☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » משה גבאי אינטערוויו אין משפחה

משה גבאי אינטערוויו אין משפחה

68 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3325
בלאט: 1 2

אבי גערעדט » זונטאג מערץ 31, 2013 1:56 am

· #100535
משה גבאי אינטערוויו אין משפחה
עס איז זייער מאדנע אין אומפארשטענדליך וואס די געלויפעניש פון צד מהרז"ל צו די איזראעלי מידיא לעצטנס איז, ביידע גרויסע חרדישע היברו מאגאזינען משפחה אין בקהילה האבן דעם יו"ט גרויסע ברייטע "זעלטענע" אינטערוויאס מיט מהרז"ל ומשב"קו, אין דאס איז שוין נאך וואס מהרז"ל האט ברבים געלייקנט אז ער האט סיי וועלכע באציאונגען מיט די שבועונים, אזאך וואס ער קען אצינד נישט לייקענען, וויבאלד בקהילה האט בילדער ווי דער שרייבער קוויטעלט זיך ביי אים,

אבער נישט דאס וויל איך יעצט ארויסברענגען.

איך וויל נאר ארויסברענגען איין זאך וואס ווינדערט מיר זייער, אין מסתם אויך יעדעם וואס קען נאר א טראפקעלע סאטמאר פאליטיק היסטאריע.

וואס איז געווען די אמת'ע ציהל פון משה פריעדמאן ביים אינטערצינדן דעם גרעסטן חרדישן מחלוקה אין היינטיגן יאר הונדערט? יעדער איינער ווייסט זייער קלאר וואס די פלאן איז געווען, ס'נישט געווען קיין שום סוד, דער משב"ק האט דאס פאר יעדעם דערציילט מיט שטאלץ, דער פלאן איז געווען צו מאכן פון ר' אהרן א רויזעלע מיט א ישראל'טשע (מיינענדיג הרבנית רויזעלע ע"ה מיט האדמו"ר ר' ישראל'טשע וויזניצער שליט"א וואס זענען ביידע פארטריבן געווארן משולחן אביהם בבזיון גדול נעבאך) דער משמש פלעגט כסדר מצייר זיין פאר זיינע ציהערער וויאזוי ר' אהרן וועט האבן א בעיסמענט'ל אין פלעטבוש אין וועט זוכן מנין.

און דאס איז נישט זאכן וואס מ'דארף גלויבן און פערטיג, דאס איז זאכן וואס יעדער האט געקענט מיטהאלטן, ווער געדענקט דען נישט די דורכגעפאלענע אויספלאנירטע אינוואזיע אויף ב"פ קרית יואל און אזוי אויך בני ברק, איז עס דען געווען א סוד? ניין.

אצינד ווען ער וויל איינשטעלן דעמעדש קאנטראל אין פארשענערן זיין אימעדש בכל קצוי תבל, האט ער "באוויליגט" צו געבן א ערשטמאליגן אינטערוויו, ווי ער דערציילט אזוי באגייסטערט פארן (באצאלטן) שרייבער (די באשרייבונג איז אויך געווען אריינגערעכנט אינעם פעקעדש דיל) אז ממש ער האט געדארפט אויספירן דעם רצון פון ברך משה זצ"ל אין אריינשטעלן א לאקאלן רב אין וומ"ס, גלייך ווי אלע אנדערע שטעט וואס האבן געהאט זייערע לאקאלע סאטמאר'ע רבנים, אין טראץ אלע שוועריקייטן איז ער געווען גרייט צו כאפן די אלע פיילן, אין ער בארימט זיך דארט ווי צופרידן ער איז אז סאטמאר איז אזוי שיין צוטיילט, ווייל ביידע זענען דאך אזוי גרויס עניוועי, סא ס'וואלט נישט געווען מעגליך פאר איינעם צו פיהרן אלעס.

דאס אלעס איז זייער אינטערעסאנט אין איינגענעם צו הערן פאר פרעמדע פארשטיפטע אידן אדער די נייע דור אשר לא ידע את יוסף. אבער מיר אידן וואס געדענקן נאך די אמת'ע פלענער, און אמת'ע השחתה פון דעמאלטס פרעגן מיט ווינדער, משה גבאי ווי שעמסטו זיך נישט צו פארקויפן אזאלכע אפענע געבאקענע שקרים, יא, אמת דיין פלאן איז טאקע נישט געלונגען, אין סאטמאר האט זיך צוטיילט, אנשטאט בלייבן איינס אונטער מהרז"ל ווי דיין אריגינעלע פלאן האט געלויטעט, אבער וואס פארקויפסטו אזאנע גראבע ליגענטס אז דאס האסטו באמת געוואלט אין דאס איז געווען דיין ציהל? ווייסטו נישט פון די מאמר חז"ל מילתא דעבידי לאיתגלי' לא משרדי אינשי , די זעלבע קען מען פרעגן אויף נאך אלע צענדליגע אפענע שקרים וכזבים אין דעם אינטערוויו.

די זעלבע קושי' פרעגט זיך אויפן משפחה מאגאזין, וואס דארף צו הייסן א קראנטע מאגאזין, פארוואס נעמען זיי נישט די מינדעסטע מיה נאכצוקוקן אביסל היסטאריע בעפאר זיי פובליצירן אזא קאנטריווערסיאלע ארטיקל?

מיין מיינונג » זונטאג מערץ 31, 2013 4:07 am

· #100570
וואס משה'ס פלאן איז דעמאלס געווען ווייס איך נישט. אבער איך זע נישט וואס ער ענטפערט שלעכט יעצט אחרי ככלות הכול ווען מ'האלט שוין דא, דהיינו די שווערע קריג יארן זענען שוין מאחורינו, ענטפערט ער אז סאטמאר האט זיך זייער שיין אהערגעשטעלט זייענדיג צוטיילט און צווייען, און ביידע וואקסן און בליען מיט אומגלויבליכע הצלחות.

דער נקודה צי דער ברך משה האט געהאט במחשבה תחילה צו צוטיילן סאטמאר פאר זיינע צוויי זוהן צי נישט איז דאך סייווי נישט מאסגעבנד. עס שטעלט זיך ארויס אז די טויזענטער אידן וואס זענען אויף צד מהרי"י וואלטן קיינמאל נישט פארבליבן אין סאטמאר ווען מהר"א איז ווען דער שליט יחיד, אלזא האט דער צוטיילונג בלויז גרעסער געמאכט סאטמאר.

כללו של דבר איז ווי דער ברך משה אליינס האט געזאגט פאר ר' עזריאל גליק: איך האב צוויי קינדער וואס זענען ראוי לאותו איצטלא. רבנות און שטעט קען איך טיילן, חסידים וועלן זיי זיך אליינס ברויכן נעמען. און אזוי איז דאס טאקע. וועסט בדרך הטבע נישט קאנווינסן אן אהרוני צו ווערן א חסיד פון ר' זלמן לייב, וכן להיפך.

וועגן די קראנטקייט פון "משפחה" איז א דבר פשוט אז ווען זיי הערן פון משה גבאי'ן אזא סטעיטמענט זענען זיי נישט מחויב צו בודק זיין וואס 'אבי גערעדט' פון קאווע שטיבל האט צו זאגן. אויב וויל ר' אהרן זאגן פארקערט, דאכט זיך אז ער האט נאך די נומבער פון "משפחה" פון די צייטן וואס ער האט דארט געשאנקן אונטערוויו'ס, און ער קען געבן זיין ווערסיע.

אבי גערעדט » זונטאג מערץ 31, 2013 9:51 am

· #100580
שיינע ענטפער גראדע, אבער מיין פראבלעם איז נישט אז ס'האט זיך אזוי אויסגעשטעלט אז מהרז"ל האט געדארפט נעמען אינטער זיין שוץ די אלע וואס האבן מיט זיין טאטע קיין שייכות נישט געוואלט האבן, אדרבה זיי האבן אים מצער געווען אין געטשעפעט ווי נאר מעגליך, אויך רעד איך בכלל נישט וויאזוי ס'האט זיך למעשה אויסגעשטעלט די צוויי פארטייען.

איך רעד פון דעם וואס דער משב"ק וואס דארף צו זיין א איש האמת און א קארעקטער פערזענליכקייט, האט די העזה צו קומען ברבים לייקענען זיינע מעשים

שרייבער » זונטאג מערץ 31, 2013 10:08 am

· #100584
מיין מיינונג
כללו של דבר איז ווי דער ברך משה אליינס האט געזאגט פאר ר' עזריאל גליק: איך האב צוויי קינדער וואס זענען ראוי לאותו איצטלא. רבנות און שטעט קען איך טיילן, חסידים וועלן זיי זיך אליינס ברויכן נעמען. און אזוי איז דאס טאקע. וועסט בדרך הטבע נישט קאנווינסן אן אהרוני צו ווערן א חסיד פון ר' זלמן לייב, וכן להיפך.

דער רבי דער ברך משה האט געמאכט א גוטע טיילונג, ער האט געגעבן אלע זיינע חסידים פארן עלטסטען זון און אלע זיינע שונאים פארן דריטן זון

blauvelt » זונטאג מערץ 31, 2013 10:35 am

· #100593
Shreiber stop living in fantasy land i am not saying that a lot of sonim from bm went to zalmen leib but come on did the bm have that many sonim???

מיין מיינונג » זונטאג מערץ 31, 2013 11:10 am

· #100601
די שונאים ניגון האט זיך גוט געהערט תש"ס און תשס"א, היינט 14 יאר שפעטער הערט זיך דאס גאר נאריש ווען יעדער ווייסט אז ביידע רבי'ס האבן טויזענטער חסידים וואס וועלן גיין פאר זיי אין פייער. ר' זלמן לייב איז נישט געפארן קיין ארץ ישראל מיט 2 אהאלב טויזענט שונאים פון ר' אהרן. ער איז געפארן מיט זיינע חסידים.
בכלל טענה'ן די "שונאים" אז זיי זענען נישט געווען קיין שונאים פארן ברך משה, זיי זענען געווען שונאים פאר ר' אהרן, און היות דער ברך משה האט געשטופט ר' אהרן'ס וואגן זענען זיי געווארן "שונאים".

דעמאקראטיע » זונטאג מערץ 31, 2013 11:27 am

· #100605
טענעדיג זיך מיט אן ארוני זאגט ער מיר אז אין גוטע צייטן פון ב''מ האט ער אלס ארויסגעוויזן אז ער וויל נאר ר' אהרןנען רופט זיך דארט אן איינער ''הו קעירס וואס דער ב''מ האט געוואלט דער עולם האלט געוואלט אין פרטיג אין דאס זעהט מען היינט באשיינפערליך וואס דער דער ב''מ האט יא אדער נישט געוואלט איז בכלל נישט רעלעוואנט

זר זהב » זונטאג מערץ 31, 2013 12:04 pm

· #100613
דאס איז נישט זיין ערשטן אינטערוויו. מיר אין קאפ ליגט קלאר אן איטערוויוא וואס ער האט געגעבן עטליכע יאר צוריק פאר איינע פון די מאגאזינען. 100 אחוז.

אבי גערעדט » זונטאג מערץ 31, 2013 12:06 pm

· #100614
פארן ענגלישן שעה טובה (ווער געדענקט נאך ווען ס'האט עקזעסטירט?)

מיין מיינונג » זונטאג מערץ 31, 2013 12:07 pm

· #100615
יא, פאר "שעה טובה". אבער ס'איז אינו דומה פאר ווער ס'קען די צוויי צייטונגן. שעה טובה האט סתם געמאכט א כאפ לאפ דזשאב, און משפחה האט געמאכט א פראפשענעל ארבעט, געהעריג אראפגעקומען רעדן מיט משה אין אפיס וכו'.

מיין מיינונג » זונטאג מערץ 31, 2013 12:08 pm

· #100616
גערעכט, שעה טובה איז דעמאלס צייט ארויסגעקומען אויף ענגליש אויך. אבער אין די עברית'ישע איז אויך געווען.

זר זהב » זונטאג מערץ 31, 2013 12:09 pm

· #100617
א שאד איך קען נישט לעזן היברא

דעת תורה » זונטאג מערץ 31, 2013 12:12 pm

· #100619
לויט ווי מען ברענגט אים נאך דא זעט אויס ווי ער סטיקט איבעראל צו דעם זעלבן מעסעדזש. און אבי גערעדט איז נישט גענוג אלט צו געדענקן דעם ברך משה׳ס דאמאלסדיגע דרשות ווי ער איז קלאר געפארן כסדר אינעם זעלבן ריכטונג. אזוי אויך די צוואה רעדט בלויז פון ווילי. און די זאליס האבן קיינמאל נישט פרובירט צוצונעמען קרית יואל, הגם ווען ר׳ אהרן איז געגאנגען אין קאורט קעגן טאטן האבן זיי אים יא געדראעט מיט אזא זאך.

פיינע קאווע » זונטאג מערץ 31, 2013 12:15 pm

· #100621
דעת תורה
fyi ר אהרן איז נישט געווען אין קארט קעגן ברך משה

גאלד » זונטאג מערץ 31, 2013 12:35 pm

· #100625
אני הצעיר אלס א חסיד מהר"א האב איך באמת קיינמאל קיין שום פראבלעם געהאט אז ביידע רבי'ס האבן א מיליאן חסידים, אז ביידע רופן זיך סאטמאר רבי, ווער בין איך דען צו איינטיילן יענעם וועמענס חסיד צו זיין, אויב אזויפיל טויזענטער סאטמארע אידן ווילן ענדרעש ר' זלמן לייב, זאל זיין פאר סיי וועלכער סיבה, איז מען מחויב עס צו רעספעקטירן סיי אלס נימוס און סיי ע"פ תורה,

אבער,
מיין גרויסע פראבלעם וואס איך האב יא מיט ר' זלמן לייב'ן און משה גבאי עד היום הזה און מיט רעכט, אז די פארברעכערישע גזילה וואס זיי האבן געטאן, די אלע סאטמארע בנינים אין וומ"ב בעזעצט ער בגניבה וגזילה, ווילסט זיין א סאטמארע רבי געזונטערהייט אבער גנב'ע נישט יענעמס נכסים,

smart » זונטאג מערץ 31, 2013 2:42 pm

· #100669
גאלד איף פארשטי דיין ווייטוג אבער ביזט נישט גערעכט

עס הייסט נישט געגנבט ווייל אויב פארשטייסטו אז זיי זענען רעכטיג צו האבן א מיינוג אויף די הנהגה דענצאטלס קומט זיך זיי בילדינגס, ווייל לשיטתך זענען זיי סטאמרא פונקט ווי דיר, איי וועסטו פרעגן ווטאס איז דאס צונעמען בילדינגס זיי וואלטען געדארפט איבערלאזען אפאר פאר ענק, נו אויף דעם איז די תירוץ מאנרא, בארא פארק, וכו' וואס אין אנדערע ווערטער איז עס א פעיר דיל.

איך וואלט ארויסגעברענגט דיי ווערטער אביסעל אנדערש, אז איך רעספעקט יענעמס מיינונג מיטן וועלן אן אנדער מנהיג אבער וואס איס געוען דאס רדיפה וואס מען האט געשינדען ר' אהרן'ס בליט כמכט ממש רציחה?

גאלד » זונטאג מערץ 31, 2013 3:26 pm

· #100690
smart טייערע איך האלט גראדע יא אז ס'הייסט גע'גנב'ט, אפי' אויב אפשר וואלט ר' זלמן לייב זיך געקומען בנינים ע"פ דין, איז ער נאך אלס א גנב מדאורייתא פאר יעדן אינטש וואס ער באזעצט, פארוואס? ווייל גאנץ אנהויב ווען ער האט איינגענומען די נכסים פון די הייניטיגע ארונים, האבן די ארונים תיכף אן קיין צעגערייען אויסגעשריגן געוואלד "פלניא גזלנא!!", מ'האט געשיקט 3 הזמנות לדי"ת מיט א סירוב, גערופן אין קארט ביז אלבעני, די גאנצע וועלט, קינד און קייט האבן געזעהן ווי די ארויסגעווארפענע שרייען "לעינינו עשקו עמלנו", וואס איז געווען ר' זלמן לייב'ס אנטווארט "לכתחלה"? איך האב ענק אויפן בוידעם, דער רבי (ברך משה) איז בעה"ב קיין שום בי"ד קען זיך נישט אריינמישן, קיינער פארשטייט נישט תהלוכי הקהלה, וכו', זיך פארגלייזט די אויגן "ערכאות!!", "די גרעסטע קהלה", "רח"ל!!" וכו' וכו' וכו', צוליב אטער דעם איז ער א גנב, ווייל א מענטש וואס כאפט פון יענעם באלימות, מאפיאנעריש און טוט כלערליי דריידליך זיך צו ארויסדרייען לעמוד לדין איז ע"פ הלכה א מוחזק בגזילה,
משא"כ אין מאנרא, וואס האבן די ארונים דען געזאלט טאן? ר' זלמן לייב האט קיין איין איינציג מאל תובע געווען מאנרא פון ר' אהרן, מיטאמאל אין זייערע צייטונגען האבן זיי קיינמאל געהעריג געקלעימט אדער געשילדערט ווען און וויזוי פונקטליך מ'האט עס פון זיי צוגעגנבעט, הערשט שפעטער זענען זיי אויפגעקומען מיט א קאפשטיק אז "אויב" די ארונים ווילן וומ"ב וויל מיר אונז מאנרא, דאס הייסט נישט אז ס'קומט זיך דיר ע"פ דין, דאס מיינט "בלעק מעילן",

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 2, 2013 11:00 pm

· #100808
דעמאקראטיע
טענעדיג זיך מיט אן ארוני זאגט ער מיר אז אין גוטע צייטן פון ב''מ האט ער אלס ארויסגעוויזן אז ער וויל נאר ר' אהרןנען רופט זיך דארט אן איינער ''הו קעירס וואס דער ב''מ האט געוואלט דער עולם האלט געוואלט אין פרטיג אין דאס זעהט מען היינט באשיינפערליך וואס דער דער ב''מ האט יא אדער נישט געוואלט איז בכלל נישט רעלעוואנט

און די האלטסט נאך אז דו ביסט נישט קיין שונא פאר'ן ברך משה זצ"ל???

דעת תורה » דינסטאג אפריל 2, 2013 11:07 pm

· #100809
גאלד, אויב איך פארשטיי דיר גוט איז דיין ראיה אז עס איז גע׳גזל׳טע בנינים ווייל די זאליס האבן נישט געוואלט קיין דין תורה, שטימט? דאס מיינט אז אויב עס קען זיין א סיבה פארוואס די זאליס זאלן נישט וועלן קיין דין תורה אפילו זיי פילן באמת יא גערעכט, פאלט אוועק די גאנצע ראיה, שטימט?

היסטאריקער » מיטוואך אפריל 3, 2013 2:48 pm

· #100937
ווער האט א לינק ביטע

לעמיל » מיטוואך אפריל 3, 2013 2:59 pm

· #100941
איך מיין אז זיי האבען עס נישט אן ליין, אפשר קען איינער דא ארויף שטעלען א קאפי

ונבנתה העיר » מיטוואך אפריל 3, 2013 7:26 pm

· #101029
אפי' הרה"ח ר' משה שיחי' פרידמאן קען זיך נישט איינהאלטן פון זיך אנליינען מיט די בלויע א.ג. גמרא'ס...
📎 פ.jpg

פיינע קאווע » מיטוואך אפריל 3, 2013 8:11 pm

· #101042
איך האף עס איז נאר א דזשאוק. משה פרי"מ אליין לערנט די בלויע גמרא? זיכער ס'יז בלוי? און ער אליין? מדארף שיקן צו א לאבראטארי פעסט שטעלן. אפשר איז עס א אנדערע ספר. און אויב איז עס ער זאל מען גוזר תענית זיין.
גיוו מי ע ברעיק. דער שיכור וואס איז ביי רובא דרובא ברך משה'ס חסידים דער נער פון שטאט. שוין צעהן יאר וואס ער לויפט לעקן יעדען ראצער מיט אלע לעפקעס וואס האבן אים פונקט ווי זיי האבן געהאט דעם רבי'ן און פון אים אליין רעדט מען דא.
איך ווייס נישט אויב איינער חוץ זיין לעקערס לייענען זיינע בויך דריקענישן וואס ער שרייבט יעדע שטיק צייט אין נישט היימישע אויסגאבעס. מהסתמא ברויך ער עס טון פאר זיין גילטי קאנטשעס.

זר זהב » מיטוואך אפריל 3, 2013 8:28 pm

· #101051
גראדע ר' משה גלייכט נישט קיין אלקאהאל, איך פארשטיי נישט וויזוי דו רופסט אים אן שיכור. און דאכט זיך אז ר' משה האט נאך קינדער אין שטוב חתונה צו מאכן, איז וויאזוי נעמטסו די אחריות אים אנצורופן "א נער" ס'קען אים שאטן ביי שידוכים און אפשר אין די ביזנעס, מענטשן וועלן נישט טראסטן א נער אא"וו. ביטע כ'בעט דיר פארמעק דיין תגובה, האטס דען אזעלכע ברייטע פלייצעס? פליז פאררעכט עס בעוד מועד.

דעת תורה » מיטוואך אפריל 3, 2013 8:40 pm

· #101056
זר זהב
גראדע ר' משה גלייכט נישט קיין אלקאהאל,.


עמרם כהן טענה'ט אז יא,

אריק » מיטוואך אפריל 3, 2013 9:26 pm

· #101068
איך האב שטארק געלאכט פון דעם אינטערוויו, ווי דער פרובירט זיך אראפצומאלן אלס דער חרדי'שער פירער פון דאס יהדות החרדית אין ארה"ב. יעדער פון ביידע צדדים רעספעקטירן אים און ווען מען שלאגט זיך אין מאה שערים מיט די משטרה איז דער ערשטער טעלעפאן קאל מאכן די מוחים צו משה פרידמאן.

עס קוקט מיר אויס ווי ער איז אויף א רייזע צו צעמענטירן זיין געזוכט אין די היסטאריע ביכער פאר אונזערע קינדער...

שעפטל » דאנערשטאג אפריל 4, 2013 11:29 am

· #101216
אזוי ווי אריק האב איך גאר געלאכט ביי דעם אינטערוויו, דער מענטש חלומ'ט אריין אדער האלט אז דער עולם איז פשוט אומוויסענד... דער שרייבט דארטן חלומות וואס ער וואלט ווען געהאט שטארק חשק אז ס'זאל זיין אזוי

קורץ און שארף » מיטוואך אפריל 10, 2013 4:21 pm

· #103416
גאלד

מיין גרויסע פראבלעם וואס איך האב יא מיט ר' זלמן לייב'ן און משה גבאי עד היום הזה און מיט רעכט, אז די פארברעכערישע גזילה וואס זיי האבן געטאן, די אלע סאטמארע בנינים אין וומ"ב בעזעצט ער בגניבה וגזילה, ווילסט זיין א סאטמארע רבי געזונטערהייט אבער גנב'ע נישט יענעמס נכסים,


געדענקט איר נאך, ווי תש"ס - תשס"א, האב די ארונים נישט אויפגעהערט צו "שרייען" בכל מיני קולות, אז די זאליס זענען די "יחידים" המשתלטים על ה"ציבור"???

און דאס איז געווען די גאנצע סיבה פארוואס מען גייט אין בי"ד, קארט וכו'. אן די טענה קומט זיך זיי גארנישט אין וויליאמסבורג.

גייט דורך עטליכע יאר, ביידע ווערן רבי'ס. און ס'שטעלט זיך ארויס קליפ און קלאר אז ר' ז"ל איז קלאר נישט דער יחיד המשתלט על הציבור. אדרבה, ער האט גאר די רוב, עכ"פ אין ויליאמסבורג, אן קיין צווייפל.

קענסטו מיר מסביר זיין פארוואס ר' ז"ל איז בגניבה אין יעדע אינטש פון די וויליאמסבורגע מוסדות בשעת רוב עולם איז מיט אים?

גאלד » מיטוואך אפריל 10, 2013 4:51 pm

· #103430
1, מהיכי תיתי אז דאס וואלט געווען דער יסוד הטענה
2, מהיכי תיתי אז רוב עולם איז מיט איהם, געדענק די שאלה איז ווער האט דאס רוב וואס זענען בארעכטיגט צו תובע זיין,
3, און דער עיקר סיבה פארוואס ליידער איז ער גנב מדאורייתא אפי' את"ל ער וואלט געזיגט ביי א בי"ד איז ווייל ער אנטלויפט פון א בי"ד כשר אזוי ווי בני ברק און בארא פארק,

ממילא, לענינינו ווילסט זיין סאטמאר רבי, געזונטערהייט, האסט טויזנטער חסידים געזונטערהייט, איך רעספעקט עס און איך געב די פולע בארעכטיגקייט, אבער פארוואס לא תגנוב, פארוואס זיצן אין יענעםס בנינים,

זר זהב » מיטוואך אפריל 10, 2013 4:55 pm

· #103433
אזאלכע שטותים

אריק » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:02 am

· #103739
כאב זיך דערמאנט נאך עפעס וואס האט מיך געמאכט אויספלאצן ביי דעם אינטערוויו, ער שרייבט דארט אז עס נעמט דעם גבאי צו דאווענען שחרית איבער 3 שעה, ווייל מענטשן שטייען אין די רייע זיך דורכצורעדן מיט אים עניני שידוכים, שלום בית און ביזנעס....

signout » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 6:23 pm

· #103971
אריק
כאב זיך דערמאנט נאך עפעס וואס האט מיך געמאכט אויספלאצן ביי דעם אינטערוויו, ער שרייבט דארט אז עס נעמט דעם גבאי צו דאווענען שחרית איבער 3 שעה, ווייל מענטשן שטייען אין די רייע זיך דורכצורעדן מיט אים עניני שידוכים, שלום בית און ביזנעס....

וועם נעמט לענגער די רייע די רבי אדער די גבאי?

יין שרף » דינסטאג יוני 18, 2013 7:21 pm

· #126028
זר זהב
גראדע ר' משה גלייכט נישט קיין אלקאהאל

ממילא איז אלעס וואס ער זאגט און טוט איז ניכטערערהייט...?

gehlungen » מיטוואך יוני 19, 2013 12:30 am

· #126175
זר זהב
גראדע ר' משה גלייכט נישט קיין אלקאהאל, איך פארשטיי נישט וויזוי דו רופסט אים אן שיכור. און דאכט זיך אז ר' משה האט נאך קינדער אין שטוב חתונה צו מאכן, איז וויאזוי נעמטסו די אחריות אים אנצורופן "א נער" ס'קען אים שאטן ביי שידוכים און אפשר אין די ביזנעס, מענטשן וועלן נישט טראסטן א נער אא"וו. ביטע כ'בעט דיר פארמעק דיין תגובה, האטס דען אזעלכע ברייטע פלייצעס? פליז פאררעכט עס בעוד מועד.
lol

היסטאריקער » מיטוואך יוני 19, 2013 11:33 am

· #126240
לעמיל
איך מיין אז זיי האבען עס נישט אן ליין, אפשר קען איינער דא ארויף שטעלען א קאפי

boxcover » מיטוואך יוני 19, 2013 12:17 pm

· #126252
דעת תורה
זר זהב
גראדע ר' משה גלייכט נישט קיין אלקאהאל,.


עמרם כהן טענה'ט אז יא,

עמרם כהן טענה'ט אז משה גלייכט אלקאהאל, און היסטאריע ווייזט אז עמרם כהן גלייכט בלוט, ודו"ק.

זר זהב » פרייטאג יוני 21, 2013 8:06 pm

· #127159
היסטאריקער
לעמיל
איך מיין אז זיי האבען עס נישט אן ליין, אפשר קען איינער דא ארויף שטעלען א קאפי


holy moshe gaabe.JPG

holy moshe gaabe1.JPG

זר זהב » פרייטאג יוני 21, 2013 8:08 pm

· #127160
holy moshe gaabe2.JPG

holy moshe gaabe3.JPG

זר זהב » פרייטאג יוני 21, 2013 8:09 pm

· #127161
holy moshe gaabe4.JPG

דעת תורה » מוצ"ש יוני 22, 2013 11:52 pm

· #127170
Pdf please

זר זהב » דינסטאג יוני 25, 2013 6:49 pm

· #127922
דער אינטערוויוער באקרוינט יעדע פון די 2 סאטמער'ס אלץ די גרעסטע אין די חסידות וועלט: "שעדיין כל אחת מהן לבדה גדולה יותר מכל חצר אחרת בעולם החסידי"

דעת תורה » דינסטאג יוני 25, 2013 8:38 pm

· #127954
גור איז גרעסער ווי ביידע (עקסטער, פארשטייט זיך)

newkave » דינסטאג יוני 25, 2013 11:55 pm

· #128007
גור איז גרעסער ווי ביידע צוזאמען.
איך רעד וועגן חסידים, נישט וועגן טעלפאן בוך...

ברוך » מיטוואך יוני 26, 2013 12:12 am

· #128011
וואס הייסט, פון וואו נעמסטו דיין אינפארמציע?

זר זהב » מיטוואך יוני 26, 2013 12:16 am

· #128013
סאטמאר איז קיינמאל נישט געווען ארום 'חסידות', טישן אדער די אנדערע שוואנצערייען. די אלע וואס געפונען זיך אינעם טעלעפאון ביך אפשר נישט אלע אבער רוב דרבו ציילן זיך אלס אנהענגער פון שיטת רבינו ויואל משה, און דאס = סאטמאר.

איז נאריש צו שרייבן אז גור איז גרעסער פון ביידע סאטמאר צוזאמען. כ'גלייב ניטאמאל אז זיי זענען גרעסער פון איינע

היסטאריקער » מיטוואך יוני 26, 2013 11:08 am

· #128105
דעת תורה
Pdf please

גאלד » מיטוואך יוני 26, 2013 12:49 pm

· #128136
זר זהב
סאטמאר איז קיינמאל נישט געווען ארום 'חסידות', טישן אדער די אנדערע שוואנצערייען. די אלע וואס געפונען זיך אינעם טעלעפאון ביך אפשר נישט אלע אבער רוב דרבו ציילן זיך אלס אנהענגער פון שיטת רבינו ויואל משה, און דאס = סאטמאר.


ס'ווענדט זיך ווען און פאר וועם,
בימי רבינו זצוק"ל איז סאטמאר זיכער געווען איבער א רבי, קלאר, אינה"נ א שיטה אויך, אבער אלימלא סאטמאר וואלט נישט געהאט עפעס א איינגארטיגע שיטה, וואלט סאטמאר פונקט אזוי געווען סאטמאר בלויז צוליב דער רבי, דער צדיק אמת וואס טויזנטער מענטש האבן געזוכט זיך צו מדבק זיין אין איהם, גיין צו זיין טיש, זיך מתאבק זיין לעפר רגליו, וכדומה,

נאך זיין הסתלקות תשל"ט איז שוין א אנדערע מעשה, די אלע וואס האבן נישט אזוי געגליכן דעם נייעם רבי'ן דער ברך משה, האבן אנגעהויבן אדאפטירן א נייע מהלך אז סאטמאר איז לעולם קיינמאל געווען איבער א רבי, און איינער וואס איז א חסיד אמיתי פון דער נייער רבי, צו זאל זיין דער ברך משה צו ר"א אדער רז"ל, איז גאר קיין סאטמארער, ווייל דאס איז בניגוד סאטמאר, אבער דאס איז קלאר פאלש, אינה"נ איך קען פארשטיין אז ס'זענען דא אסאך וואס האלטן זיך טריי צו די שיטה פון סאטמאר רבי זצ"ל אבער האבן גארנישט איינגעלייגט מיט די ממלא מקומות, קען אפשר אויך אנגערופן ווערן א סאטמארער, איך זעה א דערהער, ווייל למעשה האט סאטמאר א אייגנארטיגע שיטה, און דער רבי'ס גאנצער מטרה איז זיכער געווען צו מגדל זיין א דור וואס גייט לויט דעם שיטה אפגעזעהן ווער דער רבי וואס זיצט בראש איז, אבער למעשה איז סאטמאר געווען א חסידות אויך, ער האט געפירט טיש, געפראוועט מענטשן, געבויט זיינע בתי מדרשים ומוסדות פאר די דורות הבאים, אלימלא וואלט עס ממש געווען בלויז א שיטה צו א באגריף, וואלט ער ווען זיך נוהג געווען ווי סיי וועלכער דענקער צו שרייבער מיט א געוויסער שיטה, מחבר געווען זיינע ספרים, און בלויז געהאלטן דרשות איבער זיין שיטה, און זיך געזיצן ווי א סיוויליען מענטש אליינס און א אפארטמענט מיט זיין רביצין, ותו לא, אלא מאי איז דא געווען נאך א ענין און סאטמאר, דער ענין פון אמונת צדיקים, דיבוק צדיקים, וכדומה,

רוזעוולט » פרייטאג יוני 28, 2013 11:46 am

· #128849
newkave
גור איז גרעסער ווי ביידע צוזאמען.
איך רעד וועגן חסידים, נישט וועגן טעלפאן בוך...


אנטושלדיגט, וויפיל קינדער האבן זיי אין די מוסדות??
הא? אפשר קרוב צו די זאליס...

לעמיל » פרייטאג יוני 28, 2013 11:49 am

· #128851
דו ווייסט וויפיל בחורים גור האט און זייערע ישיבות?

רוזעוולט » פרייטאג יוני 28, 2013 11:58 am

· #128853
זיי האבן עוורידזש חתונה איבער א יאר שפעטער...
בלאט: 1 2