☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » נייעס'ן און אנאליזן ארום נארט קארעא

נייעס'ן און אנאליזן ארום נארט קארעא

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3314

זר זהב » דאנערשטאג מערץ 28, 2013 1:51 pm

· #100204
נייעס'ן און אנאליזן ארום נארט קארעא
פיאנגיענג; נארט קארעא.

דאס צודרייט קאמוניסטישע נארט קארעא האט לעצטענס אפגעהאקט דאס לעצטן קאמיונקאציע האט ליין וואס זיי האבן געהאט מיט סאוט קארעא סטראשענעדיג אז מלחמה מיט דרום קען אויסברעכן יעדע מינוט.

אמעריקע האט היינט ארויסגעשיקט צוויי B-2 נוקלערא-קעפעבעל סטעלט באמבערס קיין סאוט קארעא אין א שוי אוו פארס אז זיי וועלן דיפענדן סאוט קארעא פון די נארט.

זר זהב » דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:19 pm

· #100287
North Korea readying rockets to aim at U.S. targets
דא קומט א מלחמה רבותם? נישט קיין וויץ

http://www.reuters.com/article/2013/03/ ... 3R20130329

וויזוי א קארעא מלחמה וועט אויסקוקן:

http://edition.cnn.com/2013/03/27/world ... index.html

זר זהב » מיטוואך אפריל 3, 2013 4:10 pm

· #100970

📎 Capture111.jpg

לעמיל » דאנערשטאג אפריל 4, 2013 6:15 pm

· #101414
קרעדיט לכתחילה אריבער (אייוועלט)
דא ווערט די מצב מער און מער אנגעצויגען. עס הייסט אז אמעריקע זעהט מאוומענט ביי צפון קאריע'ס מיסן איינריכטונגען. און וואס טוט אמעריקע? די ווייסע הויז האט געמאלדען אז מען טוישט די טאן לגבי נארט קאריע, און מען גייט אויפהערן סטראשענען מיליטעריש מען גייט פראבירן ......... דיפלאמאטיע!!

זר זהב » דאנערשטאג אפריל 4, 2013 9:19 pm

· #101484
'North Korea Army: 'War Could Break Out Today
און דא איז שא שטיל.

http://news.sky.com/story/1073563/north ... -out-today

וואלפה » דאנערשטאג אפריל 4, 2013 11:13 pm

· #101518

📎 IMG-20130404-WA00411479384548.jpg

שעפטל » פרייטאג אפריל 5, 2013 12:03 pm

· #101672
אום דאנערשטאג מקץ, כ"ח כסלו, ד' דחנוכה אין יאר תשנ"ה (December 1, 1994 למספרם) האט דער באקאנטער מקובל הרב לוי סעדי' נחמני זצ"ל געגעבן א גאר אינטערסאנטע דרשה בערך 5 וואכן פאר ער איז פלוצים נסתלק געווארן (נפטר געווארן ז' שבט תשנ"ה), ווי דער מקובל ז"ל האט פאראויסגעזאגט איבער א מלחמה מיט קארעא, ווארענדיג אז דאס וועט זיין אסאך ערגער פון איראן, איראק, סיריע, און ליביע.

http://www.youtube.com/watch?feature=pl ... Y-HEYjHxBk

זר זהב » פרייטאג אפריל 5, 2013 12:18 pm

· #101677
קוק אהער אמעריקע קען יעצט אפווישן פיאניענג אין 3 מינוט און פטור אן עסק. נאר וואס דען? ס'א משוגענע וועלט דארף יעדער ליידן

זר זהב » פרייטאג אפריל 5, 2013 12:21 pm

· #101678
נארט קאריע האט געהייסן אלע אויסלענדישע דיפלאמטן צו פארלאזן ביז אפאר טעג. נאכדעם נעמען זיי נישט קיין אחריות. א פאפיר זאגט אז נארט קאריע קען לאנטשן א נוקלעארע סטרייק ביז נעקסטן מיטוואך.

שעפטל » פרייטאג אפריל 5, 2013 12:28 pm

· #101680
וואס דער מחוצף'ל וויל ווייסט קיינער! מסתמה איז ער ענג אין געלט און ווארט פאר עפעס א גוטע אפפער

לעמיל » פרייטאג אפריל 5, 2013 12:50 pm

· #101694
און אונזער שטארקע מדינה וועט אים נאך געבען ווי נאראנים

וואלפה » מוצ"ש אפריל 6, 2013 10:25 pm

· #101838
in other news Hackers Turn Kim Jong-Un(president of North Korea) Into Pig On North Korea top News Site
📎 IMG-20130406-WA00061160560634.jpg 📎 IMG-20130406-WA0017777610103.jpg

זר זהב » זונטאג אפריל 7, 2013 2:31 am

· #101889

זר זהב » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:04 pm

· #103907
גאר אינטערעסאנט

געפילטע פיש » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:21 pm

· #104039
די באראוויטש ריפארט מעלדט אז די מיסעל טעסטס זענען געווארן אפגעשטופט אינדעפינעטלי וועגן פראבלעמן מיט ווידאוס 8, פיאניענג נוקלעארע מיסעל פראגראם איז ביז לעצטענס געווען אויף ווינדאוס 95.

"מיר ארבעטן מיט מייקראסאפט ווינדאוס 8 סופארט צו פאררעכטן די פראבלעם", זאגט א ווארטזאגער פאר די מיליטער. א מקור נאנט צום צפון קארעא'ר פירער, קים יאנג-אן גיבט איבער אז דער פירער איז זייער ברוגז, און קלערט פון גיין אין מלחמה קעגן מייקראסאפט.

ברסלבער » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:23 pm

· #104040
געפילטע פיש
"מיר ארבעטן מיט מייקראסאפט ווינדאוס 8 סופארט צו פאררעכטן די פראבלעם", זאגט א ווארטזאגער פאר די מיליטער. א מקור נאנט צום צפון קארעא'ר פירער, קים יאנג-אן גיבט איבער אז דער פירער איז זייער ברוגז, און קלערט פון גיין אין מלחמה קעגן מייקראסאפט.

נישט קיין שלעכטע איידיע, אפשר וועט מייקרעסאפט לכבוד דעם אנהייבן מאכן בעסערע סחורה ווי ווינדאוס 8.

פיש כאפער » דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 7:19 pm

· #167751
עס ווערט יעצט באריכטעט אין די צפון קארעא׳ער מידיא אז מען האט גע׳הרג׳עט דזשאַנג סאָנג טהאַעק וואס איז א פעטער פונעם נ. קארעא׳ער פירער קים זשאנג און. דזשאַנג איז געווען דער וואס האט באפעסטיגט דעם יעצטיגן פירער׳ס מאכט.
גיי פארשטיי…

דער (פינטעל) איד » פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 2:11 am

· #167845
דו ווייסט אז א שטיק צייט צוריק האט מען אין נ.ק געהארגט קים דזשאנג אונ'ס געוועזענע גערל פרענד! גוגל עס

איך אויך » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 4:21 pm

· #171791
זיין טאטע האט געהאט א ספעציעלע חיבה צו בתולות ,אפשר האט ער אויך.

דער (פינטעל) איד » פרייטאג יאנואר 3, 2014 12:24 pm

· #173140
פיש כאפער
עס ווערט יעצט באריכטעט אין די צפון קארעא׳ער מידיא אז מען האט גע׳הרג׳עט דזשאַנג סאָנג טהאַעק וואס איז א פעטער פונעם נ. קארעא׳ער פירער קים זשאנג און. דזשאַנג איז געווען דער וואס האט באפעסטיגט דעם יעצטיגן פירער׳ס מאכט.
גיי פארשטיי…

גלייבסט דאס?

http://www.foxnews.com/world/2014/01/03 ... ports-say/

טיטאניק » פרייטאג יאנואר 3, 2014 12:27 pm

· #173144
מען קיינמאל נישט וויסען אבער אסאך מעלדען די נייעס אז דער דיקטאטאר האט גענימען 300 ווילדע הינט און זיי אויסגעהינגערט פאר 3 טעג און דערנאך אריינגעשליידערט דער פעטער זי"ע און נאך 3 געהילפען אנע בגדים, און די הינט האבען זיך צילאזט אויף זיי האבענדיג א פליישיגע סאפער
די רחמנות איז נאר אויף די הינט, אז נאכען הינגערען 3 טעג געבט מען זיי מאגערע צפון קארעיער חברה, ווען מען ווארפט ווען אריין דער טארנטא מעיאר וכדומה לו וואלטען זיי נישט געבליבען הינגעריג אזוי.......... 😂 😂 😂

דער (פינטעל) איד » פרייטאג יאנואר 3, 2014 12:28 pm

· #173146
איך וויל אויך נישט גלייבן אבער ס'איז באריכטעט אין אסאך ערטער

איש עברי » זונטאג יאנואר 12, 2014 6:22 am

· #175650
א שייינע ארטיקל די וואך אין בקהלה איבער א ארץ ישראל'דיגע דשורנאליסט וואס האט באזוכט צפון קארעא זיינע שילדערונגען איבער די איבערגלויביגקייט אין די פירער און איבער די פארמאכטקייט פון די בירגער האבן מיר עפעס געקלונגען זייער היימיש