אל כבוד מעלת תושבי קרית יואל (היטשעס)
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #333
אל כבוד מעלת תושבי קרית יואל (היטשעס)
ווי באקאנט איז איינער פון די יסודת אין סאטמאר חסד, אין קרית יואל שפירט זיך יעדער ארגענעזאציע באקוועם צו מאכען דארט א מסיבה
מיין שאלה איז פארוואס ווען איך האב געווארט פאר א היטש ביים פארק ענד רייד באס סטאפ האט מען מיר פשוט איגנארירט פארוואס קען מען זיך נישט אפשטעלן ביים פארק ענד רייד באס סטאפ און פרעגן די ווארטענדע צו מען דארף א היטש
פארוואס דארפ מען שטיין אין די ביטערע קעלט\היצען און ארויס שטעקן די הענט און זיך שפירן ווי א נער
און ווער עס פארשטייט נישט זאל פרעגן די היטש כאפערס זיי וועלן דיר דאס גוט געבען צו פארשטיין
Re: אל כבוד מעלת תושבי קרית יואל
פאר די רייסט אזוי אראפ א שטאט זיי אביסל דן לכף זכות אפשר איז פונקט קיינער נישט אריינגעפארן אין שטאט אפשר האט מען געהאט פילע קארס וכדו׳ ווייל איך ווייס אז מען קען זייער אסאך מאל כאפן היטשעס פארן טאל בוט לעבן וואדבארי כאמאן פון קרית יואל קיין מונסי פון קרית יואל קיין וויליאמסבורג!
יא עס קען זיין קיינער האט זיך דאס מאל נישט אפגעשטעלט אבער מען דארף נאך נישט אינטעררייסן א גאנצע שטאט פאר דעים!
עס מאכט זיך גענוג מאל אז מען טרעפט נישט קיין היטש פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק אדער פארקערט!
Re: אל כבוד מעלת תושבי קרית יואל
זיי אוך דאן לכף זכות דעם מעורר
מסתם איז ער געשטאנען א שעה און דע קעלט און געשאלטן יעדע קאר וואס איז אריבער געפארען
יעצט קען ער זיך דא אויסגעבען
דארפסט א היטש, פאלג נאך אויף טוויטער GetYourRide@
יעצט ווען עס ווערט קעלטער איז גוט אז די דרייווערס זאלן נעמען מער אין באטראכט אז מ'קען דאך מקיים זיין הכנסת אורחים אויף א גרויסן פארנעם.
ווילאנג מען האט נישט אן אייגענער קאר פארשטייט מען נישט דעם דרייווער (בבחינת א הינגעריגער פארשטייט נישט דעם זאטן), גם אני בחלומי פאר איך האב איינגעהאנדעלט א אייגענע וועגעלע אין פלעגט שטיין כמעט יעדן פארטאגס אין ווארטן איוף יעדנס טובות, אבער נאך ווי מען פלעגט זיך רעגן אויף יעדן קאר וואס איז דאראך געפארן, הגם איך שטעל מיך זייער אסאך אפ פאר היטשערס טאקע ווייל איך ווייס וואס עס מיינט ווארטן א 10 - 15 מיניט אויף א היטש נאכדערצי יעצט ווינטער אין די קעלט, מען דארף אבער פארשטיין יענעם אויך נישט אייביג קען מען...
כ'גיב אלעמאל היטשעס פאר מענטשן, אזש מיין קליינטשיק טאכטער האט מיך היינט פארגעהאלטן פארוואס כ'האב איגנארירט אן אינגערמאן, וועם כ'האב פשוט פארזעהן. אבער א היטש קומט מיט א פרייז, מ'קען נישט רעדן אויפן טעלעפאן, און מ'מוז פארשליסן די כלי שמיעה צו וועלכע מ'הערט זיך צו.
די פלאץ ביים פארק און רייד איז א פראבלעמאטישע ארט. רוב עולם פארט עפעס ערלעדיגן לאקאל און שטעלט זיך פאר אז דער היטשער וויל גיין לאנג דיסטענס.
אל כב' מעלת הרב שלום פותח האשכול
איך האב גרויס מיטלייד מיט דיר פארשטעלנדיג זיך וויאזוי דו ביסט געשטאנען און געווארט אין די קעלט אז איינער זאל זיך מרחם זיין אויף דיר און ארייננעמען אין די ווארעמע קאר (אדער מיניווען). אבער פארוואס זאלסטו פארגלייכן א גאנץ שטעטל צו די אנשי סדום צוליב א פאר הארצלאזע יחידים. אין מאנרא (ווי אין א יעדע אנדערע שטאט) וואוינען פארשידענע מענטשן, גוטע און שלעכטע. זיי קענען אפילו וואוינען א טיר ביי א טיר. ביי מיר האט פאסירט אן אינטרעסאנטע געשיכטע. אין טאג פון הסתלקות פון סאטמאר רבי דער בעל דברי יואל זי"ע נאך די לווי' האב איך אנגעקלאפט אויפ'ן טיר פון אן איינוואוינער אין מאנרא און געפרעגט מיט גרויס דרך ארץ אויב איך קען אפשר מאכן א טעלעפאן קאלל צו מיר אהיים אין קאנטרי. האט ער מיר פאריאגט ווי א הונט. פונקט איז דארט געשטאנען זיין שכן (להבדיל). א יוד א צדיק הרב לייבעלע גליק ז"ל. האט ער מיר אריינגערופן אין זיין שטוב און מיט גרויס ליבשאפט ווי אן אמת'ער אייניקל פון אברהם אבינו מכבד געווען מיט עסן און געזאגט אז איך קען קאללן וויפיל איך וויל. זעמיר פון דעם אז אין א שטאט וואווינען צדיקים און רשעים.
berlbalagulehביי מיר האט פאסירט אן אינטרעסאנטע געשיכטע. אין טאג פון הסתלקות פון סאטמאר רבי דער בעל דברי יואל זי"ע נאך די לווי' האב איך אנגעקלאפט אויפ'ן טיר פון אן איינוואוינער אין מאנרא און געפרעגט מיט גרויס דרך ארץ אויב איך קען אפשר מאכן א טעלעפאן קאלל צו מיר אהיים אין קאנטרי. האט ער מיר פאריאגט ווי א הונט.
איך וואלט מלמד זכות געווען אויף אים, יענער איז זיכער געווען שרוי בצער אויף א גאר שטארקן פארנעם אין אזא יום כוא"ב.
זר זהבberlbalagulehביי מיר האט פאסירט אן אינטרעסאנטע געשיכטע. אין טאג פון הסתלקות פון סאטמאר רבי דער בעל דברי יואל זי"ע נאך די לווי' האב איך אנגעקלאפט אויפ'ן טיר פון אן איינוואוינער אין מאנרא און געפרעגט מיט גרויס דרך ארץ אויב איך קען אפשר מאכן א טעלעפאן קאלל צו מיר אהיים אין קאנטרי. האט ער מיר פאריאגט ווי א הונט.
איך וואלט מלמד זכות געווען אויף אים, יענער איז זיכער געווען שרוי בצער אויף א גאר שטארקן פארנעם אין אזא יום כוא"ב.
יא. אבער א מינוט פאר דעם איז ער געשטאנען און גע "בי עס'ד". מיט זיין פרענד. ס'האט נישט אויסגעזען אז ר'איז זייער שטארק שרוי בצער.
הרב בערל,
שווער צו גלייבן אז א איד וואס האט בימים ההם געוואוינט אין קרית יואל איז נישט געווען שרוי בצער אין אזא טאג. די זון איז דאך אונטערגעגאנגען פאר די חסידים יענעם טאג. און דארטן האבן דאן געוואוינט בלויז די גאר שטארקע חסידים.
שמעקעדיגהרב בערל,
שווער צו גלייבן אז א איד וואס האט בימים ההם געוואוינט אין קרית יואל איז נישט געווען שרוי בצער אין אזא טאג. די זון איז דאך אונטערגעגאנגען פאר די חסידים יענעם טאג. און דארטן האבן דאן געוואוינט בלויז די גאר שטארקע חסידים.
אמת, דער עולם איז געווען שרוי בצער איך געדעק דאס זייער גיט, אין דער איד איז טאקי א אויסנאם ווייל איך אין אויך אלע וואלטן איבער געגעבן אפילו דע גאנטצע דירה, אזוי ווייט זעמער געווען פארלורון, י
שמעקעדיגהרב בערל,
שווער צו גלייבן אז א איד וואס האט בימים ההם געוואוינט אין קרית יואל איז נישט געווען שרוי בצער אין אזא טאג. די זון איז דאך אונטערגעגאנגען פאר די חסידים יענעם טאג. און דארטן האבן דאן געוואוינט בלויז די גאר שטארקע חסידים.
לאוו דוקא. ס'האבן דארט געוואוינט פלענטי מגושם'דיגע ברואים אויך. פון וואו איז י. וואלדמאן אפירגעקראכן? ר'איז אראפגעפאלן פון א בוים?! (אים נעם נישט קיין שטעלונג אין די מחלוקת(.
ר' יאסל איז מגושם?
לול
זר זהבר' יאסל איז מגושם?
לול
אמת. אבער קיין אוהב שלום איז ער אויכעט נישט. נאר. אזוי ווי כ'האב שוין געזאגט. איך נעם נישט קיין שטעלונג אין די מחלוקת. ביי מיר איז כולם אהובים, אפילו דער וואס האט מיך אנגעשריגן, אויך.
נארישקייטן. ער האט זיך אנגענומען פאר די באקרידעווטע. -- כגיימיר נישט טענה'ן. נעקסט קעיס.
זר זהבנארישקייטן. ער האט זיך אנגענומען פאר די באקרידעווטע. -- כגיימיר נישט טענה'ן. נעקסט קעיס.
שקויעך. כדאמרן. איך וואוין נישט דארט און כ'נעם נישט קיין שטעלונג אין די מחלוקת.
האסט געמאכט א סטעיטמענט. האטס געשריבן אז ער איז נישט קיין אוהב שלום, האב איך דאס געמוזט אפענטפערן.
זר זהבהאסט געמאכט א סטעיטמענט. האטס געשריבן אז ער איז נישט קיין אוהב שלום, האב איך דאס געמוזט אפענטפערן.
ס'נישט אז דער אנדערער צד איז
יא. קענסט מיך אנקוקן ווי א תמים אדער נאאיוו. אבער איך האב צער אז יודן קענען נישט לעבן באהבה ואחווה שלום ורעות.
הרב_שלוםווי באקאנט איז איינער פון די יסודת אין סאטמאר חסד, אין קרית יואל שפירט זיך יעדער ארגענעזאציע באקוועם צו מאכען דארט א מסיבה
מיין שאלה איז פארוואס ווען איך האב געווארט פאר א היטש ביים פארק ענד רייד באס סטאפ האט מען מיר פשוט איגנארירט פארוואס קען מען זיך נישט אפשטעלן ביים פארק ענד רייד באס סטאפ און פרעגן די ווארטענדע צו מען דארף א היטש
פארוואס דארפ מען שטיין אין די ביטערע קעלט\היצען און ארויס שטעקן די הענט און זיך שפירן ווי א נער
און ווער עס פארשטייט נישט זאל פרעגן די היטש כאפערס זיי וועלן דיר דאס גוט געבען צו פארשטיין
איך האף אז במשך די טעג האסטו דיך שוין בארואיגט פון די אוממענטשליכע קרית יואל.
יעצט צום דרייווערס. פאוינט אף וויאי. ווי עס קוקט אויס האסטו נישט קיין קאר סאו וועסטו עניוועי נישט. פארשטיין דעם. דרייוער
אבער כדי די זאלסט נישט זאגן מדשתיק שמע מינה ווי איך עגרי וועל איך זיך יא נעמען די מי אין שרייבען עטליכע פון די פאסירונגען וואס האט מיך באטראפען פון דיינע קאלעגע היטשערס.
אריינעמענדיג א היטשער אמאל אין א רעגענגענדיגע טאג קומט ער אריין און קאר און מאכט צו די שירעם און שאקעלט עס גוט אפ אין קאר. ניטאמאל כאפענדיג אז ער זיצט דא ביי איינעם אין קאר.
פארוואס זאל איך נאך אמאל נעמען א היטש ווען ביי מיר און קאר פראוועט יענער בעלהבתישקייט.
אמאל איך האב גענומען איינעם פאר א היטש אין יענער קומט אריין אין קאר אין ער מאכט זיכער אז די טיר ווערט גוט צוגעמאכט דורך צוהאקן די טיר אזוי גוט אז די קאר שאקעלט זיך נאך יעצט.
די פועל יוצא דערפון איז געווען א נייע סענסער וואס האט געקאסט $250 וואס יענער האט פארשטייט זיך נישט געוואלט באצאלן (יא איך האב עס געבעטען)
פארוואס זאל איך נאך אמאל נעמען א היטש ווען ביי מיר און קאר פראוועט יענער בעלהבתישקייט.
די צייט איז נישט מספיק איך זאל יעצט מאריך זיין דערין אבער קודם זאלן זיך די היטשערס לערנען אובאכט געבען אויף יענעם'ס געלט דערנאך גיי כאפ א היטש
וואס אגב יענער איז סיי וויזוי נישט מחויב
הרב שלום, איך פאר זייער אסאך מאל דורך דארטן און איך שטעל זיך נישט אפ, און די סיבה איז ווייל 99% ווען פאר דארטן אדורך, גיי איך לאקאל און די וואס שטייען דארטן גייען לאנג דיסטענס...
און בנוגע לאקאל היטשעס, איך פרןביר צו גיבן אבער איר דארפט פארשטיין, זייער אסאך מאל איז דאס די פינף מינוט אין טאג וואס איך נוץ אויס צו מאכן מיינע טעלעפאנען, און איך קען עס נישט טוהן ווען איך האב אנדערע מענטשן אין די קאר... דעריבער ווען איך האלט אינמיטן - אדער פארן - מאכן א טעלעפאן קאל, שטעל איך מיך נישט אפ, וואס זאל איך טוהן אז דער היטשער קוקט עס אן הארצלאז...
אייגענארטיגקייט און NO NAME האבן אויך א שפיץ דא. ס'איז דא צוויי צדדים.
אזוי ווי איך בין אמאל געווען פון די היטשערס און היינט ב"ה פון די היטש-געבער, פארשטיי איך ביידע צדדים.
די ערשטע זאך דארפן די היטשערס פארשטיין, אז די דרייווערס טוען דא א "טובה". זיי זענען נישט מחוייב צו געבן היטשעס.
אודאי זענען אידן מחוייב צו טון חסד, אבער מען קען נישט מחייב זיין גענוי ווען און פאר וועמען און ווי אזוי.
פונקט ווי נישט יעדער קען זיין א הצלה אדער חברים מעמבער, און אפילו ווער ס'איז יא איז אויך נישט אלץ אוועילעבל, אזוי קען נישט יעדער דרייווער טיילן היטשעס בכל עת ועונה לכל דכפין.
א דרייווער האט אסאך שוועריגקייטן וואס די היטשערס פארשטייען נישט. יעדער איז אביסל סעלפיש פאר זיך.
ס'זענען דא באסעס צוגעשטעלט פאר ווער עס וויל פארן אין שטאט. איך האב געקויפט מיין קאר פאר מיין פריוואטקייט. פארוואס מוז איך דיר נעמען? ווייל דו שטעקסט ארויס דעם "שבכל הלילות" פינגער? (קרעדיט: אייוועלט)
אפשר וויל איך רעדן אויפן טעלעפאן פריוואט וואס איך קען נישט ערגעץ אנדערש; אפשר דארף איך מנוחה; אפשר וויל איך מאכן ערגעץ א סטאפ וואס איך וויל דיר נישט אנטפלעקן; די פאסיביליטיס אר ענדלעס.
מיין קאר קאסט מיר אפ א פארמעגן יעדע חודש, פלוס אינשורענס און געז, א.א.וו.
ווען דער היטשער לייענט אינעם צייטונג אז געז איז דראסטיש ארויף, מישט ער איבער דאס בלעטל צו נייעס וועלכע אינטרעסירט אים מער.
אזוי אויך ביי די נייעס אז אינשורענס ראטעס זענען הויך אין ניו יארק, און אז פאליציי מאכן א טיקעט-בליץ אקציע, און אז מען טיילט פוינטס פארן רעדן/טעקסטן אויפן סעלפאן. ס'מיינט נישט אים.
און גיין צום מעקעניק און מאכן יעדע שטיק צייט אויל טשענדזשעס און אינספעקציעס, טוישן ווייפערס און פלואידס איז אויך נישט אים נוגע.
אין א פארפרוירענעם צופרי ווען עס גייט א שטארקער שניי, דארף איך שטיין א גוטע 15 מינוט, און שארן מיט אלע מיינע כוחות אין די ציפעדיגע קעלט, אפקראצן די אייז, און ווארעמען דעם קאר.
אבער דער היטשער טוט זיך אן דעם מאנטל און שטעקט ארויס א פינגער. דאס אלעס. די איבריגע זאל ער באקומען אויטאמאטיש. ממש ווי א דעמאקראט!
איז דיר אמאל איינגעפאלן אריינצושטופן א 5-10 דאלער פאר גאז און טאל? פארוואס דארפסטו לעבן אויף מיינע קאסטן?
נאכאמאל, איך האב געקויפט מיין קאר און איך סטראגל צו צאלן און זיך מוטשען יעדע חודש דערמיט, פאר א סיבה, פאר מיין באקוועמליכקייט! נישט כדי צו טיילן היטשעס.
אודאי, אז איך קען, וועל איך עס גערן טון. גראדע גיב איך אסאך היטשעס. אבער נישט אלץ קען איך, און די היטש-הייקערס דארפן דאס פארשטיין.
אינטרעסאנט !!!
יאך געב שוין היטשעס א לאנגער צייט און גארנישט פאסירט אלעס פארט ווי א פידעלע
מיקוה נייעסאינטרעסאנט !!!
יאך געב שוין היטשעס א לאנגער צייט און גארנישט פאסירט אלעס פארט ווי א פידעלע
ווארט צו ביז דער קאר וועט איין טאג אנהייבן זינגען א ניגון אדער דו וועסט זען משקה טופח להטפיח אונטער'ן קאר ווען ס'רעגנט נישט און דער מקעניק וועט דיר מבשר זיין א בשורה טובה אז צו פארריכטן דעם פראבלעם וועט נישט קאסטן א סאך מער פון 500 דאללער. איך ווינטש עס דיר נישט. אבער ס'איז די מציאות. דאס מיינט נישט אז מען זאלל נישט געבן היטשעס, אבער די וואס שטרענגען זיך נישט אן צו געבן, האבן אויך א פוינט.
ווילאנג עס געשעהנט נישט וועל איך געבן היטשעס
מיקוה נייעסאינטרעסאנט !!!
יאך געב שוין היטשעס א לאנגער צייט און גארנישט פאסירט אלעס פארט ווי א פידעלע
עס פריידט מיר צו הערן אז עטליעסט איינער האט גוטע עקספריענס מיט היטשעס. ב"ה לא אלמן ישראל.......
מיקוה נייעסווילאנג עס געשעהנט נישט וועל איך געבן היטשעס
דו דארפסט נישט אויפהערן צו געבן אפילו נאך וואס ס'פאסירט ח"ו. ס'איז נישט תלוי אין דעם. ס'איז א גרויסע מצווה.
איך געב אויך היטשעס, ווען איך קען.
פונקט לעצטע וואך הונגעריגערהייט האב איך געקויפט א סענדוויטש מיט א דרינק, עס אראפגעלייגט אויפן פאסאזשיר זיץ, און אנגעהויבן פארן.
אינמיטן אריינבייסן, שטייט א היטשער מיט די פינגער אויסגעשטרעקט. איך האב אים באמת געוואלט נעמען, אבער איך האב זיך געפילט זייער אומאיינגענעם.
איך האף ער האט מיר דן געווען לכף זכות.
איך בין געווען פאר א שטיק צייט צירוק אין קרית יואל ביי א חתונה מיט מיין ווייב
אויפן וועג אהיים קימט צו צימיר א איד צי איך פאר אריין און שטאט?
זאג איך אים יא נאר איך האב מיין ווייב מיט מיר. ביעט ער מיר איך זאל איר פרעגען צי ער קען מיטקימען זאג איך אים אז סאיז איר שווער צי זיצען אין בעק זאגט ער אז ער האט נישט קיין פראבליעם צי זיצען אין פין אינטען
כהאב אים געזאגט אז עס קען זיין אז איך וועל מאכן א סטאפ אין מאנסי
אבער ער האט נישט נאכגעלאזט ער האט מיר אזוי דערקיטשעט אז איך האב נישט געקענט פטור ווערן פין אים למעשה האב איך אים מיטגענעמען
אזעלכע מעשיות קען זיך נאר מאכן און דער עיר החסד קרית יואל
אבער פארגעס נישט די אינגערמאן וואס איז געפארן מיט דיר קומט פון .... ווילימסבורג פאר דו רייסט איינעם אראפ טראכט 2 מאל
דעיס איז געווען א קרית יואל'ער אינגערמאן
אגב האט ער נישט אראפ גענימען א אויג פין איר
גיי וויס וואס א ק"י יונגערמאן זוכט 12:00 אזייגער ביינאכט און וומ"ס
טאקע נישט קיין שיינע זאך וואס דער אינגערמאן האט געטוהן.. אבער מען קען אים פארשטיין אז תנאים און די צייטן פון די גמרא האבן געקענט האבן תאוות וואס ווילסטו פון אימשולדיגע איגערמאן ?
יחצלגיי וויס וואס א ק"י יונגערמאן זוכט 12:00 אזייגער ביינאכט און וומ"ס
טאקע נישט קיין שיינע זאך וואס דער אינגערמאן האט געטוהן.. אבער מען קען אים פארשטיין אז תנאים און די צייטן פון די גמרא האבן געקענט האבן תאוות וואס ווילסטו פון אימשולדיגע איגערמאן ?
געווען 9:00 א זייגער
גיי וויס וואס א ק"י אינגערמאן זוכט און וומ"ס 10:00 10:30 ??
יחצלגיי וויס וואס א ק"י אינגערמאן זוכט און וומ"ס 10:00 10:30 ??
געגאנגען צי א שמחה
יחצלגיי וויס וואס א ק"י אינגערמאן זוכט און וומ"ס 10:00 10:30 ??
קען נישט זיין אז זיין שוואגער\ברודער האט געמאכט א וואכנאכט?
קליינע רעבעלעאיך בין געווען פאר א שטיק צייט צירוק אין קרית יואל ביי א חתונה מיט מיין ווייב
אויפן וועג אהיים קימט צו צימיר א איד צי איך פאר אריין און שטאט?
זאג איך אים יא נאר איך האב מיין ווייב מיט מיר. ביעט ער מיר איך זאל איר פרעגען צי ער קען מיטקימען זאג איך אים אז סאיז איר שווער צי זיצען אין בעק זאגט ער אז ער האט נישט קיין פראבליעם צי זיצען אין פין אינטען
כהאב אים געזאגט אז עס קען זיין אז איך וועל מאכן א סטאפ אין מאנסי
אבער ער האט נישט נאכגעלאזט ער האט מיר אזוי דערקיטשעט אז איך האב נישט געקענט פטור ווערן פין אים למעשה האב איך אים מיטגענעמען
אזעלכע מעשיות קען זיך נאר מאכן און דער עיר החסד קרית יואל
וואס איז געווארן צום סוף? ר'האט ביהעיווט?
קליינע רעבעלעדעיס איז געווען א קרית יואל'ער אינגערמאן
אגב האט ער נישט אראפ גענימען א אויג פין איר
ווער האט געדרייווט?
מען מעג דא אריינרעדן אויב וואוינט מען נישט אין קרית יואל?
אויב וואוינט מען אין וויליאמסבורג און מען פארט טעגליך און אפילו צוויי מאל א טאג קיין בארא פארק און צוריק, וואס דאס מיינט אדורך פארן דעם וויליאמסבורגן טריי ענגל פון היטשערס, און דורכפארן דעם בארא פארקן היטש פלאץ, דרך אגב, אין בארא פארק איז דא עטליכע פלעצער ווי מען ווארט, עס איז נישט דא קיין צענטראלע פלאץ וואס יעדער פארט אדורך, ממילא איז נישט דא קיין וויליאמסבורגער טריי ענגל. מעג מען אריינרעדן אין די נושא פון היטשעס ?
מדי דברי בו, פרוביר איך מיר פארצושטעלן צו בלומבערג מיט זיין גאטס קעגן די צעהן טויזענט הויכע הוטן, צו ער וואלט געקענט מצליח זיין צו מאכן פון דעם משולש שבווילי, א בייק לעין צו א פלאץ פאר גראז, ברבבותינו וואלט מען זיך געלאזט ארעסטירן ווי איידער משנה זיין א זיז כל שהוא פונעם מסורה....
איינער ווייסט ווי איך בין פארפארן?
אה, תכלית, מעג איינער וואס נעמט היטשעס פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק און צוריק אריינרעדן אין דעם אשכול? (וואס האב איך געטון ביז יעצט....? תיקו)
עס דערמאנט מיר א גוט ווארט..... איינער זאגט מיר אז פון היינט און ווייטער גייט ער ענטפערן יעדע קשיא אזוי ווי א פרעזידענטשאל קאנדידאט.
שאלה: ווי אזוי פארט מען קיין בארא פארק פון ווילי.
תירוץ: א גוטע קשיא האסטו געפרעגט, און איך פריי זיך צו האבן די כבוד און זכיה דיר צו ענטפערן. אבער לאמיר קודם אנהייבן מיטן פארשטיין די היסטאריע פון בארא פארק ווער האט איר געבויעט ווער האט דארט געוואוינט. און בכלל וואס איז פשט פון דעם ישוב.
אריק. האסט געשריבן אבער גארנישט געפרעגט
א איד האט 3 סימנים ביישנים, רחמנים, גומלי חסדים, עס איז נישט קיין חיוב צו טון חסד אבער איינע פון די סימנים פון א איד איז "גומלי חסדים",
יא, אבער "פאדערען" יענער זאל דיר צונעמען ביז צום טיר, אדער אויסלעשן\אנצינדען\העכער\שטילער די מיוזיק וכו' אפשאקלען א נאסע שירעם אדער רעדן הויעך אויפן פאון גייט נישט אריין אין כלל פון רחמנים און נישט אין ביישנים.
געפילטע פישיא, אבער "פאדערען" יענער זאל דיר צונעמען ביז צום טיר, אדער אויסלעשן\אנצינדען\העכער\שטילער די מיוזיק וכו' אפשאקלען א נאסע שירעם אדער רעדן הויעך אויפן פאון גייט נישט אריין אין כלל פון רחמנים און נישט אין ביישנים.
מיין פוינט איז נישט אז אידן זענען רחמנים און ביישנים, און לגבי מענטשן וואס טוען אויסלעשן\אנצינדען\העכער\שטילער די מיוזיק וכו' אפשאקלען א נאסע שירעם אדער רעדן הויעך אויפן פאון, נישט יעדער וואס נעמט א היטש טוט דאס
אבער נאך די אלע זאכן נעם איך נישט קיין טשענסעס מער. איך זאג פאר די אלע יודן וואס שטיען ביים היטש פלאץ.. "דריי דיך רעכטס דריי דיך לינקס אין שעלט צאם דיינע שכינים........
א אינגערמאן אין קרית יואל ביים ווארטן אויף א היטש (געכאפט דורך גוגל סטריט וויו)

זעהט אויס אז דער אינגערמאן האט אריינגעגעבן א קאמפלעין, און זיי האבן אפגעמעקט זיין צורה
זעהט דאberlbalagulehקליינע רעבעלע
וואס איז געווארן צום סוף? ר'האט ביהעיווט?
איך האב דאך געשריבען צי ער האט בעהיעווט
ער האט נישט אראפ גענעימען א אויג פין איר
ווער האט געדרייווט?
אני בעצמי
קליינע רעבעלעberlbalagulehקליינע רעבעלע
וואס איז געווארן צום סוף? ר'האט ביהעיווט?
איך האב דאך געשריבען צי ער האט בעהיעווט
ער האט נישט אראפ גענעימען א אויג פין איר
ווער האט געדרייווט?
אני בעצמי
מיין שאלה איז וויאזוי האסטו געקענט האלטן אן אויג אז ער האלט אן אויג בשעת'ן דרייוון. מסתמא האסטו ביני לביני אריינגעבליקט אין שפיגל און ר'האט געהאלטן אין איין האלטן אן אויג. וד"ל.
קליינע רעבעלעberlbalagulehקליינע רעבעלע
וואס איז געווארן צום סוף? ר'האט ביהעיווט?
איך האב דאך געשריבען צי ער האט בעהיעווט
ער האט נישט אראפ גענעימען א אויג פין איר
ווער האט געדרייווט?
אני בעצמי
ווילאנג ס'איז נאר די אויגען מאי כל הרעש? ואגב, איז זי א קליינע רעבעצין?
איך אויךואגב, איז זי א קליינע רעבעצין?
😛 😛
😂 😂
שוין גארנישט אזא קליינע
ווען זי איז א קליינע וואלט איך שוין געווען א גרויסע רעבעלע