערן עף בי איי אגענט, זיי האבן זיך פארגעשטעלט ווי ריעל עסטעיט סוחרים ווא דארפן פאליטישע הילף צו רוקן פאראויס זייערע פראבלעמאטישע פראיעקטן, אין אויסטויש פאר ערלעדיגן טובות פאר די פאליטישאנס.
וואס ווילט איר פון קרית יואל? ער איז א תלמיד מובהק פון רב קאפעלמאן ישיבת לוצערן שווייץ, ער איז פון די גאר נאנטע תלמידים פון רב קאפעלמאן פערזענליך און ער האט יארן לאנג געגעבען גרויסע געלטער פאר ישיבת לוצערן, אין ד לעצטע צייטן נאך א גרויסן סכום פאר רב קאפעלמאן אין די האנט דא אין ניו יארק.
איך האב קיינמאל נישט געוויסט אז ר׳ אהרן געט ארויס אזעליכע פירות!
אפשר קען מען סטאפן אריינמישן פאליטיק אין יעדע ריר!?
ווי קומט ר׳ אהרן דא אריין? ער וואלט פונקט אזוי געקענט לערנען ביי מהר׳זל, אז דו ווילסט שטארק רעדן איבער די נושא וואספארא תלמידים ר׳ אהרן גיבט ארויס, עפען אן אשכול דערפאר אין צימעס, פארשמירט נישט דעם גאנצן שטיבל דערמיט!
משה שטערן'ס הויז
קרעדיט:vin
📎 image640x480-5-512x384.jpg1486962518.jpeg
<a class="postlink" href="http://www.crainsnewyork.com/article/20130403/BLOGS04/130409955">http://www.crainsnewyork.com/article/20 ... /130409955</a>
די בילד ווערט קלארער: די סאטמארער עושר יוסף לייב מארקאוויטש פון מאנסי (יצחק ראזענבערג'ס שוואגער) און זיין ווייב אסתר מארקאוויטש זענען שטארק פארמישט אין די פרשה.
די עולם ווייסט וואס דארט טוט זיך?
מיילעךדעת תורהמשה שטערן, א יוצא ישיבה גדולה קרית יואל, (מער ווי 20 יאר שוין), האט איינגעמיירעט די פאליטישאנס מיטן הילף פון א אנדערן עף בי איי אגענט, זיי האבן זיך פארגעשטעלט ווי ריעל עסטעיט סוחרים ווא דארפן פאליטישע הילף צו רוקן פאראויס זייערע פראבלעמאטישע פראיעקטן, אין אויסטויש פאר ערלעדיגן טובות פאר די פאליטישאנס.
וואס ווילט איר פון קרית יואל? ער איז א תלמיד מובהק פון רב קאפעלמאן ישיבת לוצערן שווייץ, ער איז פון די גאר נאנטע תלמידים פון רב קאפעלמאן פערזענליך און ער האט יארן לאנג געגעבען גרויסע געלטער פאר ישיבת לוצערן, אין ד לעצטע צייטן נאך א גרויסן סכום פאר רב קאפעלמאן אין די האנט דא אין ניו יארק.
הער, איך האב דזשאסט געשריבן וואס כהאב געליינט אויף וו.א.נ. וזל"ק:
Originally in the garment business, Stern moved on to the real estate business and is described in media accounts as a real estate developer.
Stern graduated Satmar Yeshiva United Talmudical Academy in Kirays Joel in 19911
און מיין ציל איז געווען ID porpose only, עס פעלט זאליס וואס האבן גראדואירט פון דארט תשנ"א?
איימסארי אויב איימיצער איז געווארן אפענדעט.
שמעקעדיגדער חילול ה' איז איום ונורא. פארביי זענען די טעג ווען מען האט געקענט טראסטן א איד.
געווען גוטע צייטן אמאל.......
דעם שטערן האט מען קיינמאל נישט געטראסט, ווער ס'קען אים.
איך פארשטיי נישט, די דעוועלאפערס האבן געדארפט הילף פון די פאליטישאנס צוליב אומגלייכע זאכן און אין אויסטויש האבן זיי צוגעזזאגט צו העלפן די פאליטישאנס אין זייערע פעלדער, איינער וואס קען העלפן א פאליטישאן זאל זיך נישט קענען אליין העלפן נאר דארף נאך צוקומען צו הילף פון קלענערע פאליטישאנס?
און וואס איז פשט אז די עף בי איי זיכט איינצומיירען פאליטישאנס?
אריקאיך פארשטיי נישט, די דעוועלאפערס האבן געדארפט הילף פון די פאליטישאנס צוליב אומגלייכע זאכן און אין אויסטויש האבן זיי צוגעזזאגט צו העלפן די פאליטישאנס אין זייערע פעלדער, איינער וואס קען העלפן א פאליטישאן זאל זיך נישט קענען אליין העלפן נאר דארף נאך צוקומען צו הילף פון קלענערע פאליטישאנס?
אויף אידיש מיינט דאס (אזוי פארשטיי איך) איך דעוועלאפער וועל געבן געלט פארן קאמפיין און פארן טאש פון פאלאטישאן, די פאליטישאן העלף מיר מיט די דעוועלאפמענט, זאנינג, פערמיטס, גרעסערע געלט פין די סיטי בודזשעט...
אריקאון וואס איז פשט אז די עף בי איי זיכט איינצומיירען פאליטישאנס?
פשוט. זיי זוכן איינצוזעצן קוראפטירטע פאלטישאנס וואס מען קען קויפן פאר געלט.
די ווילסט אז אונזערע אנשי ציבור, מנהיגים, עסקנים אד"ג זאלן ווערן געקויפט פאר געלט, און ליגען אין די ביזעם טאש פון די פאר געציילטע עשירים?
אריקאון וואס איז פשט אז די עף בי איי זיכט איינצומיירען פאליטישאנס?
ווייל הלכה בידוע שעשו שונא ליעקב.
יואלישאריקאון וואס איז פשט אז די עף בי איי זיכט איינצומיירען פאליטישאנס?
ווייל הלכה בידוע שעשו שונא ליעקב.
דא איז געווען א יעקב שונא לעשו...
איז דא געווען די רעדע פון בלויז געלט אדער די אידן האבן געטאן אויך מעשים אשר לא יעשו?
וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין?
משה שטערן איז אייביג געווען וועל קאנעקטעט מיט פאליטישאן'ס. ווען אטורני גענעראל שניידערמאן איז געלאפן האט אים משה ארומגעפירט אין מאנסי.
יעצט די FBI האט געוויסט דערפון און האבן באשלאסן צו ניצן א קרימינאלן פאר הילף.
גוגל דעם שטערן און די האר פון קאפ וועט זיך דיר אויפשטעלן איבער די רעזעלטאטן.
דזשאסט פאר אינפארמעישאן זיין פראפייל
ער באלאנגט צו קהל ויואל משה דסאטמאר מאנסי תחת הנהגת ר' חיים יושע
זיינע קינדער לערנען אבער אין קרית יואל
שעפטלוואס איז אזוי שווער צו פארשטיין?
משה שטערן איז אייביג געווען וועל קאנעקטעט מיט פאליטישאן'ס. ווען אטורני גענעראל שניידערמאן איז געלאפן האט אים משה ארומגעפירט אין מאנסי.
יעצט די FBI האט געוויסט דערפון און האבן באשלאסן צו ניצן א קרימינאלן פאר הילף.
גוגל דעם שטערן און די האר פון קאפ וועט זיך דיר אויפשטעלן איבער די רעזעלטאטן.
איך האב געגאגולט 'משה שטערן' ס'איז ארויסגעקומען תשובות באר משה פון היברו בוקס
😉
דאן טריי Moses “Mark” Stern
בילדער פון דעם שטערן
📎 image.jpg 📎 image.jpg
די גרויסע סקאנדאל גייט נישט אראפ פון דער נייעס היינט מיט דער גאווענערס נייע געזעצן און אזוי ווייטער.
און איבעראל הערט מען קרעכטצן און אויש'ן אויפן שרעקליכן חילול ה' אז שוין ווייטער זענען אינזערע עסקנים די אנדרייערס....
און בפשטות אז א היימישע יוד איז געווען דער מסור קען מען הערן אז עס איז א חילול השם, כאטש אז אין דער גוישע וועלט איז עס גאר א נארמאלען זאך צו מסור'ן א צווייטע כדאי זיך ארויסצוזעהן פון א פלאנטער (- אזוי עכ"פ רעדן זיך מוסרים איין ) און עס איז גארנישט אפפאלנדיג און אוממענטשליך.
נאר וואס דען, די קרעכץ איז גרעסער אויף דעם וואס אונז זענען די פארלירערס .
נישט לאנג צוריק פלעגן אלע פליטיקאנטן זיך טרויען צי טוהן זאכען אינטערן טיש פארן יוד ווייל ער איז ארענטליך מענטשליך און באגלייבט, וויסענדיג אז דער טובה אדער פארטעקציע וכדומה וואס ער טוט בלייבט צווישען יענע פיר ווענט און אויגען,
און אויסטויש פאר יודישע שטימען, כבוד, און אפשר אמאל גרינס אויך.
אבער מיט די צייט הייבען זיי זיך אויף די אויגען און זעהן אז דער באגלייבטער יוד וואס מען קען געטרויען איז גארנישט וואס ער האט געמיינט און איז גארנישט אנדירש פון אלע אנדערע ריליגיעס.
שטעלט אייך פאר אז יעדע "manager" אין B&H מאכט שבת פאר זיך און דרייט און טוט מה שלבו חפץ ווי אזוי עס וואלט אויסגעקוט...
לענינו משה שטערן ובדומה לו זענען טאקע די מכה בפטיש אבער ווי אזוי געשעט דאס אז א יעדן צרי וזר וואס איז געווען גוט מיטן גוי אין ישיבה אדער זיכט סתם אזוי צאמי און דרייט זיך מיט גרויסע לעקטערלך אויפן דאך פון זיין טונקל'פענסטער'דיגע לעקסעס, וכדומה ( פון א יעדען כלל איז דא א יוצא מן הכלל), איז א גרויסען עסקן, און פאליטישען וואס פארטרעט כלל ישראל?!.
מענטען וואס איך און דו וואלטן נישט געהאלטן די הויזן נעבען זיינע וועש! פארטרעטן מיך און דיר,
ווי אזוי ארבעט דאס אז אזעלכע משה שטערן'ס רעדן אין אינזערע נעמען?!?!.
להבדיל אין דער גוישע וועלט, אנגעהויבען ביים גרעסטען קטוילישע און קריסטליכע גלחים ביזן שמייליגסטן אימאן, די ABC צי זיין א מנהיג איז אז ער שתדלט פאר זיין ציבור מיט שטאטישע פאגראמען און פאליטישע דרוק, נישט לאנג צוריק האט זיך איינע פון די גרעסטע גלחים אין ענגלאנד שארף ארויסגעשטעלט אנטקעגן פעדעראלע שניטן ביי זיין דרשה אינעם קירכע.
און עס גייט נישט אז א יעדען ארבייטסלאזער פארשוין קען זאגען איך בין דא און איך פארטרערט יענע קאמיאניטי.
און אז מען קוקט צוריק זעהט מען אז די קדושי עליון זענען געווען די שתדלנים,
דער בש"פ האט אויסדערוועלט משה רבינו צו זיין רעיא מהימנא נישט צו זאגען שיינע שלוש סעדות תורות נאר צי זיין דער שתדלן -פאליטישן בלע"ז פון כלל ישראל אא"וו.
רבי משה לייב מסאסיב וואס איז געווען פארנומען אויב נישט מיט שתדלן פאר פדיון שביים?! אפילו עס וואלט געקענט זיין שלא לפי כבודו זיך צו טרעפן מיט פריצים ופריצות... וד"ל.
אין ארץ ישראל ווער זענען די עסקנים אויב נישט די גדולים.
אבער ביי אינז איז עס די גרעסטע חסרון צו זיין א פאליטישן און א עסקן, מען האט מורא פאר די נאמען, שידוכים וכו',
ווען סקווירא רבי איז שוין יא איינמאל געגאנגען שתדלן פאר זיינע יושבים בחושך האבען זיינע חברה גמיזט באהאלטן די דיטאלען און די בילדער אלטס מורה פונם גאס, און א פאר יאר צוריק ווען איינע פון זיין אינסייד משמשים האט ארויסגעליקט די בילדער איז געווארן אזא שטינק אזש עס שטינקט נאך היינט ( אמת אז ער האט זיך אליין אנגעמאכט די קאפ וויי, אבער וועגן דעם טאר ער נישט נעמען Tylenol).
יעצט: ווען אינז האבען ווען היינט צדיקים ווי דער חפץ חיים וואס האט גארנישט געהאט אויסער דעם באשעפער וואלט נאך אלטס שווער געווען פארוואס זיי שטעלן נישט ארויס א קלוגע און ארנטליכען עסקן וועם מען קען טראסטן, און ער זאל אינז פארטרעטן,
אבער זיי זענען דאך נישט קיין רבי ר' זישא'ס, און פליען יא מיט פריווייטע פליגערס קיין לאנדאן פאר א פאר דאללער, און זענען עוסק פאר זייערע מוסדות טאג און נאכט קען מען נישט אריין לייגן א ביסל צייט פאר ריכטיגע עסקנות.
אין איין זאץ: "אמאל זענען די גדולים געווען די עסקנים, היינט זענען די עסקנים די גדולים"
ר' משה לייב סאסובער האט גערייניגט יענעמס שמוץ, משא"כ דער סקווערער האט גערייניגט זיינע שמוץ,דורך נאך שמוץ,
אזוי ווי אסאך מאל, בין איך מחולק, שטערן האט נישט געטהו קיין עוולה פאר אידען מיט דער מסירה אקט, אדרבה ואדרבה, אלע פירערס וואס זענען ערוועהלט און נעמען שוחד מאכען פיל מער קאליע פאר אונז אידען ווי זיי הטן אויף.
איך זיך מיט ליכט דער חילול השם און טרעף נישט.
דער גאנצע מהלך פין ברייבען און אונטערווישען ברענגט אז דאס זאל ווערען דיי סטאנדארט און ווען איינער וויל גיין גלייך קען ער אפילו נישט.
.
איך גיי נישט אריין אין דער גאנצע שטערן פראפיל און זיינע אנדערע מעשים, איך רעד פין זיין לעצטע מעשה אליין.
ווען אלע גייען מורא האבען פאר שוחד וועט נאר בעסער זיין אין די לאנג ראן.
איך קען עס אויפווייזען אויף יעדעס דבר קטן אז די אלע מעשה שוחד וואס קומען פארר מאכען נאר ערגער פאר דער משחדים אליין.
גנדיאריקאון וואס איז פשט אז די עף בי איי זיכט איינצומיירען פאליטישאנס?
פשוט. זיי זוכן איינצוזעצן קוראפטירטע פאלטישאנס וואס מען קען קויפן פאר געלט.
די ווילסט אז אונזערע אנשי ציבור, מנהיגים, עסקנים אד"ג זאלן ווערן געקויפט פאר געלט, און ליגען אין די ביזעם טאש פון די פאר געציילטע עשירים?
But this is what they do !remember $$$$ talks anytime , anywhere , & to anybody. Including the so called "RABOONIM" ! 😛
שמאלץר' משה לייב סאסובער האט גערייניגט יענעמס שמוץ, משא"כ דער סקווערער האט גערייניגט זיינע שמוץ,דורך נאך שמוץ,
טאקע פאר דעם האב איך מקדם געווען די רפואה פארן מכה קיק וואס איך שרייב: ( אמת אז ער האט זיך אליין אנגעמאכט די קאפ וויי, אבער וועגן דעם טאר ער נישט נעמען Tylenol).
איחוד פעלדאזוי ווי אסאך מאל, בין איך מחולק, שטערן האט נישט געטהו קיין עוולה פאר אידען מיט דער מסירה אקט, אדרבה ואדרבה, אלע פירערס וואס זענען ערוועהלט און נעמען שוחד מאכען פיל מער קאליע פאר אונז אידען ווי זיי הטן
.
איך גיי נישט אריין אין דער גאנצע שטערן פראפיל און זיינע אנדערע מעשים, איך רעד פין זיין לעצטע מעשה אליין.
איך רעדט יא פון אזעלכע שטערןס און עסקנות בכלל,
און אנה"נ גערעכט איך מיין טאקע נישט דו מעשה בפרט
איחוד, דו פארגעסט מעשה אבות סימן לבנים, דער רמב"ן אין פרשת וישלח. הידים ידי עשיו, וכו'
דער רמב"ן רעדט נישט ווען עס איז אקעגען דער געזעץ צו געבען שוחד.
גערעכט. ער רעדט זיכער נאר פון פלעצער / צייטן וואס געבן שוחד איז לעגאל. דזשאסט ווער געוואויר ווען אין די היסטאריע און וואו דאס איז געווען.
אלעמאל.
כ'ווארט נאך פאר די אלע רודערערס ביי די דוועק פרשה וואס האבן 'זוי שיין גע'טענה'ט אז נאר א פרענק קען אזוינס באווייזן...