ידען
וואס מיינט עס פאר די וועלט און ספעציעל פאר מדינת ישראל?
בעסער אדער ערגער אדער די זעלבע?
פאר די וועלט בכלל און פאר די ישראלים בפרט איז די יעצטיגע שלאכטן די בעסטע וואס עס קען זיין.
די ישראלים שיסען עקסטער לארדזש אייער ווען עפעס שמעקט זיי נישט, און אסאד מיז זיך לאזען קיצלען די נאז.
אפגערעדט אויב ביבי זיכט צי באמבעדירן איראן (וואס ער קען נישט) איז די בעסטע צייט יעצט!, וואס פון סוריא זייט האט ער נישט וואס צי כאפען, בפשטות, ווייל ווען אסאד פראבירט צי האלטען זיין אייגענעם קאנטראל, וועט ער נישט זיכען אז נאך איינער זאל איהם אנטקעגענקומען.
אויב אסאד כאפט א שנעלקע און פאלט (אזוי ווי די אום באשטעטיגטע און גאר שוואכע באגלייבטע אזוי גערופענע נייעס באריכטן) פון ארט, וואס איז אונגאנצען א שאלה אין צייט, ווייסט נישט ישראל וואס צי ערווארטען,
קודם קען עס נאך דער עורב איראן און דער זרזיר חיזבאלא פארכאפען, אזוי ווי א באריכט האט לעצטענס אנגעגעבן אז איראן-חיזבאלא האבען אריין געשוקט 50,000 קעמפער גרייט איבערצונעמען די לייצעס אויב אסאד פאלט.
אפילו עס געלונגט זיי נישט, איז גאר שטארק מעגליך אז עקסטרעמיסטן און טערעריסטן וועלן פירן א אייגנעם ווערטשאפט און מאכען מה שליבם חפץ, און זיי וועלן נאך זיין ערגער פון אסאד, ווייל זיי וועלן נישט האבען קיין פאליטישע אפהאלט, אזוי ווי כאמאס טוט.